לאה שלאַנגער
„די סטודיעס וועגן דעם חורבן זײַנען נישט נאָר אַ געשיכטע, וועלכע מ’דערמאָנט און מ’לערנט איין מאָל אין יאָר…‟, — שרײַבט שי־שלמה בלײַער, אַ דערציִער, לערער פֿון שפּראַך און געשיכטע, תּנך און אַ שרײַבער. ער איז אַ זון פֿון אַ ניצול געוואָרענעם, וואָס האָט זיך אַרויסגעריסן פֿון ד״ר מענגעלעס הענט.

שי־שלמה בלײַער האָט געשטעלט פֿאַר זיך אַ וויכטיקן ציל, דהײַנו: איבערגעבן זײַנע תּלמידים דעם אָנדענק פֿון חורבן און די וועלטלעכע אוניווערסאַלע באַדײַטונג פֿון די געשעענישן: גערעכטיקייט, פֿרײַהייט און טאָלעראַנץ, און נישט נאָר אַרום דעם חורבן־טאָג, נאָר במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר.
“איך גלייב, זאָגט בלײַער, אַז מ’טאָר נישט אַרײַנשטופּן די חורבן־געשיכטע אין איין טאָג. מיט דער דאָזיקער געשיכטע דאַרפֿן אונדזערע קינדער זיך באַקענען פֿון דער נאָענט, דערמאָנען און געדענקען זי טאָג בײַ טאָג. בלײַער האָט אַרויסגעגעבן דאָס בוך „זיידע, פֿאַר וואָס ביסטו אומעטיק?‟, אין אַ צוגענגלעכער שפּראַך, צוטריטלעך פֿאַר קליינע קינדער און קינדער פֿון די ערשטע קלאַסן. געשטיצט איז עס אויף די באַמערקונגען פֿון זײַן טאָכטער, וועלכע, זײַענדיק אַ קינד פֿון 12 יאָר, פֿלעגט פֿרעגן בײַ איר זיידע, הלמאַי איז ער שטענדיק אומעטיק, און קיין ענטפֿער נישט באַקומען. זי, דאָס 12־יאָריק קינד, האָט געזען און געפֿילט דעם טרויער, וואָס עס טראָגט אין זיך איר זיידע.
אין גיכן וועט אַרויס אויך אַ בוך פֿאַר דערוואַקסענע, „צוקערלעך זיסע ביטערע‟, געווידמעט דער געשיכטע, וויאַזוי איז זײַן טאַטע געבליבן לעבן. שי־שלמה בלײַער האָט געשאַפֿן אַ באַזונדערע סדרה לימודים, „דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן אינעם חורבן‟, צוגעפּאַסט צום עלטער פֿון די תּלמידים, און געמאַכט פֿון דעם אַ יערלעכן פּראָיעקט, וואָס נעמט אַרײַן עדותן, פֿאַרשריבן פֿון די ניצול געוואָרענע.
„לעקציעס וועגן חורבן זײַנען דאָס האַרץ פֿון בילדונג‟, זאָגט בלײַער. דאָס איז נאָר איין קורצער בײַשפּיל, אַז מיט דער צײַט זאָל דער באַוווּסטזײַן אַדאַפּטירן די וויכטיקייט פֿונעם חורבן פֿאַר דער צוקונפֿט און ווערן אַ חובֿ צו געדענקען און קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן.
דער שרײַבער, דראַמאַטורגן, וויסנשאַפֿטלער גיט אָפּ אַלץ מער און מער מחשבֿה דער חורבן־טעמע אפֿשר, ווײַל דער דור ניצול געוואָרענע ווערט אַלץ מער אײַנגעשרומפּן; און אפֿשר דערפֿאַר, ווײַל די איינציקע עדות, די ניצול געוואָרענע, וואָס לעבן נאָך, באַקומען מער דרייסטקייט צו אַנטפּלעקן זייערע געשיכטעס, פֿאַרשטייענדיק זייער וויכטיקייט, ווי למשל, די ניצול געבליבענע פֿון גיהנום האַלינאַ אָלאָמוצקי.
האַלינאַ האָט פֿון קינדווײַז אָן געהאָט אַ טאַלאַנט צו קונסט, זיך געלערנט אין אַ ייִדישער שול און געצייכנט. אין 1940 איז זי אַרײַנגעפֿאַלן מיט איר מוטער אין וואַרשעווער געטאָ, וווּ זי האָט אויך דאָרט ממשיך געווען צו מאָלן. ווען מ’האָט זי געזאָלט אַוועקשיקן אין די גאַז־קאַמערן, האָט זיך איר אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן צום פֿרויען־בלאָק. דאָרט האָט איר די בלאָקן-עלטסטע געהייסן באַפּוצן די ווענט פֿונעם באַראַק מיט צייכענונגען, און האַלינאַס צייכענונגען זײַנען איר געפֿעלן געוואָרן. האַלינאַ האָט געצייכנט אויך פֿאַר די דײַטשן, צווישן אַנדערע אַרבעטן האָט זי אָפּגעפֿרישט דעם פּלאַקאַט „אַרבײַט מאַכט פֿרײַ‟. בײַ דער געלעגנהייט האָט האַלינאַ אויסגענוצט דעם צייכענונגס־מאַטעריאַל, כּדי צו מאָלן די, וואָס זײַנען געווען מיט איר אין איין בלאָק. דערנאָך איז זי, צוזאַמען מיט אַנדערע קאַצעטלערינס, איבערגעפֿירט געוואָרן קיין בירקענאַו.
אין 1945, אַ וואָך פֿאַר דער באַפֿרײַונג, האָט זי דורכגעמאַכט דעם טויטן־מאַרש. וויכטיק איז אָבער, אַז זי איז לעבן געבליבן, געקומען קיין ישׂראל און דאָ ממשיך געווען צו מאָלן און דערציילן איר געשיכטע.
בשעת מײַן אַרבעט אויף דעם ייִדישן ראַדיאָ, האָב איך געהאַט אַ באַגעגעניש מיט דער זעלטענער פֿרוי. זי איז געקומען אין דער סטודיע פֿון „קול־ישׂראל‟ אויף אַ שמועס מיט מיר און צום סוף געשענקט פֿיר פֿון אירע צייכענונגען; זי האָט דערציילט מיר, אַז בעת דעם טויטן־מאַרש, האָבן די פֿרויען, וויסנדיק, אַז זי צייכנט, געבעטן זי צו פֿאַרגעדענקען זייערע פּנימער, ווײַל זי וועט בלײַבן לעבן; זאָל זי זיי פֿאַראייביקן אויף אַזאַ אופֿן.
און אָט זײַנען די פֿיר בילדער, וואָס זי האָט מיר געשאָנקען מיט די פֿרויען־פּנימער אַזוי, ווי זי האָט זיי פֿאַרגעדענקט. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס איז נאָר אַ קליינער טייל פֿון אירע דערמאָנונגען.
און אפֿשר איז דאָס פֿאַרטיפֿערן זיך אין דער טראַגעדיע, וואָס האָט געטראָפֿן דאָס ייִדישע פֿאָלק, קומט פֿאָר דערפֿאַר, ווײַל דער יונגער דור ווײַזט אַרויס מער אינטערעס צו דער טעמע; און מעגלעך גאָר, מחמת אייראָפּע און אַמעריקע איז לעצטנס אַרומגעכאַפּט געוואָרן מיטן אַנטיסעמיטישן פֿלאַם…
און דאָך, איז אין פּוילן, למשל, דערשינען אַ בוך, וואָס הייסט, „די מאַמע קומט שטענדיק צוריק‟, אָנגעשריבן אויפֿן סמך פֿון אַן אמתער געשיכטע, איבערגעלעבט פֿון אַ מיידל, וואָס איז חדשים לאַנג אויסבאַהאַלטן געוואָרן אין דער געגנט פֿון וואַרשעווער געטאָ.
אויך דער באַוווּסטער פּוילישער דראַמאַטורג און דירעקטאָר פֿונעם דראַמאַטישן טעאַטער אין וואַרשע טאַדעוש סלאָבאָדזיאַנעק האָט אין זײַן פּיעסע „פֿאַטאַליסט‟ אויסגעדריקט די שוידערלעכע מעשׂים, וואָס זײַנען פֿאַרגעקומען אויף דער פּוילישער ערד. אָט וואָס ס׳דערציילט דער הויפּט־העלד פֿון דער פּיעסע בנימין:
„כ’האָב געזען רבנים מיט אויסגעפֿליקטע בערד, אויפֿגעהאָנגענע פֿרויען, טויטע קינדער־קערפּערס אויף די גאַסן, קראַנקהייטן, מענער, וואָס האָבן גענישטערט, זוכנדיק מײַז און קעץ, צו שטילן זייער הונגער, כ’האב איבערגעלעבט אַן עקזעקוציע אין בילגאָרײַ, בעת וועלכער מײַן ברודער חיים, אַ גרויסער דענקער, אַן אמתער צדיק איז אומגעקומען…‟ ווײַטער רעכנט ער אויס אַ גאַנצע ריי נעמען פֿון זײַנע קרובֿים און באַקאַנטע, וואָס זײַנען אַכזוריותדיק אומגעבראַכט געוואָרן, „און איך האָב זיך אַרויסגעגראַבלט פֿון די קופּעס קערפּערס און כ’לעב… זאָגט זשע מיר, פֿאַרוואָס?‟ — פֿרעגט טאַדעוש סלאָבאָדזיאַנעק אין זײַן פּיעסע „פֿאַטאַליסט‟.
אין איינער פֿון די וויכטיקסטע פּוילישע צײַטונגען שרײַבט מען:
„דאָס פּוילישע פֿאָלק און דער חורבן, איז נישט אַ באַקוועמע טעמע? ס’טוט וויי? פֿאַרשטענדלעך!!! און אַזוי דאַרף עס זײַן, ווײַל ווער ס’האָט זיך פּאַסיוו צוגעקוקט צו דער גרויזאַמער ליקווידאַציע פֿון אַלע פּוילישע ייִדן, איז אַ מיטשולדיקער…‟.
„כּל־זמן דײַן ליכטל ברענט, קאָן מען נאָך אלץ פֿאַרריכטן‟, — האָט געזאָגט רבי נחמן פֿון בראַצלאַוו.
איך שרײַב די ווערטער אינעם טאָג פֿון אונדזער אומאָפּהענגיקייט, אין „יום העצמאות” של מדינת־ישׂראל, ווען די פֿאַרבליבענע פֿונעם גיהנום נעמען נקמה, קוקנדיק אויף זייערע אייניקלעך און אוראייניקלעך; אויף די, וואָס האָבן אויפֿגעבויט די מדינה, דינען און אַנטוויקלען זי. דאָ ווערט פֿאַרווירקלעכט דאָס פּאַרטיזאַנען ליד „זאָג נישט קיינמאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג…‟.