אין דער צײַט פֿון קאָראָנאַ־ווירוס (13)

יעווגעני קיסין

ערשטער מײַ

אַנע פּאַװלאָװנע איז געװאָרן אַ סך שװאַכער: איצט קאָן זי ניט זיצן נאָרמאַל אַפֿילו מיטן אונטערלען און צװײ קישנס הינטערן רוקן. װען מיט אָנדערטהאַלבן חדשים צוריק האָב איך געפֿרעגט בײַ דער דאָקטערין, צי ס׳איז דאָ אַ שאַנס צו שטעלן אַנע פּאַװלאָװנען אױף די פֿיס, האָט יענע געענטפֿערט: „איך װאָלט געזאָגט: fifty–fifty.‟ װײַזט אױס, ניט געקוקט אויף אונדזערע האָפֿענונגען, האָבן די אַנדערע fifty פּראָצענט געקראָגן די אייבערהאַנט… 
 
אַ מאָל איז אַנע פּאַװלאָװנע געװען זייער אַן אַקטיװער מענטש. אַך, װי שטאַרק זי האָט ליב געהאַט לאַנגע שפּאַצירן, און װי שנעל פֿלעגט זי דעמאָלט שפּאַנען! זײער אַ סך האָבן מיר שפּאַצירט צוזאַמען: אי נאָך אונדזערע לימודים אין שול דורך דעם גאָגאָלעװסקי–פּאַרק און דער קראָפּאָטקינסקאַיאַ–גאַס (אַ מאָל ביז איר סאַמע הױז אױף דער 3טער פֿרונזענסקאַיאַ–גאַס, אַ מאָל ביז דער מעטראָ–סטאַנציע „פּאַרק קולטורי‟ — אױך גאָר אַ היפּשן מהלך!), אי בשעת די זומער–קאַניקולן אין האַאַפּסאַלו [1] — אין װאַלד. אַנע פּאַװלאָװנע האָט זײער ליב געהאַט קלײַבן שװאָמען…

אין האַאַפּסאַלו בין איך געװען, דוכט זיך, צװײ מאָל מיט אַ גאַנצער קאָמפּאַניע: די מאַמע, אַנע פּאַװלאָװנע און יעלענע סאַמױלאָװנע; אַנע פּאַװלאָװנעס שילער אַליאָשאַ איװאַנאָװ (ער איז געװען אױף צװײ יאָר ייִנגער פֿון מיר און איז שפּעטער געװאָרן אַ קלאַרנעטיסט) און זײַן מאַמע יעלענאַ פּעטראָװנאַ, װאָס האָט זיך פֿריִער אױך געהאַט געלערנט בײַ אַנע פּאַװלאָװנען און מיר אַקאָמפּאַנירט אױפֿן צװײטן פֿאָרטעפּיאַן שאָפּענס 2טן קאָנצערט בעת מײַנע סאַמע ערשטע סאָלאָ–קאָנצערטן; אַנע פּאַװלאָװנעס געװעזענער תּלמיד װאָלאָדיע באַגראָװ, װאָס איז צו יענער צײַט געװאָרן אַ קאָמפּאָזיטאָר, זײַן פֿרױ לעסיאַ און זײַן מאַמע לינע מיכײַלאָװנע; לינע מיכײַלאָװנעס פֿרײַנדינע, די חנעװדיקע בעלע פֿיאָדאָראָװנע פֿעדאָרענקאָ (איך האָב זי באַלד אָנגעהױבן רופֿן „מומע בעלע‟) און איר װױלע טאָכטער אַלע, אַ יונגע מאָלערין; מומע בעלעס ברודער מיט זײַן פֿרױ און טאָכטער (זיי האָבן געלעבט אין קאַזאַכסטאַן, אין דער שטאָט קאַראַגאַנדאַ); אונדזער שול–לערערין פֿון מאַטעמאַטיק טאַטיאַנע איליניטשנע ראַס–סערעבריאַנאַיאַ מיט איר מאַן יעװגעני אַלעקסאַנדראָװיטש (יעװגאַל, װי מיר פֿלעגן אים רופֿן, איז געווען אַ לעלער פֿון מאַטעמאַטיק אין אונדזער שול, נאָר איך האָב זיך בײַ אים קײן מאָל ניט געלערנט) און זייער טאָכטער ליאַליע; מײַן שול–חבֿר סעריאָזשע װיניצקי מיט זײַנע באָבע–זײדע (ער פֿלעגט זיי דעמאָלט רופֿן „טאַטע‟ און „מאַמע‟, װײַל זײַנע עלטערן זײַנען אומגעקומען אין אַן אױטאָקאַטאַסטראָפֿע, װען ער איז געװען נאָך אַ קלײן קינד)…

אין האַאַפּסאַלו איז געװען גוט. מומע בעלע האָט געפּרוּװט מיך לערנען ענגליש (זי איז געװען אַ פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצערין און האָט זיך ספּעציאַליזירט אױף דער דײַטשישער שפּראַך) און האָט מיך אױסגעלערנט טרינקען טײ „אױפֿן ענגלישן אופֿן‟ — מיט מילך. אַלע האָט אָנגעמאָלט מײַן פּאָרטרעט. כ׳געדענק אױך, אַז אַלע האָט דעמאָלט געלײענט אַ בוך פֿון בערנאַרד מאַלאַמודן (זי האָט עס, דאַכט זיך, גענומען אין אַ דאָרטיקער ביבליאָטעק) און, װי עמעצער האָט געזאָגט, „געװײנט איבער יעדער דערציילונג‟. איך האָב זי אַ פֿרעג געטאָן, װער איז איר סאַמע באַליבסטער שרײַבער, און זי האָט געענטפֿערט: „קנוט האַמסון‟ — אַזױ האָב איך צום ערשטן מאָל דערהערט אָט דעם נאָמען. און נאָך — גראָד אַלע האָט מיר דעמאָלט דערציילט, אַז שלום–עליכמס אמתע פֿאַמיליע איז ראַבינאָװיטש (בלױז מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט זי מיר אַנטדעקט, אַז ראַבינאָוויטש איז געװען אױך איר טאַטנס פֿאַמיליע־נאָמען). װען איך האָב איין מאָל דערציילט דאָרטן אַן אַנטיסאָװעטישן אַנעקדאָט, האָט אַלע מיר דערקלערט, אַז מע טאָר עס ניט טאָן, און זיך דערמאָנט, אַז װען זי איז געװען אַ קינד, האָט מען איר געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז אױב זי װעט דערצײלן אַזעלכע אַנעקדאָטן, װעט איר זײדע האָבן פּראָבלעמען.

איך האָב אין יענער צײַט געמוזט לײענען (לױט דער שול–פּראָגראַם) „די יונגע גװאַרדיע‟, און די מאַמע האָט מיר געבראַכט פֿאַר אַ בײַשפּיל סעריאָזשען, װאָס, לױט אירע װערטער, האָט דורכגעלײענט אָט דאָס דיקע בוך פֿאַר צװײ טעג. בײַ מיר איז עס געגאַנגען גאָר ניט אַזױ גלאַטיק… איך האָב דעמאָלט געלערנט דרײַ שאָפּענס עטיודן און יעדער עטיוד האָט זיך אַסאָציִיִרט מיט אַן אַנדער פּערסאָנאַזש פֿון פֿאַדעיעווס ווערק: דער 4טער עטיוד — מיט סעריאָזשאַ טיולענינען, דער 10טער — מיט װאַליע באָרצן, און דער 21סטער — מיט ליובקאַ שעװצאָװאַ. כ׳געדענק, אַז פֿאַדעיעװס באַשרײַבונגען פֿון װאַליע באָרצס פֿאַרברױנטע פֿיס, באַדעקטע מיט לײַכטע גאָלדיקע הערעלעך, האָבן אַרױסגערופֿן בײַ מיר אַ סעקסועל געפֿיל (כאָטש דעמאָלט האָב איך, אַ קינד, עס נאָך ניט פֿאַרשטאַנען — אַלנפֿאַלס, ניט אין דער פֿולער מאָס), און פֿאַר מיר האָבן פֿאַרשײדענע שליסלטענער נאָך פֿון קינדשאַפֿט אָן געהאַט זײערע קאָלירן: בפֿרט איז ליאַ–בעמאָל מאַזשאָר (דער שליסלטאָן פֿון שאָפּענס 10טן עטיוד) פֿאַר מיר געװען (און ביז איצט געבליבן) גאָלדיק.

טאַקע דאָרטן, אין האַאַפּסאַלו, איז פֿאָרגעקומען אײנער פֿון די עפּיזאָדן, װאָס איך האָב מיט פֿיל יאָר שפּעטער באַשריבן אין מײַן דערציילונג „אין דער לײַבלעכער פֿרעמד‟: ליאַליע האָט מיך דעמאָלט געפֿרעגט: „ביז װיפֿל אַזײגער אַרבעט דער מאַגאַזין?‟, איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען, זי האָט מיט אַ שמייכל מיך אָנגערופֿן „אַ װױל–דערצױגן ייִנגל‟, װאָס „פֿאַרשטײט ניט דעם כוליגאַנישן זשאַרגאָן‟, און דערקלערט, אַז מײַן קראָק אויף די הויזן איז צעשפּיליעט, און װען איך האָב געפֿרעגט, פֿאַר װאָס „דער מאַגאַזין‟, האָט זי געענטפֿערט: „דער מאַגאַזין, װוּ מע האַנדלט מיט אײער און קאָלבעס.‟. כ׳געדענק, אַז סײַ אירע װערטער, סײַ דעם טאָן, מיט װעלכן זי האָט זײ אַרױסגערעדט, האָט מײַן דעליקאַטע נשמה אויפֿגענומען ווי עפּעס שמוציקס, און איך האָב אָנגעהױבן זינגען אין זיך די צװײטע טעמע פֿון שומאַנס 3טער סאָנאַטע, כּדי אויף אַזאַ אופֿן אָפּרייניקן זיך פֿון אָט דעם שמוץ. 

געגאַנגען זײַנען מיר אין האַאַפּסאַלו ניט בלױז אין װאַלד נאָך שװאָמען, נאָר אױך זיך באָדן אין ים. איך האָב געפּרוּװט אָן דערפֿאָלג זיך אױסלערנען שװימען (און ביזן הײַנטיקן טאָג האָט עס זיך מיר טאַקע ניט אײַנגעגעבן). ליאַליע האָט מיר דעמאָלט אַבסאָלוט ריכטיק געזאָגט: „עס ליגט בײַ דיר באַגראָבן אין אונטערבאַװוּסטזײַן, אַז דו האָסט מורא פֿאַר װאַסער.‟. אין פֿאַרלױף פֿון אַ געװיסן פּעריִאָד פֿלעג איך דאָרטן יעדן טאָג שרײַבן אַ פּיעסע פֿאַר פֿאָרטעפּיאַן און װײַזן זי װאָלאָדיע באַגראָװן. ער פֿלעגט מאַכן זײַנע קריטישע באַמערקונגען. כ׳געדענק, אין אײנעם אַן אָװנט האָבן מיר לאַנגזאַם שפּאַצירט זאַלבעדריט (אַנע פּאַװלאָװנע, װאָלאָדיע און איך), און איך האָב אים אױסגעפֿרעגט װעגן פֿאַרשײדענע סאָװעטישע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון יענער צײַט. ער אַלײן האָט דעמאָלט געאַרבעט איבער אַ סוויטע פֿאַר אַן אָרקעסטער, אין װעלכער אַלע פּיעסעס זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן אונטערן אײַנדרוק פֿון בילדער; די ערשטע צװײ פּיעסעס האָבן געהייסן (װי די געהעריקע בילדער) „די צפֿונדיקע קאַפּליצע‟ און „די ראָזעװע פּילקע‟. צום באַדױערן, איז מיר טאַקע ניט אױסגעקומען זײ צו הערן…

געשריבן האָב איך דאָרטן ניט בלױז מוזיק, נאָר אױך לידער און פּראָזע אויף רוסיש. אײנס פֿון די לידער, װאָס איך האָב דעמאָלט פֿאַרפֿאַסט, האָט זיך אָנגעהױבן אַזױ:
 „אַ מענטש האָט געזאָגט: ׳איך האָב ליב׳ —
  און אַלץ אַרום אים האָט זיך געענדערט,
  אַלץ איז געװאָרן װוּנדערשײן…‟.

אין דער גרעסערער דערצײלונג, װאָס איך האָב דאָרטן אָנגעשריבן, האָב איך, צווישן אַנדערס, געשילדערט אַ ייִד אַן אַנטיסעמיט — „אַ פֿאַררעטער פֿון זײַן פֿאָלק‟, װאָס האָט געאַרבעט װי אַ קאָנטראָליאָר אין די עלעקטריטשקעס. כ׳האָב אין אָט דער דערציילונג אױך באַשריבן אַ ליבע צװישן דעם הױפּט–העלד, אַ ייִנגל פֿון אַן ערך מײַן עלטער, און אַ מיידעלע אַ מולאַטקע. צום סוף פֿון דער מעשׂה זײַנען זײ בײדע געכאַפּט און דערמאָרדערט געװאָרן פֿון באַנדיטן, װאָס האָבן אָנגעשריגן מיט חוזק: „געזעגן זיך מיטן לעבן, ראָמעאָ!‟ — נאָר דער מוסר–השׂכּל איז געװען אַזאַ (איך האָב עס איבערגעחזרט אין זיך נאָך אַ מאָל און װידער אַ מאָל, בײַם שרײַבן אָט דעם „שעדעװער‟): ליבע װעט באַזיגן ראַסיזם, ליבע װעט באַזיגן פֿאַשיזם, ליבע באַזיגט אױך טױט.

ניט לאַנג פֿאַר דעם האָט פֿעטער שוריק [2] אונדז געהאַט דערצײלט אַן אַמוזאַנטע געשיכטע. אַ מאָל איז ער געשטאַנען אין אַ רײ אין אַ מאַגאַזין און געלײענט שלום–עליכמען. דער מענטש, װאָס איז געשטאַנען הינטער אים, האָט געהאַלטן אין אײן קוקן איבער זײַן פּלײצע און סוף–כּל–סוף אַ פֿרעג געטאָן:
  — חבֿר, װאָס פֿאַר אַ ייִדיש בוך לייענט איר?
  — דאָס לײען איך שלום–עליכמען, — האָט פֿעטער שוריק געענטפֿערט.
  — און װער איז ער?
  אױף דעם האָט פֿעטער שוריק געזאָגט:
  — ער איז אַ ייִדישער דיסידענט.
  דערהערט אָט די װערטער, איז די גאַנצע רײ מענטשן אַרײַנגעקראָכן מיט דער נאָז אינעם בוך.

נאָך דעם האָב איך געפֿרעגט בײַ דער מאַמען, װאָס איז אַזױנס „דיסידענט‟, און די מאַמע האָט געענטפֿערט אַזױ: „נו, דאָס איז אַ מענטש, װאָס רעדט שלעכט װעגן זײַן הײמלאַנד…‟. כ׳װײס ניט, װאָס די מאַמע האָט דעמאָלט אױף אַן אמתן געמײנט װעגן דעם, נאָר אין מײַן קינדערשן באַװוּסטזײַן האָט די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע זיך אָפּגעשפּיגלט אױף אַ באַזונדערן אופֿן. װי באַלד איך האָב קײן מאָל ניט געזען דאָס װאָרט „דיסידענט‟ זאָל זײַן ערגעץ אָנגעשריבן, האָב איך געמײנט, אַז מע שרײַבט עס מיט אַן „עין‟. דעריבער אינעם אױבנדערמאָנטן װערק מײַנעם האָב איך באַשריבן יענעם נעגאַטיװן פּערסאָנאַזש אַזױ (דורך די װערטער פֿון זײַן מומען): 

„אַ דעסידענט (sic!) איז ער. מיר זײַנען אַלע ייִדן, און ער אױך, נאָר אין דער זעלבער צײַט — אַן אַנטיסעמיט. מיט דער גאַנצער משפּחה האָט ער צעריסן, די לײַבלעכע מוטער זײַנע צו אַלדע רוחות געשיקט. חתונה געהאַט אױף אַ רוסין — און מיט אַ חודש שפּעטער האָט ער זיך געגט: זיך דערוווּסט, אַז אױף אַ פֿערטל איז זי אַ ייִדישקע…‟ — און אַזױ װײַטער.

… אַ פּאָר מאָל (אַם װײניקסטן) זײַנען מיר געפֿאָרן פֿון האַאַפּסאַלו קײן טאַלין אױף אַ טעג, צװײ. כ׳געדענק, װי שײן איז געװען דאָרטן די אַלטע שטאָט! אין אַ טאָג, בעת אַ שפּאַציר איבער די גאַסן, האָט אַ זקן, װאָס איז געזעסן בײַ אײנעם פֿון די אַלטע, שײנע בנינים, אונדז געזאָגט: „פֿריִער פֿלעגט מען דאָ מתפּלל זײַן גאָט, און אַצינד טאַנצן דאָ נאַקעטע. אָט אַזױ!‟ איך האָב זיך דערמאָנט אינעם אַלטן טאַלין מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, אין 1989: װען כ׳האָב געזען אױף דער טעלעװיזיע דעם ערשטן אַלפֿאַרבאַנדישן שײנקײט–קאָנקורס „מיסס פֿססר‟. פֿון די אַלע אָנטיילנעמערינס איז מיר מער פֿון אַלעמען געפֿעלן געװאָרן דאָס מיידל פֿון עסטלאַנד עכאַ אורבסאַלו (זי איז געװען אײנע פֿון די פֿינאַליסטקעס), און װען דער לייטער אַ. מאַסליאַקאָװ האָט בײַ איר אַ פֿרעג געטאָן, װאָס איז איר באַליבסט אָרט אין טאַלין, האָט זי געענטפֿערט: „די אַלטע שטאָט‟ — און צוגעגעבן, אַז זי װױנט דאָרטן דערנעבן.

איין מאָל זײַנען מיר אין האַאַפּסאַלו געגאַנגען אין אַ קאַפֿע, און איך, אַ קינד, בין געװאָרן אַזױ נתפּעל פֿון דער אינטעליגענטישקײט פֿון די דאָרטיקע אָפֿיציאַנטן (ס׳איז דאָך געװען עסטלאַנד, ניט רוסלאַנד), אַז כ׳האָב געפֿרעגט בײַ דער מאַמען, צי די אָפֿיציאַנטן זײַנען קולטור–טוערס! אַן אַנדערס מאָל זײַנען מיר אין האַאַפּסאַלו געפֿאָרן אין אַ מאַגאַזין, װוּ מ׳האָט פֿאַרקױפֿט גלאָז און גלאָז–אױסאַרבעטונגען, און איך געדענק, װי נאָך דעם האָט אַנע פּאַװלאָװנע געזאָגט: „ס׳איז דאָ אי ׳מאָראָזקאָ׳, אי דאָס, אי יענץ — ניט אַזױ, װי אין אונדזער פּאַסקודנער מאָסקװע!‟. אַצינד פֿעלט גלאַט אַ בײז האַרץ אױף יענע, װאָס באַהױפּטן, אַז אין די באַלטישע רעפּובליקן האָט מען געלעבט בעסער, װי אין רוסלאַנד, װײַל דער קרעמל פֿלעגט יאַקאָבי אינװעסטירן אַ סך אַהין: אונדז איז שױן דעמאָלט געװען קלאָר װי דער טאָג, אַז אין עסטלאַנד, לעטלאַנד און ליטע לעבט מען בעסער, װײַל די באַלטישע פֿעלקער זײַנען אין תּוך אײראָפּעער און דעריבער אַרבעטן זײ בעסער און טרינקען װײניקער בראָנפֿן, װי די רוסן!

ס׳האָט זיך מיר פֿאַרגעדענקט נאָך אײן עפּיזאָד אין האַאַפּסאַלו… אין אײנעם אַ טאָג זײַנען מיר געקומען אױפֿן װאָקזאַל, כּדי זיך צו געזעגענען מיט די ראַס–סערעבריאַניס, װאָס זײַנען אַװעקגעפֿאָרן פֿריִער פֿון אונדז, — און דערזען, אַז טאַטיאַנע איליניטשנע שטײט אין די טירן פֿון אַ װאַגאָן און שרײַט אױף אַ מיטאַרבעטער פֿונעם װאָקזאַל: „אַך דו, פּאַסקודניאַק אײנער! ‘ישׂראל׳! באַלד װעסטו בײַ מיר קריגן אין מאָרדע אַרײַן!‟. יעװגאַל איז געשטאַנען לעבן זײַן פֿרױ און האָט געסטראַשעט יענעם מענטשן: „קום אַהער, קום אַהער — באַלד װעסטו אַרױספֿליִען פֿון דאַנען!‟. ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דער מענטש, דערזען יעװגעני אַלעקסאַנדראָװיטשן מיט אַ סך באַגאַזש, האָט אים געזאָגט: „פֿיר עס, פֿיר עס קײן ישׂראל!‟ דערמאָן איך זיך אין דעם אַצינד און טראַכט: װאָס, אײגנטלעך, איז געװען באַלײדיקנדיק אין יענע װערטער? באַזונדערס, האָבנדיק אין זינען, אַז די ראַס–סערעבריאַניס האָבן געהאַסט דעם סאָװעטישן רעזשים.

מיט פֿיל יאָר שפּעטער זײַנען זײ ענדלעך אַװעקגעפֿאָרן קײן אַמעריקע, און, שױן לעבנדיק דאָרטן (און מעגלעך, שױן נאָך טאַטיאַנע איליניטשנעס טױט — כ׳געדענק ניט גענױ), האָט יעװגאַל געזאָגט אַנע פּאַװלאָװנען דאָס, װאָס, כ׳בין זיכער, ניט ווייניק ייִדישע עמיגראַנטן פֿון רוסלאַנד װאָלטן געקאָנט זאָגן: „יאָ, ס׳איז אַ פֿרעמד לאַנד; יאָ, איך בין דאָ עלנט; נאָר לכל–הפּחות, װען איך קוק אַרױס פֿון מײַן פֿענצטער, האָב איך ניט דאָס געפֿיל, אַז אין דרױסן איז אַ פֿײַנט.‟…

מכּוח עסטלאַנד, װאָלט איך זײער געװאָלט אַהין צופֿאָרן װידער — און מיט קאָנצערטן! פֿאַרשטײט זיך, איז אין יענעם קלײנעם לאַנד פֿאַראַן, װי אומעטום, אַ געװיסע צאָל אַנטיסעמיטן, נאָר דאָרטן לעבן ניט די ייִדן מיטן געפֿיל, אַז „אין דרױסן איז אַ פֿײַנט‟! פֿאַרקערט: אונטער דער מאַכט פֿון די קרעמל־באַנדיטן זײַנען די עסטן דאָך געװען אונדזערע שותּפֿים צו די צרות. צום באַדױערן, האָב איך אין עסטלאַנד ניט קײן דירעקטע קאָנטאַקטן, נאָר ניט לאַנג צוריק האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז גינטאַוּטאַס קאָן דאָרטן אָרגאַניזירן קאָנצערטן. כ׳װעל פֿאָרן בײַ דער ערשטער געלעגנהײט!
                       
הײַנט בין איך צום ערשטן מאָל אין די לעצטע טעג געגאַנגען שפּאַצירן, געשפּאַנט 9 קילאָמעטער. דערנאָך געאַרבעט, אָנגעהױבן צוגרײטן ליסטס קאָנצערטן.

מומע מאַרינאַ און מאַריאַשע מיט די קינדער זײַנען געקומען צו אונדז און האָבן פֿאַרבראַכט פֿיל צײַט מיט זאַראָטשקאַן.

מײַ 2

אָפּגעפֿירט דער מאַמען אַ ביסל שפּײַז. זי לײַדט אַ סך ניט בלױז פֿונעם װײטיק, נאָר נאָך מער מחמת דעם, װאָס זי פֿילט כּסדר די שלעכטע באַציִונג צו זיך אינעם שפּיטאָל. אין אָװנט האָט זי מיר אַפֿילו געזאָגט, אַז זי װיל שטאַרבן (צום ערשטן מאָל אין לעבן האָב איך דערהערט פֿון איר אַזעלכע װערטער!)… אַװדאי, האָט מען דאָ פֿײַנט די רוסן — און גײ דערקלער זיי, אַז מיר זײַנען לחלוטין ניט קײן רוסן, נאָר ייִדן, און זײַנען געװען נאָך גרעסערע קרבנות פֿון די קרעמל–באַנדיטן, װי די טשעכן, װעמען מיר האָבן תּמיד מיטגעפֿילט! אפֿשר, האָט עס אַצינד אַ שײַכות צו די אַנומלטיקע געשעענישן? צוריק גערעדט, דער טאַקסי–שאָפֿער, װאָס האָט מיך געפֿירט אין שפּיטאָל, האָט פֿאַרשטאַנען, אַז איך שטאַם פֿון רוסלאַנד און איז געװען זײער ליבהאַרציק. באמת, „אין געלעכטער, אין געװײן מענטשן זײַנען גאַנץ פֿאַרשײדן‟ [3]…

דער מאַמען, נעבעך, איז אױסגעקומען ניט װײניק זיך אָנמוטשען מיט אונדז בײדן… בלױז דרײַ חדשים נאָכן האָבן מיך אונטערן אַקאָמפּאַנעמענט פֿון „װעסט דאָך שטאַרבן‟ — האָט מען געפֿאָדערט, מע זאָל מיך ברענגען אין דער באַצירק–קליניק אױף אַ באַטראַכטונג. די קלוגע באָבע רחל האָט געעצהט דער מאַמען, זי זאָל עס ניט טאָן, נאָר די מאַמע האָט מיך פֿאָרט געבראַכט אַהין. דאָרטן איז געװען קאַלט, מע האָט מיך אױסגעטאָן, און איך בין שלאַף געװאָרן אױף גריפּ. דװקא דעמאָלט האָט אין מאָסקװע געבושעװעט אַ גריפּ–עפּידעמיע (װאָס אין יענער צײַט אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד איז געװען כּמעט אַזױ סכּנותדיק, װי די איצטיקע מגפֿה). אַװדאי, האָט די מאַמע זיך אָפּגעזאָגט מיך אָפּגעבן אין אַ שפּיטאָל. זי האָט גוט געוווּסט, װאָס סע שטעלן מיט זיך פֿאָר די סאָװעטישע שפּיטאָלן. איר איז אױסגעקומען צו פֿאַרקױפֿן אַלץ, װאָס מ׳האָט נאָר געקאָנט פֿאַרקױפֿן, כּדי אַרױסצורופֿן אַהיים יעדן טאָג אַ דאָקטערין פֿון אַ באַצאָלטער קליניק, װאָס פֿלעגט מיר מאַכן איניעקציעס און האָט אױסגעלערנט די מאַמע מאַכן מיר אַ מאַסאַזש. עס האָט געדױערט עטלעכע חדשים ביז כ׳בין געזונט געװאָרן. במשך פֿון מײַן גאַנצער קינדשאַפֿט האָב איך נאָך דעם כּמעט יעדעס יאָר געליטן פֿון פּנעװמאָניעס און פֿאַרקילונגען. אַצינד פֿעלט אַ בײז האַרץ אױף יענע, װאָס טענהן, אַז „אינעם ראַטן–פֿאַרבאַנד איז דאָך געװען אַן אומזיסטע מעדיצין‟!

און אין די דערװאַקסלינג–יאָרן האָבן זיך בײַ מיר אָנגעהױבן מײַנע פּראָבלעמען מיטן שלאָף. אין פֿאַרלױף פֿון אַ געװיסן פּעריאָד האָט די מאַמע געמוזט זיך לײגן לעבן מיר אין בעט און האַלטן מיך פֿאַר אַ האַנט, כּדי איך זאָל קאָנען אײַנשלאָפֿן…

                    
מומע מאַרינאַ און מאַריאַשע מיט די קינדער זײַנען װידער געקומען צו אונדז. זאַראָטשקאַ איז זײער שװאַך, זי ליגט כּמעט די גאַנצע צײַט…

הײַנט איז בײַ אַנע פּאַװלאָװנען געװען טאַטיאַנאַ, זי איז בפֿירוש אַ פֿעיִקע און זייער אַ סימפּאַטישע פֿרוי.

שכנישע אַראַבישע געמײנדעס אין ישׂראל באַמיִען זיך צו העלפֿן די ייִדן, װאָס זײַנען געבליבן לעבן נאָך דער טראַגעדיע אין מירון. סאַראַ דרעק זײַנען אונדזערע „רוסישע‟ ראַסיסטן און דער גאַנצער כּהניסטישער ערבֿ–רבֿ בכלל!

מײַ 3

די מאַמע האָט אָנגעהױבן גײן אױף קוליעס! נאָר עס האָט זיך בײַ איר צעשפּילט דער בראָך (hiatus hernia), װאָס זי לײַדט פֿון אים פֿון מאָל צו מאָל שױן במשך פֿון יאָרצענדליקער. כ׳געדענק, װי צװײ מאָל האָט די מאַמע זיך געפֿילט שלעכט, און די קאַרדיאָגראַם האָט געװיזן אַן אינפֿאַרקט, נאָר דערנאָך האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז ס׳איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון איר בראָך, היות ער איז זײער נאָענט צום האַרצן. געבראַכט איר ראָמאַשקע–טײ און ברױט.

װי מאָדנע איז דאָס לעבן… די מאַמע האָט זיך קײן מאָל ניט אױסגעטײלט מיטן גוטן געזונט. דער טאַטע, פֿאַרקערט, איז תּמיד געװען זײער אַ געזונטער, ספּאָרטיװער מענטש, געמאַכט גימנאַסטיק יעדן אין דער פֿרי — און דאָך איז שוין אַוועק 9 יאָר, זינט דער טאַטע איז געשטאָרבן איר אויף לאַנגע יאָר. און װער װײסט, װיפֿל איז אַצינד געבליבן לעבן אַנע פּאַװלאָװנען? פֿונעם בעט װעט זי שױן געוויס ניט אױפֿשטײן — נאָר עס קאָן דױערן נאָך יאָרן. װאָס שײך מיר, יעדעס מאָל, װען איך פֿלי מיטן עראָפּלאַן, האָף איך, אַז ס׳וועט אַלץ אַדורך בשלום, פֿון דעסטוועגן, בין איך גרײט צום סאַמע ערגסטן…

איגאָר קיסין

װען אין 1997 האָט מען מיר צוגעטיילט די פּרעמיע „טריִומף‟ און איך בין צום ערשטן מאָל געקומען קײן רוסלאַנד נאָך אונדזער אַװעקפֿאָרן, האָב איך אױף דער צערעמאָניע געהאַלטן אַ רעדע װעגן דעם, אַז דאָס לעבן איז שײן צוליב די אומדערװאַרטקײטן, װאָס עס ברענגט. אַװדאי טרעפֿן זיך סײַ אָנגענעמע און סײַ אומאָנגענעמע לעבנס־סורפּריזן, אַפֿילו ביטערע, אָבער דאָך, מיין איך, איז עס בעסער אַזױ, אײדער אַנדערש (װי כ׳האָב אָנגעשריבן אין אײנעם אַ ליד, „ס׳װאָלט סקוטשנע, מסתּמא, דאָס לעבן געװען אָן סורפּריזן‟). אַגבֿ, איך אַליין בין געװען אַ סורפּריז, װײַל די טאַטע–מאַמע האָבן אין יענער צײַט ניט געהאַט בדעה צו האָבן אַ צװײט קינד, — נאָר װען איך בין געבױרן געװאָרן, זײַנען אַלע געװען זײער גליקלעך. דער טאַטע איז געװען אַזױ גליקלעך צו האָבן אַ זון, אַז ער האָט על–פּי טעות געקױפֿט אַ שטיק פֿלײש אָנשטאָט אַ הון, װי די באָבע רחל האָט אים געבעטן.

מע האָט געמאַכט זאַראָטשקאַן אַ קאָמפּיוטער–טאָמאָגראַפֿיע.

טאַטיאַנאַ איז זײער אַ װױלע. זי האָט מיר געזאָגט, אַז הײַנט איז אַנע פּאַװלאָװנע געװען לעבעדיקער, אײדער נעכטן. דערזען מיך, האָט אַנע פּאַװלאָװנע זיך דערפֿרײט (אין די לעצטע עטלעכע טעג האָט זי רעאַגירט גלײַכגילטיק).

בײַדען האָט געזאָגט יוסף כּהנען, אַז די פֿאַראײניקטע שטאַטן זײַנען ניט נאָענט צו באַנײַען דעם אָפּמאַך מיט איראַן. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז סאַודיע געװאָרן מילדער בנוגע איראַן. עפּעס קומט פֿאָר הינטער די קוליסן — װי שטענדיק אין פּאָליטיק. 

איך האַלט אין אײן לײענען די „תּהילים‟ אין יהואַשס איבערזעצונג און מאַך מײַן אייגענע איבערזעצונג אױפֿן יסוד פֿון יהואַשס, פּרוּװנדיק מאַכן זי װײניקער דײַטשמעריש און מער הײַנטצײַטיק; דערצו ניץ איך אױס מער העברעיִזמען, כּדי עס זאָל קלינגען מער „תּנכיש‟.

הײַנט איז יהודה עמיחיס [4] געבױרן־טאָג. „עלו פרחים בשדה, עלו עשבים בלחיי, הכל היה אפשרי‟ — יאָ, אַפֿילו אױב אין לעבן איז ניט אַלץ מעגלעך, איז אין קונסט אַלץ מעגלעך, זאָל  ז ײַ ן  מ ע ג ל ע ך! „היה לך צחוק ענבים: הרבה צחוקים, ירוקים ועגולים‟ [5], „אַגַּן הַסַּהַר מֻתְאָם לְקַו לְחָיַיִךְ, חֵיקֵךְ – לְקַו לְחָיַי.‟ [6], „עיניך חמות עדיין כמיטות, הזמן שכב בהן‟ [7]
„אך אטי ומתוק היה הזמן שבינינו, 
אטײם ומתוקים היו הלילות, 
כשידי לא נגעו ביאוש זו בזו 
אלא, באהבה, בגופך, שהפריד כך ביניהן‟ [8]
הסתובבי עכשו. ראו את השקע
העובר בגב ומתעמק בין עכוזים. מי
יוכל להגיד היכן אלה מתחילים והיכן
מסתימים הירכים; הנה התמוכות הנועזים
של אגן הירכים, עמודים של רגלים
וקרזול קשוט שער הלניסטי
מעל לירוה. הקשת הגותית השואפת
אל הלב וכמו נר אדמדם ביזנטי בין
רגליה‟
[9]

אַזאַ מין באַשרײַבונג פֿון װײַבערשע אוצרות האָב איך אין ערגעץ מער ניט געלײענט!

״און אוונדזערע טאַטעס װײנען האָבן אונדז דערלױבט זיך צו לײגן צוזאַמען. / “כאב אבות עמד לנו./ בכי קדום התיר לנו את העריות.״

יאָ, בײַ אונדז ייִדן איז אַלץ, אַפֿילו גוף–תּענוגים, געקניפּט און געבונדן מיט אונדזער עבֿר, בתוכם „אונדזערע טאַטנס װײנען‟… אַגבֿ, אַ גענעטישער אַנאַליז האָט געװיזן, אַז קאַרינאָטשקע און איך זײַנען װײַטע קרובֿים: מיר האָבן 0.37% געמײנזאַמע גענען! װי עס זאָל ניט זײַן, איז אונדזער פּאָעזיע, הן העברעיִשע, הן ייִדישע, שטייט באמת אױף די הײכן פֿון דער װעלט–ליטעראַטור.

אין מאָסקװע איז בײַ אונדז געװען אַ בוך װעגן אַלעקסײ נאַסעדקינען [5] (אַגבֿ, האָט ער זיך געלערנט בײַ דער זעלבער לערערין װאָס אַלאָטשקע: בײַ אַנאַ דאַנילאָװנאַ אַרטאָבאָלעװסקאַיאַ). צװישן אַנדערס, איז דאָרט געדרוקט געװאָרן אַ לאַנגער אינטערװיו מיט אים, וווּ ער, דערצײלנדיק װעגן זײַנע בכורות אין קונסט, האָט געזאָגט, אַז נאָך אין די דערװאַקסלינג–יאָרן האָט ער זײער ליב געהאַט סקולפּטור, דראַמאַטישע ספּעקטאַקלען און פּראָזע, און אַז פּאָעזיע און מאָלערײַ האָט ער ליב באַקומען אַ סך שפּעטער. בײַ מיר איז געװען פּונקט פֿאַרקערט: פֿון די אַלע קונסט–פֿאָרמעס (אַ חוץ מוזיק, אַװדאי) האָב איך נאָך פֿון קינדשאַפֿט אָן מער פֿון אַלעמען ליב געהאַט דװקא פּאָעזיע און מאָלערײַ. שױן לאַנג האָב איך געמאַכט דעם אױספֿיר, אַז נאַסעדקין האָט אַזוי געזאָגט, װײַל ער איז בטבֿע געװען אַן אינטעלעקטועלער מוזיקער, און איך — אַן עמאָציאָנעלער. יאָ, פּאָעזיע האָב איך תּמיד ליב געהאַט — און ניט בלױז לײענען, נאָר אױך רעציטירן אױף אַ קול…

[1] האַאַפּסאַלו — אַ קוראָרט־שטאָט אין עסטלאַנד אויפֿן ריגער אײַנגוסטברעג
[2] דער מאַן פֿון מײַן מאַמעס נאָענטסטער חבֿרטע
[3] די ציטאַטע פֿון אַהרן װערגעליסעס ליד „דער טעאַטער פֿון מײַן נשמה‟
[4] יהודה עמיחי (1924־2000) — ישׂראלדיקער פּאָעט
[5] עס איז געווען בײַ דיר דער געלעכטער פֿון ווײַנטרויבן:
אַ סך געלעכטערס, גרינע און קײַלעכדיקע
[6] די לבֿנה איז צוגעפּאַסט צו דער ליניע פֿון דײַנע באַקן
דײַן בוזעם — צו דער ליניע פֿון מײַנע באַקן
[7] דײַנע אויגן זײַנען נאך אַלץ וואַרעמע ווי בעטן, די צײַט איז געלעגן אין זיי
[8] אָבער לאַנגזאַם און זיס איז געווען די צײַט צווישן אונדז,
לאַנגזאַמע און זיסע זײַנען געווען די נעכט,
ווען מײַנע הענט האָבן ניט אָנגערירט מיט ייִאוש איינע די צווייטע,
נאָר, מיט ליבע, דײַן גוף, וואָס האָט אַזוי צעפֿירט זיי.
[9] טו אַ דריי איצט. זעט דעם טאָל וואָס גייט אַדורך דעם רוקן און ווערט טיפֿער צווישן די געזעסן. ווער קען זאָגן ווען עס הייבן זיך אָן און ווען ענדיקן זיך די דיכן; אָט זײַנען די דרייסטע פֿאָרמען פֿונעם טאַז, די סלופּן פֿון די פֿיס און דער העליניסטישער טויער איבער יענעם מקום. די גאָטישע אַרקע וואָס שטרעבט צו דעם האַרץ און ווי דאָס ביזאַנטישע רויטלעכע ליכטל צווישן אירע פֿיס
נאַסעדקין, אַלעקסײ (1942־2014) — סאָוועטישער און רוסלענדישער פּיאַניסט, פּעדאַגאָג, קאָמפּאָזיטאָר

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s