יעווגעני קיסין
אַפּריל 26
ניט קאַרינאָטשקע, ניט מיך האָט מען הײַנט צו דער מאַמען ניט אַרײַנגעלאָזט מחמת דער מגפֿה, הגם איך האָב ספּעציעל געמאַכט אַן אַנטיגען–טעסט אין דער פֿרי און געװיזן דאָס פּאַפּיר מיטן נעגאַטיװן רעזולטאַט: מ׳האָט זיך פֿאַררופֿן אַזש אױפֿן מיניסטער.

דער מאַמען נעבעך איז ניט װײניק אױסגעקומען איבערצוטראָגן במשך פֿון איר לעבן. זי האָט מיך געבױרן אין אַ קימפּעט–הױז פֿאַר פֿרױען מיט האַרץ–פּראָבלעמען, און גלײַך פֿאַר דעם, װי איך האָב געמוזט קומען אױף דער װעלט, האָט די קראַנקן–שװעסטער, װאָס איז געװען בײַ דער מאַמען, געהאַלטן אַזעלכע דיבורים: „װאָס זשע, האָסט אפֿשר אַ צװײטן מאַן? נײן? װאָס זשע קריכסטו צו האָבן אַ קינד? װעסט דאָך שטאַרבן אויף דער בראָכשטול!‟. אונטער אַזאַ מין „אַקאָמפּאַנעמענט‟ האָט די מאַמע אָנגעשטרענגט איר גאַנץ װילן — און געגעבן מיר דאָס לעבן. אַצינד איז געקומען די צײַט, װען איך זאָל זאָרגן וועגן איר…
דעם אמת געזאָגט, בין איך ניט מסוגל צו פֿאַרשטײן, פֿון װאַנען האָט זיך גענומען דער מיטאָס װעגן דעם, אַז רוסן זײַנען כּלומרשט באַזונדערס גוטהאַרציקע מענטשן. אַװדאי, זײַנען אין אַלע פֿעלקער פֿאַראַן הן גוטע, הן שלעכטע מענטשן, נאָר אױף װעלכן סמך האַלטן זיך אַ סך רוסן פֿאַר מער גוטהאַרציקע, װי אַנדערע, בפֿרט די מערבֿדיקע פֿעלקער, איז פֿאַר מיר ממש אַ רעטעניש. אַזאַ מענטש, למשל, װי מאַקסים גאָרקי, װאָס לעװ טאָלסטױ האָט אים ריכטיק אָנגערופֿן „אַן אמתער מענטש פֿונעם פֿאָלק‟, האָט, אַדרבה, געהאַלטן, אַז די רוסן האָבן אַ נטיה צו זײַן באַזונדערס אַכזריותדיק, און האָט באַריכות געברײַעט מכּוח דעם אין זײַן באַרימטער בראָשור „װעגן דעם רוסישן פּױערטום‟…
אַן אַנדער זאַך, װאָס איך בין ניט ביכלות צו פֿאַרשטײן, איז הלמאַי אין די לעצטע יאָרצענדליקער איז צװישן דער רוסלענדישער אינטעליגענץ פֿאַרשפּרײט געװאָרן די מיינונג, אַז רוסן זײַנען יאַקאָבי באַזונדערס געבילדעטע און גײַסטיקע מענטשן. װען איך האָב געלעבט אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, זײַנען די פֿאָרשטעלונגען מכּוח דעם געװען פּונקט היפּוכדיקע. כ׳געדענק, ס׳איז אַפֿילו געװען אַזאַ אַנעקדאָט:
עסטרײַך האָט געשאַפֿן אַ ים–פֿלאָט–מיניסטעריום. האָט מען זיך אין דער „אונאָ‟ פֿאַרחידושט: „צו װאָס דאַרפֿט איר אַ ים–פֿלאָט–מיניסטעריום, װען איר האָט אַפֿילו ניט קײן ים?‟. די עסטרײַכער האָבן געענטפֿערט: „אָבער אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד איז דאָך דאָ אַ קולטור–מיניסטעריום!‟.
און איצט מחמת עפּעס אַ סיבה האַלטן די רוסן זיך פֿאַר דעם סאַמע געבילדעטן, לײענענדיקן און גײַסטיקן פֿאָלק אױף דער װעלט… נסים–ונפֿלאָות!
דערפֿאַר אָבער… װען איך האָב געלעבט אין רוסלאַנד, איז געװען אַבסאָלוט קלאָר, אַז בלױז פֿאַרביסענע רעאַקציאָנערן און שװאַרץ–מאהניקעס, אַזעלכע װי שאַפֿאַרעװיטש, קאָנען באַניצן דאָס װאָרט „רוסאָפֿאָביע‟ און זײַנע דעריװאַטן, נאָר איצט — אַפֿילו אױפֿן 1טן טעלעװיזיע–קאַנאַל אין אַ נײַעס–פּראָגראַם זאָגט מען: „דער רוסאָפֿאָב בזשעזינסקי‟. נאָך מער: אַפֿילו הרבֿ דוד קאַרפּאָװ [1] באַניצט עפֿנטלעך דאָס װאָרט „רוסאָפֿאָביע‟; אַפֿילו יונע פּינכוסאָװנע מאָריץ, װאָס האָט אַ מאָל איבערגעזעצט אױף רוסיש משה טײפֿס „קיכעלעך און זעמעלעך‟ און איז איצט, װײַזט אױס, געװאָרן אין גאַנצן עובֿר–בטל, שרײַבט לידער װעגן „רוסאָפֿאָביע‟.

נאָך אַלעמען, װאָס די רוסן האָבן אָפּגעטאָן מיט ייִדן, פּאָלאַקן, אוקראַיִנער, פֿינער, ליטװינער, לעטן, עסטן, גרוזינער, טשעטשענצעס, טשערקעסן, טשעכן, אונגערן, נאָך דעם, װי אין משך פֿון יאָרצענדליקער האָבן די באַנדיטן פֿון מאָסקווער קרעמל אונטערגעהאַלטן טעראָריסטן איבער דער גאָרער װעלט (װעגן דעם זאָגן עדות פֿילצאָליקע דאָקומענטן, פֿאַרעפֿנטלעכט אין װלאַדימיר בוקאָװסקיס בוך „דער מאָסקװער פּראָצעס‟), — נאָך דעם אַלעם איז רײדן װעגן „רוסאָפֿאָביע‟ דאָס זעלבע, װי עמעצער װאָלט געהאַט די העזה אַ פּלאַפּל צו טאָן װעגן „גערמאַנאָפֿאָביע‟ נאָכן צװײטן װעלט–קריג! מישטײנס געזאָגט, האָט דער מערבֿ ניט אױסגענוצט זײַן נצחון אין דער קאַלטער–מלחמה — און צוליב דעם האָט אַלערלײ טינוף זיך אין גאַנצן צעגאַרטלט; און, אַװדאי, װי שטענדיק, געפֿינען זיך ייִדליקעס (זעבֿ זשאַבאָטינסקי האָט נאָך מיט העכער הונדערט יאָר צוריק אָנגערופֿן אַזעלכע טיפּן „די ייִדישע דינערשאַפֿט פֿונעם רוסישן פּאַלאַץ‟), װאָס שמעקן זיך צו צו אָט דעם טינוף…
די חששים װעגן זאַראָטשקאַן האָבן זיך באַשטעטיקט: זי האָט אַ פֿאַרלאָזטן קאַנצער… מיר האָבן זי אָפּגעפֿירט אין אַ שפּיטאָל, געװאַרט פֿיל שעהען, און סוף–כּל–סוף (נאָך האַלבער נאַכט) האָט מען זי דאָרטן איבערגעלאָזט.
ס׳איז ממש אומגלייבלעך: פֿון אײן זײַט, האָט זאַראָטשקאַ תּמיד געפֿירט זײער אַ געזונטן לעבנס–שטײגער, נאָר פֿון דער אַנדערער זײַט — באַגאַנגען אַזעלכע גורלדיקע פֿעלערן, אין גאַנצן געטרױט איר מאָסקװער אָסטעאָפּאַטין, ניט געװאָלט גײן צו קײן אַנדערע דאָקטױרים — און יענע האָט גאָרנישט ניט באַמערקט… צי איז זי אַן אידיאָטקע? אַ שאַרלאַטאַנקע? מיר װײסן ניט…
אַפּריל 27
זייער לאַנג געזעסן מיט אַנע פּאַװלאָװנען, געהאָדעוועט זי פֿונעם לעפֿעלע (אַזױ באַקומט זיך בעסער). אין אָװנט האָב איך זי אױך געהאָדעװעט מיט בורעקעס–זופּ, װאָס יוליע האָט געהאַט אָפּגעקאָכט. דערלעבט: אַ מאָל איז אַנע פּאַװלאָװנע געװען מײַן לערערין. אין די מיט 1980ער יאָרן בשעת אונדזערע רײַזעס אין דעם געװעזענעם מיזרח–בערלין און יוגאָסלאַװיע האָט זי אױך אױסגעפֿילט דער מאַמעס פֿונקציעס — און אַצינד האָדאָװע איך זי פֿונעם לעפֿעלע…

שױן איבער 43 יאָר איז אַנע פּאַװלאָװנע אַ טײל פֿון מײַן לעבן. איך בין אַלט 49, אַזױ אַז פֿאַר מיר איז עס זײער אַ לאַנגע צײַט…
װעגן אונדזער סאַמע ערשטער טרעפֿונג געדענק איך בלױז, אַז אַנע פּאַװלאָװנע איז אַרױס אין שול־װעסטיביול פֿונעם רעכטן קאָרידאָר, אָנגעטאָן אין אַ גרין קלײדל און מיט אַ פֿאַרבינטעװעטן פֿוס (ניט לאַנג פֿאַר דעם האָט זי אים געהאַט צעבראָכן). כ׳געדענק אױך, אַז געקומען אין דער שול בין איך דעמאָלט מיט די עלטערן און אָנגעטאָן בין איך געװען אין שאָרטן און אין אַ רױט העמדעלע מיט פֿלאַטערלעך און הינטעלעך. װעגן דעם רעשט פֿון יענעם באַזוך װײס איך פֿון אַנע פּאַװלאָװנען און פֿון דער מאַמעס ווערטער: איך האָב געשפּילט נאָכן געהער נאָך שאָפּענס דריטע באַלאַדע, ליסטס צװעלפֿטע ראַפּסאָדיע, פֿראַגמענטן פֿון טשײַקאָװסקיס „נוסנקנאַקער‟; דערנאָך האָב איך אימפּראָװיזירט מײַן אײגענע מוזיק, און אַנע פּאַװלאָװנע האָט געזאָגט: „װאָס פֿאַר אַ שײנע פּיעסע! שפּיל זי אױס נאָך אַ מאָל!‟ — איך האָב געענטפֿערט: „איך געדענק ניט‟, אַנע פּאַװלאָװנע האָט ניט געגלייבט און פֿאָרגעלייגט: „נו, שפּיל אַן אַנדער פּיעסע‟, דערװאַרטנדיק, אַז איך װעל שפּילן דאָס זעלבע שטיק, — נאָר איך האָב געשפּילט טאַקע עפּעס גאָר אַנדערס. נאָך דעם האָט אַנע פּאַװלאָװנע אַרײַנגערופֿן צװײ אַנדערע לערערינס, די פֿאַרװאַלטערין פֿונעם מוזיקאַלישן לערנטײל און די לערערין פֿון אַלט יעלענאַ יעװגעניעװנאַ ליסענקאָ און די לערערין פֿון סאָלפֿעדזשיאָ יעקאַטערינאַ געאָרגיעװנאַ קרוגליקאָװאַ. איך האָב זײ דעמאָנסטרירט מײַנע פֿעיִקײטן. צום סוף האָט אַנע פּאַװלאָװנע מיר געװיזן די שול און, אומגעקערט זיך צו מײַנע עלטערן, געזאָגט: „ער איז בײַ אײַך עפּעס אַ װילדער!‟, װײַל דעמאָלט בין איך געװען זײער אַ שעמעװדיקער…
אָט די כאַראַקטער–שטריך האָב איך געװיס געירשנט פֿון דער מאַמען. זי האָט מיר דערצײלט, װי אַ מאָל, װען זי איז געװען נאָך אַ קינד און געגאַנגען אין שול, האָט זי אַ שלאָג געטאָן אַ לאַסט–אױטאָ, װאָס איז געפֿאָרן אױף צוריק. זי איז אַראָפּגעפֿאַלן, נאָר צוליב איר שעמעװדיקײט האָט זי אַפֿילו קײן פּיפּס ניט געטאָן. צום גליק, האָט עס עמעצער דערזען און אָנגעהויבן שרײַען צום שאָפֿער: ״שטיי, פֿאָרסט איבער אַ קינד!‟. מיטן זעלבן אױטאָ האָט מען די מאַמע אָפּגעפֿירט אין אַ שפּיטאָל, װוּ מ׳האָט דערזען בײַ איר אַ שטאַרקן קלאַפּ…
יעלענאַ יעװגעניעװנאַ, װי ס׳רובֿ לערערס אין אונדזער שול, האָט זיך גוט באַצױגן צו מיר, נאָר, װי איך האָב פֿאַרשטאַנען און זיך שפּעטער דערוווּסט, איז זי געװען מיר גאָר פֿרעמד לױטן גײַסט. כ׳װעל קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן: סוף מערץ 1988 זײַנען מיר געװען אין טביליסי און דאָרט זײַנען אומגעגאַנגען קלאַנגען װעגן מעגלעכע דעמאָנסטראַציעס לטובֿת דער קאַראַבאַך–באַװעגונג (כ׳געדענק, אַז מע האָט דעמאָלט בכּיוון געװיזן אױף דער דאָרטיקער טעלעװיזיע אַמעריקאַנישע פֿילמען, כּדי צו פֿאַרנאַרן די מענטשן זיי זאָלן ניט גײן אױף די דעמאָנסטראַציעס!), האָט יעלענאַ יעװגעניעװנאַ געזאָגט: „נו, לאָמיר האָפֿן, אַז ׳די פּאַנצערונג איז האַרט, און די טאַנקן אונדזערע זײַנען גיך׳!‟ [2] — און מיט אַן ערך אַ יאָר שפּעטער, דעם 9טן אַפּריל 1989, זײַנען אירע „האָפֿענונגען‟ טאַקע מקױם געװאָרן, און 18 יונגע גרוזינערינס זײַנען דערמאָרדעט געװאָרן פֿון סאָװעטישע מיליטער–לײַט… מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מיר באָריע סלוצקי דערציילט, אַז װען ער איז געקומען צו יעלענאַ יעװגעניעװנאַן נאָך אַ ספּראַװקע, דערקלערנדיק איר, אַז זײַן משפּחה פֿאָרט אַװעק קײן ישׂראל, האָט זי בײַ אים, אַ קינד, אַ פֿרעג געטאָן: „נו, און װי פֿילסטו זיך, ווי פֿאַררעטער פֿונעם היימלאַנד און דײַן שול?‟.
אין נאָװעמבער אָדער דעצעמבער (כ׳געדענק שױן ניט גענױ) 1986 האָט מען אָפּגעמערקט דעם 50–יאָריקן יובילײ פֿונעם מלוכישן סימפֿאָנישן אָרקעסטער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט אַ גאַלאַ–קאָנצערט אינעם גרױסן זאַל פֿון דער מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע. אָט דער קאָנצערט איז טראַנסמיטירט געװאָרן דורך טעלעװיזיע, און איך האָב אין אים אָנטײלגענומען: געשפּילט סקריאַבינס מאַזורקע אין מי–מינאָר און עטיוד אין דאָ–דיעז מינאָר. הינטער דער בינע איז צו אונדז צוגעקומען אַנדריושע איקאָװ (װאָס האָט זיך פֿריִער געהאַט געלערנט אין אונדזער שול און אין יענער צײַט געשפּילט אינעם מלוכישן אָרקעסטער) און האָט געזאָגט אַנע פּאַװלאָװנען: „אַ גרוס אײַך פֿון באָריע סלוצקין,‟ — ניט לאַנג פֿאַר דעם איז דער אָרקעסטער געװען אױף גאַסטראָלן אין אַמעריקע, און אַנדריושע האָט זיך דאָרט באַגעגנט מיט זײַן געװעזענעם שול–חבֿר. יעלענאַ יעװגעניעװנאַ איז געװען דערנעבן, און װען אַנדריושע איז אַוועקגעגאַנגען, האָט זי געזאָגט אַנע פּאַװלאָװנען: „געפֿונען די פּאַסיקסטע צײַט און אָרט איבערצוגעבן אַזעלכע גרוסן!‟.

כ׳דערמאָן זיך אין נאָך אײנעם אַן עפּיזאָד… דוכט זיך, אין נאָװעמבער 1985, בשעת אַ רעפּעטיציע, האָט אַנע פּאַװלאָװנע מיר דערלאַנגט אַ בריװ, װאָס איז געקומען פֿון אַמעריקע אין אונדזער שול אױף מײַן נאָמען. איך האָב אױפֿגעעפֿנט דעם בריװ, גענומען לײענען און דערזען, אַז געשריבן האָט מיר בערטע רײנגבאַלדס [3] זון. ער האָט געהערט די רעקאָרדירונג פֿון מײַן דעביוט מיט שאָפּענס צװײ קאָנצערטן, און מיר אָנגעשריבן װוּנדערלעכע װערטער (בפֿרט, אַז ער האָט דערהערט אין מײַן שפּילן גילעלס׳ שטריכן), געעצהט מיר צו אַרבעטן זײער אַ סך און צו הערן די פּלאַטעס פֿון גילעלסן און ריכטערן, און דערצײלט אַ ביסל װעגן זיך. פֿאַרשטײט זיך, אַז קיין שום „טרייפֿע זאַכן‟ איז אין יענעם בריװ ניט געװען (אַ חוץ, אפֿשר, די אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם, אַז דאָרטן, אין לאָס–אַנזשעלעס, זײַנען פֿאַראַן 40 טעלעװיזיע–קאַנאַלן — בײַ אונדז אין מאָסקװע זײַנען דעמאָלט געװען בלױז 4). װען איך האָב איבערגעלײענט דעם בריװ אױף אַ קול, האָט אַנע פּאַװלאָװנע גענומען רײדן: צו ענטפֿערן צי ניט צו ענטפֿערן? פֿון אײן זײַט, צו ענטפֿערן איז אַן אַקט פֿון העפֿלעכקײט, נאָר פֿון דער אַנדערער זײַט — „אױב דו װעסט האָבן אַ קאָנטאַקט מיט אַמעריקע, װעט מען דיך פֿון לאַנד אין ערגעץ ניט לאָזן פֿאָרן‟. לסוף, האָט אַנע פּאַװלאָװנע זיך געעצהט מיט יעלענאַ יעװגעניעװנאַן, און יענע האָט באַשלאָסן, אַז בעסער ניט צו ענטפֿערן. אָט אַזױ האָבן מיר דעמאָלט געלעבט…
מכּוח יעקאַטערינאַ געאָרגיעװנאַ, האָט זי זיך מיר פֿאַרגעדענקט װי אַ װױלער, באַשײדענער מענטש. מיט עטלעכע יאָר צוריק, װען איך האָב געשפּילט אין מאָסקװע, איז זי געקומען אױף מײַן קאָנצערט און האָט מיר געשאָנקען דעם בריװ, װאָס זי האָט געהאַט אָנגעשריבן איר מאַמען נאָך יענער סאַמע ערשטער טרעפֿונג אונדזערער, װען מ׳האָט מיך צום ערשטן מאָל געבראַכט אין דער שול…
מע װעט מאָרגן 8 אַזײגער אין דער פֿרי אָפּערירן די מאַמע. אינעסע האָט אָרגאַניזירט, מע זאָל דורכפֿירן די רעהאַביליטאַציע אינעם ייִדישן מעדיצינישן צענטער „הגיבור‟.
קאַרינאָטשקע איז געשלאָפֿן זײער שלעכט און פֿילט זיך שרעקלעך…
ניט נעכטן, ניט הײַנט האָב איך ניט געאַרבעט: געװען אָט מיט קאַרינאָטשקען, אָט מיט אַנע פּאַװלאָװנען.
אַפּריל 28
דער מאַמעס אָפּעראַציע איז, דוכט זיך, דורכגעגאַנגען נאָרמאַל. אַװדאי, פֿילט זי גרויסע װײטיקן.
זאַראָטשקאַ איז זײער צופֿרידן, װי מע קוקט נאָך איר אינעם שפּיטאָל. די זאָרג איז, אַז במשך פֿון די קומענדיקע טעג װעט מען גאָרנישט ניט קאָנען טאָן, לכן אפֿשר װעט מען איר מאָרגן אַפֿילו פֿאָרלייגן זיך אומקערן אַהײם. מיר האָבן איר געבראַכט שפּײַז און אײניקע אַנדערע זאַכן. צו איר האָט מען אונדז ניט אַרײַנגעלאָזט, מחמת דער פּאַנדעמיע, נאָר מע האָט אונדז געגעבן אַן אָפֿיציעל פּאַפּיר מכּוח איר שװערן געזונט–צושטאַנד, װאָס אַנדרײ [זאַראַס מאַן — רעד.] זאָל עס װײַזן אין דער אַמבאַסאַדע, כּדי צו באַקומען אַ װיזע װאָס גיכער.
געזעסן לאַנג מיט אַנע פּאַװלאָװנען, אָן אױפֿהער געגעבן איר צו טרינקען װאַסער, אײַנגעשטעלט אױף געטרוקענע פֿלױמען, ווי אויך בורעקעס–זופּ; געהאָדעװעט זי מיט געטרוקענע פֿלױמען און צעקאָכטע בורעקעס. צום גליק, פֿון מײַנע הענט טרינקט זי און עסט אָן שום פּראָבלעמען.

זיץ איך איצט מיט אַנע פּאַװלאָװנען און דערמאָן זיך: „כמו פנקסית במשרד מסחרי אני מחטטת בערימת זיכרונות מתפוררים‟… [4] פֿון אונדזערע ערשטע לימודים האָט זיך מיר פֿאַרגעדענקט בלױז אײן עפּיזאָד, װען איך האָב געשפּילט באַכס פּאָלאָנעז אין סאָל–מינאָר, BWV Anh. 125. אַנע פּאַװלאָװנע האָט מיר געזאָגט, אַז אין די ערשטע צװײ טאַקטן טאַנצן מענער, און אין די פֿאָלגנדיקע צװײ טאַקטן — פֿרױען, און האָט פֿאָרגעלייגט זיך פֿאָרצושטעלן אַזאַ בילד: איך טאַנץ אין די ערשטע טאַקטן, און נאָך דעם קומט אַרױס אַניעטשקע ראָזענבערג — מײַן קלאַס–חבֿרטע און דעמאָלטיקע ליבע. איך האָב אָפּגעשפּילט די ערשטע עטלעכע טאַקטן, און אַנע פּאַװלאָװנע האָט מיר געזאָגט: „דו האָסט באַעװלט אַניעטשקע ראָזענבערג!‟ — דערמיט האָט זי געמיינט, אַז איך האָב געשפּילט דעם „װײַבערשן‟ טײל אינעם זעלבן כאַראַקטער, װי דעם „מענערשן‟.
אַניעטשקע איז געװען מײַן צװײטע שול–ליבע. די ערשטע איז געװען אַנזשעלאַ בעשטאַו, נאָר איך אַלײן געדענק עס ניט: די מאַמע האָט מיר דערציילט מיט פֿיל יאָר שפּעטער, װי איין מאָל, דערזעענדיק אַנזשעלאַ אינעם װעסטיביול פֿון דער שול, בין איך צו איר צוגעלאָפֿן און אויסגעשריגן: „נו, װאָס זשע ביסטו געװען אַזױ לאַנג קראַנק?! כּל–זמן דו ביסט געװען קראַנק, האָב איך זיך שױן פֿאַרליבט אין אַן אַנדער מיידעלע!‟. דאָס אַנדערע מיידעלע איז אָן שום ספֿק געװען אַניעטשקע ראָזענבערג, און דאָס געדענק איך זײער גוט. אַ צווייט מאָל, װען זי איז אַרײַן אינעם קלאַסצימער, האָט אָלעג לעליוכין מיר געזאָגט: „דײַן ליבע איז געקומען!‟, — און איך האָב געענטפֿערט: „און דו לײג ניט קײן אַכט!‟.
גאָר אין גיכן האָט אַנזשעלאַ פֿאַרלאָזט די שול, און נאָר אין די 1990ער האָב איך זי געטראָפֿן אַ פּאָר מאָל: זי און איר מאַמע זײַנען געקומען אױף מײַנע קאָנצערטן אין גריכנלאַנד, װוּהין זײ האָבן זיך געהאַט רעפּאַטריִיִרט. װאָס שײך אַניעטשקען, איז זי געבליבן אין שול ביזן סאַמע סוף, כאָטש נאָכן ערשטן יאָר האָבן מיר זיך געלערנט אין פֿאַרשײדענע קלאַסן: װי באַלד זי איז געװען ייִנגער פֿון מיר, איז זי געבליבן אינעם אַזױ גערופֿענעם „נוליקן קלאַס‟ אױף צװײ יאָר. פֿון דעסטװעגן, האָבן מיר ממשיך געװען זיך באַגעגענען פֿון צײַט צו צײַט; װען מיר זײַנען נאָך געװען קלײן, פֿלעג איך קומען אױף אירע אימענינעס. מיט אַ סך יאָר שפּעטער האָב איך זי געשילדערט אין מײַן דערצײלונג „אין דער לײַבלעכער פֿרעמד‟ אונטערן נאָמען מאַניעטשקע ראָזענפֿעלד…
װידער ניט געאַרבעט…

הײַנט איז בנימין זוסקינס געבױרנטאָג. אַ שאָד, װאָס פֿון זײַן גאַנצער אומגעהײַערער טעטיקײט אױף ייִדיש זײַנען צו אונדז דערגאַנגען בלױז אײניקע װידעאָ–קאַדרען פֿון „קיניג ליר״ (בתוכם „דעם לצס ליד‟) און אַן אױדיאָ–רעקאָרדירונג פֿון סענדערלס דיאַלאָג מיט בנימינען פֿון „מסעות בנימין השלישי‟, — נאָר אַפֿילו פֿון אָט די רעקאָרדירונגען איז קלאָר, אַז ער איז געװען אַ גרױסער אַקטיאָר. באָבע רחל פֿלעגט גײן אינעם „גאָסעט‟ און האָט דערציילט דער מאַמען, װי װוּנדערלעך זוסקין איז געװען. זי האָט אַפֿילו געזונגען דער מאַמען דער כּישוף–מאַכערינס ליד „קום, קום, קום צו מיר…‟.
פֿאַרן שלאָפֿן האָב איך געלייענט אַ ביסעלע נ. מײַזילס הקדמה צו דעם נסתּרס בוך „דערציילונגען און עסײען‟: מיר האָט זיך פֿאַרװאָלט אָפּפֿרישן אין זכּרון אײניקע פּרטים װעגן דעם יונגן נסתּרס פּערזענלעכקײט און יענער גאַנצער קיִעווער סבֿיבֿה פֿון ייִדישע שרײַבערס פֿאַר דער רעװאָלוציע…
אַפּריל 29
מע האָט געמאַכט דער מאַמען אַ בלוט–טראַנספֿוזיע. איך האָב געמאַכט אַ בלוט–אַנאַליז אין שײַכות מיט מײַנע האַלדז–פּראָבלעמען.
אַנע פּאַװלאָװנע װערט אַלץ מער און מער פֿאַרטיפֿט אין זיך… װען קאַרינאָטשקע האָט זי הײַנט אַ פֿרעג געטאָן: „װאָס זאָל איך איבערגעבן עמיליע אַראָנאָװנען?‟, — האָט זי לאַנג געטראַכט און געזאָגט: „גיב איר איבער, אַז כ׳האָב זי זייער ליב…‟. און גאָר ניט לאַנג צוריק האָט זי ניט געװאָלט, אַז די מאַמע זאָל אַפֿילו אױף אַ רגע אַרױסגײן פֿון איר צימער… װען איך האָב געװיזן אַנע פּאַװלאָװנען די מאַמע אױפֿן עקראַן פֿונעם אײַפֿאָן און מיר האָבן בײדע געהאַלטן אין אײן פֿרעגן, צי זי דערקענט זי, האָט אַנע פּאַװלאָװנע טאַקע גאָרנישט ניט געענטפֿערט.
געװיס איז אַנע פּאַװלאָװנע געװאָרן נאָענט צו דער מאַמען בשעת אונדזערע געמײנזאַמע רײַזעס. די ערשטע אַזאַ נסיעה איז געװען קײן באַקו סוף מערץ 1981, װען איך בין געװען אינעם דריטן קלאַס. דאָרטן איז פֿאָרגעקומען עפּעס אַן אַלפֿאַרבאַנדישע קאָנפֿערענץ פֿון ספּעציעלע מוזיקשולן, און פֿון אונדזער שול האָט מען געשיקט פֿיר פּיאַנע–שילערס: ליליע זילבערשטײן, אָליע טערנאָװסקאַיאַ, מישע לידסקי און מיך. צו ערשט האָבן אַלע געשפּילט אין דער מוזיקשול אױף ביול–ביולס נאָמען, און דערנאָך האָט מען אױסגעקליבן די בעסטע (אײַנשליסנדיק אונדזער „גנעסין–פֿירלינג‟) אױפֿן קאָנצערט אינעם פֿילהאַרמאָנישן זאַל, װאָס האָט מיר דעמאָלט אױסגעזען צו זײַן ממש װוּנדערשײן. כ׳געדענק, װי אַנע פּאַװלאָװנע האָט דעמאָלט געזאָגט מיט ענטוזיאַזם, אַז װען אַלץ װעט זיך פֿאַרענדיקן, „װעלן מיר זײַן, װי פֿרײַע פֿױגלען‟, — געמיינט האָט זי דערמיט, אַז מיר װעלן האָבן צײַט צו שפּאַצירן און מהנה זײַן פֿון דער שײנער שטאָט. כ׳געדענק אױך, אַז מישע האָט דאָרטן געשפּילט, אַ חוץ דעם אַלעם, סקריאַבינס פּרעלודיום אין ליאַ–מינאָר פֿונעם אָפּוס 16, און נאָך דעם אין פֿאַרלױף פֿון אַ געװיסער צײַט האָט אָט דער פּרעלודיום זיך אַסאָציִיִרט בײַ מיר מיט באַקו. אײנע זײער אַ װױלע פֿרױ דאָרטן האָט פֿאַרפֿאַסט און געשאָנקען אונדז אַ לירישע פּיעסע פֿאַר פֿאָרטעפּיאַן אינעם אַזערבײַדזשאַנישן קאָלאָריט, װאָס זי האָט אָנגערופֿן „דאָס ייִנגל זשעניע‟ (כ׳געדענק אָט די פּיעסע ביז איצט כּמעט אין גאַנצן). און נאָך אײן טשיקאַװער פּרט איז פֿאַרבליבן אין מײַן זכּרון: בשעת יענער רײַזע האָב איך זיך פֿאַרליבט אין ליליען. אומקערנדיק זיך קײן מאָסקװע, האָב איך געמאַכט אין מײַן בלאָקנאָט אַזאַ נאָטיץ: „אַלע מענטשן אין דער װעלט זײַנען לאָבוסעס, אַ חוץ דער שילערין פֿונעם 9טן קלאַס ליליע זילבערשטײן.‟! דאָס איז געװען דאָס ערשטע מאָל, װאָס איך האָב זיך פֿאַרליבט אין אַ מיידל עלטער פֿון מיר; דאָס צװײטע (און לעצטע) מאָל איז עס געשען מיט 7 יאָר שפּעטער…

אױפֿן װעג צוריק קײן מאָסקװע איז פֿאָרגעקומען מײַן ערשטער קאָנפֿליקט מיט אַנע פּאַװלאָװנען (אַלנפֿאַלס, דער ערשטער קאָנפֿליקט, װאָס איך געדענק). אין אײנעם אַ מאָמענט האָט דער צוג זיך האַסטיק באַװעגט, און צוליב דעם האָב איך צופֿעליק אַ שטורך געטאָן אַנע פּאַװלאָװנע (מיר זײַנען דעמאָלט בײדע געשטאַנען). מע האָט מיר גענומען דערקלערן, אַז איך זאָל זיך אַנטשולדיקן, און איך האָב עס ניט פֿאַרװאָלט טאָן. פֿאַר װאָס ניט פֿאַרװאָלט? אפֿשר, געמײנט, אַז װי באַלד ס׳איז ניט געװען מײַן שולד, דאַרף איך זיך ניט אַנטשולדיקן? כ׳געדענק שױן ניט — נאָר כ׳געדענק, אַז אין משך פֿונעם גאַנצן װעג האָט מען געהאַלטן אין אײן פּרוּװן מיר אײַנרעדן, כ׳זאָל זיך אַנטשולדיקן פֿאַר אַנע פּאַװלאָװנען. בפֿרט, האָט זי געזאָגט אַזעלכע װערטער: „האָדעװען דיך װעלן מיר, לערנען דיך װעלן מיר, נאָר קײן פֿרײַנד װעלן מיר ניט זײַן.‟. סוף–כּל–סוף, שױן אין מאָסקװע, האָט די מאַמע מיך צוגערעדט, איך זאָל אָנקלינגען אַנע פּאַװלאָװנען און בעטן מחילה „פֿאַר מײַן נעכטיקער אױפֿפֿירונג‟. װי אַן ענטפֿער, האָט מײַן לערערין געהאַלטן (אױף װיפֿל מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט) גאָר אַ לאַנגע רעדע, פֿון װעלכער כ׳געדענק איצט בלױז די סאַמע לעצטע װערטער: „זאָל עס זײַן פֿאַר דיר אַן אָנלערנונג אין דער צוקונפֿט.‟…
האַלב טאָג איז געקומען די נײַע װאַרטערין, װאָס אינעסע האָט זי געהאַט רעקאָמענדירט. 9 אַזײגער אין אָװנט איז געקומען אַן אַנדער װאַרטערין, אַ יונגע פֿרױ מיטן נאָמען טאַטיאַנאַ: זי זעט אױס זײער סימפּאַטיש.
אין זאַראָטשקאַס דירה האָט געפּלאַצט דער דאַמפֿקעסל. קאַרינאָטשקע איז געפֿאָרן אַהין. אין אָװנט איז געקומען צו פֿאָרן פֿון דײַטשלאַנד אַנטאָשאַ [זאַראַס זון — רעד.], נאָר זאַראָטשקאַ האָט זיך דערמיט ניט איבעריק דערפֿרײט… ווער ווייסט, װאָס ס׳טוט זיך אין איר נשמה, נעבעך?
צו דער מאַמען איז געקומען אַ פֿיזיאָטעראַפּעװטין און האָט געמאַכט מיט איר זײער פּרימיטיװע איבונגען. זי זאָגט, אַז מאָרגן װעט די מאַמע שױן שפּאַנען. אױפֿזעצן זיך אױפֿן בעט און אַראָפּלאָזן די פֿיס איז זי נאָך ניט מסוגל: ממש אַן אומדערטרעגלעכער װײטיק. אָפּגעפֿירט איר אַ ביסל שפּײַז און נאָך אײניקע זאַכן.
אַנאַבעלאַ האָט סוף–כּל–סוף באַקומען מײַן NHS–נומער — נאָר װען זשע װעלן מיר איצט קאָנען אַװעקפֿאָרן אַהין, כּדי צו באַקומען אַ װאַקצינאַציע? אין דער איצטיקער סיטואַציע װעלן מיר מוזן, װי מע זאָגט אױף ענגליש, play it by ear: ניטאָ קײן ברירה.
הײַנט האָט זיך מיר עפּעס פֿאַרװאָלט שפּילן בעטהאָװענס פֿידל–סאָנאַטעס — צום ערשטן מאָל זינט אַ סך יאָרן.
אױסגעלערנט נאָך עטלעכע שורות פֿון „קיניג ליר‟ אין ש. האַלקינס איבערזעצונג און געלייענט אַ ביסעלע דעם נסתּרן.
אַפּריל 30
די זון שײַנט, די בלעטער צעבליִען זיך — און אױף דער נשמה איז ביטער…
די מאַמע װעט בלײַבן אינעם שפּיטאָל נאָך נײַן טעג. מע האָט אױסגעשריבן זאַראָטשקאַ פֿונעם שפּיטאָל, איצט איז זי בײַ אונדז. געזעסן און געשמועסט מיט איר אַ ביסעלע, זי איז זייער שװאַך. באַקומען די נייטיקע פּאַפּירן פֿאַר איר פֿון איר „באַצירק–דאָקטער‟.
בײַ דער מאַמען און אַנע פּאַװלאָװנען איז אַלץ דאָס זעלבע…
אַן אַמעריקאַנישע שיף האָט געמאַכט אַ װאָרנשאָס אין דער ריכטונג פֿון איראַנישע שיפֿן — צום ערשטן מאָל אין כּמעט פֿיר יאָר. אינטערעסאַנט, צי װעט עס װערן באַמערקט פֿון אונדזערע „רוסן‟, װאָס זײַנען אַזױ אױפֿגעבראַכט אױף בײַדענען פֿאַר זײַן כּװנה צו באַנײַען דעם אָפּמאַך מיט איראַן?
סאַראַ קאָשמאַר אין ישׂראל… ס׳איז ניט דאָס ערשטע מאָל, װאָס אַ טראַגעדיע קומט פֿאָר בשעת אַ רעליגיעזער חגא: אַזױנס איז, למשל, געשען אין לענינגראַד אין 1947 און האָט געצװוּנגען דעם גלח און טעאָלאָג אַלעקסאַנדר אָסיפּאָװ באַקומען ספֿקות אין רעליגיע (שפּעטער איז ער בהדרגה געװאָרן אַן איבערצײַגטער אַפּיקורס און צום סוף — אַפֿילו אַ פּראָפּאַגאַנדיסט פֿון אַטעיִזם).
װידער געלײענט אַ ביסעלע פֿון דעם נסתּרן. אַפֿילו אין דער פֿאַרצייכענונג זײַנער קאָן מען פֿאָרט זען, אַז זי איז אָנגעשריבן פֿון אַ גרױסן װאָרט–קינסטלער: „פֿעלדער אַרום — אין גרין–געלן ערבֿ–שניטיקן שטילשטאַנד. דער הימל — טיף–ברונעמדיק בלױ, און װאָלקנס, װאָס בײַ די האָריזאָנטן, האָבן שנײ–װײַס בײַ די ברעגעס און מיט פֿאַרטונקלטן אַש–קאָליר אין דער מיט, װי מידלעך–לײדיק–גײערישע שומרים, בײַ זײַנע שװעלן גערוט…‟.
[1] הרבֿ דוד קאַרפּאָװ — הויפּט־רבֿ פֿון דער מאָסקווער קהילה „דרכי שלום‟
[2] אַ פּאַטריאָטיש סאָוועטיש ליד
[3] בערטע רײנגבאַלד (1897־1944) — אָנגעזעענער פּיאַנע־פּעדאַגאָג. צווישן אירע תּלמידים איז אויך דער גרויסע פּיאַניסט עמיל גילעלס
[4] אַן אויסצוג פֿון עמוס עוזס „מיכאל שלי‟
המשך קומט