יעווגעני קיסין
אַפּריל 16
הײַנט בין איך געשלאָפֿן גוט צום ערשטן מאָל אין די לעצטע טעג: אײַנגעשלאָפֿן, אמת, אַרום 2 אַזײגער, נאָר דערנאָך געשלאָפֿן מער–װײניקער מיט אײן שלאָף. די פֿאַרדײַונג־פּראָבלעמען מײַנע גיט זיך מיר נאָך אָבער אַלץ ניט אײַן בײַצוקומען. אױף דער װעטשערע האָט מיר קאַרינאַטשקע צוגעגרײט אַ צװאָרעך–פּודינג.
ניטאָ קײן ידיעות פֿון לאָנדאָן: אַנאַבעלאַ האָט טאַקע ניט געקאָנט זיך דערװיסן מײַן NHS–נומער. פֿון ישׂראל האָט מען מיר עטלעכע מאָל אָנגעשריבן, געבעטן קאָפּיעס פֿון אונדזערע ישׂראלדיקע פּעסער, געשטעלט עטלעכע פֿראַגעס און צוגעזאָגט זיך דערװיסן װעגן אַלצדינג זונטיק (איבערמאָרגן) [סע גײט די רײד װעגן דער מעגלעכקײט צו באַקומען קאָראָנאַ–װירוס װאַקצינאַציע אין לאָנדאָן אָדער אין ישׂראל — רעד.]. מימאַ האָט מיר געענטפֿערט, אַז אין אונטערשײד פֿון מיט צװײ װאָכן צוריק, װאַקצינירט מען איצט בלױז יענע אױסלענדער, װאָס האָבן װױן–דערלױבעניש אין סערביע.
גערעדט מיט סמעכאָװן. ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז גלוז [1] האָט ניט בלױז געוווּסט װעגן אונדזער פּראָיעקט, נאָר האָט אַפֿילו געװאָלט זיך באַטײליקן אין דעם אָרגאַניזירן אונדזער אָװנט אין מאָסקװע אין דעצעמבער 2019. זײער גוט! איצט װעל איך מוזן זיך דערװאַרטן ביז מאַריאַשע װעט זיך מאָרגן אומקערן אין אָװנט און האָבן אַ שמועס מיט איר — און דערנאָך װעל איך קאָנען אָנשרײַבן גלוזן.
פֿאַרבראַכט אַ פּאָר שעה אין דרױסן און צוגעגרײט דערבײַ פֿעפֿערס „װאָס מײנט ער, דער בערלינער לץ?‟ (אינטערעסאַנט: צי האָט עמעצער פֿאַר פֿעפֿערן געהאַט אױסגענוצט דעם אַדיעקטיװ „שיר–השירימדיק‟, צי פֿעפֿער האָט אים אַליין צוגעטראַכט? ס׳איז דאָ אױך אַן אָריגינעלער און געלונגענער גראַם: „קעסטקינד — פּליעסקען‟). דערנאָך האָט קאַרינאָטשקע געמאַכט אַ װידעאָ–רעקאָרדירונג פֿון מײַן רעציטירן אָט דאָס ליד פֿאַר דער אונטערנעמונג קומענדיקן נאָװעמבער אין „יד־ושם‟. צוליב דעם, אַפּנים, האָט זיך בײַ מיר צעװײטיקט דער האַלדז, הגם איך האָב אים געשװענקט אין דער פֿרי און אין אָװנט מיט עסיק.
געאַרבעט װײניק. אין אײנעם אַ מאָמענט האָט די מאַמע מיך געבעטן אַרײַנגײן צו אַנע פּאַװלאָװנען און געבן איר טרינקען, װײַל יענע האָט פּלוצעם צוליב עפּעס אַ סיבה גענומען רעאַגירן אַגרעסיװ אױף איר. דערנאָך האָט די מאַמע מיך געבעטן אױפֿהערן אַרבעטן, װײַל דער בלוטדרוק בײַ איר איז אױפֿגעשפּרונגען ביז 160 אױף 115 און דעריבער האָט זי געדאַרפֿט זיך לײגן אין בעט. איבער דער ייִדישער פּראָגראַם האָב איך פֿאָרט באַװיזן אַרבעטן.
בײַ מומע מאַרינאַ נאָך דער װאַקצינאַציע האָט זיך צעװײטיקט דער אָרעם און ס׳ברעכט איר דער קערפּער.

אַנטקעגן דער רוסלענדישער אַמבאַסאַדע דאָ האָט מען אַװעקגעשטעלט אַ סקולפּטור פֿון פּוטינען, װאָס זיצט אַ נאַקעטער אױף אַ גאָלדענעם קלאָזעט–טאָפּ. אין דער רעכטער האַנט האַלט ער אַ גאָלדן טואַלעט–בערשטעלע, און אין דער לינקער — אַ גאָלדענעם רולאָן פֿון טואַלעט–פּאַפּיר. אױף דער פֿלאַש מיט װאַש–מיטל לעם קלאָזעט–טאָפּ איז אָנגעשריבן: „נאָװיטשאָק‟ [2]. אױפֿן פּיעדעסטאַל אונטער דער סקולפּטור איז אָנגעשריבן אױף ענגליש: „נאַקעטער מערדער‟. דער באַטײַט: דער קיניג איז אַ נאַקעטער.
דערלײענט „דער פֿאַלשער קופּאָן‟ [3]. אַן אומגעװײנטלעכער אײַנדרוק; בעתן לײענען פֿלעגט מײַן אײַנדרוק זיך בײַטן פֿון מאָל צו מאָל, און איצט קאָן איך אים פֿאָרמולירן אַזױ: ס׳איז באמת אַ מערקװידיקע דערצײלונג, אױב האַלטן זי ניט פֿאַר אַ רעאַליסטיש, נאָר אַ באַלערעװדיק װערק, װײַל פֿאַרן רעאַליסטישן זשאַנער איז די דערצײלונג צו מוסר–השׂכּלדיק און אומגלײבלעך. אין די קאָמענטאַרן װערט געזאָגט, אַז „דער טעקסט איז ניט אַרומגעאַרבעט פֿולשטענדיק און װערט איבערגעריסן אינעם אָנהייב פֿונעם 20סטן קאַפּיטל פֿונעם 2טן טײל.‟ מיר דאַכט זיך, אַז די דערציילונג פֿאַרענדיקט זיך דװקא דאָרטן, װוּ זי דאַרף פֿאַרענדיקט װערן: אױף דעם, פֿון װאָס אַלץ („די קײט פֿון דעם שלעכטס‟) האָט זיך אָנגעהױבן. פֿון דעסטװעגן, איז דאָס װערק טאַקע ניט אױסגעפֿאַרטיקט פֿולשטענדיק, מחמת די געשיכטע פֿון קאַטיאַ טורטשאַנינאָװאַ איז ניט דערפֿירט ביזן סוף.
אַפּריל 17
װידער געשלאָפֿן שלעכט, װי אין די פֿריִערדיקע נעכט: לאַנג ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן נאָכן אױפֿכאַפּן זיך גאַנץ פֿרי.
די מאַמע פֿילט זיך בעסער, הגם אין דער פֿרי איז איר בלוטדרוק געװען נאָך הױך, נאָר אַנע פּאַװלאָװנע איז הײַנט אַ סך שװאַכער, זי װיל ניט טרינקען און װידער רעאַגירט אױף דער מאַמען אױף אַ נעגאַטיװן אופֿן. קאַרינאָטשקע האָט געקלונגען פֿיל מענטשן; די דאָקטערין מײנט, אַז עס קאָן זײַן מחמת דעהידרירונג, און מאָרגן װעט מען װידער שטעלן אַ טראָפּן–ציילער.

מומע מאַרינאַס אָרעם זעט אויס בעסער. קאַרינאָטשקע האָט זי אָפּגעפֿירט אַהיים.
געשפּאַנט 10 קילאָמעטער. די גאַנצע צײַט האָט אַ ביסעלע געמראַקעט. דער װעטער איז גאָר ניט קײן פֿרילינגדיקער און אַנטשפּרעכט סײַ דער אַלגעמיינער סיטואַציע, סײַ יענע, וואָס האַלט זיך בײַ אונדז אין שטוב… אױף דער בעלעהראַדסקאַ–גאַס איז דאָ אױף אַן אַפֿיש־טומבע אַן אױפֿשריפֿט: „באַבישן + האַמאַטשעקן — אין גיהנום!!!‟. אױף אונדזער און די דערבײַיִקע גאַסן בליט אַ סאַקורע־בוים, אַ װײַסע און ראָזעװע. די צװײַגן פֿון ס׳רובֿ אַנדערע בײמער זײַנען נאָך אָדער פֿולשטענדיק, אָדער כּמעט נאַקעטע.
װען קאַרינאָטשקע און איך זײַנען אַרײַנגעקומען צו מײַניקע נאָכן װאַרמעס, האָט די מאַמע געזאָגט, אַז זי האָט מער ניט קײן כּוח, און האָט מיך צום ערשטן מאָל געבעטן פּרוּװן אָנהאָדעװען אַנע פּאַװלאָװנע, װײַל פֿון דער מאַמעס הענט האָט זי זיך קאַטעגאָריש אָפּגעזאָגט צו עסן. מיר האָט זיך עס אײַנגעגעבן, אַנע פּאַװלאָװנע האָט אַלץ אױפֿגעגעסן. זי אױקעט פֿון מאָל צו מאָל, נאָר דערקלערט ניט, פֿאַר װאָס, װיפֿל מיר זאָלן ניט אױספֿרעגן.
מע װעט אַרױסשיקן פֿון טשעכיע 18 רוסלענדישע דיפּלאָמאַטן, װעמען מ׳איז חושד אין אַרבעט לטובֿת דער רוסלענדישער אויסערלעכער אויסשפּיר־אַגענץ, מחמת די פּאָליצײ האַלט, אַז סקריפּאַלס [4] מערדערס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו די אױפֿרײַסן אין טשעכיע אין 2014 און 2016. אַפֿילו זעמאַן [5] האָט עס באַשטעטיקט.
מאַריאַשע מיט די קינדער האָבן זיך אומגעקערט [פֿון די פֿאַראײניקטע אַראַבישע עמיראַטן — רעד.]. אַלע זײַנען געװען זײער פֿרײלעך. נו, כאָטשבי פֿאַרענדיקט האָט זיך דער טאָג אױף אַ פֿרײלעכער נאָטע…
געלײענט אַ ביסעלע בראָדעלס [6] בוך.
אַפּריל 18
די זעלבע מעשׂה: אױפֿגעכאַפּט זיך גאַנץ קאַיאָר און לאַנג ניט געקאָנט װידער אײַנשלאָפֿן.
באַקומען אַ ידיעה פֿון ישׂראל: שטשאַראַנסקי האָט גערעדט מיטן מיניסטער פֿאַר געזונט–פּאַרהיטונג. קאַרינאָטשקע און איך האָבן אונטערגעחתמעט די פּעטיציע צו דעם פּױפּסט מכּוח נאַװאַלנין [7]. גערעדט מיט קאַרינאָטשקען װעגן דעם, װאָס צו טאָן איצט מיט זאַראָטשקאַן און אַנדרײען אין שײַכות מיטן אַרױסשיקן די רוסלענדישע דיפּלאָמאַטן.
װען איך בין אַרײַנגעקומען צו אַנע פּאַװלאָװנען נאָך מיטאָג, האָט זי זיך שוין געהאַט אױפֿגעכאַפּט און געזאָגט, אַז הײַנט פֿילט זי זיך בעסער, נאָר גערעדט האָט זי מיט זײער אַ שלעכטער דיקציע און פֿון היץ. אָפּגעזעסן מיט איר העכער צװײ שעה. מ׳האָט איר װידער געשטעלט אַ טראָפּן–ציילער. די מאַמע איז סוף–כּל–סוף אַרױסגעגאַנגען אין דרױסן.

סמעכאָװ האָט זיך שױן פֿאַרבונדן מיט גלוזן, און יענער האָט צוגעזאָגט צו אָרגאַניזירן אונדזער אָװנט דעם 12טן אױגוסט 2022, װי איך האָב געהאַט פֿאָרגעשלאָגן סמעכאָװן אײערנעכטן. דערנאָך האָט גלוז געקלונגען קאַרינאָטשקען, זײ האָבן אַ סך געשמועסט, זי האָט אים דערציילט װעגן מאַריאַשעס אױפֿפֿירונג פֿון אונדזער מיוזיקל, און מאַריאַשעס אידעען זײַנען אים אַזױ געפֿעלן געװאָרן, אַז ער האָט געזאָגט: „איך װיל עס האָבן, און כ׳װעל פֿאָרלייגן די ביראָבידזשאַנער עפּעס אַנדערש‟.
געשפּאַנט 10 קילאָמעטער. דער װעטער איז די גאַנצע צײַט זײער אַ כמאַרנער… געאַרבעט. די רוסן האָבן דערקלערט, אַז זײ װעלן אַרױסשיקן 20 טשעכישע דיפּלאָמאַטן. געלײענט בראָדעלס בוך.
הײַנט איז יעקבֿ שטערנבערגס געבױרן–טאָג. „איך זיץ אין קרײַז פֿון יאָרן, װי צװישן שפּיגלען‟, „אָנגעפּעלצטע שאָטנס אױפֿן שנײ — מײַנע טױטע זײדעס זענען זײ‟, „אַ ניגונדל דאָרט ברענט זיך שײן‟, „פֿון זודיקן, װאַסעריקן האָלץ איז געװאָרן אַ רוחניות עפּעס, אַ זוניקע כװאַליע‟, „דאָס פֿײַער — אַ מײדלשער נאַקעטער קערפּער‟ — אַזאַ געניאַלער פּאָעט געװען! כ׳װאָלט געזאָגט, אַ ניט–דערשאַצטער… די בעסאַראַבישע צװײַג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איז, אַװדאי, אַ באַזונדערע און זײער אַ פּרעכטיקע װעלט. ס׳האָט מיר אָפּגעגאָלט, אַז דורך באָריען האָב איך געקאָנט זיך באַהעפֿטן מיט איר. באָבע רחל האָט געשטאַמט פֿונעם שטעטל סטאַראַיאַ אושיצאַ, װאָס געפֿינט זיך אױפֿן אַנדערן ברעג ניעסטער פֿון בעסאַראַביע.
אַפּריל 19
ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן ביז נאָך 4 אַזײגער…
אַנע פּאַװלאָװנען איז אַ סך בעסער. הייסט עס, אַז זי װעט זיך נייטיקן כּסדר אין דעם טראָפּן–ציילער… אין דער פֿרי האָט מען געמאַכט אַ בלוט–אַנאַליז, די רעזולטאַטן האָבן געװיזן שטאַרקע דעהידרירונג.
מ׳האָט מיר אָנגעשריבן פֿון ישׂראל, אַז שטשאַראַנסקי אַרבעט נאָך אַלץ איבער מײַן בקשה, מחמת זי איז ניט קײן אײנפֿאַכע.
הײַנט האָט גערעגנט, לכן בין איך ניט געגאַנגען שפּאַצירן. געאַרבעט. געלײענט דעם נסתּר.
מע װעט איבערפֿירן נאַװאַלנין אין אַ שפּיטאָל אין אַן אַנדערער קאָלאָניע, װאָס, לױט אַנדערע אַסירים, איז אַ מוראדיק אָרט, מע װענדט דאָרט אָן פּײַניקונגען.
אַפּריל 20
מע האָט מיר געקלונגען פֿון ישׂראל: צום באַדױערן, װעט זיך גאָרנישט ניט באַקומען מיט דער װאַקצינאַציע, מחמת דאָרטן קאָן מען ניט ברעכן דאָס קאַראַנטין–געזעץ.
אַנע פּאַװלאָװנען איז אַ סך בעסער, זי האָט געטרונקען װאַסער און נוטרידרינק אַליין.
הײַנט איז געװען פֿרילינגדיק זוניק און װאַרעם. געשפּאַנט העכער 10 קילאָמעטער. געאַרבעט. געהערט די ערשטע האַלבע שעה פֿונעם אינטערװיו מיט גענען פֿאַרן Wexler Oral History Project. איך בין אים מקנא: ער איז אױפֿגעװאַקסן אין אַ ייִדיש–רײדנדיקער משפּחה און האָט אַלײן גערעדט ייִדיש פֿון קינדשאַפֿט אָן. נו, װאָס קאָן מען טאָן — איך בין כּמעט אױף צװאַנציק יאָר ייִנגער פֿון אים, און אין מײַן צײַט האָט אַזױנס שױן ניט געקאָנט זײַן…
מע האָט אָנערקענט דערעק שאָװינען פֿאַר שולדיק אינעם דערהרגענען דזשאָרדזש פֿלױדן.
אַפּריל 21
הײַנט איז װידער געװען װאַרעם און זוניק, הגם דער װעטער–פּראָגנאָז האָט צוגעזאָגט אַ רעגן. געשפּאַנט 10 קילאָמעטער. די סאַקורע־בוים הײבט שױן אָן אָפּפֿאַלן…
דעמאָנסטראַציעס פֿון סאָלידאַריטעט מיט נאַװאַלנין און קעגן פּוטינען זײַנען פֿאָרגעקומען אין פֿאַרשײדענע רוסלענדישע שטעט, װי אױך דאָ אין פּראָג. צום באַדױערן, האָב איך ניט געקאָנט גײן, מחמת כ׳האָב געמוזט אַרבעטן. אין רוסלאַנד זײַנען צענדליקער מענטשן אַרעסטירט געװאָרן (ניט אין מאָסקװע), און אױף דער רוסלענדישער טעלעװיזיע האָט מען געװיזן עפּעס טיפּשים, װאָס האָבן געשריִען: „נאַװאַלני איז אַ מערדער! ער פֿלעגט טײטן מענטשן!‟.
נעכטן האָט מען דאָ באַשטימט אַ נײַעם אױסערן–מיניסטער, יאַקוב קולהאַנעק. ער איז אַ 36–יאָריקער מאַן, װאָס האָט זיך געלערנט אינעם דזשאָרדזשטאַונער אוניװערסיטעט. הײַנט האָט ער געמאָלדן, אַז רוסלאַנד האָט בלױז אײן טאָג פֿאַר אומקערן די טשעכישע דיפּלאָמאַטן, װעלכע מ׳האָט אַרױסגעשיקט, אַניט װעט טשעכיע האַלטן אין אַרױסשיקן די רוסלענדישע דיפּלאָמאַטן. אַזױנס װאָלט ניט געקאָנט זײַן אָן אַמעריקאַנישער אונטערשטיצונג. בײַדען איז אַזאַ מאָלאָדיעץ! יאָ, איך בין קעגן מע זאָל באַנײַען די פֿינאַנציעלע הילף דער פּאַלעסטינער אױטאָנאָמיע און האָב אונטערגעחתמעט אַ פּעטיציע קעגן דעם, נאָר װאָס שײך בײַדענס פּאָליטיק בנוגע פּוטינען — בראַװאָ!
און די „אונאָ‟ האָט אױסגעװײלט איראַן פֿאַר דער קאָמיסיע צו באַטראַכטן דעם פֿרױען–מצבֿ…
דערהערט דעם אינטערװיו מיט גענען ביזן סוף. אײנס האָב איך ניט פֿאַרשטאַנען: הלמאַי האַלט ער, אַז הגם ס׳איז דאָ ייִדישע שרײַבערס, איז קיין ייִדישע ליטעראַטור מער ניטאָ. כ׳װעל אים אָנשרײַבן.
ס׳האָט אַלאָטשקען אָנגעהױבן װײ טאָן אַן אױער. בײַ אַנע פּאַװלאָװנען האָט דער מאָגן ניט נעכטן, ניט הײַנט ניט געאַרבעט…
אַפּריל 22
בײַדען װעט אָנערקענען דעם אַרמענישן גענאָציד! נו, אױב אונדזערע „רוסן‟־אימיגראַנטן װעלן האַלטן אים אין אײן שעלטן, װעלן זיי זיך אַרױסװײַזן פֿאַר פֿולשטענדיקע גזלנים. ניט לאַנג צוריק האָט אײנער פֿון זײ, מײַנער אַ באַקאַנטער פֿון ישׂראל, מיר אָנגעשריבן, אַז בײַדען איז „אַ מאַריאָנעטקע, װאָס דער חוצפּהדיקער און גאװהדיקער אױסװוּרף אָבאַמאַ ציט אים פֿאַר די שטריקעלעך‟, און אַז אָבאַמאַס „חוצפּה און גאװה זײַנען קלאָר אַלעמען און יעדן אײנעם‟. אים איז אַפֿילו ניט אײַנגעפֿאַלן דער געדאַנק: אױב אָבאַמאַס חוצפּה און גאװה זײַנען קלאָר אַלעמען און יעדן אײנעם, איז װי זשע קאָן ער האָבן אַזױ פֿיל אָנהענגערס? ס׳איז ממש אומגלייבלעך, װי אײניקע מענטשן הערן בלױז זיך אַליין און זייערע מיטדענקערס — פּונקט װי אַלעקסאַנדר געניס׳ [8] באַקאַנטער, װאָס איז געװען איבערצײַגט, אַז די רעזולטאַטן פֿון די לעצטע װאַלן אין אַמעריקע זײַנען פֿאַלסיפֿיצירט געװאָרן (הגם העכער 60 געריכטן, בתוכם דעם אױבער–געריכט, האָבן באַשטעטיקט דאָס היפּוכדיקע), האָט געבראַכט אַזאַ אַרגומענט: „טראַמפּ האָט ניט געקאָנט פֿאַרלירן, מחמת אַלע זײַנען פֿאַר אים!‟.
מיט־טאָג האָט קאַרינאָטשקע אָפּגעפֿירט אַלאָטשקע צו אַן אָטאָלאַרינגאָלאָג, יענע האָט אַלץ באַטראַכט ביז גאָר פּרטימדיק און גאָרנישט ניט געפֿונען.
גענע האָט מיר געענטפֿערט, אַז ליטעראַטור איז אויך ליטעראַטור-קריטיק און, קודם-כּל, אַ קריטישע מאַסע לייענער.
לאַנג געזעסן מיט אַנע פּאַװלאָװנען, און די מאַמע איז אַרױסגעגאַנגען אין דרױסן. אַנע פּאַװלאָװנע טרינקט גאָר אַ סך, ניט געקוקט אױפֿן טראָפּן–ציילער; זי רעדט אויך אַ סך פֿון היץ… זי פֿרײט זיך זײער אַלע מאָל, װען איך קום, אָבער נאָך דעם, װי איך בין הײַנט אַװעקגעגאַנגען, האָט זי תּיכּף פֿאַרגעסן, אַז איך בין נאָר װאָס געװען בײַ איר.
טשעכיע און רוסלאַנד האָבן אָפּגערעדט צװישן זיך, אַז עס װעלן זײַן די זעלבע צאָל דיפּלאָמאַטן אין ביידע לענדער. פּוטין האָט אָפּגעפֿירט דאָס מיליטער פֿון דער אוקראַיִנישער גרענעץ.
געשפּאַנט כּמעט 11 קילאָמעטער. געאַרבעט.
אין אָװנט איז קליועװ געקומען און האָט געזאָגט, אַז אַלאָטשקעס צושטאַנד איז געװאָרן בעסער. בײַ אַנע פּאַװלאָװנען שוין דרײַ טעג, אַז דער מאָגן אַרבעט בײַ איר נאָך אַלץ ניט…
אַפּריל 23
נאַװאַלני האָט אױפֿגעהערט זײַן הונגערשטרײַק.
קאַרינאָטשקע האָט אָפּגעפֿירט זאַראָטשקאַ צו אַ דאָקטערין. ס׳איז זײער אומרויִק. זי דאַרף מאַכן אַ בלוט–אַנאַליז.
געשפּאַנט 11 קילאָמעטער. געאַרבעט.
הײַנט איז פּראָקאָפֿיעװס 130סטער יאָרטאָג. בײַ מײַן גאַנצער ליבע צו אים, איז שאָסטאַקאָװיטש זינט מײַנע יונגע יאָרן געװען מיר מער צום האַרצן. אין אַ געװיסן זין איז עס אַזוי עד־היום, מחמת אין שאָסטאַקאָװיטשס מוזיק איז דאָ עפּעס אַזוינס, װאָס איז מיר זײער נאָענט און װאָס בײַ פּראָקאָפֿיעװן פֿעלט עס אויס, — נאָר אַצינד פֿאַרשטײ איך מיטן שׂכל, אַז פּראָקאָפֿיעװ איז פֿאָרט אַ גרעסערער קאָמפּאָזיטאָר.
בײַ אַנע פּאַװלאָװנען אַרבעט נאָך אַלץ ניט דער מאָגן… זעט אויס, אַז דער פּראָשעק האָט געװירקט בלויז עטלעכע טעג — און אױפֿגעהערט. די מאַמע האָט געזאָגט, אַז זי װעט אים װידער איר געבן מאָרגן אין דער פֿרי. בײַ דער מאַמען איז דער בלוטדרוק אױפֿגעשפּרונגען אין אָװנט — 178 אױף 90…
נעכטן האָט מען געפּײַניקט אַ מיטאַרבעטערין פֿון נאַװאַלניס שטאַב אין ראָסטאָװ, אױסגעשניטן אױף איר אָרעם דעם ערשטן בוכשטאַב פֿון נאַוואַלניס פֿאַמיליע־נאָמען, דעם רוסישן אות Н…
אַפּריל 24
געמאַכט קאָװיד–טעסטן מיט קאַרינאָטשקען און דאַניעטשקען (ער פֿליט אױך פֿליט אַװעק איבערמאָרגן — קײן לאָנדאָן).
געזעסן מיט אַנע פּאַװלאָװנען, די מאַמע איז אַרױסגעגאַנגען אין דרױסן.
בײַדען האָט אָנערקענט דעם אַרמענישן גענאָציד!
געשפּאַנט 10 קילאָמעטער. געאַרבעט. װידער געלײענט דעם נסתּרס „מיט איבערװאַנדערערס קײן ביראָבידזשאַן‟. לױטן זשאַנער און תּוכן איז עס פּשוט אַ פֿאַרצייכענונג, גאָרניט באַזונדערס — נאָר די שפּראַך איז זײער אַ רײַכע, לכן איז עס ניט אַזױ גרינג צו לײענען. אַװדאי איז ייִדיש בכלל ביז גאָר אַ רײַך לשון.
אַפּריל 25
הײַנט צום ערשטן מאָל געשלאָפֿן גוט.

בײַם אָנבײַסן האָב איך זיך פּלוצעם דערמאָנט, אַז װען איך האָב געלעבט אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, פֿלעגט מען דאָרטן מיט דרך–ארץ רײדן װעגן דעם דיריגענט מיט דער פֿאַמיליע אַלעקסאַ, נאָר איך האָב אים קײן מאָל ניט געהערט און אַפֿילו ניט געװוּסט, װי ער זעט אױס. אַרײַנגעקוקט אין דער אינטערנעץ און זיך דערוווּסט, אַז ער אָפּגעלעבט בלױז 66 יאָר און איז געשטאָרבן נאָך אין 2005. געפֿונען אין יוטיוב זײַן רעקאָרדירונג פֿון שאָנבערגס „אױפֿגעקלערטע נאַכט‟: באמת זײער גוט! אַ גרעסערער אײַנדרוק, װי פֿון פּעטרענקאָס [9] אױספֿילונג אױפֿן זאַלצבורגער פֿעסטיװאַל פֿאַר אַ יאָרן.
קליועװ האָט באַזוכט זאַראָטשקאַ און באַשטעטיקט, אַז די פּראָבלעמען זײַנען ערנסטע, זײ דױערן שױן אַם װײניקסטן אַ האַלב יאָר, און מאָרגן אין דער פֿרי װעט זי דאַרפֿן מאַכן אַ בלוט–אַנאַליז. ער האָט אױך געזאָגט, אַז װען זי װאָלט איצט געװען אין מאָסקװע, װאָלט מען זי דאָרטן תּיכּף געלײגט אין שפּיטאָל.
די מאַמע איז געפֿאַלן און געלעגן אױפֿן דיל בײַ זיך אין שלאָף–צימער במשך פֿון אַ גאַנצער שעה, מחמת קײנער האָט ניט געהערט, װי זי האָט געשריִען. איר רעכטער פֿוס האָט זיך שרעקלעך צעװײטיקט, און זי האָט ניט געקאָנט אַ ריר טאָן מיט קײן אבֿר. די גיכע הילף האָט זי אָפּגעפֿירט אין שפּיטאָל. די רענטגען–בילדער האָבן געװיזן, אַז איר היפֿט איז צעבראָכן געװאָרן. מע װעט דאַרפֿן אַרײַנשטעלן אַ קינסטלעכע היפֿט, װי מע האָט עס געטאָן אַנע פּאַװלאָװנען מיט יאָרן צוריק. צום גליק, האָט מען גיך געפֿונען פֿאַר דער מאַמען אַן אָרט און אַ קינסטלעכע היפֿט אין „מאָטאָל‟, דעם סאַמע בעסטן שפּיטאָל אין פּראָג, און מ׳האָט זי אָפּגעפֿירט אַהין. אױף מאָרגן און איבערמאָרגן זײַנען בײַ זײ אַלע אָפּעראַציעס שױן פֿאַרפּלאַנירט, נאָר אױב עפּעס װעט פּלוצעם אָפּגעשאַפֿן װערן, װעט מען די מאַמע אָפּערירן.
כ׳האָב אָפּגעשאַפֿן די גאַסטראָלן אין שפּאַניע. אַלע האָבן אַלץ פֿאַרשטאַנען. אין אָװנט בין איך אָפּגעזעסן מיט אַנע פּאַװלאָװנען. זי פֿאַרשטײט נאָך אַלץ ניט, װוּ זי איז… אינעסע האָט רעקאָמענדירט אַן אַנדערע ניאַניע, אַ רוסיש–רײדנדיקע ייִדישע פֿרוי, זי זאָל קוקן נאָך אַנע פּאַװלאָװנען בײַ טאָג.
דערקלערונגען:
[1] גלוז, מיכאַיִל (1951־2021) — קאָמפּאָזיטאָר, גרינדער און גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן קולטור־צענטער אויף ש. מיכאָעלס׳ נאָמען אין מאָסקווע
[2] „נאָװיטשאָק‟ — דער נאָמען פֿון אַ מסוכּנעם סם, אויסגעאַרבעט אין רוסלאַנד
[3] „דער פֿאַלשער קופּאָן‟ — אַ ווייניק באַקאַנטע דערציילונג פֿון לעוו טאָלסטוי
[4] סקריפּאַל, סערגיי — אים האָט די רוסלענדישע זיכערהייט־אַגענטור געפּרוּווט אָפּסמען מיט „נאָוויטשאָק‟ אין 2018
[5] זעמאַן, מילאָש (1944) — טשעכישער פּאָליטישער און מלוכישער טוער
[6] בראָדעל, פֿערנאַן (1902־1985) — פֿראַנצױזישער היסטאָריקער
[7] נאַװאַלני, אַלעקסיי (1976) — רוסלענדישער אָפּאָזיציע־לידער
[8] געניס, אַלעקסאַנדר (1953) — רוסישער שרײַבער, זשורנאַליסט, ליטעראַטור־פֿאָרשער
[9] פּעטרענקאָ, עדואַרד (1976) — רוסיש־בריטישער דיריגענט