ערשטער ראַנדעוווּ


דניאל גלאי
פּערסאָרנאַזשן:

זישע גאָלדוואַסער
לאה קיטײַגאָראָדצקי
דער קעלנער

אַרגענטינע, 1930ער יאָרן

זישע: (טראָגט אַ באָרד. שפּילט די ראָלע פֿון אַ האָלץ-העקער. ס’האַלט בײַ דער לעצטער סצענע פֿון פּרצעס פּיעסע „פּאָליש אויף דער קייט‟). רײַסט די קייטן! ייִדן, רײַסט, רײַסט די קייטן!..

פֿאָרהאַנג פֿאַלט. מען הערט אַפּלאָדיסמענטן.

קעלנער: (אין אַ קאַװעהױז. ער ווישט אויס די טישן און סדרט אויס דעם געשיר. זינגט זיך זיך צו אױף ייִדיש: „לאָמיר בײדע אַ ליבע שפּילן…“ ).

לאה: (האַלט אין דער האַנט אַ בוקעט בלומען. זי חזרט איבער שטיל און ערנסט). רײַסט, רײַסט די קייטן!
זישע: (בעת ער נעמט אַראָפּ זײַן באָרד, מורמלט ער) רײַסט די קייטן, ייִדן!
לאה: (שמייכלט צו זישען) אַראָפּגענומען די באָרד?.. שוין? אַזוי גיך?
זישע: כ’האָב געוווּסט, אַז איר וואַרט אויף מיר.
לאה: זייער אָנגענעם, לאה קיטײַגאָראָדצקי.
זישע: זישע גאָלדוואַסער.
לאה: כ’ווייס. כ’ווייס… כ’האָב אײַך געזען אויף דער בינע. אײַער נאָמען איז דאָך אין פּראָגראַם.
זישע: לאָמיר צוגיין צו אַ קאַוועהויז.
לאה: ווי לאַנג זענט איר שוין אין אַרגענטינע?
זישע: ווי לאַנג און ווי גוט… קנאַפּע פֿינף יאָר. און איר?
לאה: אומגעפֿער די זעלבע צײַט. אפֿשר אַהער אַרײַנגיין?
זישע: יאָ. אַ גוט אָרט. אַקטיאָרן כאַפּן זיך אַהער ניט אַרײַן. בעסער אַ שטיל אָרט. וואָס באַשטעלט איר? זאָגט נאָר וואָס איר ווילט.
לאה: אַ גלאָז טיי איז גענוג.
זישע: הונגעריק ווי אַ לייב איז מען נאָך אַ פֿאָרשטעלונג!
לאה: באַשטעלט וואָס עס גלוסט זיך אײַך.
זישע: זײַט אַזױ גוט, קעלנער. אַ גלאָז טיי פֿאַר דער פֿרוי… פֿאַר מיר…אַ טאָפּלטן סענדוויטש. איר ווייסט שוין ווי אַזוי… און אַ קאַווע.
לאה: נאָכן שפּילן פֿילט מען דעם הונגער, האַ?
זישע: גלײַך נאָכן אַראָפּנעמען די באָרד… אַ פֿולן טעלער קאָן איך אַראָפּשלינגען.
לאה: אײַער ברען אויף דער בינע האָב איך געפֿילט. איצט, אינטערעסאַנט, זענט איר מער געלאַסן.
זישע: …אַז פֿון דער היים הייסט איר קיטײַגאָראָדצקי. אַ רוסישער נאָמען?
לאה: ייִדיש-רוסיש. מיר האָבן פֿיל אַרומגעוואַנדערט. אפֿשר האָט איר געהערט… מײַן פֿאָטער, וואָס מיר פֿאַרגעטערן, איז הרבֿ רפֿאל קיטײַגאָראָדצקי.
זישע: אַ מיוחסדיקע משפּחה. נו, דאָס געפֿעלט מיר. ס’איז מיר צום האַרצן. נאָר אויב אַן אַקטיאָר וועט גענוג גוט זײַן פֿאַר אים… ווייס איך נישט.
קעלנער: (קומט אַרײַן און סערווירט טיי און דעם סענדוויטש) Por favor, sirvanse.
זישע: Gracias
לאה: זאָגט מיר, גאָלדוואַסער…
זישע: זישע. רופֿט מיך, זישע.
לאה: פּרוּווט דאָ איבערחזרן „רײַסט די קייטן‟. שטילערהייט. נאָר פֿאַר מיר.
זישע: (וואַקלט זיך אַ ביסל) די לעצטע סצענע, מיינט איר…
לאה: זײַט אַזוי גוט. כ’בעט אײַך.
זישע: (קאָנצענטרירט זיך אַ ווײַליטשקע און באַלד שטייט ער אויף. מיט פּאַטאָס) „רײַסט, רײַסט די קייטן, ייִדן!‟
קעלנער: (אַ דערשראָקענער) Que? Que paso?
זישע: (באַרויִקט אים) Todo en orden. No se preocupe.
לאה: וווּנדערבאַר!
זישע: און וווּ וווינט איר, לאה?
לאה: אין וויזשאַ לינטש. דעריבער קאָנען מיר ניט זיצן אַ סך. אַ לאַנגע רײַזע האָב איך.
זישע: כ’וועל אײַך באַגלייטן. זאָרגט נישט.
לאה: (צעלאַכט זיך) אָ, ניין, ניין. ס’איז אַ לאַנגער וועג. ביזן אויטאָבוס וועט זײַן גענוג.
זישע: זאָגט מיר… (צווײפֿלט אַ ביסל) עפּעס ערנסט. זענט איר אפֿשר… אַ גרושה?
לאה: (שמייכלט) אַ מאָדנע פֿראַגע. וואָס פּלוצעם?…
זישע: אַזאַ קלאַנג האָב איך געהערט…
לאה: אויב איר ווילט שוין וויסן, איז מײַן ענטפֿער — „יאָ‟. אַ קורצער קאַפּיטל איז עס געווען, בעסער ניט רעדן וועגן דעם.
זישע: (ערנסט) נאָר מיט אַ גרושה אָדער אַן אַלמנה וויל איך חתונה האָבן. אַזוי האָב איך באַשלאָסן!
לאה: (צעלאַכט זיך) איז עס דאָך גוט…
זישע: (שמייכלט) כאָטש מ’האַלט נאָך נישט בײַ דעם… נאָר כ’האָב געוואָלט איר זאָלט וויסן. ס’איז מיר וויכטיק. כ’בין אַ מאָל אַרויס מיט אַ מיידל. מאַשאַ, האָט זי געהייסן. זענען מיר אַרויסגעגאַנגען אַ פּאָר חדשים. געהאַלטן אַזש בײַם חתונה האָבן. דאַן האָט מיך איר פֿאָטער גענומען אין אַ זײַט… און גיט אַ זאָג: „נאָך דער חתונה, גאָלדוואַסער, וועט איר ניט וווינען מיט אײַער מוטער. ס’איז אײַך קלאָר, יאָ?‟. צוויי טעג שפּעטער בין איך געקומען צו מײַן געליבטער און גלײַך אין פּנים איר געזאָגט: אויס שידוך, מאַשאַ! אַזוי פֿאַרגעטערט האָבן מיר אונדזער מוטער… אַ שטאַרקער וווּנד איז עס פֿאַר מיר.
לאה: מײַן מוטער… געדענק איך נישט בכלל. נאָר אַ פֿאָטאָ, אַן איינציקע, האָבן מיר פֿון איר. אַ געוויסן טאָג איז זי אַרויס פֿון שטוב… און זיך מער ניט אומגעקערט. דאָס איז אַלץ וואָס מיר ווייסן וועגן איר.
זישע: (אומעטיק) ענלעך ווי מיט מײַן פֿאָטער. אַ געוויסן פֿרימאָרגן איז ער אַרויס פֿון שטוב… און נעלם געוואָרן. זיך מער נישט אומגעקערט.
לאה: אַפּנים, אַז מיר פּאַסן זיך צו. אַ געראָטענער שידוך.
זישע: אפֿשר. הלוואַי. אַדרבא.
לאה: כ’האָב אַזוי ליב קונסט, ביכער, מוזיק. אין לעבן ניט געהאַט ווען און וווּ זיך צו לערנען. שטענדיק אַרומגעוואַנדערט.
זישע: קונסט איז… (הייבט אויף די הענט) אַ פּאַלאַץ!
לאה: כ’פֿאַרשטיי.
זישע: פֿון פֿאַך אַ שנײַדער בין איך, נאָר וווינען אין אַ פּאַלאַץ וווין איך!
לאה: עס ציט מיך טאַקע צו קונסט. גאַנץ שטאַרק.
זישע: וואָס מיינט איר גענוי?
לאה: צום פּאַלאַץ… צום שנײַדערס פּאַלאַץ.
זישע: אַ באָהעמישע נשמה האָט איר…
לאה: אַזוי זאָגט מען.
קעלנער: (לאָזט דעם חשבון) Algo mas?
זישע: No, gracias
לאה: כ’דאַרף שוין אָנהייבן גיין…
זישע: כ’פֿאַרשטיי… הרבֿ קיטײַגאָראָדצקי, האָט איר געזאָגט… (אומעטיק) ווילט איר זיכער, וואָלט פֿאַר אײַך בעסער געווען אַ פֿרומער מאַן…
לאה: עס מוז ניט זײַן… איך אַליין, בעיקר דאָ, אין אַרגענטינע, האָב זיך גאַנץ דערווײַטערט… אַן אַנדערע וועלט!
(ביידע שטייען אויף. לאה האַלט נאָך אַלץ דעם בוקעט בלומען.)
לאה: (דערזעט דעם אָנקומענדיקן אויטאָבוס) אוי, פּונקט דער 68! מײַן אויטאָבוס!
זישע: די פֿאָרשטעלונג, האָף איך, איז אײַך געפֿעלן…
לאה: זיכער, זיכער!
זישע: טאָ פֿאָרט געזונט און… און…
לאה: מיר וועלן זיך פֿאַרבינדן.
זישע: יאָ. זיכער. כ׳האָף אַזוי. (ער װאַרפֿט צו איר אַ לופֿטקוש.)
לאה: (דער אויטאָבוס הייבט אָן פֿאָרן און פּלוצעם גיט זי זיך אַ קלאַפּ אין
שטערן)
אוי, די בלומען! אין גאַנצן פֿאַרגעסן!
זישע: (זישע גייט פֿאַרבײַ דעם קאַוועהויז. צום קעלנער). Adios, Senior!
קעלנער: (צו זישען) Hasta la vista! (זינגט צו זיך אַלײן) לאָמיר בײדע אַ ליבע שפּילן…
זישע: (גייענדיק ווײַטער דערמאָנט זיך פּלוצעם אין זײַן ראָלע). „רײַסט די קייטן, ייִדן. רײַסט די קייטן!‟

7.10.2018

אַלע רעכט געהערן צו דניאל גלאי.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s