בערל קאָטלערמאַן
יעדער פֿון אונדז ביידע האָט געהאַט פֿיר שטאַרקע לאַפּעס און אונדזערע מוסקלען האָבן זיך איבערגעקײַקלט אונטער די קורצע האָר, ווען מיר זײַנען געלאָפֿן, גראָבנדיק מיט די מאָרדעס די ערד, און מיט הנאה זיך צוגעשמעקט צו די אַרומיקע ריחות. אייגנטלעך, נאָר איך האָב געהאַט קורצע האָר; אירע האָר זײַנען געווען לאַנגע און ווייכע, און אויף דעם שאַרפֿיקן פֿוקסנפּיסק האָבן שימערירט צוויי קײַלעכדיקע שוואַרצע אייגעלעך. ס’איז געווען זייער מאָדנע צו זען זי דאָ, צווישן הײַזער, אויטאָס, שפּאַצירנדיקע פּאָרלעך, דרייענדיקע מיט די קעפּ טוריסטן, פֿאָנטאַנען, טישלעך מיט אײַזקרעם און געטראַנקען. דאַכט זיך, דווקא אָט די פּאָראָדע הינט האָט באַקומען דעם קאָמישן נאָמען „סאַמאָיעד‟. אַ צפֿונדיקע משונהדיקע חיה, לעבן וועלכער עס מוז אומבאַדינגט זײַן אַ ים־הינט־יעגער, אָנגעטאָן אין הירשנפֿעלן, מיט אַ לאַנגן דינעם שטעקן אין דער האַנט, וואָס טוט פֿון צײַט צו צײַט עפּעס אַ גאָרגלדיקן געשריי אינמיטן פֿון דער ענדלאָזער טונדרע, באַדעקט מיט יאַגעל־מאָך און אַלץ דאָס גלײַכע; די מיטאָלאָגישע ערד, וואָס האָט ניט קיין סוף און ניט קיין עק, קיין ליקלעך און קיין ווינקלעך — אַלץ פֿלאַך און גלײַך, און די ווײַטן אין אַלע זײַטן, און ס’איז ניטאָ וועמען אויפֿצופֿרעסן, סײַדן נאָר זיך אַליין. מיט איין וואָרט, „סאַמאָיעד‟…
די־אָ סאַמאָיעד־צויג האָב איך דערזען אין דעםר אונטערערדישן פּאַסאַזש גלײַך אונטער דער היסטאָרישער נצחון־אַרקע, וווּ אויף דער וואַנט איז געווען אָנגעמאַליעוועט אַן אַלטע שיינע גאַס מיט געמויערטע הײַזער, לאַמטערנס און ביימער. לענגויס דער וואַנט, אויף שטיינערנע בענקלעך, זײַנען געזעסן טוריסטן, מיד פֿונעם קאָפּ־דרייען, אָבער שטאַרק צופֿרידן. זיי האָבן געזאַמלט כּוחות, כּדי אַרויפֿצוגיין אויף דער בענזין־פֿאַרסמטער פֿרײַהייט. איך בין געזעסן מיט דער צונג אַרויס און געקוקט אויף דער דאָזיקער פֿאַלשער גאַס און ניט באַלד באַמערקט אַנטקעגן זיך אַ באַבערדיקטן קלאָשאַר, וואָס האָט זיך דאָ באַהאַלטן פֿון דער ברענענדיקער זון. אין דער ברודנער האַנט האָט ער געהאַלטן אַ שטריק און אויף דעם שטריק — זי, און מיר האָבן זיך פּלוצעם געטראָפֿן מיט די אויגן. פּונקט דעמאָלט זײַנען פֿאַרבײַ אַ כאָפּטע אומדערמידלעכע יאַפּאַנער צי כינעזער און, דערזעענדיק אין איר אַ היגע אַטראַקציע — די מענטשן קענען זײַן אַזוי אינפֿאַנטיל! — האָבן זיי באַשלאָסן, אַז זיי מוזן זיך פֿאָטאָגראַפֿירן מיט איר און מיט דעם אָרעמען קלאָשאַר — מע דאַרף דאָך אויסניצן די קילאָמעטרען פֿילמען, וואָס זיי האָבן מיטגעבראַכט פֿון טאָקיאָ־שאַנכײַ.
זיי האָבן געפּרוּווט מיט די פֿינגער עפּעס צו דערקלערן דעם קלאָשאַר. יענער האָט קוים פֿאַרשטאַנען, געמאַכט אַ קרום שמייכל, געפֿאָדערט געלט און איבערגעגעבן איינעם פֿון זיי דאָס שטריקל. דער טוריסט האָט זייער פֿאָרזיכטיק זיך צוגעטוליעט צו איר, צוזאַמען מיט נאָך איינעם אַ חבֿר. ס’האָט אַ בליץ געטאָן אַ פֿלעש, דערנאָך נאָכאַמאָל און ווידעראַמאָל…
כ’האָב ניט געהאַט קיין שום חשק צו זען, ווי זיי פּאָזירן דאָרטן, זיך בײַטנדיק מיט די ערטער. עס האָט מיך אָן שום סיבה אָנגעכאַפּט אַ כּעס, און דאָ האָט זי געוואָנדן צו מיר דעם שאַרפֿיקן פֿוקסנפּיסק און געשענקט מיר אַזאַ אומפֿאַרגעסלעכן בליק, אַז איך האָב ממש אין איין רגע אָנגענומען אַ גורלדיקן באַשלוס. איך האָב זיך אויפֿגעכאַפּט און זיך אַ לאָז געטאָן אין דער ריכטונג פֿון די שטיינערנע טרעפּ, צו דער נצחון־אַרקע, גאָר זיכער, אַז זי וועט מיר נאָכלויפֿן.
אונדזער געלויף איז געווען כּמעט ווי אַ מיליטערישע אַטאַקע, ווײַל די טרעפּ זײַנען געווען ממש פֿאַרפֿלייצט מיט פֿיס, קיישלעך, קינדער און נאָך מי־יודע מיט וואָס; אָבער אויבן איז שוין געוואָרן אַ ביסל פֿרײַער. אַ פּאָליציסט האָט מיט שרעק אויסגעגלאָצט אויף אונדז די אויגן. ניט ווײַט פֿון אים איז געשטאַנען אַן אַלטיטשקער מלחמה־וועטעראַן אינעם מונדיר, פֿול מיט מעדאַלן, ממש ווי אויף אַ הינט־אויסשטעלונג, און לעבן אים — אַ יאַפּאַניש צי כינעזיש ייִנגעלע מיט זײַן מוטער, וואָס האָט זיך געגרייט צו פֿאַראייביקן אויף איר פֿאָטאָ־אַפּאַראַט דעם היסטאָרישן מאָנומענט פֿון פֿרעמדע נצחונות אין איין קאָמפּלעקט מיטן אַלטן בראַוון זעלנער… און דאָ זײַנען מיר אַרויסגעשפּרונגען פֿון אונטער דער ערד גלײַך אויף זיי. דאָס קינד האָט פּלוצעם אָנגעהויבן לויפֿן נאָך אונדז, און די מאַמע האָט אַזש פֿאַרלוירן דאָס לשון פֿאַר איבערראַשונג.
כ’האָב ניט געוווּסט וווּהין צו לויפֿן, נאָר עפּעס אַ פֿאַרנעפּלטער חוש האָט מיר אונטערגעזאָגט, אַז מע דאַרף אָפּזוכן אַ טײַך. קיין צײַט אויף צו באַטראַכטן די לאַגע איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט געווען. מיר זײַנען אַדורכגעלאָפֿן ווי משוגעים אונטער דעם היסטאָרישן ווײַסשטיינערנעם סלופּ, וואָס די טוריסטן האַלטן פֿון אים אַן עולם־ומלואו, פֿלינק אַרונטערגעקראָכן אונטער די הענגענדיקע מעטאַלענע צוימען, און דעמאָלט האָט שוין מײַן נאָז דערשפּירט, אַז דער טײַך מוז זײַן ערגעץ־וווּ דאָרטן (מײַנע חושים האָבן מיך נאָך קיינמאָל ניט אָפּגענאַרט).
וויִאַזוי האָבן מיר זיך געראַטעוועט אונטער די יאָגנדיקע אויטאָס — ווייס איך ניט. צוערשט, איז זי געווען אַ ביסל ניט זיכער (אפֿשר האָט זי נאָך געטראַכט וועגן איר קלאָשאַר?), נאָר באַלד האָט זי ווויל־יונגעריש אַ שאָקל געטאָן מיט איר ווייכהאָריקן עק — „צו אַלע רוחות!‟ — און ווען איך האָב זיך אומגעקוקט, איז זי שוין געלאָפֿן נאָך מיר אינגאַנצן צילבאַוווּסט. אַזוי־אָ זײַנען מיר געלאָפֿן איינע נאָכן צווייטן. אויף אונדזער טריומפֿאַלן וועג צום טײַך האָב איך זיך געפֿילט ווי אַזאַ פֿײַנער, שטאַלטנער פּאַרשוין, ממש אַ דענישער פּרינץ, ניט ווייניקער, און געפּאַטשט אַלע פֿאַרבײַגייערס מיטן עק. ס’איז מיר געווען ניט אינגאַנצן קלאָר, הלמאַי לויפֿן מיר אַהין — אַזעלכע פֿרעכע הינט — צוריק גערעדט, ווער קען דאָך זאָגן מיט בטחון, אַז ער ווייסט, וואָס ער טוט?
ווען מיר האָבן שוין דערגרייכט דעם טײַך און זײַנען אַראָפּ צו די פֿרישע, אַ ביסל שמעקנדיקע מיט קעראָסין כוואַליעס אונטער אַ גרויסער בריק, האָט זיך אונדז געדאַכט, אַז אָט איז עס, אונדזער צוגעזאָגטער גן־עדן, דער טײַך. אַ פֿישער, וואָס איז געשטאַנען אונטער דער בריק, האָט אונדז אָנגעקוקט מיט אַ פֿאַרדראָס. אין זײַן עמערל האָט זיך געפּליאָסקעט אַן אומגליקלעכער פֿיש, וואָס וואָלט זיכער אונדז מקנא געווען, אויב ער וואָלט אונדז געזען. אוי, ווי שטאַרק האָט זיך אונדז פֿאַרוואָלט זיך אַראָפּלאָזן אין די כוואַליעדיקע וואַסערן ביז דעם סאַמע פּיסק און אַוועקשווימען ערגעץ־וווּ אין די אומבאַקאַנטע ווײַטע ווײַטנס, אַנטקעגן דער שײַנענדיקער זון! מיר זײַנען דאָך אַזוי יונג, שטאַרק, זעלבסטזיכער, מיט האַרטע פֿעלן און קרעפֿטיקע פֿיס, שאַרפֿע אויגן און שפּירעוודיקע אויערן! מיר זײַנען דאָך די אמתע בעלי־בתּים פֿונעם לעבן, ניט זיי, וואָס מיינען עס ערנסט וועגן זיך, ווײַל מיר טוען מיט אונדזער לעבן, וואָס סע ווילט זיך אונדז, ניט קוקנדיק אויף גאָרנישט. הייסט עס, מיר קאָנען אָננעמען באַשלוסן זעלבסטשטענדיק: אָט איז פֿאַר מיר אַ טײַך, און סע ווילט זיך מיר אַרײַנשפּרינגען אין אים און אַ שווים טאָן — און איך טו אַזוי, און שוין!
און אָט טו איך אַ שפּרונג אַרײַן אין וואַסער און שווים מיר אַוווּ איך וויל און די סאַמאָיעד־צויג — נאָך מיר. עס טראָגן זיך פֿאַרבײַ אונדזערע אויגן פֿאַרשיידענע טוריסטישע אָביעקטן. אָט איז דער אַלטער וואָקזאַל מיט דעם זייגער אויפֿן פֿאַסאַד, וווּ זיי האָבן אײַנגעאָרדנט אַ מוזיי (דאָרטן איז, אַגבֿ, פֿאַראַן אַ סך שטיינערנע הינט און אַלערליי אַנדערע חיות — אַמאָל בין איך געווען דאָרטן בײַ נאַכט, ס’איז דאָ אַ געהיימער דורכגאַנג פֿון דער נאָענטער מעטראָ־סטאַנציע). און אָט איז דער מיאוסער טורעם, אונטער וועלכן כ’האָב אַמאָל גענעכטיקט אין עפּעס אַ לאָך און וווּ די מאַראָקאַנער האָבן געפּרוּווט אַרײַנשטופּן אַלעמען זייערע ביליקע מעכאַנישע טויבן מיט דורכזיכטיקע פֿליגעלעך, וואָס פֿלעגן אַרויפֿשוועבן אין הימל אַרויף און דערנאָך אַראָפּפֿאַלן מיט אַ טראַסק גלײַך אויף די בידנע טוריסטישע קעפּ. די מאַראָקאַנער האָבן דאַן געשמייכלט מיט אַזאַ אויסזען, עלעהיי זיי האָבן אַליין באַשאַפֿן די־אָ פֿייגעלעך אָדער לכל־הפּחות אויסגעטראַכט די אידעע מעשׂה פּיקאַסאָ.
אַזוי זײַנען מיר געשוווּמען, אַפֿילו ניט אַזוי געשוווּמען, ווי פּשוט זיך געטראָגט מיטן שטראָם פֿאַרבײַ דעם קליינעם אינדזל, וווּ עס האָט געדאַרפֿט שטיין די פֿרײַהייט־סטאַטוע (איצט איז דאָרטן געשטאַנען עפּעס אַ ריזיקע סטרוקטור מיט כינעזישע העראָגליפֿן), און פֿאַרבײַ דער וואַלדיקער פּלאַזשע מיט נאַקעטברוסטיקע אַגרעסן, אויף וועלכע מיר האָבן ניט געקוקט. פֿון די שיפֿלעך האָט מען אונדז געפֿאָכעט מיט די הענט, געשריִען עפּעס, געוואָרפֿן שטיקלעך באַגעטן און איין מאָל אַ שטיקל קעז, אָבער מיר האָבן זיך ניט פֿאַרהאַלטן צוליב אַזעלכע קלייניקייטן.
צום סוף האָבן די כוואַליעס אונדז געבראַכט צו טראָגן אויף ברייטע וואַסערדיקע רחבֿותן. עס האָט זיך מיר אַפֿילו געדאַכט, אַז ס’איז שוין דער ים, איבער וועלכן עס מוז זיך געפֿינען דאָס פֿאָטערלאַנד פֿון מײַנע אָבֿות פֿון דער מאַמעס צד (אינטערעסאַנט, צי וואָלט איך דערפֿילט אַ קרובֿהשאַפֿט מיט די דאָרטיקע יאַגד־הינט, דאָס קול פֿון בלוט, די טויזנט־יאָריקע צונויפֿבינדונג מיט די אורזיידעס, וועלכע זײַנען אַמאָל אַדורכגעגאַנגען יענעם לאַנד און געוואָרן זײַן סימבאָל? ניין, סע גלייבט זיך קוים, איך האָב דאָך תּמיד זיך געהאַלטן ווי אַ געזעצלעכער נאָכגייער פֿון דעם טאַטנס אָבֿות, די שטאָלצע אַזיאַטישע הינט, וועלכע פֿלעגן אָן שום מורא זיך אַרויפֿוואַרפֿן אויף רײַטנדיקע פֿײַנט, אַראָפּשלעפּן זיי פֿון זייערע פֿערד אויף דער האַרטער ערד און דערנאָך הילכיק בילן צווישן בערג, פֿעלדזן און סטעפּן, וואַרטנדיק אויף אַ שטיקל טרוקענעם פֿיש פֿון די קליינע, שטאַרקע הענט.
נאָר דאָס איז געווען אַוודאי ניט קיין ים, ביזן ים וואָלטן מיר געדאַרפֿט נאָך אַ סך שווימען. עס וואָלט אונדז איצט ניט געשאַט אַ ביסל זיך אָפּרוען. בײַ דער ערשטער געלעגנהייט זײַנען מיר אַרויסגעקראָכן אויפֿן ברעג (די סאַמאָיעד האָט נאָך אַלץ געשלעפּט נאָך זיך דעם שטריק). מיר האָבן זיך זשומיק אָפּגעטרייסלט פֿון די טראָפּנס וואַסער, און די פֿעלן אונדזערע האָבן געפֿינקלט אויף דער אָוונטיקער זון.
„מאַדמואַזעל, איר זענט גאָר אַנטשלאָסן,‟ — האָב איך געזאָגט הויכוועלטיש און עלעגאַנט פֿאַרנייגט דעם קאָפּ, קוקנדיק אויף איר אָפֿנהאַרציק מיט מײַנע מאַנדל־אויגן. זי האָט זיך עפּעס געקווענקלט, ווען איך אַליין האָב געמאַכט אַ טראָט איר אַנטקעגן. זי האָט אויסגעזען אַ ביסל נעבעכדיק מיט דעם נאָכשלעפּנדיקן שטריק און די נאַסע פֿאַרפּלאָנטערטע האָר אירע. איך האָב אָנגעקוקט דעם שטריק, געעפֿנט דעם פּיסק און אַ צופּ געטאָן וווּ מע דאַרף. דער שטריק איז אַראָפּגעפֿאַלן, זיך אַ גליטש געטאָן פֿונעם ברעג, ווי אַ שלאַנג, און פֿאַרזונקען אין די טיפֿע וואַסערן. זי האָט גאָרנישט געזאָגט און נאָר דאַנקבאַר געלייגט איר קאָפּ אויף מײַן רוקן, און אַזוי, ווי אַ לײַטיש פּאָרל, האָבן מיר זיך פּאַמעלעך געלאָזט אין דער גרויסער פֿרײַער וועלט אַרײַן.