משה לעמסטער
מיטן האָן אָנעם האָן
איך האָב אַ ווײַסע ציג פֿאַרמאָגט
מיט לאַנגע, שאַרפֿע הערנער,
געבן פֿלעג זי מיר פֿאַר טאָג
מילך אַ פֿולן עמער.
איך האָב אַ האָן געהאַט אַ רויטן,
כ’פֿלעג אים אָפֿט מאָל שעלטן,
וועקן פֿלעג ער מיך, דער שוטה,
די ציג כ’זאָל גייען מעלקן.
איך האָב געהאַט אַ טיפֿן קעלער,
דאָרטן פֿלעג איך מאַכן
פֿון דער מילך דער ווײַסער, געלער
פֿרישן קעז געשמאַקן.
נאָכן מעלקן פֿלעג איך לויפֿן
צו מײַן יונגן ווײַבל
אירע בריסט געשמאַקע, גרויסע,
ווי קעז צוויי קעפּלעך ווײַסע.
צו איר ליבע בין איך דאָרשטיק,
איר לײַב — אַ האָניק־לעקעך…
דער האָן אין הויף די הינער טאָפּטשעט
בײַ מיר באַדאַרף ער גאָרניט וועקן.
ערשט איצט פֿאַרשטאַנען
ערשט איצט האָב איך פֿאַרשטאַנען,
זיך געעפֿנט פֿון סוד די טיר —
אַלע שענסטע לידער מײַנע
זענען, געליבטע, ענלעך אויף דיר.
און פֿון די שורות די בריִיִקע פֿלאַמען,
אַלע קלאַנגען פֿון מײַן יעדן שיר,
אַפֿילו די סאַמע געראָטענע גראַמען
זענען, געליבטע, ענלעך אויף דיר.
דו ביסט אַוועק, פֿינצטער און ביטער.
ביסט אַצינדערט שוין ניט מיט מיר.
נאָר אויכעט מײַנע הײַנטיקע לידער
זענען, געליבטע, ענלעך אויף דיר…

איר גייט אַוועק
געווידמעט די ייִדישיסטן, וועלכע זענען לעצטנס אַוועק
איר גייט אַוועק אין דער אייביקייט
צו די בלויע הימלישע נעפּלען,
טײַערע, ליבע, אייגענע,
געקאָנט נאָך לעבן און לעבן.
איר גייט אַוועק אין דער אייביקייט
פּלוצעמדיק און אומדערוואַרט,
מיר האָבן ניט געקענט אײַך פֿאַרטיידיקן
אונדז איז נאָך שווערער דערפֿאַר.
איר גייט אַוועק אין דער אייביקייט
צוריק וועט איר קיין מאָל ניט קומען,
אָן אײַך אין די הערצער אַ ליידיקייט,
די וועלט באַפֿאַרבט זיך אין אומעט.
איר גייט אַוועק אין דער אייביקייט
אַלץ אָפֿטער, אָפֿטער, אָפֿטער,
אַהין, צו די רוימען פֿון הייליקע
און די טירן נאָך אײַך בלײַבן אָפֿן.
איר גייט אַוועק אין דער אייביקייט,
מיר שטייען שוין אויך אין די רייען…
אַלץ גיכער עס דרייט זיך דאָס ריידעלע
אַלץ האַסטיקער, רעשער זײַן דרייען…
אַזוי פֿיל יאָר
עס בײַטן זיך שטענדיק די שיינע אַרומען,
עס בליִען און וועלקן אין גאָרטן די בלומען,
נאָר ליב האָבן דיך אַלץ זעץ איך פֿאָר —
אַזוי פֿיל יאָר, אַזוי פֿיל יאָר.
פֿאַר אַן אַנדערן האָט דײַן ליבע געשײַנט,
פֿאַר דײַן באַשערטן, דײַן לײַבלעכן פֿרײַנד,
נאָר ליב האָבן דיך אַלץ זעץ איך פֿאָר —
אַזוי פֿיל יאָר, אַזוי פיל יאָר
יונג איז מײַן בליק און ליכטיק מײַן פּנים,
דאָס פֿלאַם מיר אין האַרצן לעשן זיך קאָן ניט,
ווײַל ליב האָבן דיך אַלץ זעץ איך פאָר —
אַזוי פֿיל יאָר, אַזוי פֿיל יאָר.