
לאה שלאַנגער
אויף דער אויסשטעלונג „ווינטער 2021‟ אינעם מוזיי פֿון קאַריקאַטורן אין חולון האָט מושיק לין, דער באַקאַנטער ישׂראל־קאַריקאַטוריסט און אילוסטראַטאָר, געשאַפֿן אַ מין דיאַלאָג פֿון צוויי געשטאַלטן, גוט באַקאַנט בײַ אונדז אין לאַנד. אויף אַזאַ אופֿן ווײַזט ער דעם יסוד פֿון דער שפּאַנונג אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט און אין דער וועלט בכלל.
אונדז אָבער, האָט ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט דער ייִדישער טייל פֿון דער אויסשטעלונג, וואָס איז אָנגערופֿן געוואָרן „ייִדישפּיץ‟.

צום ערשטן מאָל זינט דעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה, איז געוויזן געוואָרן אַן אויסשטעלונג פֿון קאַריקאַטורן און קאָמיקסן וועגן דער ייִדישער שפּראַך און איר קולטור, ווי עס קומט צום אויסדרוק אויף דער דאָזיקער אויסשטעלונג.
„די 1300־יאָריקע ייִדישע שפּראַך, די עלטסטע צווישן די ייִדישע שפּראַכן אין די תּפֿוצות, דינט ביזן הײַנטיקן טאָג ווי אַ ממשותדיקער גײַסטיקער מקור פֿאַר אינספּיראַציע אין דער גאַנצער וועלט.‟ — שרײַבן נמרוד רשף און רחל אחונוב, — „מיר געפֿינען אויף דער אויסשטעלונג קאַריקאַטורן פֿון פֿאַרשידענע וויכטיקע קינסטלערס, וואָס שאַפֿן אין כּל־מיני סטילן.
ייִדיש, וואָס האָט לכתּחילה געקלונגען ווי אַ דײַטשישער זשאַרגאָן און איז געשריבן געוואָרן מיט העברעיִשע אותיות, מיט אַ מאָדנעם קלאַנג און אַן אַלטן ניגון — נישט ס’וויינט און נישט ס’לאַכט, — אָט די דאָזיקע שפּראַך מיט איר שפּרודלדיקן הומאָר האָט געראַטעוועט דעם גײַסט פֿון ייִדישן קיום. די ייִדישע קולטור און ליטעראַטור האָבן זיך פֿון די פֿאָלקס־מעשׂיות און חכמות, ווי טשאָלנט אין אַ טאָפּ, אויסגעקאָכט פּאַמעלעך, אויף אַ קליינעם פֿײַער במשך פֿון לאַנגע דורות.

דאָס גערודפֿטע פֿאָלק, האָט געפֿונען אין זיך כּוח צו זען אינעם ביטערן גורל אַ טראָפּן הומאָר און זיך מיט אים קוויקן. דעם פֿאָלקס חכמה און וויץ האָבן געפֿונען אַן אויסדרוק אין די ווערק פֿון מענדעלע מוכר ספֿרים, י. ל. פּרץ, באַשעוויס־זינגער ווי אויך בײַ אַנדערע; די מעשׂיות פֿון בעל־שם־טובֿ און רבי נחמן, זײַנען געקומען צום אויסדרוק בײַם פֿאָלק און אין דער יצירה פֿון שלום־עליכמען.
און וואָס איז געווען די שפּראַך פֿון אונדזער ייִדישן טעאַטער אין זײַן וויגעלע? ניין, נישט עספּעראַנטאָ! די ייִדישע קאָמעדיאַנטן האָבן געוווּסט דעם געזעץ, אַז בײַ יעדן וויץ איז פֿאַראַן זײַן שפּיץ.
און צום סוף: ס׳איז גוט, וואָס מ’גיט אָפּ כּבֿוד די שאַפֿערס פֿון אונדזערע אוצרות, און ס׳איז גוט, וואָס די סאַברעס האַלטן פֿאַר נייטיק זיך אַליין אינטערעסירן און פֿאַראינטערעסירן די אַנדערע מיט דער ייִדישער שפּראַך און איר קולטור.