און בײַ אונדז איז פֿאָרט בעסער…

פּאַסטערנאַקס בוך “דאָקטאָר זשיוואַגאָ”, אַרויסגעלאָזט אין מאָסקווע

יעווגעני קיסין

— פֿעטערקע, צי האָט איר אַן אינטערעס אין „דאָקטער זשיװאַגאָ‟?
דערזען אַן איבערראַשונג און צעמישונג אױף מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטשס פּנים, האָט דער יונגער־מאַן צוגעגעבן נאָך שטילער:

— אױב יאָ, װעל איך אײַך אָפּװאַרטן אָט דאָרטן, אונטער דער אַרקע, — און איז תּיכּף פֿאַרשװוּנדן געוואָרן צװישן די מענטשן אין דער פֿינצטערניש פֿונעם סוף נאָװעמבער־אָװנט.

עטלעכע רגעס איז מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש געשטאַנען אַ פֿאַרלױרענער. דערפֿילט, אַז ס׳איז מאָדנע צו שטײן גלאַט אַזױ אין מיטן דער גאַס, דערצו נאָך אין סאַמע צענטער פֿון מאָסקװע, צװישן דעם שטראָם מענטשן, האָט ער געמאַכט עטלעכע לאַנגזאַמע טריט פֿאָרױס, דערנאָך פֿאַרקערעװעט אױף אַ זײַט; צוגעגאַנגען צו אַ מגושמדיקן בנין און צוגעטוליעט זיך צו אַ ברודנער רינװע, האָט ער זיך פֿאַרטראַכט, ניט לײגנדיק קײן אַכט ניט אױף די פֿאַרבײַגײערס, ניט אױפֿן נאַסן שנײ, וואָס איז געפֿאַלן אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער…

  קײן אײן מאָל פֿריִער במשך פֿון שױן כּמעט פֿופֿציק יאָר פֿון זײַן לעבן האָט מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש ניט מסכּים געװען אױף עפּעס, וואָס זאָל געווען זײַן כאָטש אין אַ מינדסטער מאָס אומגעזעצלעך. אַפֿילו אינעם לאַגער, װען מע האָט אים אַ מאָל פֿאָרגעלײגט אַן איבעריקע פּאָרציע קאַשע, האָט ער געענטפֿערט אָן שום פֿאַרדאַכט: „דאָס, װאָס מיר קומט, האָב איך שוין אױפֿגעגעסן, און מער דאַרף איך ניט,‟ — װאָס האָט אַלעמען ביז גאָר פֿאַרחידושט. איצט אָבער איז געװען אַזאַ מין סיטואַציע, וואָס פֿריִער איז אים נאָך ניט אױסגעקומען אָנצוטרעפֿן אין זײַן לעבן, רײַך אויף געשעענישן און פּורעניותן.
 
 אינעם פֿאַרלאַג „סאָװעטסקי פּיסאַטעל‟, װוּ מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט געאַרבעט װי אַ קאָנסולטאַנט װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט דעם קומעדיקן דינסטיק געזאָלט פֿאָרקומען אַ פּאַרטײ–פֿאַרזאַמלונג, אױף װעלכער מע האָט פּלאַנירט צו פֿאַראורטײלן באָריס פּאַסטערנאַקן פֿאַר זײַן „רכילותדיקן, אַנטיסאָװעטישן‟ ראָמאַן „דאָקטער זשיװאַגאָ‟, װאָס ער האָט אים געהאַט פֿאַרעפֿנטלעכט אין אױסלאַנד, אין איטאַליע. היות מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש איז געװען גאָר אַן אַקטיװער מיטגליד פֿון דער פּאַרטײ–אָרגאַניזאַציע (פֿאַרבליבן, ניט געקוקט אױף אַלצדינג, אַן איבערצײַגטער קאָמוניסט, האָט ער זיך תּיכּף נאָך זײַן באַפֿרײַונג און רעהאַביליטאַציע דערשלאָגן, מע זאָל אים אױפֿשטעלן אין דער פּאַרטײ), האָט מען אים „געבעטן‟ אויפֿצוטרעטן אױף דער פֿאַרזאַמלונג. פֿריִער פֿלעגט ער אַ סך מאָל און מיט חשק נעמען אַ וואָרט אױף פֿאַרשײדענע אַסיפֿות, נאָר דאָ איז געװען אײן פּראָבלעם, מיט װעלכער ער האָט זיך צונױפֿגעשטױסן דאָס ערשטע מאָל אין לעבן: ער האָט ניט געלײענט דעם „חומר‟, װאָס ער האָט געדאַרפֿט „שטעמפּלען‟. אין דער תּפֿיסה, למשל, בעת אַ פֿאַרהער האָט דער אױספֿאָרשער באַהױפּט, אַז די צײַטונג „אײניקײַט‟, װוּ מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט געאַרבעט ביז מ׳האָט זי געשלאָסן, איז געװען אַ נאַציאָנאַליסטישע צײַטונג, האָט אים דער אַרעסטירטער מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש דערווידערט מיט זיכערקײט: „ס׳איז ניט אמת: איך האָב געלײענט יעדן נומער און קײן שום נאַציאָנאַליזם איז דאָרטן קײן מאָל ניט געװען!‟.

אַװדאי, ווי אַ סאָװעטישער פּאַטריאָט, איז מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש געװען גרײט צו פֿאַראורטײלן פּאַסטערנאַקן פֿאַרן פֿאַרעפֿנטלעכן זײַן ראָמאַן אין אױסלאַנד, און ער האָט קײן ספֿקות ניט געהאַט, אַז אױב דאָס בוך איז פּובליקירט געװאָרן אין אױסלאַנד, איז עס באמת אַן אַנטיסאָװעטישע אַקציע. ווי עס זאָל ניט זײַן, געבן עפֿנטלעך אַ נעגאַטיווע אָפּשאַצונג דעם ווערק, װאָס ער האָט אַלײן ניט געלײענט, האָט זיך אים פֿאָרט אױסגעװיזן ניט–ריכטיק. און אָט — נאַט אײַך: אין צענטער פֿון מאָסקווע לײגט מען אים פּלוצעם פֿאָר צו קױפֿן „דאָקטער זשיוואַגאָ‟! וואָס זאָל עס געווען זײַן: אַ פּראָוואָקאַציע? זײַנען איצט פֿאָרט ניט „יענע צײַטן‟… עמעצער נעמט אים אויפֿן צימבל? צוליב וואָס? סתּם אַ צונויפֿפֿאַל?.. ווי עס זאָל ניט זײַן, איז עס בפֿירוש אומגעזעצלעך, נאָר אין זײַן איצטיקער סיטואַציע, דוכט זיך, איז עס נײטיק פֿאַר דער זאַך, כּדי אויסצופֿירן זײַן פּאַרטיייִשן חובֿ. בפֿרט, אַז געלט האָט ער: מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט אַקאָרשט באַקומען אַ פּרעמיע אין פֿאַרלאַג און איז געגאַנגען אינעם יעליסעיעװסקי מאַגאַזין אײַנצוקױפֿן כּלערלײ געשמאַקע פּאָטראַװעס, מאַכן אַ סורפּריז זײַן פֿרוי…

אומגעקערט זיך אַהיים, האָט מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש זיך אָפּגעזאָגט פֿונעם עסן, דערקלערט עס, אַז ער מוז נאָך אַרבעטן אַ געװיסע צײַט. ער האָט זיך אַװעקגעזעצט צום שרײַב־טיש, פֿאַרשטעלט מיט ביכער און פּאַפּירן, און אַרױסגענומען פֿונעם פּאָרטפֿעל דאָס דיקע בוך אין אַ װײכן אײַנבונד.

דער סאַמע אָנהײב האָט אויסגעזען מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטשן ניט קלאָר, װאָס שײך דעם מחברס אידעאָלאָגיע, הגם װי אַ מענטש, װעלכער האָט אַ סך געלײענט און געשריבן, האָט ער נישט געקאָנט ניט אָפּמערקן בײַ זיך, אַז דער טעקסט איז אָנגעשריבן זײער שײן. פֿון דעסטװעגן, שױן אינעם פֿערטן קאַפּיטל, אַפֿילו זײַענדיק גרײט צו דעם, אַז ער װעט זיך אָנשטויסן אויף עפּעס אַנטיסאָװעטישס, האָט ער ניט געגלײבט זײַנע אײגענע אױגן און איבערגעלײענט עטלעכע מאָל די װערטער: „דאָס אַדעליקע געפֿיל פֿאַר גלײַכקײט מיט אַלע לעבעדיקע באַשעפֿענישן…‟. מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט ניט געקאָנט זיך אײַנהאַלטן און הויך אױסגערופֿן אױף רוסיש: „טשטאָ–אָ–אָ?!‟ — לױט זײַנע פֿאָרשטעלונגען, איז דאָס געװען ניט פּשוט אַנטיסאָװעטיש, נאָר ממש עפּעס אַ פֿולשטענדיקער אַבסורד, װי „צװײ מאָל צװײ איז פֿינף‟ (אָדער אַפֿילן זעקס). אַרױסגעלאָזט אַזאַ מין „כם‟, האָט ער אַרײַגעשריבן דעם גאַנצן זאַץ אין אַ דינער העפֿט און געלײענט װײַטער.

אינעם פֿאָלגנדיקן קאַפּיטל האָט דער פּערסאָנאַזש, װאָס, לױט פּאַסטערנאַקן, האָט געהאַט „דאָס אַדעליקע געפֿיל…‟, תּחילת געמאָלדן, אַז „יעדער מין סטאַדע–מעסיקײט איז אַ מקום–מיקלט פֿאַר טאַלאַנטלאָזיקײט, אַלץ אײנס צי זײ זײַנען אָנהענגער פֿון סאָלאָװיאָװן, קאַנטן, צי מאַרקסן…‟ מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט אַזש אױפֿגעצוקט פֿאַר גרימצאָרן. דערנאָך האָט דער געוועזענער גלח גענומען רײדן עפּעס איבערגעשפּיצט־רעליגיעז טיפּשות װעגן קריסטוסן און דער עװאַנגעליע, אױף װעלכן זײַן מיטשפּרעכער האָט געענטפֿערט: „מעטאַפֿיזיק — פֿאָטערל מײַנס! די דאָקטױרים האָבן מיר עס פֿאַרבאָטן. מײַן מאָגן פֿאַרדײעט נישט אַזעלכעס.‟ אָט דער ענטפֿער איז מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטשן גראָד געפֿעלן געװאָרן (ער האָט זײַן גאַנץ באַװוּסטזיניק לעבן פֿײַנט געהאַט מעטאַפֿיזיק, און אין זײַן יוגנט פֿלעגט ער שרײַבן אַ סך אַנטירעליגיעזע פֿעליעטאָנען) — נאָר ער האָט דערפֿילט, אַז פּאַסטערנאַקס סימפּאַטיעס זײַנען געװען דװקא אױף דער זײַט פֿונעם ערשטן פּערסאָנאַזש, פֿון ניקאָלײַ ניקאָלאַיעװיטשן. 

מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט געהאַלטן אין אײן לײענען, ניט צורירנדיק זיך צום טעלער מיט שפּײַז, װאָס זײַן פֿרױ האָט געבראַכט פֿון דער קיך און זאָרגעװדיק אַװעקגעשטעלט עס אױפֿן טיש דערנעבן אים. פֿילנדיק נאָך אַלץ די שײנקײט און די שפּראַך־רײַכקײט פֿון פּאַסטערנאַקס פּראָזע, איז ער בהדרגה געקומען צום אױספֿיר, אַז פֿונעם אידעיִשן שטאַנדפּונקט איז דער מחבר אַ „פּוטאַניק‟, אַ פּלאָנטער–קאָפּ, װי מע פֿלעגט עס אָנרופֿן אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. פֿון אײן זײַט, דערמאָנט און שילדערט דער מחבר אײניקע „פּלאָגן פֿון דער פֿאַרשאָלטענער פֿאַרגאַנגענהײט‟, שרײַבט װעגן דער „װעלט פֿון געמײנקײט און פֿאַלשקײט, װוּ אַן אָנגעפֿרעסענע פּאַרשױנטע װאַגט צו קוקן אױף די אַרבעטער װי אױף גאָרנישט‟, — און דערמיט סימפּאַטיזירט ער יענע לײַדנדיקע און שטרײַקנדיקע אַרבעטער. פֿון דער אַנדערער זײַט אָבער, באַשרײַבט פּאַסטערנאַק, װי די אַרבעטאָרינס פֿון אַ קלײדער־װאַרשטאַט האָבן פֿאַרשטרײַקט, מחמת די אַנדערע אַרבעטערס האָבן זײ געצװוּנגען עס צו טאָן קעגן זײער װילן… הייסט עס, אַז די באַלעבאָסטע פֿונעם וואַרשטאַט, איז פֿאָרט געװען אַ װױלע און זיך גוט באַצויגן צו אירע אַרבעטאָרינס!.. און נאָך: אויף שריט און טריט טרעפֿט מען אָן אויף די רעליגיעזע זאַכן… קריסטוס — און בפֿירוש להיפּוך צו גאָרקין: „דער מענטש, װאָס אין זײַן קלאַנג איז נישטאָ קײן שמץ פֿון גאװה‟. כמנע… בכלל איז דער גײַסט פֿון אָט דעם ראָמאַן ניט קיין סאָװעטישער… אָט אין „משפּחה מאַשבער‟, למשל, האָט דער נסתּר אױך געשילדערט די פֿאַרגאַנגענהײט, אַפֿילו באַשריבן שילן און חסידים, נאָר דאָרטן איז פֿון סאַמע אָנהייב אָן געװען קלאָר, אַז ס׳איז אַ פֿאָלקישע ליטעראַטור. אָבער פּאַסטערנאַקס ווערק איז דאָך גאָרניט קײן פֿאָלקישס, נאָר אין תּוך אַן אַריסטאָקראַטישס… מאָיִסיי יאָסיפֿאָוויטש איז צופֿרידן געבליבן מיט זײַן אויספֿיר און עס באַשטעטיקט מיט די ווערטער פֿון איציק פֿעפֿערס אַ ליד: „ניט אונדזערס. ניט אונדזערס!‟.
  
אַזױ האָט מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש געלייענט, מאַכנדיק פֿון מאָל צו מאָל פֿאַרצײכענונגען אין זײַן העפֿט, כּדי זאָרגזאַם, װי זײַן שטײגער איז געװען, זיך צוגרייטן צו זײַן רעדע אױף דער פּאַרטײ–פֿאַרזאַמלונג. דערגאַנגען ביז צו דער סצענע, אין װעלכער דער הויפּט־העלד יורי זשיװאַגאָ לױבט דעם צאַר, װעלכער איז געװען פֿאַר מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטשן, װי זיכער אויך פֿאַר אַ סך אַנדערע סאָוועטישע בירגער, „ניקאָלײַ דער בלוטיקער‟, האָט ער באַלד געמאַכט נאָך אײן קריטישע באַמערקונג און אַ טראַכט געטאָן מיט טשיקאַװעס, װאָס פֿאַר אַ מין קװאַטש וועט ער זיך נאָך אָנלײענען אין אָט דעם, מישטיינס געזאָגט ראָמאַן, אַרױסגעלאָזט אױפֿן קאַפּיטאַליסטישן מערבֿ…

מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש איז צוגעקומען צום אָרט, וווּ יורי זשיוואַגאָס ייִדישער חבֿר, מיכאַיִל גאָרדאַן ענטפֿערט אים מכּוח די ייִדן:
 
 „… דאָס ייִדנטום. דער נאַציאָנאַלער געדאַנק האָט אַרױפֿגעלײגט אױף אים די טױטנדיקע נױטװענדיקײט צו זײַן און צו בלײַבן אַ פֿאָלק, און נאָר אַ פֿאָלק, במשך דרײַ–דורות, בעת מיט זײַן כּוח, װאָס איז אַ מאָל אַרױס פֿון זײַנע רײען, איז די גאַנצע װעלט געװאָרן אױסגעלײזט פֿון דער דאָזיקער דערנידערנדיקער אױפֿגאַבע. װי דערשטױנענדיק דאָס איז! װי אַזױ האָט אַזעלכעס געקאָנט פּאַסירן? דער דאָזיקער יום–טובֿ, דאָס אױסלייזן פֿון דער טײַװלאָנישקײט, פֿון דורכשניטלעכקײט, דעם דאָזיקן שװוּנגפֿלי איבער דער קלײן–השׂגהדיקער טאָג־טעגלעכקײט, דאָס אַלץ איז געבױרן געװאָרן אױף זײער ערד, האָט גערעדט אױף זײער לשון און געהערט צו זײער שבֿט. און זײ האָבן דאָס געזען און געהערט און דאָס דורכגעלאָזן? װי אַזױ האָבן זײ געקאָנט לאָזן אַװעקגײן פֿון זיך אַזאַ נשמה פֿון אַזאַ אומגעהױערער שײנקײט און קראַפֿט? װי אַזױ האָבן זײ געקאָנט טראַכטן, אַז מיטן אױפֿגײן פֿון איר טריומף און הערשאַפֿט, װעלן זײ בלײַבן און עקזיסטירן אין דער פֿאָרם פֿון אַ לײדיק הײַטל פֿון דאָזיקן נס, דורך זײ אַ מאָל אַװעקגעװאָרפֿענעם? לטובֿת װעמען איז די דאָזיקע פֿרײַװיליקע מאַרטירערשאַפֿט? װעמען איז דאָס נייטיק אַז זײ זאָלן דורך יאָרהונדערטער זײַן באַדעקט מיט שפּאָט און זאָלן אָפּגיין אין בלוט פֿון אַזױ פֿיל אין גאָרנישט שולדיקע זקנים, פֿרױען און קינדער, אַזעלכע אײדעלע און פֿעיִקע צו גוטע מעשׂים און האַרציקע באַציִונגען! נאָך װאָס אַזױ פֿיל פֿױל–שליממזלדיקע שרײַבערישע פֿאָלקסליבהאָבער פֿון אַלע נאַציאָנאַליטעטן?..‟

עטלעכע װײַלעס איז מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש געזעסן װי צוגעשמידט צום אָרט מיט אַ פֿאַרשטאַרטן בליק אין די אױסגעגלאָצטע אױגן. ער האָט תּיכּף פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס זײַנען פּאַסטערנאַקס אײגענע אָנשױונגען. ניין, ס׳איז ניט געװען װי בײַ מאַיאַקאָװסקין: „אַז אױף דער װעלט אָן רוסלאַנדס און אָן לעטלאַנדס זאָל מען לעבן אַלע אין אַ מענטשלעכער צוזאַמענװױנונג‟ — נײן, און ווידער, ניין! אונטערן אױסרײד פֿון אַלמענטשלעכער ברידערשאַפֿט האָט דער ייִד פּאַסטערנאַק אין נאָמען פֿון זײַן ייִדישן פּערסאָנאַזש אױפֿגערופֿן די ייִדן, זײ זאָלן זיך שמדן…
 
מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטשס פֿרױ, װאָס האָט שטילערהייט אױפֿגעראַמט אינעם צימער, האָט געזען, אין װאָס פֿאַר אַ צושטאַנד געפֿינט זיך איר מאַן. זי איז געװאָרן אַ ביסל באַאומרויִקט, נאָר פֿאָרט דערפֿילט, אַז בעסער אים איצט ניט שטערן. בינו–לבינו איז אין מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטשס נשמה פֿאָרגעקומען עפּעס אַזוינס, וואָס איז געווען אין אַ געוויסן זין אַפֿילו מער װיכטיק און פּלעפֿנדיק, װי װען מ׳האָט אים באַפֿרײַט פֿונעם לאַגער, רעהאַביליטירט און אױפֿגעשטעלט אין דער פּאַרטײ…

במשך פֿון זײַן גאַנץ באַװוּסטזיניק לעבן, ביז זײַן סאַמע אַרעסט (אָדער פּינקטלעכער געזאָגט: ביז דעם, װען מע האָט פֿאַרמאַכט די צײַטונג און דעם פֿאַרלאַג „עמעס‟), האָט אין מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטשס נשמה געהערשט אַ פֿולשטענדיקע, אומשטערבלעכע האַרמאָניע: מיט אַלע כּוחות און איבערגעגעבנקײט האָט ער געדינט זײַן סאָװעטישן לאַנד און זײַן ייִדישן פֿאָלק — און קײן מאָל קײן שום ספֿק ניט געהאַט, אַז ס׳איז אײנס און דאָס זעלבע. סײַ װען ער האָט געשריבן פֿאַר דער ייִדישער פּרעסע און איז אַרױסגעטראָטן מיט לעקציעס אין ייִדישע קאָלװירטן און קלובן, סײַ װען ער האָט זיך דרײסט געשלאָגן מיט די נאַציסטן אױף דער מלחמה, האָט זיך אים תּמיד געדאַכט, פּונקט װי צװײ מאָל צװײ איז פֿיר, אַז די אינטערעסן פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד פֿאַלן צונויף מיט די אינטערעסן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. װי מיר װײסן שױן, האָבן קײן עװלות, בתוכם די, װאָס ער אַליין איז געװאָרן זײער קרבן, ניט צעשטערט זײַן גלױבן אין קאָמוניזם: ער האָט געדענקט די בלוטיקע „יעזשאָװשטשינע‟; געהאַלטן, אַז אין אַזאַ גרױסער זאַך (דער סאַמע גרעסטער אין דער מענטשהײטס געשיכטע!), װי דאָס בױען קאָמוניזם, זײַנען טעותן און אַפֿילו אומגערעכטיקײטן אומפֿאַרמײַדלעך; און ער איז געװען זיכער, אַז אין די קאַפּיטאַליסטישע לענדער קומען פֿאָר אָן אַ צאָל אומפֿאַרגלײַכלעך גרעסערע אַכזריותן.

נאָך זײַן באַפֿרײַונג, װען מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט געזען, אַז קײן אױסגאַבעס אױף ייִדיש קומען ניט אַרױס (אַ חוץ דער קליינער צײַטונג אינעם העט–װײַטן ביראָבידזשאַן), אַז בלױז אין װילנע, װי ער האָט געהערט פֿון זײַנע פֿרײַנד, איז געגרינדעט געװאָרן אַן אַמאַטאָרישער ייִדישער פֿאָלקס־טעאַטער, האָט ער געהאַלטן אין אײן זאָגן זיך אַליין, אַז ס׳איז אַ פֿראַגע פֿון צײַט, אַז ס׳איז אוממעגלעך צו פֿאַרריכטן אַלע פֿעלערן מיט איין מאָל, אַז ניט בלױז די ייִדן, נאָר אױך אַ סך אַנדערע פֿעלקער האָבן געהאַט געליטן פֿון דעם „פּערזאָנען־קולט‟ און אַזױ װײַטער. פֿון דעסטװעגן, אין אַזאַ סיטואַציע איז די פֿריִערידעקע האַרמאָניע אין זײַן נשמה געבליבן צעשטערט. און דאָ פּלוצעם, דורכגעלײענט דעם אױבנדערמאָנטן פּאַסאַזש אינעם בוך, פֿון װעלכן מע פֿלעגט מאַכן צו נישט אין אַלע צײַטונגען, האָט מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטשן דערפֿילט, גלײַך װי עפּעס האָט אין אים אױפֿגעלױכטן: ס׳איז ניט בלױז אַן אַנטיסאָװעטיש בוך, ס׳איז אױך אַן אַנטי–ייִדן בוך! אָט, הייסט עס, װאָס מע דרוקט בײַם פֿאַרשאָלטענעם קאַפּיטאַליזם, אינעם לאַנד פֿון מוסאָלינין, די פּױפּסטן — באַשעפֿערס פֿון דער אינקװיזיציע, און די אוראַלטע רױמער — פֿאַרשקלאַפֿערס פֿון יהודה! װי אין די פֿינצטערע צײַטן פֿונעם מיטלאַלטער, רופֿט מען דאָרטן אױף, אַז די ייִדן זאָלן זיך שמדן; און ווי ס׳איז שוין ניט איין מאָל געשען אין דער ייִדישער געשיכטע, ציט מען צו דער פּאַסקודנער זאַך צו אַ ייִד… און איצט — אַ פֿאַררעטער פֿון אונדזער סאָװעטישן לאַנד! 

ווי אַזוי האָט ער דאָרט אָנגעשריבן, דער מנוּוול? מאָיִסיי יאָסיפֿאַוויטש האָט גיך אויפֿגעבלעטערט דאָס זײַטל אינעם בוך אויף צוריק און שוין אויף אַ קול ווידער געלייענט: „פֿאַרװאָס–דאָס זענען די אָנפֿירנדיקע מוחות פֿון דאָזיקן פֿאָלק נישט אַװעק װײַטער פֿון דער דאָזיקער שױן צו פֿיל זיך–לײַכט–גיביקער פֿאָרם פֿון װעלטשמערץ און איראָניזירנדיקער קלוגשאַפֿט? פֿאַרװאָס–דאָס, ריזיקירנדיק צו װערן אױפֿגעריסן פֿון דער אומפֿאַרמײַדלעכקײט פֿון דערפֿילן זײַן חובֿ, פּונקט װי עס רײַסן זיך דאַמף–קעסלען פֿון אונטערן דרוק, האָבן זײ נישט פֿונאַנדערגעלאָזט אָט דעם באַטאַליאָן, װעלכער װייסט נישט פֿאַר װאָס ער װערט געשלאָגן? פֿאַרװאָס–דאָס האָבן זײ נישט געזאָגט: ׳באַזינט אײַך. גענוג. מע דאַרף נישט מער. איר הײסט נישט מער װי איר האָט פֿריִער געהײסן. דרענגט זיך נישט צונױף אין אַ קופּע, גײט זיך פֿונאַנדער. זײַט מיט אַלעמען. איר זענט עס די ערשטע און די בעסטע קריסטן אין דער װעלט. איר זענט טאַקע אָט יעניקע, װאָס עס האָבן אײַך אַקעגנגעשטעלט זיך די סאַמע ערגסטע און שװאַכסטע פֿון אײַך.׳…‟

דאָס אַמאָליקע געפֿיל האָט צום ערשטן מאָל אין צען יאָר אױפֿגעפֿלאַקערט אין אים מיט אַ נײַער קראַפֿט און איז געװען נאָך הייסער, פֿרײדיקער, רירנדיקער, װי פֿריִער: ער װעט װידער פֿאַרטײדיקן סײַ אונדזער סאָװעטיש לאַנד, סײַ אונדזער ייִדיש פֿאָלק! אַװדאי, װעט ער ניט בלױז אַרױסטרעטן אױף דער פּאַרטײ–פֿאַרזאַמלונג — ער װעט אױך אָנשרײַבן אַ גרױסן צײַטונג–אַרטיקל! ער װעט באַװײַזן דעם אױסװוּרף פּאַסטערנאַק און זײַנע באַלעבאַטים — די אימפּעריאַליסטן–אַנטיסעמיטן! „ניין, — האָט ער אויף אַ קול, ווי אַ פּסק־דין אַרויסגעבראַכט: „ניין, זײַן נאָמען איז ניט פּאַסטערנאַק, נאָר פּאַסקודניאַק!‟

מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט אַפֿילו ניט באַמערקט, װי זײַן זון האָט זיך אומגעקערט אַהיים. צװײ אַ זײגער בײַ נאַכט איז די פֿרױ צוגעגאַנגען צו אים און, צורירנדיק זיך צו זײַן אַקסל, געזאָגט שטיל און צוגעלאָזט:

— משהלע, לייג זיך שלאָפֿן, כאָטש אַ ביסעלע. מאָרגן… שוין הײַנט װעסטו דאָך דאַרפֿן װידער גײן אױף דער אַרבעט.

ער האָט זיך אַרײַנגעלײגט אין בעט, נאָר סײַ־ווי ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן.

די פֿאָלגנדיקע צװײ אָװנטן האָט מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש אױך פֿאַרבראַכט בײַם שרײַבטיש, געלײענט און אַרױסגעשריבן די קראַמאָלנע ערטער ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן. װאָס מער ער האָט געלײענט, אַלץ מער האָט ער זיך איבערצײַגט אין דעם, אַז דאָס װערק איז „ניט אונדזערס‟ און דערצו נאָך איז עס אַ קריסטלעכע פּראָפּאַגאַנדע: די לעצטע עטלעכע לידער אינעם סוף פֿונעם ראָמאַן האָבן קײן שום ספֿקות מכּוח דעם ניט געלאָזט. 

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן געװאָרן לײַכט, מיט שװוּנג. מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט געמאַכט פֿיר קאָפּיעס און זיך קױם דערװאַרט ביז מאָנטיק. ער האָט געוואָלט אַליין אָפּטראָגן זײַן אַרטיקל אין די רעדאַקציעס פֿון די צײַטונגען „פּראַװדאַ‟, „איזװעסטיִיאַ‟, „סאָװעטסקאַיאַ קולטוראַ‟ און „ליטעראַטורנאַיאַ גאַזעטאַ‟. אױפֿן אַנדערן טאָג האָט ער אָנגעטאָן זײַן בעסטן אָנצוג מיט אַ האַלדזטוך, אַרײַנגעלײגט די העפֿט מיט די פֿאַרצייכענונגען אין זײַן פּאָרטפֿעל און זיך געלאָזט צו דער אַרבעט אין אַ געהױבענער שטימונג, פֿילנדיק פֿון פֿריִער דעם טעם פֿון דער פּאַרטײ–פֿאַרזאַמלונג.
  
רויִק און פֿאָרמעל, ווי מע וואָלט עס געטאָן יעדן טאָג, האָט דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿאַרזאַמלונג דערקלערט וועגן וואָס עס גייט די רייד און וואָס דאַרף מען באַשטימען. גלײַך נאָך זײַנע ווערטער איז מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האַסטיק אױפֿגעשטאַנען פֿונעם בענקל, אױפֿגעהױבן די האַנט און געמאָלדן מיט אַן אױפֿגערעגטן און אַנטשײדענעם קול:
  
— איך בעט דאָס וואָרט!
  
דער עולם האָט עס בפֿירוש ניט דערװאַרט: הגם, װי מיר װײסן שױן, איז אונדזער העלד געװען גאָר אַן אַקטיװער מיטגליד פֿון דער פּאַרטײ–אָרגאַניזאַציע, האָבן די מענטשן ניט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר װאָס דװקא מאָיִסיי יאָסיפֿאָוויטש אײַלט זיך אַזױ זיך אַרױסזאָגן מכּוח אָט דעם ענין?
 
 — גוט, ביטע… — האָט באַוויליקט דער פֿאָרזיצער, — דאָס װאָרט האָט חבֿר מילמאַן. 
  
מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט געװאָלט אַרױפֿגײן אױף דער בינע, נאָר דערפֿילט פּלוצעם אַ שוועריקייט אין די פֿיס. מחמת דער מלוכישער װיכטיקײט פֿונעם ענין, האָבן אַלע מיטאַרבעטער פֿונעם פֿאַרלאַג געמוזט בײַזײַן אױף דער פֿאַרזאַמלונג, לכן איז די אױדיטאָריע געװען פֿול געפּאַקט. ער האָט אַװעקגעשטעלט זײַן פּאָרטפֿעל אױפֿן בענקל, אַרױסגענומען פֿון אים די העפֿט און אָנגעהױבן איבערדערצײלן כּמעט װאָרט בײַ װאָרט זײַן אַרטיקל, װאָס ער האָט געהאַט אָנגעשריבן מיט אַ פּאָר טעג צוריק.
  
— חבֿרים! איך װיל אויסדריקן מײַן כּעס און גרימצאָרן פֿון פּאַסטערנאַקס בוך — װי אַ קאָמוניסט, אַ סאָװעטישער פּאַטריאָט און אַ ייִד!
  
אַזאַ אַרײַנפֿיר האָט שטאַרק פֿאַרחידושט אַלעמען, פֿונעם סעקרעטאַר פֿון דער פּאַרטײ–אָרגאַניזאַציע, וואָס איז געזעסן אינעם פּרעזידיום ביז דער אױפֿראַמערין מומע גלאַשע, וואָס האָט זיך אַרײַנגעקוועטשט אין דער הינטערשטער רײ. גאָרנישט ניט באַמערקט, האָט מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש גערעדט װײַטער, אַרױסלײענענדיק פֿון מאָל צו מאָל די נאָטיצן פֿון זײַן העפֿט און דרײענדיק זיך אין אַלע זײַטן, כּדי צו װענדן זיך צו יעדן איינעם אינעם זאַל.  
  
היות קײנער פֿון די אָנװעזנדיקע האָט ניט געהאַט געלײענט פּאַסטערנאַקס ראָמאַן, איז אַלעמען געװען נײַגעריק צו הערן אַזױ פֿיל ציטאַטעס פֿון אים. נאָך דעם, װי מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט אַנטפּלעקט די „ייִדישע פֿראַגע‟ אינעם ראָמאַן, איז דער עולם אויך באַקאַנט געװאָרן מיט אײניקע טשיקאַװע פּרטים פֿון דער ייִדישער געשיכטע, פֿאַרשטייט זיך, אין מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטשס אינטערפּרעטאַציע, בתוכם זײַן אײגענער ביאָגראַפֿיע. 
  
— װען אינעם מיטלאַלטער האָט מען געהײסן די ייִדן פֿון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל אָדער זיך שמדן אָדער פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, — האָט מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש אױפֿגעקלערט די דערשטױנטע צוהערערס, — האָבן די ייִדישע קאַפּיטאַליסטן און סוחרים זיך געשמדט, כּדי ניט צו פֿאַרלירן זײערע קאַפּיטאַלן, זײער װאַרעם ערטעלע, נאָר די ייִדישע האָרעפּאַשניקעס, די פֿאָלקסמאַסן האָבן זיך ניט אונטערגעװאָרפֿן די פֿינצטערע אינקװיזיטאָרן! — ער האָט זיך אױסגעקערעװעט צו דער בינע, װוּ ס׳האָט זיך געפֿונען דער פּרעזידיום, — װי אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג „אײניקײַט‟ בין איך בײַגעװען אױף דער פֿאָרלעזונג אינעם מלוכישן ייִדישן טעאַטער פֿון דער פּיעסע „פּרינץ ראובני‟, אָנגעשריבן פֿונעם קלאַסיקער פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור דוד בערגעלסאָן. איז אָט, דער גרױסער אַקטיאָר און רעזשיסאָר, דער פֿאָלקס–אַרטיסט פֿון פֿססר סאָלאָמאָן מיכאָעלס האָט דעמאָלט געזאָגט װעגן אײנעם אַ פּערסאָנאַזש פֿון דער פּיעסע, אַ געשמדטן ייִד, װאָס איז געװאָרן אַ ראַטגעבער בײַם פּױפּסט: „אַזעלכע פֿאַרדאָרבענע מענטשן זײַנען פֿאַראַן אין יעדער נאַציע, די ייִדן זײַנען ניט קײן אױסנאַם!‟

מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט אַ וואַרף געטאָן אַ ווײַטן בליק צו די הינטערשטע רײען, װוּ עס זײַנען געזעסן פּראָסטע צוהערערס.

— יאָ, אין דעם ראָמאַן געפֿינען מיר אויך אַזעלכע העלדן און פּאַסטערנאַק, צום גרויסן באַדױערן, סימפּאַטיזירט זיי… — ער האָט זיך װידער אױסגעקערעװעט צום פּרעזידיום, — בעת די יאָרן פֿונעם „פּערזאָנען־קולט‟ בין איך אומגעזעצלעך רעפּרעסירט געװאָרן און אָפּגעװען אין לאַגער… דאָרט פֿלעגן אַפֿילו די קרימינעלע פֿאַרברעכערס פֿאַראַכטן געשמדטע ייִדן, װײַל מ׳האָט געהאַלטן, אַז אויב אַ מענטש קאָן איין מאָל פֿאַרראַטן, קאָן ער אַוודאי פֿאַרראַטן אַ צווייט מאָל!‟ יאָ, אַ פֿאַררעטער בלײַבט תּמיד אַ פֿאַררעטער… — מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט אַ רגע אָפּגעאָטעמט און הייזעריקלעך אויסגעשריִען איבער די קעפּ: „פּאַסטערנאַק האָט פֿאַרראַטן סײַ אונדזער סאָװעטיש הײמלאַנד און סײַ זײַן… מײַן… אונדזער ייִדיש פֿאָלק!‟
  
װען די פֿאַרזאַמלונג האָט זיך פֿאַרענדיקט און אַלע האָבן אָנגעהױבן זיך פֿונאַנדערגײן, איז צו מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטשן צוגעגאַנגען אַן אומבאַקאַנטער פּאַרשוין, לױטן אױסזען, בערך פֿונעם זעלבן עלטער װי ער, און געזאָגט שטיל און העפֿלעך:
  
— חבֿר מילמאַן… אױף אַ מינוטקעלע? — און מיטן קאָפּ אָנגעוויזן, ער זאָל גיין נאָך אים.
  
די טיר, באַצױגן מיט שװאַרצן לעדער, אַקוראַט לעם קאַבינעט פֿונעם פֿאַרלאַגס דירעקטאָר האָט מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש געהאַט געזען עטלעכע מאָל פֿריִער, נאָר קײן מאָל באַזונדערס ניט געלײגט קײן אַכט אױף איר. אַרײַנגייענדיק דער ערשטער אין אַ קלײנעם צימער, האָט דער אומבאַקאַנטער פּאַרשוין העפֿלעך פֿאָרגעלײגט מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטשן זיך צוזעצן צום טיש. אַליין האָט ער זיך אַװעקגעזעצט אַנטקעגן און געװיזן זײַן צײַגעניש.

— איר האָט גערעדט זײער אינטערעסאַנט, — האָט זיך אָנגערופֿן מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטשס וויזאַווי, קאַפּיטאַן יאַראָסלאַװ איװאַנאָװיטש, — זאָגט מיר, ביטע, פֿון װאַנען װייסט איר אַזױ גוט דעם אינהאַלט פֿון „דאָקטער זשיװאַגאָ‟?

מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט פּרטימדיק און גערן דערצײלט װעגן אַלצדינג: װוּ, װען און בײַ װעלכע אומשטאַנדן האָט אַן אומבאַקאַנטער יונגער־מאַן אים פֿאָרגעלײגט צו קױפֿן דאָס בוך, און פֿאַר װאָס ער האָט עס באַשלאָסן צו קויפֿן. פֿאַר וואָס האָט יענער גראָד אים עס פֿאָרגעלייגט, האָט מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש קיין אַנונג ניט געהאַט…

— כ׳פֿאַרשטײ אײַך, חבֿר מילמאַן. װאָס זשע האָט איר געטאָן מיטן בוך שפּעטער, נאָך דעם, וואָס איר האָט עס איבערגעלייענט?

די פֿראַגע האָט מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטשן אַ ביסל פֿאַרחידושט.
— גאָרניט…
— הײסט עס, אַז דאָס בוך געפֿינט זיך איצט בײַ אײַך אין שטוב?
— נו יאָ…
— אויב אַזוי, קאָן מען עס קוואַליפֿיצירן, אַז איר האַלט בײַ זיך אין דער היים אַנטיסאָװעטישע ליטעראַטור?

מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש איז מבֿולבל געװאָרן.
— נו… איך האָב עס דאָך געדאַרפֿט פֿאַר מײַן רעדע אױף דער פּאַרטײ–פֿאַרזאַמלונג, און אַ חוץ דעם, װי כ׳האָב אײַך שױן געזאָגט, האָב איך אָנגעשריבן אַן אַרטיקל װעגן דעם, נאָר איצט, אַװדאי, דאַרף איך דאָס בוך ניט מער, און װי נאָר איך װעל זיך הײַנט אומקערן אַהיים, װעל איך עס, זײַט זיכער, תּיכּף אַרױסװאַרפֿן… 
— נײן, — האָט יאַראָסלאַװ איװאַנאָװיטש געענטפֿערט, — אַרױסװאַרפֿן דאַרף מען עס ניט; אָבער מאָרגן אין דער פֿרי זאָלט איר דאָס בוך ברענגען אַהער, צו מיר פּערזענלעך.
— אומבאַדינגט! — האָט מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש באַשטעטיקט זײער ערנסט און מיט פֿולן פֿאַרשטאַנד.
— און איצט, ביטע, שרײַבט אָן אַלץ, װאָס איר האָט מיר דערצײלט… וועגן דעם יונגן־מאַן אויך…

במשך פֿון די פֿאָלגנדיקע טעג האָט מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש זאָרגזאַם דורכגעקוקט די צײַטונגען, אין װעלכע ער האָט געהאַט אָפּגעטראָגן זײַן אַרטיקל, און פּלוצעם אין „פּראַװדאַ‟, צװישן די בריװ פֿון לײענערס, װאָס האָבן געטאַדלט פּאַסטערנאַקן, האָט ער דערזען אַזאַ טעקסט:

„װי אַ קאָמוניסט און אַ סאָװעטישער פּאַטריאָט, דריק איך אױס מײַן כּעס און גרימצאָרן פֿון פּאַסטערנאַקס אַנטיסאָװעטישן בוך, װאָס ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין אױסלאַנד. אַ שאַנד דעם פֿאַררעטער פֿון אונדזער לאַנד און פֿאָלק!
מ. מילמאַן, מאָסקװע.‟.

מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט גענומען די קאָפּיע פֿון זײַן אַרטיקל, װאָס ער האָט געהאַט געלאָזט פֿאַר זיך און איז געפֿאָרן אין רעדאַקציע פֿון „פּראַװדאַ‟. דאָרטן האָט ער אָפּגעזוכט די פֿרױ, װאָס ער האָט איר געהאַט פֿאַרטרויט זײַן אַרטיקל, און געזאָגט מיט אױפֿרעגונג און חידוש:

— סטײַטש?! איך האָב דאָך אָנגעשריבן אַ גאַנץ לאַנגן אַרטיקל — און איר האָט פֿון אים געמאַכט פּשוט אַ בריװ פֿון עטלעכע שורות!
  די פֿרױ האָט אַ קוק געטאָן אױף דער קאָפּיע, װאָס מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש האָט איר געװיזן, דערנאָך אויף אים און געענטפֿערט: 
  — איר פֿאַרשטײט דען ניט אַליין, אַז מיר באַקומען אַצינד טויזנטער אַרטיקלען און בריװ װעגן אָט דעם ענין. דעריבער מוזן מיר זײ קירצן: זײער פֿיל מענטשן פֿון גאָר דעם לאַנד ווילן זיך אַרויסזאָגן, אױסדריקן זײער פּראָטעסט…

 דעם זעלבן ענטפֿער האָט מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטש באַקומען אויך אין די אַנדערע צײַטונגען, װוּ מע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט כּמעט דעם זעלבן „װאַריאַנט‟ פֿון זײַן אַרטיקל, אין װעלכן ער האָט אַרײַנגעלײגט זײַן גאַנצע נשמה.

ער איז געװען אַנטױשט, נאָר האָט זיך באַצױגן צו דער זאַך מיט פֿאַרשטאַנד: אַװדאי, איז ער בלױז אײנער פֿון די העכער צװײ הונדערט מיליאָן סאָװעטישע מענטשן; ער האָט עס פֿעסט פֿאַראײגנט פֿון די יונגע יאָרן אָן. זײַן חובֿ פֿון אַ קאָמוניסט האָט ער אויסגעפֿירט אויף דער פּאַרטײ–פֿאַרזאַמלונג — אַרײַנגעזאָגט דעם אױסװוּרף פּאַסטערנאַק־פּאַסקודניאַק! און נאָך האָט מאָיִסיי יאָסיפֿאָוויטש אַ טראַכט געטאָן, אַז בכלל, ניט געקוקט אױף די אַלע טעותים און פֿעלערן, אַפֿילו אומגערעכטיקײטן בײַ אונדז אין לאַנד, דרוקט מען ניט אַזעלכע מיאוסע זאַכן, ווי אויפֿרופֿן די ייִדן צו שמד. שוין אָפּגערעדט, אַז קײן אַרבעטלאָזיקײט, קײן עקספּלואַטאַציע איז בײַ אונדז אױך ניטאָ, אַזױ אַז אַלץ איז, דאַנקען גאָט, גוט… בעסער ווי בײַ זיי…

דער שנײ האָט מחיהדיק געכראָמטשעט אונטער די פֿעסטע טריט… אין דער לופֿטן האָט געשמעקט מיט נײַ־יאָריקע מאַנדאַרינקעס. װעגן אַזאַ פֿאַרנאַכט, װעט דער פּאָעט משה טייף, מאָיִסײ יאָסיפֿאָװיטשס גוטער חבֿר, אָנשרײַבן אין זײַנעם אַ ליד: „שײן איז מאָסקװע אָװנט–צײַט!..‟
  

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s