
א
וואָס זאָל איך
בײַם אייבערשטן עפּעס מאָנען?
ער ווייסט דען אַליין ניט
מיט וואָס מיר העלפֿן קאָן ער?
וואַס זאָל איך
אים וועגן מײַנע צרות דערציילן?
ער ווייסט דען אַליין ניט
מיט וואָס מע קאָן זיי היילן?
איך וועל זיך בעסער טיילן
מיט אַלע מײַנע פֿריידן —
זאָל גאָט זיך אויכעט פֿרייען
אין זײַנע הימלישע הייכן…
ב
כאָטש איך גלייב נישט אינעם באַשעפֿער
נאָר ווען עס גייט מיר אין דאָרף און אין שטאָט
זאָג איך: דאַנקען גאָט!
ווען איך פֿיל זיך אין די פֿולע כּוחות
און בין גרייט צו קערן וועלטן
זאָג איך: גאָט זאָל העלפן!
— כ’האָב פֿאַר דיר ניט מורא,
רוף איך אויס צום הימל אָפֿן:
און דערצו איך שעפּטשע:
— זאָלסט מיך גאָט ניט שטראָפֿן…
ג
אויב דו, באַשעפֿער, ביסט דאָ,
איז אין גיכן מירצעשעם
וועלן מיר זיך זיכער זען.
אויב דו, באַשעפֿער, ביסט דאָ,
איז אין שאָטן פֿון דײַן ליכט
באַלד געבן וועל איך אַ באַריכט.
נאָר אויב אין די הימלישע הייכן
איז קיינער דאָרט ניטאָ,
וואָס זשע וועל איך דעמלט טאָן?
אַן אויסוועג געפֿין איך באַלד! —
כ’באַשאַף פֿאַר זיך אַ באַשעפֿער
אין מײַן פֿורעם און געשטאַלט.
און ער טוט מיר אַ וווּנק פֿון אויבן
מיט מײַנע ייִדישע בלויע
נאָר זײַנע געטלעכע אויגן…
22 יולי 2021