(דיפּטיך) ענדלאָזע רחבֿותן

בערל קאָטלערמאַן

1

מײַן שבתדיקער קאַפּריז

געווידמעט די גליקנזוכערס

דער וואָס הערשט אויף אַלע מעשׂים,
איז באַגריסט פֿון יעדן נפֿש,
זײַן גוטמוט פֿאַרפֿלייצט דעם קאָסמאָס
און זײַן גדולה ז’פֿול מיט דעת.

אויך פֿאַר מײַנע קליינע דאגות
ער געפֿינט אי צײַט, אי ווילן,
פֿאַר נאָסטאַלגישע קאַפּריזן
וועט ער בײַטן סדרי-עַד.

ער פֿאַרטרײַבט די אַלע חיות,
וואָס באַגלייטן זײַן קאַרעטע,
זעצט זיך טיף אַוועק אויף שטול זײַנס
און איז מוחל זײַן רעספּעקט.

לאָזט דעם אַלטן ניגון הערן
אונטער מאָדנע-ווילדע ווערטער:
פֿישער גייען צו דער פֿישפֿאַנג,
גרייטן אָן אויף ווינטער פֿיש.

איבער ימען, בערג און טאָלן
איבער רחבֿותן ענדלאָזע
שׂמחים בצאתם פֿאָרן ייִדן,
ששים בבואם זוכן גליק.

דונערן ווינטן, פֿליסן וואַסערן —
סאַראַ כּוח, סאַראַ גבֿורה!
און די זון מיט דער לבֿנה
מאַכן יום-טובֿדיק די וועלט.

די שׂרָפֿים טיילן שבֿחים
דעם, וואָס הערשט אויף אַלע מעשׂים
און געפֿינט אי צײַט, אי ווילן
פֿאַר מײַן נאַרישן קאַפּריז.

נווה-צוף, כסלו תשפ”א

2

אַ וויגליד

מײַן קליינעם זונעלע אייר

„זאָל זײַן, אַז איך בוי אין דער לופֿט מײַנע שלעסער‟
יוסף פּאַפּערניקאָוו

קאַלטע קריעס וויסטע ווינטן
לאַנגע נעכט און לאַנגע טעג
ווײַסע בערן בויען מילן
אָן אַ האַמער אָן אַ זעג

אויבן בליצן פּאָלאַר-שײַנען
אונטן פֿליסט דער אָקעאַן
בערן פֿיטערן די מילן
מעריבֿ אויס און שחרית אײַן

הײַדאַ בערן קלײַבט מעת-לעתן
לייגט דערצו אַ קאַפּקע זאַלץ
הײַדאַ ווינטן דרייט די מילן
אַ צעמאָלונג מאַכט פֿון אַלץ

קורצע שאָטנס ווערן לענגער
און פֿאַרקערט און נאָכאַמאָל
אין די רחבֿותן ענדלאָזע
שרײַט מײַן ייִאוש אָן אַ קול

איך וועל זיצן בײַ דײַן וויגל
כ’וועל דיר זינגען אָן אַ שיעור
שלאָף מײַן קינד פֿאַרמאַך די אייג’לעך
טאַטע דײַנס איז דאָ מיט דיר

קאַלטע קריעס וויסטע ווינטן
לאַנגע נעכט און לאַנגע טעג
בערן שפּילן זיך מיט שאָטנס
שווימט דעם טאַטנס ליד אַוועק

נווה-צוף, אייר-סיוון תשפ”א

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s