טעאַטראַלע קאָסטיום־סקיצעס פֿון מיכאל גלייזער
אין ניו־יאָרק האָבן אָנגעהויבן עפֿענען זייערע טירן אייניקע קולטור־אינסטיטוציעס, פֿאַרמאַכט ביז אַהער צוליב דער פּאַנדעמיע. אינעם פֿאַרגאַנגענעם יוני־חודש האָב איך געהאַט דעם כּבֿוד צו זײַן פֿאַרבעטן אויף דער אויסשטעלונג פֿונעם באַקאַנטן מאָלער מיכאל גלייזער אין דער Amsterdam Whitney־גאַלעריע אין מאַנהעטן. אינעם צימער, וואָס דעם קינסטלער איז דאָרט אויסגעטיילט געוואָרן, האָט ער אויסגעשטעלט זײַנע קאָסטיום־סקיצעס צו עטלעכע טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונגען, אויפֿגעפֿירט אינעם אוקראַיִנישן אַקאַדעמישן דראַמאַטישן טעאַטער אויף איוואַן פֿראַנקאָס נאָמען אין קיִעוו. געשאַפֿן אין פֿאַרשיידענע יאָרן, מיט פֿאַרשיידענע טעאַטראַלע רעזשיסאָרן, קאָן מען אין די פֿאַרשיידנאַרטיקע סקיצעס באַלד דערזען דעם מײַסטערישן פֿלי פֿון פּען־און־פּענדזל, צי דאָס זאָלן זײַן די קאָסטיומען צו דער פּיעסע „ענעיִדאַ‟, אַ סאַטירישע קאָמעדיע פֿונעם אוקראַיִנישן קלאַסיקער איוואַן קאָטליאַרעווסקי אויפֿן סמך פֿון ווערגיליס׳ עפּישער פּאָעמע מיטן זעלבן נאָמען; צי די פֿאַנטאַסטישע פֿאָלקס־מעשׂה „די נאַכט ערבֿ ניטל‟ לויט ניקאָלײַ גאָגאָלס פֿעיעריע „אָוונטן לעם כוטאָר דיקאַנקי‟; אָדער צו טשעכאָווס „דרײַ שוועסטערס‟, און אַחרון אַחרון חבֿיבֿ — צו דער אויפֿפֿירונג פֿון שלום־עליכמס „טבֿיה דער מילכיקער‟.

אַ טעאַטראַלער קאָסטיום איז נישט סתּם אַ בגד, צוצודעקן דעם גוף. דער קאָסטיום פֿונעם פּערסאָנאַזש שפּיגלט אין אַ געוויסן זין אָפּ זײַן כאַראַקטער. אָבער נישט נאָר: צו האָבן אַ רײַכע קינסטלערישע פֿאַנטאַזיע און אַ פֿעסטע פּראָפֿעסיאָנעלע האַנט איז נישט גענוג. איידער זיך צורירן צום פּען־און־פּענדזל, דאַרף דער קינסטלער ווערן אַ פֿאָרשער — טיף אַרײַנדרינגען אין דער צײַט און תּקופֿה, אינעם לעבנס־שטייגער פֿון זײַנע פּערסאָנאַזשן.
מע זאָגט טאַקע, אַז דאָס לעבן איז אַ טעאַטער־שפּיל, און מיר, מענטשן, זײַנען אין דער שפּיל אַקטיאָרן. כּדי עס זאָל אָבער אַזוי געשען דאַרף דאָס לעבן אויף דער בינע זײַן בולטער, גוזמאדיק העלער, ממש זיך וואַרפֿן אין די אויגן מיט אַלע מעלות און חסרונות. איידער דער העלד רעדט אַרויס אַ וואָרט, זעט מען שוין אויף אים, פֿון זײַנע קליידער ווער ער איז. נישט אומזיסט זאָגט דאָס ייִדיש ווערטל, אַז קליידער מאַכן לײַט. דער תּמצית פֿון דער סקיצע „פּערטשיק‟ (טבֿיה דער מילכיקער) ליגט אין דרײַ זאַכן: דער קאַרטוז אויפֿן קאָפּ פֿון אַן אייביקן סטודענט, דאָס אָפֿענע בוך (מאַקסים גאָרקיס) אין דער האַנט, און דער רויטער שאַרף, ווי אַ סימבאָל פֿון דער פּראָלעטאַרישער פֿאָן.
אָדער נעמט די סקיצע פֿונעם „אוראַדניק‟: אַ מגושמדיקע פֿיגור, אַז דער גאַרטל כאַפּט זי קוים אַרום, די רעכטע האַנט איז פֿאַרקוועטשט אין אַ פֿויסט, די צוויי וואָנצעס, ווי צוויי שפּיזן שטעקן אָנגעשטעלט, אַ קיצור — אַ גוי מיט ביינער און שטרענג, ווי אַ גענעראַל־גובערנאַטאָר — אַזוי האָט אים כאַראַקטעריזירט שלום־עליכם. און דער „שנײַדערוק‟ מאָטל, נעבעך?.. דער דלות ליגט בײַ זײַנע באָרוועסע פֿיס, און זײַן איינציקער אוצר — די ניי־מאַשינקע, לאָזט ער נישט אַרויס פֿון די הענט…
מעגלעך, אַזאַ ניי־מאַשינקע האָט אויך פֿאַרמאָגט גלייזערס זיידע, אַ שנײַדער אין אַן אוקראַיִניש שטעטל. די דאָזיקע ניי־מאַשינקע „זינגער‟ האָט אים געשיקט זײַנער אַ קרובֿ אַזש פֿון אַמעריקע. זי, די ניי־מאַשינקע, איז געווען די „קו‟, וואָס האָט געהאָדעוועט זײַן גאַנץ הויזגעזינד. בעת דעם בירגערקריג האָבן זיך צו אים אין שטיבל אַרײַנגעריסן אַ צוויי שיכּורע קאַזאַקן. טאַקע אויף דער ניי־מאַשינקע האָט איינער פֿון זיי געלייגט זײַן פֿאַרשנאָשקעט אויג. אָבער דער שנײַעדער האָט זיך נישט אונטערגעגעבן, זיך אין איר אײַנגעקלאַמערט אויף טויט — זי קאָרמעט דאָך זײַנע קינדער… די קאַזאַצקע סאַבליע האָט פֿון קיין רחמנות נישט געוווּסט. מיכאלס טאַטע, נאָך גאָר אַ קינד האָט עס געזען מיט זײַנע אייגענע אויגן פֿון אונטער דער בעט, וווּ דער טאַטע האָט אים און זײַן ברודערל געהייסן ליגן און קיין פּיפּס נישט אַרויסלאָזן, וואָס ס׳זאָל נישט געשען…

אַ קינסטלער מוז האָבן אַ גענעטישן זכּרון… מיכאל גלייזער, איז געבוירן געוואָרן אין גיכן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה אין קיִעוו, אין דער שטאָט פֿון באַבי יאָר. ייִדיש האָט ער אײַנגעזאַפּט אין טאַטע־מאַמעס שטוב, און דער געזאַנג פֿון אוקראַיִניש האָט געשוועבט אין דער לופֿטן. דאָס קענען הערן די מוזיק פֿון שפּראַכן איז אים זייער צו ניץ געקומען אין לעבן. זײַן טאַטע האָט נישט זייער געהאַלטן פֿון זײַן זונס נטיה צו מאָלערײַ; אים איז מער ניחא געווען, אַז דער זון זאָל האָבן אַ גוטן פֿאַך אין די הענט, און געשיקט אים לערנען זיך שנײַדערײַ. אײַ, ווי ער האָט געטראָפֿן — גלײַך אין פּינטעלע! שפּעטער איז עס מיכאלן אויך זייער צוניץ געקומען אין זײַן קינסטלערישער אַרבעט פֿאַרן טעאַטער.
זיך לערנען מאָלערײַ איז גלייזער געפֿאָרן קיין לענינגראַד, דעם קולטור־צענטער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין יאָר 1973 האָט ער פֿאַרענדיקט דעם פֿאַקולטעט פֿון קינסטלערישער גראַפֿיק בײַם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אויף הערצענס נאָמען. די קינסטלערס פֿון אַ ייִדישן אָפּשטאַם אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אַזעלכע ווי איליאַ קאַבאַקאָוו, מיכאַיִל שוואַרצמאַן, עדואַרד שטיינבערג, זײַנען געווען אַרײַנגעטריבן אין אַ מין „נאַציאָנאַלן ווינקל‟; אָבער דווקא פֿון דאָרט האָבן זיי געזוכט דעם וועג צום אוניווערסאַלן, קאָסמישן, אינטערנאַציאָנאַלן. דווקא פֿון יענעם „ווינקל‟ אין דער צײַט פֿון סאָוועטישער סטאַגנאַציע קומען אַרויס די ייִדישע מאָלערס קאָמאַר און מעלאַמיד, באַזונדערס גרישאַ ברוסקין, וואָס אין זײַן שאַפֿונג זעען זיך בולט אָן די רעליגיעז־קולטורעלע סימבאָלן, אייגנטימלעכע פֿאַר דער ייִדישער טראַדיציע.

די ייִדישע סימבאָלן אין גלייזערס שאַפֿונג פֿלעכטן זיך אָרגאַניש צונויף מיט די אַזוי גערופֿענע מאָטיוון פֿון סאָוועטישער פֿעלקער־פֿרײַנדשאַפֿט. זײַן אַלגעמיינע שאַפֿערישע פּאַליטרע איז פֿילפֿאַרביק. זײַן אַרבעט אין טעאַטער, בײַם אָנהייב ווי אַ קינסטלער פֿון קאָסטיומען, און שפּעטער ווי אַן אויפֿפֿיר־קינסטלער פֿון ספּעקטאַקלען האָט סײַ פֿאַר אים און סײַ אין אים געעפֿנט די ביז אַהער פֿאַרשפּאַרטע קוואַלן פֿון זײַן שאַפֿערישער אינדיווידואַליטעט.
אין דער קאָסטיום־סקיצע „אויפֿן יריד‟ זעען מיר עטלעכע גרופּעס, וואָס האַלטן זיך אָפּגעזונדערט — ציגײַנער, קאַצאַפּן, ייִדן, אַ סוחר פֿון טערקײַ און מיטל־אַזיע, בגילופֿינדיקע טאַנצנדיקע קאַזאַקן און זאַטע נאַקנס פֿון גלחים… מיר דערקענען זיי באַלד, כאָטש זייערע פּנימער זײַנען צעשווענקט; זייערע קליידער דערציילן אונדז ווער און וואָס יעדער פֿון זיי איז; בלויז עטלעכע שטריכן, טיפּישע פֿאַרבן און זשעסטן — און דער כאַראַקטער איז געכאַפּט.

פּונקט דאָס זעלבע קומט פֿאָר אויפֿן בילד פֿונעם דאָרפֿישן מיידל אָקסאַנאַ (די נאַכט ערבֿ ניטל). זי איז שיין און שאַרף אויף דער צונג, ווי די שפּיצן אויף איר קאָפּ־טיכל; זי איז שפּילעוודיק, ווי די גרויסע רויטע קאַרעלן אַרום איר האַלדז, זי גייט נישט — זי טאַנצט. זי ווייסט גוט, ווי צו פֿאַרדרייען אַ פּראָסטן כלאָפּ דעם קאָפּ. זי שיקט אים קיין סאַנקט־פּעטערבורג ער זאָל איר קריגן דאָרט פּונקט אַזעלכע שיכעלעך, ווי עס טראָגט די קייסערינע קאַטערינע, דעמאָלט וועט זי מיט אים חתונה האָבן. און ער, דער פֿאַרליבטער כלאָפּ, לאָזט זיך אין וועג, רײַטנדיק אויף אַ שד.
גלייזער איז גוט באַהאַוונט אינעם אוקראַיִנישן פֿאָלקלאָר און טראַדיציעס, ער איז נישט קאַרג אויף פֿאַרבן און פֿאָלקס־אויסהעפֿטונגען אויף די העמדער, פֿאַרטעכער, זשילעטלעך. פֿון פּרטים און קליינע פּיטשעווקעס ווערט געבוירן דער קאָסטיום, און עס טאָר גאָרנישט פֿאַרזען ווערן…
מײַן פּערזענלעכע נאָענטע באַקאַנטשאַפֿט מיט מיכאל גלייזער איז געשען דורך מײַן בוך דערציילונגען, איבערגעזעצט אויף רוסיש. מיכאל האָט מיר פֿאָרגעלייגט צו מאַכן צו יעדער דערציילונג אַ באַזונדערע אילוסטראַציע. אויף מײַנע אויגן, נאָך יעדער אונדזער נײַער טרעפֿונג האָבן פֿון קליינע, די גרייסט פֿון אַ פּאָסט־מאַרקע, צייכענונגען געבוירן געוואָרן אייגנאַרטיקע בילדער, וואָס האָבן אַנטפּלעקט נישט בלויז געוויסע עפּיזאָדן פֿון אַ דערציילונג, נאָר געשאַפֿן אַן אַלגעמיינע אַטמאָספֿער פֿונעם גאַנצן זאַמלבוך. כ׳האָב אין זײַנע געמעלן דערזען זאַכן, וואָס נאָר זײַן קינסטלעריש אויג האָט זיי געקאָנט אויפֿכאַפּן. די 25 אילוסטראַציעס גלייזערס האָבן באַרײַכערט דאָס בוך, געעפֿנט אַ נײַע רוים־דימענסיע.
די אויסשטעלונג פֿון מיכאל גלייזערס טעאַטראַלע קאָסטיום־סקיצעס אין Amsterdam Whitney Gallery וועט בלײַבן אָפֿן ביז סעפּטעמבער 12.
אַדרעס: 210 Eleventh Av. – Chelsea (צווישן די גאַסן 24 און 25), ניו־יאָרק