לאַפּסוס־קאַקטוס — 46

אַ פּלאַקאַט פֿון 14טן צוזאַמענפֿאָר, אויף וועלכן ס׳איז פּראָקלאַמירט געוואָרן דער וועג פֿון אינדוסטריאַליזאַציע

אין פֿאָריקן נומער (45) האָבן מיר אַרומגערעדט אייניקע „סאָוועטיזמען‟, פֿאַרבונדן מיטן „קאָלווירט־לעקסיקאָן‟. לאָמיר הײַנט זען, ווי ס׳האָט זיך אַנטוויקלט דער סאָוועטישער ווערטער־אוצר אין געביט פֿון אינדוסטריע.

זאַוואָד

אָנהייבן וועלן מיר פֿונעם רוסישן וואָרט „זאַוואָד‟. אין רוסיש מיינט עס אַרײַנפֿירן, אײַנשטעלן — אײַנשטעלן אַ גוראַלניע, אַ זייף־קאָכערײַ, אַ פֿוטער־פֿאַבריק…

פֿינפֿיאָר־פּלאַן

אין דער צײַט פֿון סאָוועטישער „אינדוסטריאַליזאַציע פֿון גאַנצן לאַנד‟, אין די יאָרן פֿון די ערשטע „פֿינפֿיאָר‟ האָט דאָס וואָרט און אַלץ, וואָס מיט דעם אינדוסטריאַליזיר־פּראָצעס פֿאַרבונדן געווען, פֿאַרנומען אין דער פּרעסע, בתוכם ייִדישער, דעם אויבנאָן.

אויב מיר האָבן שוין דערמאָנט דאָס וואָרט „פֿינפֿיאָר‟, לאָמיר דעם סאָוועטישן באַגריף באַטראַכטן. ווי באַוווּסט, איז די גאַנצע ווירטשאַפֿט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געווען אַ פּלאַנירטע. פּלאַנירן האָט מען אָנגעהויבן אין 1928, ווי אַן אינסטרומענט פֿון אַ פֿאַרגיכערטן עקאָנאָמישן וווּקס. אַזוי ווי אַלץ איז געווען צענטראַליזירט און אויפֿגעבויט ווערטיקאַליש פֿון אויבן אַראָפּ, זײַנען אויך די עקאָנאָמישע פּלענער “אַראָפּגעלאָזט” געוואָרן פֿון דער ספּעציעל־געשאַפֿענער אינסטאַנץ „מלוכה־פּלאַן‟, איבער וועלכער עס איז געשטאַנען דער צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. דער הויפּט־לאָזונג פֿון דער דאָזיקער אינסטאַנץ איז געווען: „די פּאַרטיי־פּלענער זײַנען די פּלענער פֿון פֿאָלק‟, קלאָרער געזאָגט, די פּאַרטיי זאָגט, און דאָס פֿאָלק פֿירט עס אויס!

אין די סאָוועטישע צײַטן איז אַרומגעגאַנגען אַ וויץ. איינעם אַ סאָוועטישן גענעראַל פֿרעגט מען אין אויסלאַנד: „וואָס איז אײַער שטאַרקסטער וואָפֿן אין לאַנד?‟ האָט ער געענטפֿערט: „ס׳איז אַ גרויסער סוד, כ׳וועל אײַך אָבער זאָגן — די אינסטאַנץ „מלוכה־פּלאַן‟. זי מאַכט חרובֿ אַלץ!‟

פֿאָרשריטלער און פֿילווערקשטעלניק

דאָס געיעג נאָך איבערשטײַגן דעם פּלאַן און זיך דורכשלאָגן צו רופֿן זיך „פֿאָרשריטלער‟, פֿלעגט צווינגען צו ברעכן אַלע ראַמען פֿון אַ נאָרמאַלער אַרבעט. אַזוי האָט זיך באַוויזן דער טערמין „פֿילווערקשטעלניק‟. דאָס האָט געמיינט, אַז איין אַרבעטער אָדער אַרבעטאָרין האָט זיך אונטערגענומען צו באַדינען נישט איין ווערקשטעל אָדער וועבשטול, נאָר פֿינף, צען און מער אין דער זעלבער צײַט. אַזאַ פּראָפֿעסיאָנעלער שגעון פֿלעגט, פֿאַרשטייט זיך, ברענגען צו הויכע אַפֿילו פֿאַנטאַסטישע רעזולטאַטן, אָבער בלויז בײַ געציילטע מענטשן, און נישט ווי אַ מאַסן־שיטה. פֿיל ביכער און באַזונדערס פֿילמען זײַנען געמאַכט געוואָרן וועגן אַזעלכע פֿילווערקשטעלניקעס און „שלאָגלערס פֿון סאָציאַליסטישער מי‟…

ראַבפֿאַק

צו העכערן די בילדונג בײַ די אַרבעטער־מאַסן זיי זאָלן דערנאָך קאָנען זיך לערנען אין די אוניווערסיטעטן, האָבן צווישן די יאָרן 1919 און 1930 עקזיסטירט די אַזוי גערופֿענע „ראַבפֿאַק/ן‟ — אַ דירעקטע קאָפּיע פֿון רוסיש — „ראַבאָטשי פֿאַקולטעט‟ — אַרבעטער פֿאַקולטעט. לויט די אײַנגעפֿירטע כּללים פֿלעגט מען די גראַדואַנטן פֿון „ראַבפֿאַק‟ אָננעמען אין די העכערע לערן־אַנשטאַלטן אָן עקזאַמענס. נישט ווייניק ייִדישע שרײַבערס, איידער זיי זײַנען אָנגעקומען אין אוניווערסיטעט אָדער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט האָבן פֿאַרענדיקט אַ ייִדישן „ראַבפֿאַק‟.

פֿילטיראַזשקע

צו באַשרײַבן די „שלאָגלעכע סאָציאַליסטישע מי‟ אויף די ריזיקע בויונגען, זאַוואָדן און פֿאַבריקן, זײַנען בײַ אָט די אונטערנעמונגען געשאַפֿן געוואָרן אָרטיקע צײַטונגען, אַ מין פּעריאָדישע אויסגאַבע, געצילט נאָר פֿאַר די מיטאַרבעטער. אין די 1920־1930ער יאָרן האָבן אויף די ריזיקע בויונגען און זאַוואָדן געאַרבעט אַ סך ייִדישע יאָטן און מיידלעך, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט זייערע שטעטלעך. פֿאַר זיי פֿלעגן אויך אַרויסגיין „פֿילטיראַזשקעס‟ אויף ייִדיש.

המשך קומט

לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s