מרדכי יושקאָווסקי
הייַנט-צו-טאָג, ווען עס דערשייַנט אַ נייַ בוך אויף ייִדיש, איז עס זיכער אַ מערקווערדיקע קולטור-דערשייַנונג. קודם-כּל איז עס אַ קליינער ניצחונדיקער ענטפֿער די אַלע פּעסימיסטן און סקעפּטיקער לגבי דעם גורל פֿון אונדזער שפּראַך, ווייַל כּל-זמן עמעצער שטרעבט צו שאַפֿן אויף ייִדיש, מיינט עס, אַז ער טראַכט אין דער דאָזיקער שפּראַך, אַז ער פֿירט אַן אינעווייניקסטן גייַסטיקן דיאַלאָג אין אָט דער שפּראַך, און דער עיקר, ער פֿילט, אַז מערסטנס אויטענטיש און פּראָדוקטיוו קאָן ער אויסדריקן זייַן עמאָציאָנעלן באַגאַזש, זייַנע מחשבֿות, פֿאַרלאַנגען, ספֿיקות און טרוימען אויף ייִדיש. עס איז פּשוט אַ באַווייַז, אַז די יצירה אין ייִדיש קאָן מען ניט דערשטיקן מיט וועלכע-ניט-איז ראַציאָנעלע און פּראַגמאַטישע תּירוצים, מאַטעמאַטישע אויסרעכענונגען, און מיט דער אָנגעווייטיקטער פֿראַגע: „וויפֿל מענטשן וועלן עס לייענען?‟ יעדער מאָדערנער שעפֿער אויף ייִדיש, פּונקט ווי דער העלד פֿון יצחק באַשעוויסעס דערציילונג „די עצה‟ (פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1981), טענהט מסתּמא צו זיך אַליין: „יאָ, מיר זענען אויף געהאַקטע צרות, אָבער דער דראַנג צו שאַפֿן בלייַבט ווי לאַנג מ’ציט דעם אָטעם‟.
נאָך גרעסער איז דער וווּנדער, ווען עס דערשייַנט אַ ייִדיש בוך פֿון אַ נייַ-צוגעקומענעם מחבר. אַזוי איז טאַקע געשען לעצטנס מיטן בוך לידער „דעם זיידע משה-אַהרונס באָבע-מעשׂיות‟ פֿון מיכאל ליינוואַנד. דאָס בוך איז אַרויס מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור ערשט מיט אַ פּאָר חדשים צוריק אינעם תּל-אָבֿיבֿער „ה. לייוויק-פֿאַרלאַג‟, און דאָס איז מיכאל ליינוואַנדס ליטעראַרישער ערשטלינג.
וויבאַלד כ’בין פּערזענלעך באַפֿרייַנדעט מיטן מחבר אין משך פֿון 26 יאָר, קאָן איך זיכער זאָגן, אַז אין דעם דאָזיקן פֿאַל איז דאָס באַקאַנטע ייִדישע שפּריכוואָרט „אַ סך מלאָכות — ווינציק ברכות‟ אינגאַנצן ניט גילטיק. כ’האָב זיך באַקענט מיט מיכאל אין 1995, ווען כ’האָב אָנגעפֿירט מיטן איינציקן קורס אין דער געשיכטע פֿון ישׂראל פֿאַר איבערקוואַליפֿיצירן די נייַע עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, לערער לויטן פֿאַך, אין ייִדיש-לערער פֿאַר די ישׂראלדיקע שולן. צווישן די צוואַנציק אָנטיילנעמער אינעם דאָזיקן קורס, איז ליינוואַנד פֿאַָקטיש געווען דער איינציקער, וואָס האָט לכתּחילה גערעדט און געשריבן אַ פֿליסיקן, נאָרמאַטיוון ייִדיש, און איז געווען גוט באַהאַוונט אין דער ייִדישער קולטור. נאָכן פֿאַָרענדיקן דעם קורס האָט ער טאַקע אונטעריכטעט ייִדיש אין משך פֿון אַ סך יאָָרן אין די אָנפֿאַנג- און מיטלשולן פֿון זייַן היים-שטאָט אַשקלון און אַנדערע שטעט.
לויט זייַן ערשטן פֿאַך איז מיכאל אַ מוזיק-לערער. ער האָט פֿאַרענדיקט די מוזיק-אַקאַדעמיע אין זייַן געבוירן-שטאָט ריגע, איז געווען איינער צווישן די גרינדער פֿון דער ייִדישער קולטור-געזעלשאַפֿט אין לעטלאַנד אין 1988, זיך אַקטיוו באַטייליקט אינעם ייִדישן קולטור-אויפֿלעב דאָרט, געגרינדעט און אָנגעפֿירט מיט דעם קינדער- און יוגנט-מוזיק-טעאַטער „כּינור‟.
אַ חוץ דעם, וואָס מיכאל ליינוואַנד איז אַ ייִדיש-לערער און מוזיק-לערער, איז ער אויך אַ קאָָמפּאָזיטאָר, אַ דיריגענט, אַ לעקטאָר אויף דער ייִדישער קולטור-טעמאַטיק, אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, און אין די לעצטע יאָרן האָט ער זיך אַנטפּלעקט ווי אַ באַגאַבטער פֿרוכטבאַרער דיכטער. די אַלע 26 יאָר, וואָס ער וווינט אין אַשקלון, פֿירט ער אָן מיטן יונגט-אַנסאַמבל „כּינור דוד‟, וווּ צענדליקער קינדער און יוגנטלעכע אין משך פֿון יאָרן דערנענטערט זיך צו די אוצרות פֿון דער ייִּדישער מוזיקאַלישער קולטור. דער אַנסאַמבל איז באַקאַנט ניט בלויז אין ישׂראל; ער טרעט פֿיל מאָל אויף אין אייראָפּע אויף פֿאַרשיידענע מוזיק-פֿעסטיוואַלן. נאָך איין וויכטיקער אויפֿטו פֿון מיכאל ליינוואַנד איז, אַז אין משך פֿון צוואַנציק יאָר פֿירט ער אָן מיטן לאַנד-פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע כאָרן אין אַשקלון. אין דעם דאָזיקן פֿעסטיוואַל נעמען אָנטייל סייַ כאָרן פֿון באַיאָרטע מענטשן, סייַ קינדער-כאָרן.
אַזויאַרום שפּאַנט ליינוואַנד פֿעסט אין משך פֿון צענדליקער יאָרן אויף צוויי פּאַראַלעלע סטעזשקעס, וועלכע ער איז מצליח געווען צו פֿאַראייניקן — ייִדיש און מוזיק. דעם דאָזיקן צוזאַמנבונד איז גלייַך צו דערפֿילן אין זייַן פּאָעזיע. ס’איז לייַכט דאָרט צו שפּירן דעם ריטעם, וואָס איז צוגענגלעך, פֿאָלקסטימלעך, שווימיק. דער ריטעם אַנטשפּרעכט פֿולקאָם דעם כוואַליע-לויף פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס-נשמה און גיט איבער דעם ניגון, וואָס איז אין איר אייַנגעוואָרצלט. ליינוואַנד באַלאָדט אויך פֿאַרקערט, עצם דעם ניגון מיט אַ ייִדישער נשמה:
אַ ייִדישע נשמה האָט דער ניגון,
ער וויינט און לאַכט און טוט חלומות וועבן,
ווערט כּלומרשט אויף אַ ווייַלינקע אַנטשוויגן
און ווידער הייבט זיך אויף צום נייַַעם לעבן.
אַ חוץ פּאָעזיע אַנַטהאַלט דאָס בוך אויך מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס פֿונעם מחבר, צווישן זיי איז בולט דער „ניגון דבֿקות‟. דבֿקות איז מסתּמא דאָס פּאַסיקסטע וואָרט צום באַצייכענען דאָס שעפֿערישע לעבן פֿונעם מחבר אַליין. ניט געקוקט אויף אַלע שטרויכלונגען און שוועריקייטן, האָט ער אַַרויסגעוויזן אַ גוואַלדיק דבֿקות אָנצוגיין מיט זייַן ייִדיש-יצירה, זייַענדיק פֿול מיט טרייַשאַפֿט און איבערגעגעבנקייט צום ייִדישן וואָרט און קלאַנג.
די מוזיק-מאָטיוון אינעם בוך זייַנען פֿאַרשיידנאַרטיק און געדיכט אָנוועזנדיקע. אַזוי, צום בייַשפּיל, אינעם ליד „אָרקעסטער‟ באַַלאָדט מיכאל דורך גלענצנדיקער מעטאַפֿאָריק די מוזיקאַלישע כּלים מיט פֿאַרשידענע מענטשלעכע און נאַטור-אייגנשאַפֿטן:
די כּלים גייען אין געוועט,
די פֿידלען וויינען,
די טשעלאָס שעפּטשען אַ געבעט
אין קלאַנגען ריינע.
און דאָס קלאַרנעטל שפּאָט און לאַכט
און מאַכט אַ יעלה,
טרומייטן רופֿן אינעם שלאַכט פֿאַר אידעאַלן.
דאָס פֿלייטל צוויטשערט ס’פֿייגלליד,
ווען ס’פֿאַנגט אָן טאָגן,
און דער פֿאַגאָט ווערט גאָר ניט מיד
פֿון מוסר זאָגן…
עס דערפֿרייט ממש צו לייענען די דאָזיקע מאָדערנע מוזיקאַליש-פּראָפֿעסיאָנעלע אויסטייַטשונג פֿונעם באַקאַנטן מאָָטיוו, וואָָס איז געווען ברייט פֿאַרשפּרייט סייַ אין דער ייִדישער פּראָזע, סייַַ אין דער פּאָעזיע, אָנהייבנדיק פֿון אונדזערע קלאַסיקער. שלום-עליכם אַליין באַשרייַבט אַַזוי די קלאַנגען פֿונעם כּלי-זמר-אָרקעסטער אין זייַן דערציילונג „מייַן ערשטער ראָמאַַַן‟:
„די כּלי-זמר האָבן געשפּילט. עס האָט געוויינט אַ פֿידל, עס האָט געטערעלייַקעט אַ טרומייט. עס האָט געפֿײַפֿט אַ פֿלייט, עס — טיק-טאַק! טיק-טאַק!…‟.
און אָט אַזוי גיסט זיך די קלאַנג־פּאָליפֿאָניע פֿונעם דזשאַז-אָרקעסטער בייַ א. לוצקי:
קוויטשע, ריטשע, פֿידל-שמידל!
פּיאַנע-פּויק! פּיּאַנע-פּויק!
קלאַפּל, פּלאַפּל, שטעקל-פֿלעקל,
ציטער, צערטל, צאַפּל, גלעקל.
טאַצן-טאַצער, וואַרף די טאַצן —
אַקוראַט אַן אַקראָבאַט.
טאַנץ אַ טאַנץ און בוץ אין באַצן,
און פֿאַרשפּעטיק פּונקט — צום טאַקט…
אָבער בייַ ליינוואַַנדן רירט דאָס, וואָָס פֿאַר אים זייַנען די מוזיק-קלאַנגען ניט בלויז אַַ ליטעראַַרישער סימבאָל, נאָר אַ טאָג־טעגלעכער וויכטיקער טייל פֿונעם לעבן. דער קלאַַנג איז בייַ אים טיף פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן וואָרט, ניט נאָר מעטאַפֿאָריש, אָבער ממש בוכשטעבלעך, ווייַל אין ביידע געפֿינט ער דעם אויסדרוק פֿאַר זייַנע געפֿילן און מחשבֿות:
צען שמאָלע פֿינגער טאַנצן איבער
שוואַרץ-ווייַסע סטעזשקעס פֿון דער פּיאַנע —
ס’גליט די מוזיק מיט קלאַַנגען-פֿיבער
לעבנדיק, ליבנדיק, ברוגז, מקנא…
פֿון די ערשטע בוך־שורות איז צו דערפֿילן, אַז דער מחבר שאַפֿט ניט אויף אַן אויסגעלערנטער שפּראַך, נאָר אויף אַ נאַטירלעכן לשון, וואָס ער האָט גענאַשט אין זייַן היים; ער איז אויף אים דערצויגן געוואָרן און האָט אים אייַנגעזאַפּט אין זייַן האַרצן פֿון די פֿריִע קינדער-יאָרן. דעריבער איז ער אַזוי אייפֿערזיכטיק צו ייִדיש, דעריבער שטייט ער געטרייַ אויף דער וואַך פון ייִדיש. ליינוואַנד, וואָס קען פֿרייַ אַ סך לשונות, זאָגט בפֿירוש, אַז ייִדיש פֿאַרנעמט אין זייַן האַַרץ אַ באַזונדער צענטראַל אָרט, ייִדיש איז פֿאַר אים געהייליקט, באַזינט און דורכגעאָטעמט:
פֿון שבֿעים לשון כ’בין,
העברעיִש רעדנדיק,
אויף רוסיש טרוימענדיק,
און ענגליש נוצנדיק.
אויף דייַטש זיך וויצלענדיק,
אויף לעטיש קיצלענדיק,
אויף ייִדיש דענקענדיק,
אויף ייִדיש בענקענדיק,
צום ייִדיש שטרעבנדיק,
אין ייִדיש לעבנדיק.
מיכאל האָט געירשנט פֿון זייַן ריגער היים ניט בלויז די שפּראַך אַַליין, נאָר אויך דאָס ריזיקע קולטור-פֿאַרמעגן, וואָס איז אין איר פֿאַרבאָרגן. אַ בולטער באַווײַז דערצו איז זייַן בקיאות אינעם ייִדישן פֿאָלקס-אוצר. דער פֿאָלקלאָר פֿליסט פֿון זייַן פּאָעזיע מיט אַ פֿעסטן שטראָם. אַפֿילו דאָס קעפּל פֿונעם בוך איז אַן אָנזאָג אויף דעם פֿאָלקסטימלעכן סטיל פֿון זייַן יצירה, און דער ערשטער אָפּטייל „דעם זיידנס באָבע-מעשׂיות‟ באַשטייט טאַקע פֿון געגראַמטע מעשׂהלעך אין אַ נוסח פֿון פֿאָלקס-לעגענדעס. אַזאַ אַרט מאָדערנע ייִדישע פּאָעזיע איז הייַנט צו באַוווּנדערן. נאָר דער, וואָס קומט אַרויס פֿון אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער שטוב, און פֿילט דעם אמתן טעם פֿונעם ייִדישלעכן באַגריף „דערציילן אַ מעשׂה‟, קאָן אַזוי מייַסטערהאַַפֿט מלבוש זייַן דעם דורותדיקן מעשׂה-נוסח אין מאָָדערנע פּאָָעטישע בגדים.
ליינוואַנדס מעשׂיות און משלים זייַנען דורכויס פֿאָלקסטימלעך. דאַנקען גאָט, עס איז פֿאַראַן אין דער ייִדישער שאַפֿונג אַ גוואַלדיקער קוואַל, אין וועלכן דער דאָזיקער נוסח איז פֿאַראייביקט געוואָרן: רבי נחמן פֿון בראַצלעוו, אליעזר שטיינבאַרג, איציק מאַנגער, א. לוצקי, שיקע דריז, יאָסל לערנער און אַ סך אַנדערע. מ’קאָן זאָגן, אַז מיכאל זעצט פֿאָר דעם אַלטן שניט, אָבער באַאַַרבעט אים מיט מאָָדערנע כּלים. אָט, צום בייַשפּיל, ניצט ער בשפֿע די אַזוי-גערופֿענע פֿאָלקלאָר-צאָלן: דרייַ און זיבן (דרייַ ברידער, זיבן ציגעלעך א”א), ער באָרגט מאָטיוון פֿון די רוסישע פֿאָלקס-מעשׂיות און איז זיי דערפֿאָלגרייַך „מגייר‟. די פּאָעטישע שפּראַך פֿון זייַנע מעשׂיות איז געדיכט אָנגעפֿילט מיט ייִדישע שפּריכווערטער, ווערטלעך און רעדנסאַרטן פֿון איין זייַט, און מיט העברעיִשע און רוסישע טראַדיציִאָנעלע אויסדרוקן — פֿון דער אַנדערער זייַט.
פֿון דעסטוועגן איז אין די דאָזיקע מעשׂיות די טראַדיציאָנעלקייט אויסגעמישט מיט נייַקייט, דער אַלטער דערציילערישער נוסח ווערט באַהעפֿט מיט מאָדערנע באַגריפֿן פֿונעם איצטיקן לעבן. אָט זייַנען אַ פּאָר בייַשפּילן:
דאָס איז א מעשׂה מיט דרייַ ברידער:
דער ערשטער האָט געשריבן לידער,
דער צווייטער איז געווען אַ מידער,
דער דריטער האָט געקוקט אין סידור…
און צום סוף איז פֿאַראַן אַזאַ „מוזיקאַלישער‟ מוסר-השׂכּל:
דאָס לעבן פֿלעגט זיי גלעטן, בייַסן
אויף פּיאַנע-קלאַווישן שוואַרץ-ווייַסע.
און דאָס איז דאָך די גאַנצע מעשׂה
פֿון אָנהייב ביזן סוף.
אין דער „מעשׂה מיט אַ מלך און אַ בת-מלכּה‟ ווערן די טראַדיציאָנעלע „שטעטלדיקע‟ ייִדישע פֿאַַכן פֿון די אַלטע פֿאָלקס-מעשׂיות פֿאַרביטן אויף מאָדערנע:
מען לויפֿט אַהין, מען לויפֿט אַהער —
אַן אַדוואָקאַט, אַן אינזשענער,
אַ מוזיקאַנט, אַ פֿילאָסאָף —
שידוכים קומען אָן אַ סוף.
אויך די טעמאַטיק פֿון די מעשׂיות איז מער אַ מאָדערנע און באַרירט דילעמען און פּראָבלעמען, וואָס באַאומרויִקן דעם מחבר אַליין. אָט איז, צום בייַַשפּיל, „אַן אויסגעטראַכטער ליגן פֿאַר קינדער אין די וויגן‟, און דאָרט בכלל טרעפֿן מיר אַ רשע, וואָס רודפֿט ייִדיש:
דער רשע האָט ייִדיש געזידלט, געהאַסט,
גערופֿן האָט עס גלות-שפּראַך,
דער נאַר האָט געקניט און תּעניתים געפֿאַסט
און האָט פֿונעם ייִדיש געלאַכט…
אַמאָל טענהט מען, אַז די פּערזענלעכע באַקאַנטשאַפֿט מיטן פּאָעט שטערט צו באַנעמען אָביעקטיוו זייַנע ווערק. כ’וואָלט געזאָגט, אַז לגבי ליינוואַנדן איז דער דאָזיקער זאָג אויך ניט גילטיק. פֿאַרקערט, קענענדיק מיכאל ליינוואַנד פּערזענלעך אין משך פֿון אַ סך יאָרן, פֿיל איך, אַז זייַן דיכטונג איז אַ דירעקטע אָפּשפּיגלונג פֿון זייַן פּערזענלעכקייט. זייַנע לידער שרייַען ניט, גוואַלדעווען ניט. זיי זייַנען ווייַט פֿון אַמפּערנישן, וויכּוחים, רעטאָרישע פֿראַגעס, פֿאָדערונגען. פֿאַרקערט, זיי זייַנען רויִק און באַשיידן, דענקעריש אייַנגעהאַלטן, אינטעלעקטועל באַלאָדן און שפּראַכלעך באַפֿאַרבט. פֿון קינסטלערישן שטאַנדפּונקט פֿאַרמאָגן זיי אַן אייגנאַרטיקע עסטעטישקייט, וואָס רייַסט ניט אויף דאָס אויג, שימערט ניט מיטן אויסערלעכן קאַלטן גלאַנץ, נאָר וואַרעמט מיט אַן אינעווייניקסטן געפֿיל, וואָס דערמאָנט די אַלטע ייִדישע היים, דעם דורותדיקן ייִדישן שטייגער פֿונעם לעבן. מ’קאָן זאָגן, אַז די דאָזיקע פּאָעזיע איז אַ ביסל אַלטמאָדיש, אָבער דאָס איז, לויט מייַן מיינונג, ניט קיין חסרון, נאָר דער גרעסטער קאָמפּלימענט.
די דאָזיקע וווּנדערלעכע „אַלטמאָדישקייט‟ דערגרייכט דער דיכטער דורך דעם שפֿעדיקן באַניץ פֿון די שפּראַכלעכע פֿאָלקלאָר-איינסן, מיט די טראַדיציאָנעלע אויסדרוקן, וועלכע ער באַלעבט צומאָל אין אַ סאַרקאַסטישער, לייַכט-הומאָריסטישער מאַניר, למשל:
די אָפּגעשלאָגענע הושענא
האָט זיך געפֿעדערט און געפּוצט…
נאָך אַ בייַשפּיל:
אַ וואָך מיט אַ מיטוואָך, אַ יאָר מיט אַ סמיטשיק
האָב איך זיך געמוטשעט צי אפֿשר געמיטשעט…
פֿון דעסטוועגן שפּירט מען אין ליינוואַנדס בוך דעם המשך פֿון אַ פּרעכטיקער בריק צווישן דער „אַלטער היים‟ און דער „נייַער היים‟ — אַ מין גייַסטיקע בריק, וואָס די ייִּדישע ליטעראַטור האָט אויפֿגעשטעלט און אָנגעהאַלטן אין משך פֿון די לעצטע מער ווי הונדערט יאָר. זייַענדיק אײַנגעוואָרצלט אין ייִדישקייט מיט אַלע אירע אַטריבוטן, אָטעמדיק אין דער ייִדישער שפּראַך און באַזינגענדיק מיט נאָסטאַלגיע דעם ייִּדישן עבֿר, שטייט דער דיכטער פֿעסט אויפֿן באָדן פֿון זייַן אוראַלט-נייַעם היימלאַנד. ער האָט ליב די נייַע היים, באַוווּנדערט איר נאַטור. ער איז איר איבערגעגעבן מיט לייַב-און-לעבן:
ווי וווּנדער שיין איז דער ישׂראלדיקער הימל,
פֿאַרצויגן אינעם זייַד פֿון דורכזיכטיקן דרימל,
באַפּוצט מיט שטערן און געקרוינט מיט דער לבֿנה…
אָט פֿליט דורך, ווי אַ פֿייַל, אַ טשאַטע פֿייגל-זמירות,
כ’פֿאַרגעס זיך אויף אַ ווייַל, סאַראַ מחיה מיר איז.
נאָך אַ גלענצנדער פּאָעטישער בייַשפּיל, וואָס שילדערט דאָס געפֿיל פֿון יעדן ישׂראלי, ווען דאָס „הייַנט‟ אינעם לאַנד לאָזט אויף קיין רגע ניט צו פֿאַרגעסן דאָס אוראַלטע „נעכטן‟:
אונטער מידברדיק העל אויסגעשטערנטער חופּה
הערט מען ווי די פֿאַרצײַטיקע אָפּקלאַנגען טופּען,
מ’פֿילט בפֿירוש מיט האַלב צוגעשלאָסענע וויִעס:
יעדער שטיין, יעדער שטויבעלע זאָגן נבֿיאות.
דערבייַ מוז מען באַמערקן, אַז ליינוואַנד איז שוין פֿון לאַנג ניט קיין נייַער עולה. ער האָט זיך שוין מיט אַ סך יאָרן צוריק „אויסגעגרינט‟ און פֿאַרלוירן די ראָזעווע ברילן. ער שעמט זיך ניט אויך צו קוקן אויפֿן ישׂראלדיקן לעבן מיט אַ ביסל אַ צוגעזשמורעט אויג און אַנטפּלעקן זייַנע חסרונות און פּגמים, אָבער ער טוט עס גוטמוטיק, מיט אַ האַלבן שמייכל, אָן אַ גאַל:
אין פּאַלמענלאַנד מעת-לעתן זייַנען הייסער,
די מענטשן היציקער, און יעדער איינער ז’פֿרייַ,
און אויך גערעכט, דעם עכטן אמת ווייסט ער,
די שווערסטע שאלות פּסקנט ער דערבייַ…
אין פּאַלמענלאַנד איז חוצפּה קיין עבֿירה,
אַפֿילו פֿייגל זייַנען חוצפּהדיק ווי לייַט…
אָבער די ליבשאַפֿט צו ישׂראל איז בייַם דיכטער שטאַרקער פֿון דער סאַרקאַסטישער קריטיק, וואָס שפּראָצט דאָ און דאָרט אַרויס פֿון צווישן די שורות. עס רירט טאַקע ביז גאָר זייַן ליד „כ’בין פֿאַרליבט אין דיר, ישׂראל‟. פֿאַר אַ מאָדערנעם ייִדישן פּאָעט זיך דערקלערן אין הייסער ליבע צן זייַן לאַנד, איז הייַנט, לייַדער, אויך אַ זעלטנהייט:
ס’טרעפֿט, כ’בין ווייַט פֿון דיר, מייַן ארץ,
כ’זאָג עס אָפֿן, ניט געהיים,
נעם איך זוכן גלייַך אַ תּירוץ
באַלד זיך אומקערן אַהיים.
כ’בין פֿאַרליבט אין דיר, ישׂראל,
אין דייַן קלאָרן הימלבלוי.
און טאָג־טעגלעך כ’ווער נתפּעל
פֿון דייַן מידבר ביז דייַן טוי.
לאָמיר האָפֿן, אַז דאָס בוך „דעם זיידע משה-אַהרונס באָבע-מעשׂיות‟ איז בלויז אַ דערפֿאָלגרײַכע פּרעמיערע פֿונעם טאַלאַנטפֿולן דיכטער, און אַז מיר וועלן דערזען נאָך אַ סך ביכער מיט זייַן אייגנאַרטיקער פּאָעזיע, אָריגינעלער טעמאַטיק און גאָר אַ רייַכער שפּראַך. לאָמיר ווינטשן מיכאל ליינוואַנד לאַנגע געזונטע יאָרן פֿון שעפֿערישקייט און הצלחה אויפֿן ליטעראַרישן באָדן. טאַקע ווי ער שרייַבט אַליין, זאָל ער ממשיך זייַן זייַן יצירה, ניט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן און אויף צו להכעיס אַלע ייִדיש-באַגרעבערס:
איז דער פּאָעט אַן עכטער העלד —
מען לייענט אים ניט, מ’צאָלט ניט קיין געלט,
כאָטש דאַרפֿן דאַרף מען אים אויף חידוש.
און דאָך ער לעבט און שאַפֿט אויף ייִדיש.