אין געוועב: אַרײַנקלערונגען אין ייִדיש-אינטאָנאַציע


דניאל גלאַי

אַרײַנפֿיר


ווען כ’טראַכט זיך אַרײַן אין דעם מאָדעל, וואָס העלפֿט מיר צו באַשטימען, וועלכע ייִדיש-אינטאָנאַציע איז אַ ריכטיקע און וועלכע נישט, פֿלי איך צוריק צו יענע יאָרן, אין בוענאָס־אײַרעס, ווען כ’בין געווען אַ זיבן־יעריק ייִנגל, געזעסן אין דער ערשטער ריי פֿון „איפֿט‟-טעאַטער (ייִדישער פֿאָלקס-טעאַטער) און געהערט ווי פֿון דער בינע טראָגט זיך דער זויבערער ייִדיש פֿון די טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן. למשל, די באַרימטע אַקטריסע יאָרדאַנאַ פֿײַן, וועלכע אין דער פּיעסע „מוטערערד‟ וועגן די היגע גאַוטשאָס זאָגט די ציטירנדיק־נאַציאָנאַלע ווערטער פֿון מאַרטין פֿיערר: „ברידער דאַרפֿן זײַן געאייניקט‟. אָדער די באַריטאָן-שטימע פֿון מײַן פֿאָטער, דעם שוישפּילער זישע גאָלוואַסער אין דער ראָלע פֿון טראָפֿימאָוון, ווי ער זאָגט: „פֿון אונטער סמאָלענסק האָב איך זיי געטריבן…‟ (דוד בערגעלסאָנס איינאַקטער „יאָרצײַט־ליכט‟). ס’הייסט, אַז טיף אין מײַן געהער הילכן אָפּ יענע מוסטער-בײַשפּילן פֿון לויטערן ייִדיש, וועלכע באַגלייטן מיך ביזן הײַנט צו טאָג.

אין יאָר 1995 האָב איך אָננגעשריבן מײַן ערשטן אַרטיקל אויף העברעיִש, אַוווּ כ’האָב פֿאַרגליכן די אינטאָנאַציע פֿון מאָדערנעם העברעיִש אָדער ישׂראליש, מיט דרײַ אַנדערע שפּראַכן, אין וועלכע כ’האָב זיך געהאַט אויסגעלעבט: ייִדיש, שפּאִניש און ענגליש. אין יענע יאָרן האָט מיך, בעיקר, באַשעפֿטיקט דער פֿאַרגלײַך צווישן העברעיִש און ייִדיש. מיט די יאָרן האָב איך אויך געשריבן וועגן דער ייִדישער אינטאָנאַציע גופֿא אויף ייִדיש („פֿאָרווערטס‟) און ענגליש (צוגעשטעלט צו דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, געווידמעט 110טן יאָר פֿון דער באַרימטער קאָנפֿערענץ. אויך אין יאָר 2019 האָב איך געהאַט אַ שיינע דערפֿאַרונג, ווען כ’האָב פֿאָרגעשטעלט די אָ טעמע אין די ראַמען פֿון ייִדיש-מאַראַטאָן, אָרגאַניזירט דורכן פּאַריזער „ייִדיש-צענטער‟. אין יאָר 2020, האָב איך אָנגעהויבן צו פֿאַרשפּרייטן אויף „יוטיוב‟ און אַנדערע וועגן די 12 פֿילמירטע אינטאָנאַציע-לעקציעס אונטערן קעפּל „ייִדיש זינגט זיך‟. און איצט ברענג איך פֿאַרן לייענער אָט די אַרײַנקלערונגען אין ייִדיש־אינטאָנאַציע, וועלכע וועלן האָפֿנטלעך דערגיין צו ייִדיש-אַקאַדעמיקערס, לערערס, אַקטיוויסטן און ליבהאָבערס פֿון דער שפּראַך. דער ציל איז אַ גאַנץ פּשוטער — אַרויסהעלפֿן יעטוועדן, וועלכער ס’איז פֿאַראינטערעסירט צו פֿאַַרבעסערן דעם ניגון פֿון אונדזער ייִדישער שפּּראַַך.

„ניטאָ קיין כּלל. יעדער קאָן באַטאָנען וואָס עס גליסט זיך אים‟

ערשטנס, אַ זײַטיקער באַמערק. אינטאָנאַציע און דיאַלעקטן זענען צוויי באַזונדערע, אומאָפּהענגיקע קאַטעגאָריעס. נישט יעדער דיאַלעקט טראָגט אַן אייגענע אינטאָנאַציע. יעדער דיאַלעקט פֿורעמט אויס די שפּראַך מיט אַ געוויסן כאַראַקטער, אָבער, ווי געזאָגט, ס’האָט גאָרניט צו טאָן מיט דער אינטאָנאַציע, וועלכע איז אַ געמיינזאַמע צו אַלע דיאַלעקטן.

במשך די יאָרן האָב איך זיך אָנגעטראָפֿן מיט ייִדיש-ליבהאָבערס און אַפֿילו לינגוויסטן, וועלכע האָבן אָפּגעוואָרפֿן מײַן טעאָרעטישן צוגאַנג וועגן דעם קלײַמאַקס אין ייִדיש, וועלכער פֿאַלט אויס אויפֿן נידעריקסטן טאָן. זייער טענה איז געווען: „ניטאָ קיין אינטאָנאַציע־כּללים בכלל. יעדער קאָן באַטאָנען ס’וואָרט וואָס עס גליסט זיך אים‟. איז מײַן ענטפֿער: יעדער איינער קאָן טאַקע באַטאָנען ס’וואָרט (בעסער געזאָגט די זעלבע ווערטער), וואָס עס גלוסט זיך אים, נאָר דאָס שלאָגט ניט אָפּ די טעזע, אַז עס איז פֿאַראַן אין ייִדיש, ווי אין יעטווידער שפּראַך אַ רעגלמעסיקייט אין דער קלאַנג-באַטאָנונג.

טאָ לאָמיר אויפֿקלערן: יעדער איינער, וואָס האָט געהאַט אַ וועלכע ס׳איז דערפֿאַרונג אין דראַמע, ווייסט טאַקע, ווי וויכטיק עס איז די באַטאָנונג פֿון יעדן וואָרט אין זאַץ. מען ווייסט אויך, אַז יעדעס וואָרט אין זאַץ קאָן באַקומען אַ הויפּט-באַטאָנונג לויט דעם רעדנערס כּוונה. ווען מיר זאָגן, למשל, „דער מענטש רעדט‟, איז די כּוונה אונטערצושטרײַכן, אַז דער-אָ מענטש, און ניט קיין אַנדערער, איז ווער ס’רעדט. אויב מיר זאָגן: „דער מענטש רעדט‟, איז מען אויסן צו באַמערקן די מענטשלעכקייט פֿון דעם רעדנער און ניט פֿון קיין אַנדערן. און ווען מ’זאָגט: „דער מענטש רעדט‟, איז עס דער געוויינטלעכער, מער פֿאַרשפּרייטסטער אופֿן אַרויסצוזאָגן אַזאַ זאַץ, אָן קיין אויסנעמלעכע, איינמאָליקע באַטאָנונג, כיבע די באַטאָנונג איז טאָפּלט שטאַרק, וואָס מיינט צו זאָגן, אַז דער־אָ מענטש בפֿירוש רעדט שוין און, למשל, שווײַגט ניט מער. לאָמיר פֿאַר-סך-הכּלען: ס’איז טאַקע ריכטיק, וואָס דער סוביעקט קאָן באַטאָנען וועלכן עס איז וואָרט אין זאַץ, נאָר דאָס שטייט ניט בסתּירה צום כּלל, אַז דער קלײַמאַקס אין זאַץ, די הויפּט־באַטאָנונג (אין אונדזער פֿאַל אין ייִדיש), פֿאַלט אויפֿן נידעריקסטן טאָן פֿון זאַץ.

אינטאָנאַציע-פֿאַרגלײַך
ס’וועט אונדז אָפֿט אויסקומען צו פֿאַרגלײַכן די ייִדיש-אינטאָנאַציע מיט דער אינטאָנאַציע פֿון אַ צווייטער שפּראַך, וועלכע מיר באַהערשן. אַ מאָל קאָן עס געשען צופֿעליק און אַן אַנדערש מאָל, וועט עס זײַן בכּיוון. אָט די מעטאָדע איז גאָר עפֿעקטיוו, כּדי זיך צו לערנען דעם אונטערשיד פֿון דער אינטאָנאַציע אין ביידע שפּראַכן. למשל, אין ענגליש זאָגן מיר:
I am here ווען מיר הערן זיך צו צום מעלאָדישן זאַץ-דיזײַן, איז קלאָר, אַז דאָס וואָרט here איז דאָס באַטאָנטע וואָרט אויפֿן העכסטן טאָן פֿון זאַץ.

דאַקעגן, ווען מיר זאָגן אויף ייִדיש: איך בין דאָ — די באַטאָנונג, ווי תּמיד, פֿאַלט אויס פּונקט אויפֿן זעלבן וואָרט, נאָר אויפֿן נידעריקסטן טאָן.

אויב עמעצער צווײפֿלט, ווי גענוי דאַרף קלינגען אַ זאַץ, אַפֿילו אַן איינציק וואָרט אויף ייִדיש, איז אָט די פֿאַרגלײַך-מעטאָדע זייער פּראַקטיש און נוצלעך. מ’קאָן דערצו צוגעבן, אַז אויב אַ וואָרט פֿאַלט אויס אויפֿן נידעריקסטן צי אויפֿן העכסטן טאָן פֿון זאַץ, מיינט עס צו זאָגן ווי ס׳וועט אויך קלינגען דער גאַנצער מעלאָדישער זאַץ-דיזײַן. אַנדערש געזאָגט, אויף ענגליש וועט דער זאַץ זיך אָנהייבן בײַם נידעריקסטן טאָן, כּדי ער זאָל פֿון דאָרט קענען אַרויפֿקלעטערן ביזן קלײַמאַקס אויפֿן העכסטן טאָן. און אויף ייִדיש, גראָד פֿאַרקערט: דער רעדנער וועט אָנהייבן דעם זאַץ אין אַ רעלאַטיוו העכערן טאָן, כּדי ער זאָל קאָנען דערגרייכן דעם קלײַמאַקס אויפֿן סאַמע נידעריקסטן טאָן.

באַווײַז דורכן היפּוך
אין מער ווי איין סיטואַציע אין ייִדיש קאָנען מיר צווײפֿלען, וויִאַזוי דאַרף קלינגען די ריכטיקע אינטאָנאַציע, און דאָס איז פֿאַרשטענדלעך. מיר רעדן אַנדערע שפּראַכן, וועלכע באַווירקן מיט זייער ריטם און קאָליר יעטווידע אַנדערע שפּראַכן וואָס מיר רעדן. אַ גוטער מיטל אויפֿצוקלערן די ריכטיקע ייִדישע אינטאָנאַציע איז צו מאַכן עס דורכן היפּוך. ס’הייסט, מיר פּרוּוון אַרויסצוזאָגן דעם זאַץ-קלײַמאַקס, ערשטנס, אויף דעם העכסטן טאָן פֿון מעלאָדישן דיזײַן, און באַלד דערנאָך — אויפֿן נידעריקסטן טאָן. דעמאָלט קאָן מען לײַכט אונטערשיידן וואָס איז ריכטיק און וואָס נישט. ס’איז ענלעך צו דער שיטה פֿון „טעות און תּיקון‟. ווי געזאָגט געוואָרן, איז דער זאַץ-קלײַמאַקס אייגנטלעך אַ בולטער פּונקט, אַרום וועלכן ס’ווערט אַקוסטיש אויססקולפּטירט דער גאַנצער זאַץ.

פֿרעגזאַץ אין מוזיק, אין ייִדיש און אין אַנדערע שפּראַכן
אין מוזיק באַנוצט מען זיך אָפֿט מיט אַזעלכע באַגריפֿן ווי פֿראַזע און פֿראַזירונג. ס’איז קלאָר, אַז אַזאַ באַגריף איז אַנטליִען פֿון דער גערעדטער און ליטעראַרישער שפּראַך. אין מוזיק, ווי אויך אין גערעדטן לשון, איז דער באַגריף פֿראַזירונג געקניפּט און געבונדן מיט די כּסדרדיקע ענדערונגען אין שטאַרקייט (volume) און הייכקייט (pitch) פֿון די טענער.


איצט לאָמיר זיך פֿאַרטיפֿן אין דעם באַדײַט פֿון דער פֿראַגע ווי אַ הויפּט־מאָטאָר פֿונעם מענטשלעכן געדאַנקען-גאַנג. דאָס פּראָבלעמאַטיזירן אַ געוויסן אָביעקט, שטעלן פֿראַגעס אַרום אים, שטייט אין צענטער פֿון דער מוח-אַנטוויקלונג. בעט זיך איצט דורכפֿירן אַ פֿאַרגלײַך צווישן ווי אַזוי זעט אויס אַ פֿראַגע אין מוזיק און ווי זעט זי אויס אין דער גערעדטער שפּראַך. יעדער פֿאָרגעשריטענער מוזיק-סטודענט ווייסט, אַז אַ פֿראַגע הייבט אָן אין אַ נידעריקן טאָן און ענדיקט זיך אין אַ הויכן טאָן, וווּ זי בלײַבט הענגען ביזן מאָמענט, ווען מ’הייבט אָן פֿאָרמולירן דעם ענטפֿער, וועלכער ציט, פֿאַרשטענדלעך, אין אַ קעגנזעצלעכער ריכטונג. ס’הייסט, פֿון הויבן אַראָפּ. אַ פֿראַגע מיינט שפּאַנונג און איר ענטפֿער — אַנטשפּאַנונג. אין דער מוזיק-שפּראַך איז דאָס גאָר גרינג פֿאָרשטעלן. מ’דאַרף ניט זײַן קיין מומחה עס צו באַנעמען. אויב די פֿראַגע וועט פֿון טאָן צו טאָן אַרויפֿקלעטערן „דאָ-רע-מי-פֿאַ-סאָל…‟ — וועט דער לאָגישער ענטפֿער פֿון הויבן-אַראָפּ זײַן: „סאָל-פֿאַ-מי-רע-דאָ‟.

לאָמיר זיך איצט אומקערן צום פֿאַרגלײַך מיט דער גערעדטער שפּראַך. אויף ענגליש, שפּאַניש, פֿראַנצייזיש און העברעיִש ווערט דאָס פֿרעגוואָרט גראַדע אַרויסגעבראַכט אויפֿן העכסטן טאָן פֿון זאַץ. למשל: Where do you go? — בשעת אויף ייִדיש ווערט דאָס פֿרעגוואָרט געעפֿנט מיטן נידעריקסטן טאָן פֿון זאַץ: וווּהין גייסטו?

טאָ ווי קלערט מען אויף אָט דעם פֿענאָמען אין ליכט, וואָס איז ווי פֿריִער געזאָגט געוואָרן לגבּי דעם מעלאָדישן דיזײַן, פֿון אַ פֿראַגע?

אין ענגליש, ווי אין אַנדערע שפּראַכן, געפֿינט זיך דאָס פֿרעגוואָרט גופֿא אויפֿן העכסטן טאָן און איז אָנגעלאָדן מיט דער הויכער שפּאַנונג, וואָס שטעקט אין פֿרעגוואָרט. מ’וואָלט געקאָנט אויסברייטערן די אָ באַשרײַבונג זאָגנדיק, אַז אין ענגליש, אין אַ געוויסן זינען, איז דאָס פֿרעגוואָרט שוין ווי אין מיטן פֿון אַ זאַץ, אויסדריקנדיק די שפּאַנונג פֿון אומוויסן. דווקא אין ייִדיש, וווּנדער איבער וווּנדער, קענען מיר באַמערקן, אַז דער פֿראַגע-דיזײַן איז אַממערסטנס נאָענט צום אוניווערסאַלן מוזיק-דיזײַן פֿון אַ פֿראַגע. דאָס פֿרעגוואָרט עפֿנט דעם זאַץ פֿונעם נידעריקסטן טאָן און קלעטערט אַרויף צום העכסטן טאָן. דאָרט שטעלט ער זיך אָפּ ביזן באַקומען דעם געגאַרטן, פּאַסיקן ענטפֿער… אָדער עטלעכע אַנדערע פֿראַגעס נאָכאַנאַנד.

אימפּעראַטיוו
אַזוי ווי דער פֿרעגזאַץ הייבט זיך אָן אויפֿן נידעריקסטן טאָן, קאָן מען אויך זאָגן, אַז דער אימפּעראַטיוו הייבט זיך אָן (און שליסט זיך) אויפֿן נידעריקסטן טאָן. ווידער אַ מאָל, אויב מיר פֿאַרגלײַכן מיט ענגליש, וועלן מיר גלײַך פֿילן דעם אונטערשיד. למשל,
Go! Come in! Stay aside!
גיי! קום אַרײַן! שטיי אין אַ זײַט!
אויב מיר וועלן די דאָזיקע דרײַ איפּעראַטיוון אין ייִדיש אַרויסזאָגן אויף אַ הויכן טאָן, וועט עס קלינגען צווײפֿלענדיק, אַפֿילו ווי ס’וואָלט אַ פֿראַגע געווען און ניט אַ באַפֿעל. דאַקעגן, ווען זיי ווערן אַרויסגעזאָגט אויפֿן נידעריקסטן טאָן באַקומט זיך דער באַפֿעלערישער, אימפּעראַטיווער טאָן.

פּרץ מאַרקיש רעדט בּשעת אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין יאָר 1942

דער בוי-זאַץ ענדערט זיך — דער קלײַמאַקס נישט
לאָמיר נעמען אַ בײַשפּיל אין נאָמינאַטיוו:
יצחק איז דער לערער
אויב מיר ענדערן דעם ווערטער-סדר און מיר זאָגן:
דער לערער איז יצחק
די הויפּט־באַטאָנונג בלײַבט אויפֿן זעלבן וואָרט.
בײַשפּיל אין אַקוזאַטיוו:
איך גיב אים די טעקע
די טעקע גיב איך אים.
דער ווערטער-סדר האָט זיך געענדערט — די הויפּט־באַטאָנונג נישט.
בײַשפּיל אין דאַטיוו:
ער האָט געבלאָנדזשעט אין וואַלד לאַנגע שעהען
לאַנגע שעהען האָט ער געבלאָנדזשעט אין וואַלד
אין וואַלד האָט ער געבלאָנדזשעט לאַנגע שעהען

די באַטאָנונג אין איין, צוויי, דרײַ אָדער פֿיר זאַצן.
רפֿאל איז געשטאַנען אויף דער גאַס
רפֿאל איז געשטאַנען אויף דער גאַס און געבעטן עסן
רפֿאל איז געשטאַנען אויף דער גאַס, געבעטן עסן און קיינער האָט זיך נישט אָפּגערופֿן
רפֿאל איז געשטאַנען אויף דער גאַס, געבעטן עסן, קיינער האָט זיך נישט אָפּגערופֿן און ער האָט אַן אַנטוישטער זיך אַוועקגעזעצט אויפֿן טראָטואַר

אויפֿקלער: דער קלײַמאַקס אָדער הויפּט באַטאָנונג אין דעם בײַשפּיל פֿאַלט אויפֿן וואָרט, צו וועלכן עס פֿליסן אַלע פֿריִערדיקע זאַצן און גיט דעם פֿולן באַדײַט, וואָס דער רעדנער איז אויסן איבערצוגעבן.

דער פּראָטאָטיפּישער אינטאָנאַציע-דיזײַן אין ייִדיש
דער פּראָטאטיפּישער אינטאָנאַציע-דיזײַן אין ייִדיש, זײַן דיאַגראַמע (curve) קאָן אויסגעמאָלט ווערן אַזוי: דער זאַץ הייבט אָן אין אַ רעלאַטיוון הויכן טאָן, נידערט אַראָפּ ביזן קלײַמאַקס ביזן נידעריקסטן טאָן און פֿון דאַנעט קלעטערט עס ווידער אַרויף ביז אַ געוויסער הייך. אין אַנדערע מערבֿ-שפּראַכן איז די דיאַגראַמע פּונקט פֿאַרקערט. דער זאַץ הייבט אָן אויפֿן נידעריקסטן טאָן, קלעטערט אַרויף ביז ער דערגרייכט דעם קלײַמאַקס און פֿון דאָרטן נידערט ער אַראָפּ ביזן נידעריקסטן טאָן. דערפֿון דרינגט, אַז דער ייִדישער זאַץ האָט אין אַלגעמיין אַ מער אינטראָווערטיוון כאַראַקטער להבֿדיל פֿון אַנדערע מערבֿ-שפּראַכן, וועלכע טראָגן אַ מער עקסטראָווערטיוון כאַראַקטער.

בײַ אָט די שפּראַכן זענען די באַהויפּטונגען מער געשלאָסענע און קאַטעגאָרישע, בשעת אין ייִדיש באַקומט זיך אַ געפֿיל פֿון אַ כּסדרדיקן דיאַלאָג, וווּ איין פֿראַגע רודפֿט די צווייטע פֿראַגע. אַ סאָרט פֿון Perpetum Mobile. אַנדערש געזאָגט, דער אייגענער טעקסט קאָן אין ייִדיש אָדער אין אַן אַנדער שפּראַך זײַן גענוי דער זעלבער, נאָר אין יעדער שפּראַך וועט עס באַקומען אַן אַנדערע באַפֿאַרבונג. אין דער צווייטער שפּראַך וועט עס קלינגען מער אָביעקטיוו און קאַטעגאָריש, בשעת אין ייִדיש, וועט עס קלינגען מער פֿאַרצווײפֿלט און אָפֿן צו וואַריאַציעס און דיאַלעקטישע ענדערונגען. איבעריק צו זאָגן, אַז מ’קאָן רעדן ייִדיש מיט אַ פֿרעמדער אינטאָנאַציע ווי מ’קאָן אויך רעדן די שפּראַך נאָך דער געהעריקער איבונג, מיט איר אייגנאַרטיקער אינטאָנאַציע.

אַ ברייטער פֿילאָזאָפֿישער אויפֿקלער צו אָט דער דערשײַנונג איז, וואָס די אַנדערע קולטורן און לשונות האָבן זיך במשך פֿון הונדערטער יאָרן אַנטוויקלט אויף זייער אייגענעם באָדן מיט אַ רעלאַטיוו פֿיזישער סטאַביליטעט. דאַקעגן די ייִדישע ציוויליזאַציע, איר שפּראַך און קולטור, האָבן נאָכן חורבן בית־המיקדש זיך אַנטוויקלט אין פֿאַרשידענע מקומות, קולטורן און אונטער דער השפּעה פֿון אַנדערע לשונות.

ווער רעדט הײַנט אַ ריכטיקן ייִדיש, לויט דעם פֿאָרגעשלאָגענעם אינטאָנאַציע-פּאַראַמעטער?
די-אָ פֿראַגע איז, בעיקר, געוואָנדן ניט דווקא צו אַ יחיד, נאָר צו אַ קאָלעקטיוו. די קהילות, וואָס רעדן אין אונדזערע טעג ייִדיש, זענען פֿרומע, איבערהויפּט חסידישע ייִדן. דעריבער איז געוווּנטשנסווערט זיך גוט צוהערן צו דער מעלאָדיע פֿון זייער לשון, ווי אַזוי ייִדיש זינגט זיך בײַ זיי, און פֿון דאַנעט ווידער עקזאַמינירן קריטיש די טעאָריע פֿון קלײַמאַקס אויפֿן נידעריקסטן טאָן… נאָר מ’דאַרף זײַן באַוואָרנט, אַז עס זענען פֿאַראַן ניט ווייניק אָרטאָדאָקסישע ייִדן, וועלכע האָבן זיך דערצויגן אין ייִדיש און לעבן זיך אויס אין דער שפּראַך אַ גאַנצן מעת-לעת… נאָר אָפֿט מאָל אונטער דער השפּעה פֿון ענגליש און צוליבן ריטעם פֿון מעטראָפּאָלישן שטײגער-לעבן, זייער אינטאָנאַציע דערווײַטערט זיך פֿון דעם לויטערן מקור. רעדוצירט צו דער טאָג־טעגלעכקייט און אָפּגעריסן פֿון די ליטעראַטור-קוואַלן, פֿאַרלירט זייער לשון דעם טיפּיש־ייִדישן קלאַנג. פֿון דער אַנדער זײַט, זענען פֿאַראַן וועלטלעכע ייִדישיסטן, רעלאַטיוו יונגע, וואָס האָבן זיך געלערנט ייִדיש מיט זייערע אייגענע כּוחות און אויך אויף פּרעסטיזשפֿולע קורסן (וווּ מ’לערנט נישט, ליידער, ייִדיש-אינטאָנאַציע…), און זייער לשון קלינגט אויך זייער ווײַט פֿונעם מקור. נאָר ווי ס’זאָגט דאָס ווערטל: „לא אַלמן ישׂראל‟. מען איז נישט אַליין און יעדער קאָן הײַנט פֿאַרבעסערן זײַן ייִדישן ניגון. ניט נייטיק קיין בר-סמכא אויף דעם אינטאָנאַציע-געביט. זאָל יעדער איינער זיך אונטערגאַרטלען און נעמען אויף זיך די אויפֿגאַבע צו פֿאַרשענערן און פֿאַרפּינקטלעכן זײַן ייִדיש-לשון.

זאָל איצט יעדער לייענער זיך צוהערן צו פֿאַרשידענע ייִדיש-רעדנערס און באַשליסן בײַ וועמען קלינגט ייִדיש מער ייִדישלעך…

דניאל גלאי „ייִדיש זינגט זיך‟ — אַרײַנפֿיר און 12 לעקציעס וועגן ייִדיש-אינטאָנאַציע
https://www.youtube.com/results?search_query=%D7%93%D7%A0%D7%99%D7%90%D7%9C+%D7%92%D7%9C%D7%90%D7%99+%D7%99%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9+%D7%96%D7%99%D7%A0%D7%92%D7%98+%D7%96%D7%99%D7%9A+playlist

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s