(אַ שונד-נאָוועלע פֿון ייִדישן לעבן אין אַמעריקע)
עמיל קאַלין
ערשטער קאַפּיטל
לייבל ראָזנער אָדער „אַנקל ליִאָ‟, ווי מ׳האָט אים גערופֿן אויף דער גאָר אײַנגעשרומפּענער בראַנזשע פֿון דעם ניו-יאָרקער ייִדישן טעאַטער, האָט זיך געוואַלגערט די לעצטע פּאָר חדשים אין עפּעס אַ דירה אין קווינס, וואָס האָט זיך געפֿונען אַ צען מינוט צו פֿוס פֿון דער Q־ באַן־סטאַנציע — דער איינציקער „פּלוס‟, וואָס די דאָזיקע דירה האָט געהאַט איבער אַלע אירע מינוסן.
זײַן צימער — אַ לאַנגער און שמאָלער — איז אים נישט זייער געפֿעלן געווען, אַ בעט פֿאַר איין פּאַרשוין, אַ בענקל און אַ קליינער קליידער-שאַנק — אַלץ האָט פֿאַרנומען דעם גאַנצן חלל, אַז מ׳האָט אינעם צימער מער נישט געקענט אַרײַנשטעקן קיין נאָדל. בײַ נאַכט האָט זיך דאָרט געשטעלט אַ געשטאַנק פֿון פֿײַכטקייט און קויטיק וועש, וואָס צו זײַן גענויערדיקער סיבה איז נישט גרינג געווען צו דערגיין. דאָס האָט אים אָבער ווייניק געאַרט, ווײַל לייבל האָט ווויל געוווּסט, אַז אַזוי צי אַנדערש וועט ער מוזן אין אַ געוויסן מאָמענט אײַנפּאַקן ווידער זײַנע זאַכן, אַרײַנוואַרפֿן אַלץ אין די צוויי גרויסע רענצלעך — און הײַדאַ אין דער וועלט אַרײַן.
ער האָט שוין שלום געמאַכט מיט זײַן אַקטיאָרישן לעבן פֿון אַן אייביקן נע-ונד. צוריק געשמועסט, האָט ער שלום געמאַכט, בלית-ברירה, מיט אַלץ, וואָס איז אים געקומען אַנטקעגן. אַז מע האָט אים געשטעלט אַ פֿראַגע וועגן זײַן אַקטיאָרישן לעבן, פֿלעגט ער האָבן אַ צוגעגרייטן ענטפֿער: „די אַקטיאָרן פֿון דער ׳ווילנער טרופּע׳ זענען דען נישט אַרומגעפֿאָרן קרוע-בלוע איבער גאַנץ אייראָפּע? אַזאַ איז דער גורל פֿון אַ ייִדישן שוישפּילער!‟
עס האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז ער האָט געדאַרפֿט אַרויסמופֿן [אַרויסציִען זיך, אַמער. — רעד.] פֿון דעם אַפּאַרטמענט פֿריִער ווי ער האָט געקענט זיך פֿאָרשטעלן; אַ חוץ אים, האָט אין דער דירה געוווינט נאָך איין פּאַרשוין: אַ הויכער, שווײַגנדיקער גוי מיט אַ קאָפּ גרויע, בערשטיקע האָר, אַן עלנטע נשמה, אַ טשודאַק. בשעת זיי האָבן זיך באַקענט האָט ער לייבלען דערציילט, אַז ער שטאַמט פֿון ערגעץ אַ העק אין לויִזיאַנאַ, וואָס לייבל האָט קוים געקענט אַרויסרעדן זײַן נאָמען, שוין אָפּגערעדט פֿון געדענקען, און אַז ער איז אַהער געקומען אין דעם „גרויסן עפּל‟, כּדי צו אַרבעטן ווי אַ לויער, פֿאַרדינען שיין, מאַכן אַ קאַריערע, לעבן ווי גאָט. זעט אויס, אַז זײַן פּלאַן האָט נאָך אַ שטיקל צײַט גענומען אונטערצוהינקען, ווײַל פֿון דעם פּאַרשוין האָט נישט געשמעקט מיט סוקצעס, געלט אָדער באַקוועם לעבן. ער פֿלעגט זיך האַלטן פֿון דער ווײַטנס, קוים אַרויסגיין פֿון צימער. דער איינציקער באַווײַז פֿאַר זײַן עקזיסטענץ איז געווען דער קלאַנג פֿון אַראָפּלאָזן וואַסער אין באָדצימער. לייבלען איז אָנגעקומען מאָדנע, וואָס דער הויכער גוי שטעקט נישט אַרויס די נאָז פֿונעם צימער. אפֿשר דאַרף מען קלאַפּן אין דער טיר, געווויר ווערן, אויב ער איז אָלרײַט? — האָט לייבל געטראַכט צו זיך, אָבער די דאָזיקע מחשבֿות פֿלעגן אַוועקפֿליִען פֿון זיך אַליין אין איין אויגנבליק, ווי נודנע פֿליגן.
אַזוי האָט זיך די מעשׂה געצויגן אַן ערך צוויי חדשים צײַט ביז אין איינעם אַ טאָג איז די אַגענטין פֿון דעם „ריעל-עסטעיט‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן וווילשטאַנד פֿונעם אַפּאַרטמענט, אַרײַנגעפֿאַלן אין דער דירה אַ פֿאַרסאָפּעטע, אַ פֿאַרשוויצטע, פּונקט ווען לייבל האָט זיך געקאָכט אַ פּאָר האַרטע אייער. די פֿעטע, קליינוווּקסיקע פֿרוי האָט אָנגעזאָגט לייבלען, אַז דער צווייטער אײַנוווינער „סטיוו‟ (ער האָט אין גאַנצן פֿאַרגעסן דעם נאָמען, אַ חרפּה) איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. ער איז נעכטן אַרונטערגעשפּרונגען אונטער די רעדער פֿון דער C-באַן אויף דער „קאָלאָמבוס סירקל‟־סטאַנציע. אַ גרויסע טראַגעדיע.
לייבל האָט אַראָפּגענומען דאָס טעפּל פֿון דער פּליטע, געשטעלט עס אונטער קאַלט וואַסער און פֿאַר די אויגן איז אים פֿאַרלאָפֿן די שוידערלעכע סצענע. אַ שרעק, די באַן האָט געוויס צעשמעטערט סטיווס קערפּער אויף שטיק-שטיקער. ס׳אַ נעבעך אַ שטאָק אַרבעט צו רייניקן איצט די סטאַנציע… דאָס האָט אַ טראַכט געטאָן לייבל, נאָר אויף אַ קול האָט ער געזאָגט: „טעריבל! שוידערלעך… ער האָט כאָטש געלאָזט אַ צעטעלע?‟
די פֿרוי האָט נעבעך נישט געוווּסט פֿון קיין חלום און קיין פּיתרון, קיין צעטעלע אָדער אַ בריוול. זי האָט זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ לייבלען טאָמער האָט ער באַמערקט אַן ענדערונג אין סטיווס פֿירונג אין די לעצטע טעג. וואָסער ענדערונג? געווען און פֿאַרבליבן אַ פֿאַרבאָרגענער שווײַגער. מע האָט געדאַרפֿט אַרײַנשמײַסן אין אים, כּדי אַרויסצוקריגן אַ וואָרט. לייבל האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ: „דעפֿיניטלי נאָט‟ [בדרך־כּל, ניין — רעד.] און אַרײַנגעוואָרפֿן גרויסע שטיקער איי אין מויל. ס׳איז אים פּלוצעם באַפֿאַלן אַ משוגענער אַפּעטיט.
די קליינוווּקסיקע פֿרוי האָט אים דערלאַנגט איר וויזיט-קאַרטל, וווּ עס איז געשטאַנען איר טעלעפֿאָן־נומער אין אָפֿיס. לייבל האָט איר געזאָגט, אַז ער האָט שטענדיק געמיינט, אַז זי איז די בעל-הביתטע. די קליינע, אָנגעשטאָפּטע פֿרוי האָט זיך פּלוצעם הויך צעלאַכט, ווי מע וואָלט זי אָנגעהויבן קיצלען. הלוואַי וואָלט זי געווען די אייגנטימערין! נאָך דעם וואָס איר געלעכטער האָט זיך אויסגעלאָשן, האָט זי אים געבעטן, ער זאָל איר טעלעפֿאָנירן אין פֿאַל, אויב ער געפֿינט עפּעס וואָס קען וואַרפֿן ליכט אויף די סיבות, וועלכע האָבן געטריבן סטיווען זיך צו נעמען דאָס לעבן. יעדע איינצלהייט איז וויכטיק. זי האָט אים געגעבן צו פֿאַרשטיין, אָז דאָס „ריעל-עסטעיט‟־געשעפֿט האָט מורא מ׳זאָל אים נישט שלעפּן אין געריכט, צוליב אַלערלײַ סיבות. אַ טויטער אין דער „אַפּאַרטמענט‟ איז קיינמאָל נישט גוט פֿאַרן ביזנעס.
ווי נאָר די אַגענטין איז אַוועק האָט לייבל גענומען נישטערן אין דעם צימער פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם מיטוווינער. זײַנע הענט האָבן געאַרבעט שנעל, ווי פֿון זיך אַליין. אַ פּאָר דאָלער וועלן סטיוון שוין נישט העלפֿן איצט, אָבער לייבלען וואָלטן זיי שטאַרק צו נוץ געקומען. ער האָט געהאַט אַ געפֿיל, אַז יעדן מאָמענט קען אַרויסקומען פֿון אַ בת-קול, פֿון אַ באַהאַלטענעם ווינקל, און אים מוסרן, הלמאַי טוט ער אָנטאַפּן די זאַכן פֿון אַ בר-מינן. ער האָט אַ האַרץ פֿון אַ גזלן! ער האָט נישט דעם אייבערשטן אין זינען! ער גיט אַזוי לײַכט נאָך דעם יצר-הרע! אַז ס׳וואָלט פֿאַרבליבן אין אים, כאָטש איין טראָפּנדל יושר אויף אַ רפֿואה, וואָלט ער זיך גלײַך אויסגעדרייט און פֿאַרלאָזט דעם פֿרעמדן צימער…
נאָר דאָס בת-קול האָט געשוויגן, ווי סטיוו, און לייבל האָט ווײַטער נאָכגעגעבן זײַן נײַגעריקייט און טליִענדיקער האָפֿענונג. אין אַ שאָפֿלאָד אין סטיווס שרײַבטיש, צווישן אַלערלײַ לעגאַלע דאָקומענטן און פּאַפּירן האָט לייבל געפֿונען אַן אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיע, אויף וועלכער סטיוו האָט אויסגעזען ייִנגער מיט אַמווייניקסטן צוואַנציק יאָר. שוין דעמאָלט איז ער געווען הויך, דאַר און מיט אַן אויסגעטריקנט פּנים, אָבער די טשופּרינע האָר איז נאָך געווען העל-ברוין און נישט גרוילעך, ווי לייבל האָט אים געדענקט. אין סטיווס אויגן האָט זיך געלאָזט זען אַ מין רויִקע פֿרייד. דאָס האָט לייבלען פֿאַרחידושט. לעבן סטיוו איז געשטאַנען זייער אַ צוציִענדיק שמייכלענדיק מיידל, בלוט און מילך, אַ הייסע שטיק. ווער איז זי? זײַן אַמאָליקע חבֿרטע, שוועסטער, קוזינע? אויף יענער זײַט פֿאָטאָגראַפֿיע איז קיין וואָרט נישט געווען.
לייבל האָט אַ ציטער געטאָן פֿאַר באַגער. מאָדנע, וואָס אַ פּאָלנע פֿרעמדע פֿרוי קען דערוועקן אין אים אַזעלכע כּמעט-פֿאַרגעסענע געפֿילן. מאַסטורבירן? ניין, זיך מהנה זײַן מיט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, פֿון וועלכער עס קוקט אויף אים דער פֿאַרשטאָרבענער סטיוו, איז צו משונה-ווילד, נידעריק. ער איז נאָך נישט געפֿאַלן אַזוי טיף, נאָך נישט אָנגעטאַפּט די סאַמע דנאָ. על־כּל־פּנים, לייבל האָט אַרײַנגעשטעקט די פֿאָטאָגראַפֿיע אין זײַן קעשענע — אויף נישט צו באַדאַרפֿן.
אין אַן אַנדער שופֿלאָד האָט לייבל זיך אָנגעשטויסן אין אַ טוץ סלוייִקלעך מיט אַלערליי פּילן: אַספּירין, פּילן קעגן ווייטיק, „פּראָזאַק‟, שלאָף-פּילן, וויטאַמין D, וויטאַמין C און אַנדערע פֿלעשעלעך, וואָס ער האָט נישט געהאַט קיין געדולד אויסלייענען זייערע עטיקעטן. לייבל האָט גערעכנט, אַז די דאָזיקע רפֿואות קענען קאָסטן אַ מאַיאָנטיק. ער האָט אויסגעליידיקט דעם שופֿלאָד און אַריבערגעטראָגן אָט די שטוביקע אַפּטייק אין זײַן צימער — אויף נישט צו באַדאַרפֿן.
אויך צו מאָרגן, האָט לייבל ווײַטער אָנגעטאַפּט סטיווס זאַכן, אָבער אַצינד מיט ווייניקער חשק און נאָך אַ קורצער ווײַל איז ער מיד געוואָרן פֿון זיך גריבלען אין סטיווס „אינגעווייד‟. ער האָט פֿאַרלאָזט דעם צימער און ווײַטער מער נישט אַריבערגעטראָטן די שוועל.
די קליינע פֿעטע פֿרוי פֿון דעם „ריעל-עסטעיט‟־געשעפֿט האָט אָנגעזאָגט לייבלען, אַז סטיווס אַ קרובֿ, וואָס וווינט אין קאָנעטיקעט, דאַרף קומען אָפּנעמען די איבערגעבליבענע זאַכן פֿון צימער, אָבער די טעג זענען אַריבער און קיין שום קרובֿ האָט זיך נישט באַוויזן. נאָך אַן ערך צען טעג איז די קליינע פֿרוי אַרײַנגעקומען אין דער דירה, נישט לאָזנדיק וויסן פֿון פֿאָרויס, באַגלייט פֿון צוויי לײַביקע חבֿרה־לײַט מיט ריזיקע דלאָניעס. זיי האָבן אויסגעליידיקט דעם צימער פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם אין אַן אויגנבליק. סטיווס זאַכן האָבן, געוויס, געפֿונען זייער מנוחה-ניכנע ערגעץ אין אַ שײַטער.
ווײַטער איז דאָס לעבן געגאַנגען שאַ און שטיל, ווי אויף שטילע וואַסערן. סטיוו איז געוואָרן נישט מער ווי אַ בלעטל געשיכטע. מענטשן זענען אַרײַנגעקומען אין דעם אַפּאַרטמענט צו זען סטיווס צימער, אָבער אַלע האָבן געוואָרפֿן אויף אים אַן אומחן.
איין פֿרימאָרגן איז אַרײַנגעקומען אַ משפּחה מיט צוויי קינדער, וואָס האָט געוואָלט דינגען דעם גאַנצן אַפּאַרטמענט. לייבלען איז דער געדאַנק גאָר נישט געפֿעלן געוואָרן, אָבער ווער רעכנט זיך מיט זײַן דעה? די אַגענטין האָט אַרומגעקוואָקעט אַרום דער משפּחה אומדערמידלעך, נישט אָפֿט קומט אויס לייגן אַ גאָלדן איי. דאַכט זיך, אַז דער אַפּאַרטמענט איז דער משפּחה שטאַרק געפֿעלן געוואָרן, ווײַל אינעם זעלבן טאָג האָט די אַגענטין מודיע געווען לייבלען, אַז ער דאַרף זיך אַרויסציִען פֿון זײַן צימער אין צוויי וואָכן אַרום, פּונקט ווי עס שטייט אין דעם אָפּמאַך.
איצט האָט לייבלען באַנג געטאָן, וואָס ער האָט אונטערגעשריבן דעם אָפּמאַך בלינדערהייט און נישט געלייענט די קליינע אותיות. יעדנפֿאַלס, איז עס אַן אָפּגעטוענע זאַך. ער קען נישט צוריקדרייען דאָס רעדל. לייבל האָט אויפֿגענומען די ווערטער פֿון דער אַגענטין מיט אַ שמייכל. ער האָט אַפֿילו געפֿונען אַ וויץ וואָס איז געווען פּאַסיק פֿאַר דער סיטואַציע, אָבער בײַ נאַכט, ליגנדיק אין זײַן שמאָלער בעט, האָבן די ספֿקות זיך געגריזשעט אין אים; דער צימער דאָ איז ממש אַ מציאה פֿון אַ גנבֿ. די רענט האָט געמעגט זײַן כאָטש טאָפּלט. פֿון וואַנען וועט ער אַרויסקריגן געלט פֿאַר אַ לײַטישער וווינונג? ער קען נישט לעבן אין אַ געגנט מיט פּימפּס, זונות און דראַג־דילערס. ער איז למעשׂה אַ בעטלער, אַ דלפֿון, אַן קבצן אין זיבן פּאָלעס, וואָס האָפּסקעט אויף די ברעטער און פֿאַרווײַלט דעם עולם. אַ מאָל איז ער טבֿיה דער מילכיקער, אַ מאָל סטעמפּניו, אַ מאָל בר-כּוכבא, אָבער תּמיד לעבט ער מיט דער זאָרג פֿאַרן מאָרגן.
דערווײַל האָט זיך אים אײַנגעגעבן זיך דורכשלאָגן אַ וועג אין לעבן נאָר מיט נסים. ער גלייבט נישט אין נסים און פֿאַרלאָזט זיך נישט אויף זיי, אָבער ער לעבט צוליב זיי. תּמיד, אַז ער האָט געמיינט, עס איז אַן עק, דער חלף איז שוין אויפֿן האַלדז, איז דער האָז אַרויסגעשפּרונגען פֿונעם היטל. וויפֿל איז אָבער דער שיעור צו ליגן אין פֿרעמדע הענט? לעצטנס, זענען די אונטערנעמונגען און פֿאָרשטעלונגען געוואָרן טאַקע שיטער. דאָס פֿאַרדינען קומט אָן פֿיל שווערער. ווי לאַנג וועט זיך די מעשׂה אַזוי ציִען? ווי לאַנג וועט אים דער וואָגן שלעפּן? פֿערד ווערן אַ מאָל אויך מיד
קאַפּיטל צוויי
לייבל האָט זיך שוין געזען שפּילן, דאָס מאָל ניט אויף דער בינע — די ראָלע פֿון אַ היימלאָזער:
אַ שטאַמלענדיקער, באַיאָרטער מאַן, אָנגעטאָן אין אַ באַרג שמאַטעס מיט אַ צעשויבערטער באָרד, זון-אָפּגעברענט פּנים און צוויי מטורפֿדיקע, בלוט-פֿאַרלאָפֿענע אויגן, וואָס זייערע שוואַרצאַפּלען לויפֿן אַרום, זוכן די נעכטיקע טעג.
דער לעצטער טערמין צו פֿאַרלאָזן דעם אַפּאַרטמענט אין קווינס האָט זיך דערנענטערט צום טאַקט פֿון דעם גרויסן ווײַזער אויף זײַן זייגערל. לייבל איז געזעסן מיט פֿאַרלייגטע הענט און געוואַרט אויף אַ וויסטער מפּלה אָדער אַ נסימדיקער הצלה. די וואָס האָט אַרויסגעשלעפּט לייבלען פֿון דער טיפֿער בלאָטע, איז געווען די צדקת מרת טיילאָר; אַ באַריידעוודיקע אַלמנה, אַן אָנהענגערין פֿון דעם ייִדישן טעאַטער, וואָס האָט זיך דערוווּסט, אַז „אַנקל ליִאָ‟ זוכט אַ דאַך איבערן קאָפּ.
מיס טיילאָר האָט זיך, אָן שהיות, פֿאַרבונדן מיט אים טעלעפֿאָניש און פֿאָרגעלייגט ער זאָל אַריבערמופֿן אין איר אַפּאַרטמענט (דאָס הייסט, אין איינער פֿון אירע אַפּאַרטמענטס), וואָס געפֿינט זיך אויף קאָלאָמבוס־עוועניו, נישט ווײַט פֿון „סענטראַל־פּאַרק‟. רענט? חס-ושלום! זי וועט נישט מאָנען בײַ אים קיין רענט. עס וועט זײַן פֿאַר איר אַ גרויסער כּבֿוד, אויב ער וועט מסכּים זײַן אָנצונעמען איר פֿאָרשלאָג. זי האָט סײַ־ווי בדעה געהאַט זיך אַריבערציִען קיין פֿלאָרידע און פֿאַרברענגען דאָרט ס׳רובֿ פֿון איר צײַט. קיין ניו-יאָרק וועט זי קומען איבערהויפּט צוליב ביזנעס.
די לעבעדיקע אַלמנה האָט אים געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז אין פֿלאָרידע וועט זי זײַן נאָענט צו אירע אייניקלעך. לייבל האָט שוין געקענט זען ווי זי פֿאַרבט אָפּ די האָר אויף בלאָנד אָדער העל-ברוין, שווימט, צעלייגט זיך אויף דער זון און מאַכט גרויסע אָנשטרענגונגען אויסצוזען ווי ייִנגער און געזונט ווי מעגלעך.
אַז לייבל האָט דערזען דעם בנין פֿון רויטן ציגל אויף קאָלאָמבוס־עוועניו, האָט ער שיִער נישט גענומען טאַנצן פֿאַר פֿרייד. זײַנע אויגן זענען געווען ברייט צעעפֿנט, ווי בײַ אָ ייִנגעלע, וואָס שטייט אין סאַמע מיטן פֿון אַ שאָקאָלאַד־קלייט און ווייסט נישט, וואָס צו נאַשן פֿריִער. ער האָט געברומט צו זיך: „וווּ זענען מײַנע גוטע זיבן יאָר, איצט וועט זײַן נאָך אַ פּאָר…‟. אין דער דירה, אַז ער וואָלט זיך נישט געשעמט פֿאַר מיס טיילאָר, וואָלט ער זיך אַ וואָרף געטאָן צו דער ערד און זי געקושט, ווי אַ פֿרומער ייִד קושט די ערד פֿון ארץ-ישׂראל. ער איז אָנגעקומען אין דעם צוגעזאָגטן לאַנד.
די דירה איז געווען קליין, ווי אַ טיפּישע ניו-יאָרקער דירה: די קיך באַזונדערש שמאָל. עס איז נישט געווען דאָרט אָרט פֿאַר מער ווי איין נישט פֿעטן מענטש, אָבער ווי באַלד ער איז אָט דער מענטש און ער קאָכט קיינמאָל נישט, האָט די גרייס פֿון דער קיך אים ווייניק געאַרט. די ווענט אין אַלע צימערן אויך אין באָדצימער זענען געווען באַהאָנגען מיט אַלערלײַ נאַיִווע געשמאַקלאָזע מאָלערײַען וואָס מיס טיילאָר, די אַמאַטאָרישע מאָלערין, האָט שטאַרק שטאָלצירט מיט זיי.
איצט האָט לייבל געשפּילט די ראָלע פֿון אַ קונסט-קענער, וואָס באַוווּנדערט איר טאַלאַנט, אָבער גיט צו פּאַרווענע הערות, כּדי זײַן אָנשטרענגונג איר צופֿרידנשטעלן זאָל זיך נישט וואַרפֿן אַזוי בולט אין די אויגן.
דער שלאָפֿצימער איז געווען טאַקע ליכטיק און באַקוועם. נאָר איין חסרון: לעבן דעם „קינגסײַז‟־בעט, וואָס האָט פֿאַרנומען דאָס רובֿ פֿון דעם צימער, איז געשטאַנען אַ קופּערנער פּאָרטרעט ווי פֿון אַ רוימישן קיסר. „אָ, דאָס איז הענרי, מײַן פֿאַרשטאָרבענער מאַן, באַקענט זיך, ביטע‟, — האָט מיס טיילאָר געשלאָסן די באַקאַנטשאַפֿט צווישן לייבלען און דעם פּאָרטרעט. „הענרי, אַנקל ליִאָ וועט נעכטיקן דאָ אַ שטיקל צײַט. איך ווייס נישט ווי לאַנג, גוט?‟, — האָט מיס טיילאָר געגלעט הענריס קופּערנע האָר. הענרי האָט גאָרנישט געענטפֿערט, אָבער מסתּמא איז דאָס שווײַגעניש געווען אַ „יאָ‟, ווײַל לייבל איז געבליבן שלאָפֿן דאָרטן פֿון דעמאָלט אָן.
לייבל האָט געלעבט טיילווײַז פֿון פֿאָרשטעלונגען סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף ענגליש. די צרה איז וואָס שטענדיק האָט מען אים גענומען שפּילן אין די פּיעסעס, וועלכע זענען „געלאָפֿן‟ גאָר אַ קורצע צײַט. אַ חוץ דעם, האָט ער געהאַט דאָ און דאָרט פֿאָרלעזונגען פֿון שלום-עליכם, צופֿעליקע אויפֿטריטן בײַ געוויסע אָרגאַניזאַציעס אָדער מענטשן. דערצו האָט ער געהאַט אַ באַשיידענע רענטע, וואָס זײַן טאַטע עליו-השלום האָט באַקומען פֿון דער רומענישער רעגירונג, און אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער לויער האָט זי אַריבערגעפֿירט אויף זײַן אייגענעם נאָמען. אַזוי אַרום האָט לייבל געהאַט איבערגענוג פֿרײַע צײַט.
ער האָט געזאָגט צו זיך, אַז עס איז שוין צײַט ער זאָל ווידער לייענען די קלאַסיקערס, שלום אַש אָדער י. י. זינגער. אַ ביסל פּאָעזיע וועט אויך נישט שאַטן: סוצקעווער, מאַנגער, גלאַטשטיין, לייוויק. ער האָט געהאַט גרויסע פּלענער: אפֿשר וועט ער אָנשרײַבן אַ נײַע פּיעסע, באַזירט אויף באַשעוויסעס „נשמה־עקספּעדיציעס‟. אויב „יענטל דער ישיבֿה־בחור‟, אַזאַ מאַכאַרײַקע האָט געהאַט אַן אָפּהילכיקן סוקצעס, נושׂא-חן געווען בײַם עולם-גולם, פֿאַר וואָס זאָל עס טאַקע נישט זײַן זײַן פּיעסע?
מאָדנע באַציִונגען צווישן אַ מאַן און אַן אָפּגעשטאַנענער פֿרוי — איצט איז ממש די צײַט־גײַסט!
אפֿשר קען ער ווערן אויך אַ רעזשיסאָר אָדער נעמען פֿאַר זיך אַ קלינגעוודיקע הויפּט־ראָלע? ווען האָט מען געשפּילט, אַשטייגער, „יאָשע קאַלב‟ אויף דער ניו-יאָרקער בינע צום לעצטן מאָל? ער איז דאָך „יאָשע‟ מיט פֿלייש און ביין. אין דער אמתן, קען ער שפּילן אויך אין Saturday Night Live. פֿאַר וואָס נישט? ער האָט דען ווייניקער טאַלאַנט ווי אַלע פּאַיאַצן דאָרט? פֿאַרקערט, ער קען נאָך זיי געבן אַ „לעסן‟. אַז נישט דער דינער „פֿרעמדער‟ פֿאָדעם, וואָס וואַרפֿט זיך אַרײַן אין זײַן רעדן, צעקאַליעטשעט זײַן אַקצענט און מאַכט אים שפּילן אויף ענגליש בלויז ראָלעס פֿון נערוועזע ייִדישע מענער, וואָס האָבן קאָמפּליצירטע באַציִונגען מיט די מאַמעס. אפֿשר איז נאָך נישט שפּעט נאָך אַלעמען? אפשר קען ער נאָך אַרבעטן איבער זײַן אַקצענט?
ער מוז אָנהייבן אויף ס׳נײַ, פֿירן אַ מער געזונט לעבן: קוקן וואָס ער נעמט אין מויל אַרײַן, מאַכן ספּאָרט, שווימען. שוין צײַט ער זאָל אויפֿהערן פּטרן זײַנע טעג אויף נישטיקע זאַכן, וואָס טויגן אויף כּפּרות און זיך נעמען צו דער אַרבעט.
נאָך דעם קורצווײַליקן באַרג־אַרויף, די „מאַניע‟ מיט אירע געניאַלע פּלענער איז געקומען די דעפּרעסיע, דער „דאַון‟; לייבל האָט נישט געקענט פּועלן בײַ זיך צו לייענען מער ווי אַ פּאָר זײַטן אַ טאָג. אַלץ וואָס ער האָט באַוויזן דורכצולייענען מיט צרות, איז אַרויסגעפֿלויגן פֿון זײַן קאָפּ ווי נאָר ער האָט פֿאַרמאַכט דאָס בוך.
אין דער פֿרי האָט ער זיך ווידער געזען לעבן דער וויטרינע פֿון „דאַנקען דאָונאַטס‟ אויפֿעסן, על-רגל-אַחת צוויי „פּלעין‟ דאָונאַטס און טרינקען פֿון אַ ריזיקער פּלאַסטיק-גלאָז דאָס ביטערע, שוואַרצע געטראַנק, וואָס מ׳עקשנט זיך צו רופֿן „קאַווע‟.
אַיעדן טאָג פֿלעג ער שפּאַנען אויף די גאַסן אָן אַ באַשטימטן ציל, גלאַט אַזוי צו שעפּן אינספּיראַציע פֿון דעם אַרום, אָבער אַלע מענטשן אויף דער גאַס האָבן געהאַט איין פּנים, אָן אַ טראָפּן אייגנאַרטיקייט. די וויטרינעס פֿון די קלייטן זענען אויכעט געווען איין גרויסער גענעץ.
די ניו-יאָרקער הינט האָבן געבילט, זיך אַרומגעשמעקט און באַוואַסערט די שטאַמען פֿון ביימער לויט די זעלבע אוראַלטע געזעצן, אײַנגעקריצט אין זייער בלוט, דאַכט זיך, זינט עס עקזיסטירט דער מין חיה — הונט. נאָכדעם וואָס די גאַסן זענען אים דערעסן געוואָרן, האָט לייבל זיך געווענדט אויף מיזרח און אַוועקגעשפּאַנט צום „סענטראַל־פּאַרק‟, כּדי צו אָטעמען אַ ביסל פֿרישע לופֿט.
אין אַ שמוציקער אָזערע האָבן עטלעכע קאַטשקעס געמאַכט אַ ליאַרעם. אַ מאַמע מיט צוויי קינדער זענען געשטאַנען האַרט בײַם ברעג און געוואָרפֿן שטיקער טרוקן ברויט, וואָס האָבן בײַ די קאַטשקעס אויפֿגעוועקט ווייניק אינטערעס. אויף די זײַטיקע סטעזשקעס האָבן די שלאַנקע, פֿלינקע וועווריקעס מיט צעשויבערטע פֿעלעכלעך געטאָן זייערס: געכאַפּט אַ ניסל, וואָס די לאַכנדיקע טוריסטן האָבן זיי געוואָרפֿן, און אַנטלאָפֿן. דאָס זעלבע האָבן זיי געטאָן מיט הונדערט יאָר צוריק און וועלן עס טאָן אויכעט אין הונדערט יאָר אַרום, אויב זיי וועלן איבערלעבן די גלאָבאַלע דערוואַרעמונג.
לייבל האָט אַיעדן טאָג אויסגעקליבן פֿאַר זיך אַן אַנדער באַנק. זיצן אַ קאַפּעלע לענגער, זופּן געלאַסן פֿון זײַן „דאַנקען דאָונאַטס‟־קאַווע, וואָס איז שוין קאַלט געוואָרן און באַטראַכטן די לויפֿערס וועלכע האָבן אָנגעפֿילט די ברייטע אַלעען. זיי האָבן געאָטעמט שווערלעך מיט אַ פֿײַף, ווי די פֿערד, וואָס שלעפּן אַרום די וועגענער מיט די רוישיקע טוריסטן. יעדער לויפֿער איז געווען פֿאַרטאָן בלויז אין דער אייגענער וועלט. ס׳רובֿ מענטשן זענען געלאָפֿן, פֿאַרשטעקט די אויערן מיט קליינע הערעלעך. גרויסע זון-ברילן האָבן זיי פֿאַרשטעלט די אויגן.
לייבל פֿלעגט באַטראַכטן די מענטשן און פֿרעגן זיך בשעת-מעשה: וועגן וואָס טראַכטן זיי? וועלכע געדאַנקען לויפֿן אַדורך אין זייערע געהירן בשעת זיי רײַבן אויס זייערע טײַערע ספּאָרט־שיך אויף די ענדלאָזע אַלעען? זיי אַלע קוקן אויס טאַקע ענערגעטיש און געזונט, אָבער וואָס איז בנוגע די מחשבֿות? די געפֿילן? עס איז וואַרשײַנלעך אוממעגלעך צו טרעפֿן וואָס עס טוט זיך הינטער די טונקעלע זון-ברילן. לויט די צײַטונגען, איז גאָר מעגלעך, אַז נישט ווייניק פֿון די לויפֿערס נעמען אײַן פּילן קעגן ווייטיק, קעגן דעפּרעסיע.
מ׳שרײַבט, אַז אָט די רפֿואות זענען געוואָרן שטאַרק פּאָפּולער אין די לעצטע פּאָר יאָר.
דאָס הײַנטיקע לעבן הענגט אָפּ פֿון פּילן און וויטאַמינען.
לייבל האָט געפּרוּווט זיך דערמאָנען טאָמער זײַן טאַטע עליו-השלום האָט זיך אַ מאָל באַקלאָגט, אַז ער איז אומגליקלעך, דערשלאָגן אָדער, אַז עס פֿעלט אים אויס ענערגיע. דאָס לעבן איז דעמאָלט געווען פּשוטער. די מענטשן האָבן נישט געהאַט אַזוינע גרויסע אויגן. מ׳האָט געלעבט ווי עס האָט זיך געלאָזט. מ׳איז געווען פֿריילעך — אַ שׂימחה, אַ לחיים, אַ סעודהלע, אַ יום-טובֿ. קיינעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז ער דאַרף אָדער האָט דאָס רעכט צו זײַן גליקלעך. מ׳קען זיך דען פֿאָרשטעלן הײַנט אַזאַ בריאה ווי זײַן טאַטן, וואָס פֿלעגט קרעכצן פֿאַר תּענוג נאָכן אויסטרינקען אַ גלאָז סאָדע-וואַסער און זיך פּאַסמאַקעווען מיט עטלעכע רעפֿטלעך אוגערקע?
ער איז אויך נישט זײַן טאַטן. עס מעג אים געפֿעלן יאָ צי נישט, אָבער ער אַליין געהערט שוין צו אַן אַנדער דור. ער קען נישט „זײַן בשׂימחה‟ צוליב אַ שיינעם פּאָמידאָר אָדער אַ שטיקל חלה, און דאָך האָט ער זיך געגעבן דאָס וואָרט, אַז כאָטש סטיווס סלוייִקלעך וואַלגערן זיך בײַ אים ערגעץ אין שאַפֿע, וועט ער זיי אין קיין שום פֿאַל נישט אָנרירן. עס איז ווויל באַוווּסט, אַז אָט די פּילן זענען ערגער ווי סם. ער וועט אײַננעמען אַ פּיל נאָר אינעם פֿאַל, אויב עס וועט שוין זײַן אַ כּלו כּל הקיצין.
דער רעכטער כּלו כּל הקיצין איז געקומען אַן ערך דרײַ וואָכן נאָכן אַרײַנציִען זיך אין מיס טיילאָרס אַפּאַרטמענט. דעם פֿרימאָרגן איז לייבל אויפֿגעשטאַנען מיט אַ דענערווירנדיקן קאָפּווייטיק און אַ דרוק אין די שלייפֿן; אויך דער פֿאַרשלעפּטער ווייטיק אין די קריזשעס איז געוואָרן שטאַרקער, דערקוטשענדיקער. דערצו זענען צוגעשטאַנען צו דער ליסטע נײַע, ביז איצט אומבאַקאַנטע ווייטיקן אין דער לינקער זײַט פֿון ברוסטקאַסטן.
אַזוי ווי לייבל האָט געציטערט פֿאַר דאָקטוירים און בכלל געהאַט זייער ווינציק צוטרוי צו זיי, האָט ער בלית-ברירה, זיך געווענדט צו דער „פּריוואַטער אַפּטייק‟. זײַנע הענט האָבן גענומען זוכן סטיווס פֿלעשעלעך און סלוייִקלעך, אפֿשר וועט זיך דאָרט געפֿינען די רפֿואה פֿאַר דער מכּה. לייבל האָט אָנגעטאָן די לייען-ברילן און באַטראַכט די עטיקעטן באַריכות, פּרוּוונדיק צו טרעפֿן, אין וועלכע פּילן ער נייטיקט זיך. לסוף האָט ער אײַנגעשלונגען צוויי פּילן פֿון צוויי סאָרטן. אַלע ווייטיקן זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן ווי דורך אַ כּישוף. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן לייבלס לחלוטין נישט קיין געלונגענער ראָמאַן מיט סטיווס פּילן.
המשך קומט