נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 48

אַ אָנדענק־שילד אויפֿן בנין, וווּ ס׳האָט זיך געפֿונען דער “ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט” אין מאָסקווע

12טער אויגוסט 1952

דעם 12טן אויגוסט איז געוואָרן 69 יאָר זינט עס זײַנען דערמאָרדעט געוואָרן אין די קעלערן פֿון דער „לוביאַנקאַ‟, דער סאָוועטישער באַסטיליע, די 13 באַשולדיקטע פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. ס׳רובֿ סאָוועטישע בירגער, בתוכם די ייִדן האָבן זיך דערוווּסט וועגן דעם שרעקלעכן פֿאַרברעך ערשט אין די סוף 1980ער יאָרן, ווען פּרעזידענט גאָרבאַטשאָוו האָט דערקלערט זײַן „גלאַסנאָסט‟־פּאָליטיק. מיין איך, אַז ס׳איז כּדאַי איצט צו דערמאָנען די וויכטיקע מאָמענטן פֿון דער ייִדישער טראַגעדיע, וואָס איז פֿאַרלאָפֿן גאָר אין גיכן נאָכן ייִדישן חורבן.

אין יאָר 1946 איז אויף סטאַלינס טיש געלייגט געוואָרן אַ פּאַפּיר, אין וועלכן ס׳איז געגאַנגען די רייד וועגן דער טעטיקייט פֿונעם „ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟, וואָס האָט זיך נאָך דער מלחמה פֿאַקטיש „פֿאַרוואַנדלט אין אַ צענטער פֿון פֿאַרטיידיקן די אינטערעסן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג‟. גלײַך נאָך דעם האָט סטאַלין געהייסן פֿונאַנדערצולאָזן דעם קאָמיטעט, און זײַן באַשלוס איז מיט ענטוזיאַזם אויפֿגענומען און אויסגעפֿירט געוואָרן.

דער ערשטער קרבן, פֿאַרבונדן דערמיט, איז געפֿאַלן דער פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט שלמה מיכאָעלס. זײַן מאָרד אין דער ווײַסרוסישער הויפּטשטאָט מינסק, איז פֿאַרשטעלט געוואָרן ווי אַן אויטאָ־אַקצידענט. נישט געקוקט אויף דער פֿײַערלעכער טרויער־צערעמאָניע, האָט די מאָסקווער ייִדישע אינטעליגענץ פֿאַרשטאַנען, וואָס איז די אמתע סיבה פֿון מיכאָעלס׳ טויט. די טרויערלעכע דערהויבנקייט האָט זיך גאָר אין גיכן אויסגעלאָזט אין אַ פֿינצטערן גזלנישן פּאָגראָם, ווי ס׳האָט זיך שוין נישט איין מאָל געטראָפֿן אין דער געשיכטע פֿון רוסלאַנד בכלל און אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד בפֿרט.

ס׳זײַנען ליקווידירט געוואָרן איבערן לאַנד די לעצטע ייִדישע לערן־אַנשטאַלטן, פֿאַרלאַגן, אויסגאַבעס, טעאַטערס, ייִדישע סעקציעס בײַם שרײַבער־פֿאַראיין. בסך־הכּל 110 שרײַבערס און געלערנטע זײַנען אַרעסטירט געוואָרן. דער מאָסקווער מאַכט אין שפּיץ מיט סטאַלינען האָט נישט געלוינט דורכצופֿירן אַ מישפּט נאָר איבער די 15 מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט; זייער ציל איז געווען צו דערווײַזן, אַז די פֿײַנטלעכע ייִדישע נעץ פֿון בורזשואַזן נאַציאָנאַליזם, שפּיאָנאַזש לטובֿת אַמעריקע און מערבֿ, ציוניזם האָט אַרומגעכאַפּט גאַנץ סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין דער זעלבער צײַט גייט אָן די מיאוסע אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַיע אויף די אַזוי גערופֿענע „קאָסמאָפּאָליטן‟, נאָך דעם קומט איבערן לאַנד פֿאָר דער פּאָגראָם איבער די ייִדישע דאָקטוירים, „די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן‟…

לעצטנס קאָן מען הערן, אַז אין די סוף 1940ער, אָנהייב 1950ער יאָרן האָבן סטאַלין און זײַנע אויפֿגערייצטע הינט געשאַרפֿט זייערע ציין נישט נאָר קעגן די ייִדן; און ווי אַ בײַשפּיל דערפֿון ווערט געבראַכט דער אַזוי גערופֿענער „לענינגראַדער ענין‟. ריכטיק, פֿון קרעמל האָט זיך טאַקע דערהערט סטאַלינס יעגער־קאָמאַנדע „אַטו!‟ — אָבער אין דעם דאָזיקן „לענינגראַדער ענין‟ האָט די מאָסקווער פּאַרטיי־באַנדע זיך אָפּגערעכנט מיט אַ צווייטער פּאַרטיי־באַנדע, זייערע פּאַרטיי־גענאָסן פֿון לענינגראַד, וואָס האָבן געוואָלט מאַכן שבת פֿאַר זיך.

דער שרעקלעכער סטאַליניסטישער צונאַמי קעגן די סאָוועטישע ייִדן האָט זיך אָנגערוקט מיט אַ מסוכּנעם כּוח… סטאַלינס טויט איז געוואָרן די פֿעסטע דאַמבע קעגן זײַן אייגענעם חייִשן אַנטיסעמיטיזם בײַם לעבן!

אין 1955 האָט די קאָמיסיע, געשאַפֿן בײַם פּאָליטישן ביוראָ פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, נאָכן איבערקוקן די מאַטעריאַלן וועגן דעם „ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟, באַשלאָסן, אַז דער גאַנצער ענין איז פֿאַבריקירט געוואָרן, און אַז די שולד־אָנערקענונגען פֿון די אַרעסטירטע זײַנען בעת די פֿאַרהערן אַרויסבאַקומען געוואָרן בײַ זיי אויף אַן אומגעזעצלעכן אופֿן.

דער ענין פֿון דעם „ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟ איז קוואַליפֿיצירט געוואָרן ווי אַ „פֿאַרברעך פֿון סטאַליניזם‟. ווי עס פֿירט זיך, האָט מען אויך געפֿונען עטלעכע „קרבנות‟ צווישן די אויספֿאָרשער, וואָס זײַנען פֿאַרמישפּט געוואָרן צו עטלעכע יאָר לאַגער־רעזשים.

אין די סוף 1980ער, בשעתן באַקענען זיך מיט די ענינים פֿון די אַרעסטירטע ייִדישע שרײַבערס אין מאָלדאַוויע, ווי אַ „צווײַג‟ פֿונעם אַל־פֿאַרבאַנדישן ענין פֿונעם „ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟, האָב איך זיך געטראָפֿן מיטן קאָלאָנעל פּאָפּאָוו. ער איז שוין געהאַט געווען אין דעמיסיע, אָבער אין די סוף 1940ער, זײַענדיק דעמאָלט אַ לייטענאַנט פֿון די זיכערהייט־אָרגאַנען, האָט גראָד ער געפֿירט די אויספֿאָרשונג איבער די פֿינף ייִדישע שרײַבערס: משה אַלטמאַן, יעקבֿ שטערנבערג, יאַנקל יאַקיר, מאָטל סאַקציער און הערש ריווקין־גײַסינער, וואָס זײַנען פֿאַרשמישפּט געוואָרן צו 10 יאָר קאַטאָרגע.

ניין, קאָלאָנעל פּאָפּאָוו האָט נישט געהאַלטן, אַז דער ענין, וואָס ער האָט ערלעך אויסגעפֿאָרשט, איז געווען פֿאַבריקירט; אויך בײַ די אַרעסטירטע ייִדישע שרײַבערס האָט ער נישט אַרויסבאַקומען זייער אָנערקענונגען בגוואַלד. נאָך מער: זיי אַליין האָבן באַשולדיקט איינער דעם צווייטן אין אַלע פֿאַרברעכן קעגן דער סאָוועטן־מאַכט… דערצו האָט דער קאָלאָנעל פּאָפּאָוו באַטאָנט, אַז נאָך אַלעמען, האָט ער אויסגעפֿירט זײַן חובֿ, און אויף קיין סעקונדע קיין מאָל נישט געצווייפֿלט, אַז ער האָט געהאַט צו טאָן מיט פֿאַרברענטע פֿאַררעטערס פֿון זײַן סאָוועטישן פֿאָטערלאַנד…

ברוקלין, אויגוסט 24, 2021

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s