נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 45

ווער זײַנען זיי, די סאַברעס?


מ׳האָט מיך איין מאָל געבעטן באַשרײַבן אַ סאַברע. האָב איך אַ טראַכט געטאָן, אַז קודם וואָלט איך געדאַרפֿט פֿאַרשטיין, ווי עס זעט אויס אין מײַנע אויגן מדינת־ישׂראל; אייגנטלעך, איז דאָך אַ סאַברע לײַב-און-ביין פֿון ארץ־ישׂראל.

האָט זיך בײַ מיר באַקומען אָט אַזאַ בילד: אַן אָרט אין מיטעלן מיזרח, מיט הייסע מידבר־חמסינען, וואָס נעמען אַרויס די נשמה, אַרומגערינגלט מיט אַראַבישע לענדער, פֿול מיט שׂינאה צו זייערע ייִדישע שכנים און וואָס האָבן שוין נישט איין מאָל געפּרוּווט דאָס לאַנד צו פֿאַרניכטן. דווקא דאָרט, דורך פֿאַרשיידענע עליות, האָבן זיך צונויפֿגענומען ייִדן פֿון אַרבע־פּינות־העולם; ייִדישע עדות, מיט אַן אייגענער געשיכטע, אייגנאַרטיקער קולטור און שפּראַך; פֿרומע און וועלטלעכע, וואָס דער שפּאַלט צווישן די ביידע צדדים איז זייער אַ בולטער און ווייטיקלעכער, און האַלט נאָר אין איין וואַקסן; דערצו זײַנען די פֿרומע צעטיילט און צעקריגט צווישן זיך, ווי ס׳איז נאָך געווען אין גלות, און האָבן די אומפּשרהדיקייט אַרײַנגעבראַכט מיט זיך אין לאַנד; דאָס זעלבע איז געשען מיט די אַפּיקורסים און זייערע פּאַרטייען, די רעדלדרייערס אין כּנסתּ. אויב ס׳איז נישט גענוג די קריגערײַ צווישן די ייִדן, האָט די מלוכה במשך פֿון איר אויפֿקומען אָפּגעשפּאָרט אַ געשווילעכץ, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען „פּאַלעסטינער פֿאָלק‟. די טייטלעכע מכּה הערט נישט אויף צו פֿאַרשפּרייטן אירע מעטאַסטאַזן אויפֿן שטח פֿון ישׂראל גופֿא, וווּ זי פֿאַרכאַפּט די מוחות פֿון די אַזוי גערופֿענע ישׂראל־אַראַבער. נישט געקוקט דערויף, וואָס זיי האָבן ביז איצט גענאָסן פֿונעם ישׂראלדיקן האָב־און־גוטס און דעם קוגל פֿונעם מאַטעריעלן וווילשטאַנד, טראָגן זיי אין האַרצן אַ פֿאַרבאָרגענע קינאה־שׂינאה קעגן דער מדינה. דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ 2021 האָט דאָס געשווילעכץ געפּלאַצט און זיך אויסגעגאָסן אין בלוטיקע פּאָגראָמען…

אין אָט אַזאַ אָרט אויף דער וועלט־מאַפּע ווערן געבוירן און דערצויגן די סאַברעס, אײַנזאַפּנדיק די גאַנצע געשיכטע פֿון זייערע חלוצישע זיידעס און באָבעס, טאַטעס און מאַמעס, געקומען אין די לעצטע פּאָר צענדליקער יאָר פֿון די לענדער, וואָס קיין גרויסע סימפּאַטיעס צו ייִדן בכלל און צו מדינת־ישׂראל בפֿרט האָבן זיי נישט.

זיי, די סאַברעס, רעדן אויף אַן עבֿריתּ נוסח אליעזר בן־יהודה, וואָס טראָגט אין זיך די קלאַנגען פֿון תּנך און אַלע ייִדישע שפּראַכן, געשאַפֿן אין גלות. מ׳האָט די נײַע עדה ייִדן אין ישׂראל אָנגערופֿן אויף עבֿריתּ צבר, לכּבֿוד דעם קאַקטוס־געוויקס, וואָס שטייט אויס אַלע חמסינען, באַגייט זיך מיט אַ שלוק וואַסער און מיט זײַנע נאָדל־שטעכלקעס טרײַבט פֿון זיך אָפּ אַיעדן, ווער סע פֿאַרמעסט זיך אויף זײַן פֿרײַהייט און לעבן. דערפֿאַר אָבער זײַנען די פּירות בײַם צבר־געוויקס אינעווייניק ווייכע, זאַפֿטיקע און האָבן אַ באַזונדערן אַראָמאַט…

מיר, ייִדן איבער דער וועלט, ניט וויכטיקן, וווּ יעדער איז געבוירן און אויפֿגעוואַקסן געוואָרן, קאָנען זיך מיט רעכט אָנרופֿן ישׂראלדיקע סאַברעס, ווײַל אַז מע פֿאַלט אָן אויף די ייִדן אין ברוקלין, אָדער ערגעץ־וווּ אויף די גאַסן פֿון אייראָפּע און אויסטראַליע, מיינט מען די ייִדן אין ישׂראל; און אַז מע שיסט מיט ראַקעטן אויף ישׂראל, מיינט מען, אומצוברענגען אַלע ייִדן, וווּ זיי זאָלן ניט זײַן. אַנטיסעמיטיזם האָט ניט קיין גרענעצן. פֿון אים איז נישט אָפּצאַמען זיך מיט הויכע בעטאָן-מויערן.

צוריק גערעדט, מוז די וועלט, שטייענדיק פֿאַר דער סכּנה פֿון איסלאַמיש־באַרבאַרישער אינוואַזיע, פֿאַרשטיין, אַז ישׂראל איז דער שומר בײַ דעם טויער פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע. אַלע פֿעלקער דאַרפֿן געדענקען, אַז פֿון ייִדן הייבט מען נאָר אָן, אויסלאָזן וועט זיך עס צו דער גאָרער וועלט.

מײַ, ברוקלין, ניו־יאָרק

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s