נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 47

מיט 60 יאָר צוריק איז אין מאָסקװע אַרױס דער ערשטער נומער פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל „סאָװעטיש הײמלאַנד‟. דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש יולי האָט מען אָפּגעמערקט די דאַטע דורך אַ ווירטועלער טרעפֿונג, פֿאָרגעקומען אױף דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿונעם מאָסקװער אַקאַדעמישן צענטער „ספֿר‟.

די זיצונג איז אָרגאַניזירט געװאָרן מיט דער שטיצע פֿונעם רוסישן ייִדישן קאָנגרעס און דעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן װעלט־קאָנגרעס. מער װי דרײַ שעה האָט מען זיך געטײלט מיט זכרונות װעגן דער אַרבעט אינעם זשורנאַל, געהאַלטן קורצע אַנאַליטישע רעפֿעראַטן װעגן זײַן טעטיקײט און אַרומגערעדט דעם בײַטראָג פֿונעם זשורנאַל אין דער ייִדישער קולטור (מ. קרוטיקאָוו).”

איך האָב אויך אָנטיילגענומען אין דער וויכטיקער טרעפֿונג, און ווי אַ צוגאָב צו דעם, וואָס כ׳האָב אין „זום‟ נישט געזאָגט, וואָלט איך געוואָלט פֿאָרלייגן אונדזערע לייענער — צוויי קורצע דערציילונגען וועגן די צוויי שטענדיקע מחברים פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟, דעם געלערנטן העברעיִסט לייב ווילסקער און דעם בוקאָווינער שרײַבער יוסף בורג.

לייב ווילסקער

אַ טובֿה
מעגלעך, די גרעסטע פּראָבלעם, בשעתן שרײַבן דעם היסטאָריש־קרימינעלן ראָמאַן מײַנעם, פֿאַרבונדן מיט די בלוטיקע געשעענישן אַרום דעם קעשענעווער פּאָגראָם פֿון 1903, „ווען דער גולם האָט פֿאַרמאַכט די אויגן‟, — איז געווען דאָס אויסגעפֿונען און זיך באַקענען מיט די דאָקומענטאַלע מאַטעריאַלן פֿון סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. וווּ כ׳זאָל זיך נישט געווען אַ וואַרף טאָן, פֿלעג איך זיך אָנטרעפֿן אויף אַן אָפּזאָג. כ׳האָב אין טאָלק נישט גענומען: פֿון וועמען האָט מען די אָפּשרעקעוודיקע שטעמפּלעך „פֿולקום געהיים‟ — אויף די דאָקומענטן, בראָשורן, שוואַרץ־מאהקער פּרעסע פֿון יענע ווײַטע צײַטן מער אויסגעבאַהאַלטן — פֿון די ייִדן, זיי זאָלן זיך, חלילה, נישט קאָנען פֿאַררופֿן אויף זיי, צי פֿון דער אויפֿגעקומענער גוואַרדיע רוסישע פֿאַשיסטן, זיי זאָלן נישט קאָנען איבערנעמען די דערפֿאַרונג פֿון זייערע פֿאָרגייער.

מײַן קלאָגן זיך האָט איין מאָל דערהערט יחיאל שרײַבמאַן.

— שרײַב אָן אין לענינגראַד צו ווילסקערן, — האָט ער, אַרויסשלעפּנדיק פֿון דער קעשענע אַ צעקנייטש נאָז־טיכל, געקראָגן פֿון דאָרט אויך זײַן עצה, — ער איז אַ גרויסער קענער און האָט אַ צוטריט צו דעם, וואָס דו דאַרפֿסט… כ׳וועל דיר געבן זײַן אַדרעס.

און געדאַרפֿט האָב איך אַ קאָפּיע פֿון די אַזוי גערופֿענע „פּראָטאָקאָלן פֿון זיקני־ציון‟, ריכטיקער, אייניקע אויסצוגן פֿון דער אַנטיסעמיטישער מאַכאַרײַקע. די דאָזיקע „פּראָגראַם‟, וויִאַזוי די ייִדן האָבן פֿאַרכאַפּט די גאַנצע וועלט, איז צום ערשטן מאָל אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער סאַנקט־פּעטערבורגער צײַטונג „זנאַמיאַ‟ (די פֿאָן), וואָס ס׳האָט אַרויסגעלאָזט דער פֿאַרברענטער שׂונא־ישׂראל פּאַוואָלאַקי קרושעוואַן.

לייב ווילסקערן האָב איך געזען אין דער רעדאַקציע פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟ פֿאַרבײַגייענדיק, בשעת מײַן לערנען זיך אויף די העכסטע ליטעראַטור־קורסן. כ׳האָב געלייענט אינעם זשורנאַל זײַנע אוניקאַלע פֿאָרש־אַרטיקלען, בפֿרט וועגן יהודה הלוי. אַזעלכע מאַטעריאַלן זײַנען דעמאָלט בכלל געווען אַ זעלטנהייט נישט נאָר אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; זײַנע אַרטיקלען פֿלעגן באַלד איבערגעדרוקט ווערן אין אויסלאַנד. ווילסקער האָט אויסגעזען אַנדערש פֿון די אָפֿטע אַרײַנגייער אין רעדאַקציע. ער האָט שטיל, מיט ברייטע ווייכע טריט, געוואָלט וואָס גיכער גובֿר זײַן דעם אָפֿענעם געראַמען אייבערשטן צימער און זיך פֿאַרלירן אין דעם לאַנגן פֿינצטערן קאָרידאָר, וואָס האָט געפֿירט צו די עטלעכע ביוראָען פֿון די מיטאַרבעטערס; בלויז אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ דער סעקרעטאַרשע בײַם טיש לעבן הויפּט־רעדאַקטאָרס טיר.

איך האָב נישט געוואַגט אים אָפּצושטעלן. וווּ קום איך, מיט מײַנע ערשטע נעבעכדיקע דערציילונגען, אָפּגעדרוקט אינעם זשורנאַל, צו אָט דעם העברעיִסט, דעם גרויסן מומחה פֿון די באַהאַלטענע אַרכיוואַלע אוצרות?!

פֿון דעסטוועגן, האָב איך ווילסקערן אָנגעשריבן אין לענינגראַד און דערקלערט אים מײַן בקשה. ס׳האָט גענומען אַ היפּש ביסל צײַט. כ׳האָב שוין אָנגעהויבן חרטה האָבן: אַזאַ פֿאַרנומענער מענטש, פֿאַרטיפֿט אין וויכטיקע אויספֿאָרשונגען, וועט ער זיך נעמען גריבלען אין דעם פֿאַרמיסטיקטן געשיכטע־שיכט, כּדי צו קאָפּירן די עטלעכע זײַטלעך, וואָס איך דאַרף…

און פּלוצעם קומט פֿונעם זשורנאַל אָן די ביטערע בשׂורה: דעם 19טן פֿעברואַר איז געשטאָרבן לייב ווילסקער. אַ האַרץ־אַטאַק. ממש מיט צוויי טעג שפּעטער, געפֿין איך אין מײַן פּאָסט־קעסטל אַ בריוו פֿון לענינגראַד:

חבֿר סאַנדלער, אַנטשולדיקט, וואָס כ׳האָב פֿאַרשלעפּט דעם ענטפֿער אויף אײַער בקשה. איך שיק אײַך איבער עטלעכע נעגאַטיוון פֿון די מאַטעריאַלן, וואָס איר האָט געבעטן. ליידער, זײַנען זיי ניט פֿון דער בעסטער קוואַליטעט, אָבער מע קאָן זיי איבערלייענען. איך ווינטש אײַך דערפֿאָלג אין אײַער אַרבעט. אויב איר וועט דאַרפֿן פֿון מיר נאָך עפּעס אַ טובֿה, שעמט זיך נישט.
אײַער לייב ווילסקער
15/2/88

כ׳האָב אַרײַנגעקוקט אינעם אויפֿגעריסענעם קאָנווערט, וווּ עס זײַנען געלעגן עטלעכע שוואַרצע פֿירעקיק אָנגעשניטענע פֿילם־שטיקלעך….

יוסף בורג

אַ פֿריצײַטיקער נעקראָלאָג
צום ערשט מאָל האָב איך דערזען יוסף בורגן אין דער רעדאַקציע פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟. אין די טעג, ווען ס׳איז פֿאָרגעקומען די רעדאַקציע־קאָלעגיע, פֿלעגן קיין מאָסקווע קומען נישט בלויז די מיטגלידער, נאָר אויך אַנדערע ייִדישע שרײַבערס. ס׳איז געווען אַ גוטע געלעגנהייט זיך צו זען, כאַפּן אַ שמועס און צו מאָל, אויב דער הויפּט־רעדאַקטאָר איז געווען אין אַ גוטן געמיט, אויך פֿאַרבעטן צו ווערן אין זײַן קאַבינעט, זיך צו באַטייליקן אין דער זיצונג.

בורגס אַסקעטישער אויסזען: זײַנע לאַנגע ווײַסע האָר, פֿאַרקעמט a la פֿערענץ ליסט — ביזן קאָלנער פֿונעם גרויען קאָסטיום, וואָס איז געזעסן אויף אים טשאַקנדיק און קנאַקנדיק, ווי נאָר פֿון דער נאָדל אַרויס, דער שניפּס צום טאָן און אַ ווײַס העמד מיט אַן אָנגעקראָכמאַליעט קעלנערל, און דאָס וויכטיקסטע — די גרויסע ברילן אין אַ זילבערדיק רעמל אויף אַ האַלב פּנים, ווי אַ קאָראָמיסל, זײַנען געבליבן הענגען אויף זײַן פֿויגלשער נאָז, — אַזוי האָט געזאָלט אויסזען אין מײַנע אויגן, אַן עכטער גאַליציאַנער ייִד פֿון אַ ייִחוסדיקער אַסימילירטער משפּחה, נישט אַ זון פֿון אַ פּליטנטרײַבער, דערצו נאָך מיט אַזאַ פֿאַמיליע־נאָמען — בורג! — ווי אַ טייל פֿון דער באַוווּסטער פֿאַמיליע גינצבורג…

באַגלייטן פֿלעגט אים אין די באַזוכן זײַן פֿרוי, אַ הויכע שיינע רוסישע פֿרוי, אויף אַ קאָפּ העכער פֿונעם מאַן, מיטן נאָמען נינאַ אָבאָלענסקאַיאַ. זי פֿלעגט זיך האַלטן בײַ דער זײַט, מיט אַ מילדן שמייכל אויפֿן קײַלעכדיקן פּנים, אין די גרויע אויגן האָט געצאַפּלט אַ באַזונדערער דרך־ארץ צו די מענטשן, וועלכע איר מאַן האָט באַגריסט. ס׳איז קיין סוד נישט געווען, אָבער אויף אַ קול האָט מען וועגן דעם אויך נישט גערעדט, אַז בורגס פֿרוי שטאַמט פֿון די רוסישע פֿירשטן אָבאָלענסקי, וואָס ציִען זייערע פֿאַמיליע־צווײַגן פֿונעם אַלטן גענעאָלאָגישן בוים, פֿון די ריוריק־קיסרים.

בורג האָט געהערט צו דער גרופּע שרײַבערס, צוגעקומען צו דער סאָוועטישער ייִדישער שרײַבער־משפּחה ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער הויפּט־רעדאַקטאָר האָט זיי גערופֿן „מערבֿניקעס‟, און זיך באַצויגן צו זיי מיט אַ געוויסן חשד. בורג האָט דעם אומצוטרוי געפֿילט, ווי מע זאָגט, מיט דער הויט. שוין זײַענדיק אַ נאָמען אויף דער פֿאַר־מלחמהדיקער ייִדישער גאַס אין רומעניע, איז ער אין די „גוטע צײַטן‟ פֿונעם ייִדישן קולטור־טעראָר אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אַרײַנגעפֿאַלן אין אַזאַ שאַפֿערישן הינערפּלעט, אַז ס׳האָט בײַ אים גענומען יאָרן, ער זאָל זיך פֿון דעם לעטאַרגישן פּחד אַרויסדראַפּען.

נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה אין ישׂראל, אין סאַמע ברען פֿון דער אַנטי־ישׂראל־פּראָפּאַגאַנדע, האָט אויף יוסף בורגן זיך אָנגערוקט אַ נײַע אָנשיקעניש: אויף אים האָט געלייגט אַן אויג אַ הויכגעשטעלטער פּאַרטיי־פֿונקציאָנער אין טשערנאָוויץ. מה־רעש? דער דאָזיקער פֿונקציאָנער האָט זיך אַרײַנגעקלאַפּט אין קאָפּ, אַז צווישן דעם טשערנאָוויצער יוסף בורג און דעם ישׂראלדיקן חבֿר־כּנסת יוסף בורג מוז זײַן אַ לײַבלעכע פֿאַרבינדונג. דער שרײַבער יוסף בורג האָט פּלוצעם דערפֿילט, אַז די שוואַרצע כמאַרעס פֿון „יענע גוטע צײַטן‟ זײַנען ווידער געבליבן הענגען איבער זײַן קאָפּ. ווי גרויס דאָס טיפּשות פֿון דער שטאָטישער מאַכט בכלל און דעם פֿונקציאָנער בפֿרט זאָל נישט געווען זײַן, זײַנען שוין פֿאָרט געווען אַנדערע צײַטן…

יוסף בורג האָט בשלום אויסגעלעבט זײַנע 97 יאָר. ער איז געשטאָרבן, אַרומגערינגלט מיט כּבֿוד און אָנערקענונג סײַ אין טשערנאָוויץ און סײַ אין אויסלאַנד, באַזונדערס אין עסטרײַך און דײַנטשלאַנד.

פֿון דעסטוועגן, עטלעכע יאָר פֿאַר זײַן פּטירה איז אין דער רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס‟ אָנגעקומען אַ פֿאַקס (קיין עלעקטראָנישע בליצפּאָסט איז נאָך דעמאָלט נישט געווען אַזוי פֿאַרשפּרייט), אַז דער שרײַבער יוסף בורג איז ניפֿטר געוואָרן. צו דער טרויערדיקער בשׂורה איז צוגעלייגט געוואָרן אַ היפּשער נעקראָלאָג. דער נײַער צײַטונגס־נומער איז שוין געהאַט געווען צונויפֿגעשטעלט, אָבער אַ בכּבֿודיק אָרט צו דערמאָנען איינעם פֿון דעם לעצטן ייִדישן שרײַבער אין דער אומאָפּהענגיקער אוקראַיִנע, האָט זיך פֿאָרט אָפּגעזוכן. האָב איך זיך געזעצט איבערצוזעצן דעם צוגעשיקטן נעקראָלאָג. איין קלייניקייט: כ׳האָב אויפֿן מאָמענט נישט געקאָנט געפֿינען יוסף בורגס פֿאָטאָגראַפֿיע. פּלוצעם קלינג דער טעלעפֿאָן. כ׳נעם דאָס טרײַבל און הער זיך אײַן אינעם דין־ווײַבערישן קול: „עס רעדט דער שרײַבער יוסף בורג…‟

ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָט עמעצער פֿון דער טשערנאָוויצער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט, אָן אַ בייזער כּוונה עפּעס געהערט און עס פֿאַרטײַטשט אויף זײַן אייגענעם אופֿן. אין אייניקע רוסישע אויסגאַבעס אין ישׂראל, איז טאַקע אָט דער נעקראָלאָג אָפּגעדרוקט געוואָרן. דער אַלטער שרײַבער איז געווען אַזוי אויפֿגעבראַכט, אַז כ׳האָב שוין מורא געהאַט, ער זאָל חלילה, נישט קריגן אַן אַפּאָפּלעקסיע. כ׳האָב אים געפּרוּווט צו טרייסטן:

— נעמט זיך נישט איבער, פֿרײַנד בורג, ס׳איז בפֿירוש אַ גוטער סימן, אַז ס׳זײַנען אײַך באַשערט נאָך אַ סך געזונטע יאָרן… די בעסטע הכּחשה וועט זײַן, אויב איר וועט צושיקן אין רעדאַקציע אַ נײַע דערציילונג אײַערע… — און אײַליק צוגעגעבן: — יאָ, שיקט, ביטע, אויך צו אײַער פֿאָטאָגראַפֿיע…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s