ס’האָט פֿאַרגעסן דאָס האַרץ

משה לעמסטער

איך גיב זיך אונטער

סע איז הײַנט אַ שיינער וועטער
קומט צו מיר מײַן ליבער פֿעטער.
פֿון פֿאַר טאָג און ביז פֿאַר נאַכט
שפּילן מיר מיט אים אין שאַך.

אויף מײַן פֿעטער לייג איך כּבֿוד
גיב זיך אונטער מיט הנאה
ער, ווען אַ פּאַרטיי געווינט,
פֿרייט זיך ממש ווי אַ קינד.

וועל איך זיכער אים פֿאַרשפּילן
מיט גוטהאַרציקע געפֿילן —
ס’איז געווען דרײַ יאָר דער פֿעטער
מיט מײַן מאַמען אין איין געטאָ…

ס’האָט פֿאַרגעסן דאָס האַרץ

אויף דער עלטער איז שוין ניט אַזוי זיס דער האָניק,
די בלימלעך אין פֿעלד שוין ניט אַזוי צאַרט.
סע געדענקט נאָך ווי מע לאַכט — דאָס פּנים,
נאָר ווי מע פֿרייט זיך האָט פֿאַרגעסן דאָס האַרץ.

מיך בריִען ניט הײַנט מער די מיידלישע בליקן
בײַ אַן אָפֿענעם פֿענצטער מיך קיינער ניט וואַרט.
סע געדענקען נאָך גוט, ווי מע קושט זיך די ליפּן,
נאָר ווי מע פֿאַרליבט זיך האָט פֿאַרגעסן דאָס האַרץ…

דער מאַמעס קיכל

פֿאָלקסמאָטיוו

כ’האָב דיר געבראַכט אַ קיכל,
ס’האָט עס הײַנט מײַן מאַמע
געבאַקט פֿאַר דיר, געליבטע,
אַ מאכל מיט פֿיל טעמען.

מיר געפֿעלט צו קוקן,
אויף דײַנע זיבן חנען,
ווען דו נעמסט דאָס קיכל
מיט די פֿינגער שיינע.

מיר עס וויל זיך גלויבן,
אַז אונדזער לעבן, זיכער:
זיס וועט זײַן, מיט רויזן,
ווי מײַן מאַמעס קיכל…

וווּ איז דאָס ווײַב?

עס בענקט מײַן לײַב נאָך אַ ווײַב.
נאָך אַ ווײַב און נאָך איר לײַב.
צי זי פֿילט ניט וואָס איך לײַד
אָן איר ווייכן, ווײַסן לײַב?

צי ז’איז נאָענט, צי ז’איז ווײַט
הײַנט פֿאַר איר מײַן ליד איך שרײַב!
אויב זי קאַרגט פֿאַר מיר איר לײַב,
זאָל זי שטעלן כאָטש איין „like‟!

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s