יעווגעני קיסין
אַפּריל 15
הײַנט איז דער 75סטער יאָרטאָג זינט ס׳איז באַפֿרײַט געוואָרן בערגען–בעלזען מצד דער בריטישער אַרמײ. צום באַדױערן, ניט אַנע פֿראַנק, ניט איר שװעסטער מאַרגאָ, ניט אַ סך אַנדערע קאַצעטניקעס, ז״ל, האָבן ביז דעם טאָג ניט דערלעבט…

יאָ, די גרױסע דעמאָקראַטישע בריטאַניע (װי אױך פֿראַנקרײַך) האָט תּיכּף דערקלערט אַ מלחמה היטלערן, װי נאָר יענער איז אָנגעפֿאַלן אױף פּױלן, הגם דער ימח–שמוניק האָט דעמאָלט פֿאָרגעלײגט טשערטשילן פֿרידן. אַנטקעגן זשע דעם ראַטן–פֿאַרבאַנד, להבֿדיל, איז היטלער דאַן געװאָרן סטאַלינס אַן אַליִיִרטער; די סאָװעטישע און היטלערישע מחנות האָבן מאַרשירט צוזאַמען, די סאָװעטישע געהײמע פּאָליצײ האָט אַרױסגעגעבן היטלערן די דײַטשישע אַנטיפֿאַשיסטן, װאָס זײַנען פֿאַר דעם געהאַט אַנטלאָפֿן קײן סאָװעטן–פֿאַרבאַנד… ביז היטלער איז ניט אָנגעפֿאַלן אױפֿן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אַפּשיטא אַז װען סטאַלין װאָלט ניט צעקריגט די דײַטשישע קאָמוניסטן מיט די סאָציאַל–דעמאָקראַטן, װאָלט היטלער בכלל ניט געקאָנט קומען צו דער מאַכט, מחמת יענע װאָלטן זיך פֿאַראײניקט קעגן אים. הײַנט, װען דער ראַטן–פֿאַרבאַנד, ברעכנדיק די פּונקטן פֿונעם װערסאַל–אָפּמאַך, װאָלט ניט באַזאָרגט דײַטשלאַנד מיט װאָפֿן במשך פֿון די 1920ער־אָנהײב 1930ער יאָרן, װאָלט היטלער ניט באַקומען אין זײַן רשות אַזאַ מעכטיקע אַרמײ. און נאָך דעם אַלעם האָבן די רוסישע חוצפּהניקעס די העזה צו טענהן, אַז דװקא זײ האָבן געראַטעװעט די װעלט און די ייִדן פֿון נאַציזם!

דאָס איז אַלץ לױט דער אַלטער טראַדיציאָנעלער װערסיע פֿון די געשעענישן. און אױב װיקטאָר סוּװאָראָװ [1] און די ספּעציאַליסטן, װאָס האָבן אונטערגעהאַלטן זײַן היפּאָטעזע, זײַנען גערעכט, װײס איך אַפֿילו ניט, װאָס עס איז ערגער: לױט אָט דער װערסיע, האָט סטאַלין פֿאַרבאָטן די דײַטשישע קאָמוניסטן צו פֿאַראײניקן זיך מיט די סאָציאַל–דעמאָקראַטן ניט מחמת זײַן טיפּשות, נאָר אומישנע, כּדי צו ברענגען היטלערן צו דער מאַכט, אַז יענער זאָל קאָנען פֿונאַנדערצינדן אין אײראָפּע אַ מלחמה, — און דערנאָך אָנפֿאַלן אױף דײַטשלאַנד, פֿאַרכאַפּן גאַנץ אײראָפּע און פֿאַרװאַנדלען זי אין אַ ריזיקן „גולאַג‟! װי באַװוּסט, האָבן אַזעלכע אױטאָריטעטן, װי סאָלזשעניצין און בוקאָװסקי [2], אונטערגעהאַלטן סוּװאָראָװס היפּאָטעזע, און בוקאָװסקי האָט אָנגעשריבן די הקדמה צו דער רוסלענדישער אױסגאַבע פֿון סוּװאָראָװס „דער אײַזשפּאַלטער‟. מיך האָט אָט די װערסיע תּיכּף איבערצײַגט, נאָר איך בין, אַװדאי, ניט קײן מומחה אין די דאָזיקע ענינים (הגם איך אינטערעסיר זיך מיט געשיכטע פֿון יונגע יאָרן אָן), לכן האָב איך געפֿרעגט בײַ פֿאַרשײדענע פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקערס, װאָס טראַכטן זײ מכּוח דעם. אַזאַ מבֿין אין דער סאָװעטישער געשיכטע, װי יורי פֿעלשטינסקי, האָט מיר געזאָגט, אַז סוּװאָראָװס היפּאָטעזע האָט אים ניט בלױז איבערגעצײַגט, נאָר געמאַכט קלאָר פֿאַר אים דעם אײנציקן מאָמענט אין דער סאָװעטישער געשיכטע, װאָס ער איז געװען ניט מסוגל צו פֿאַרשטײן: סטאַלינס פּאָליטיק פֿאַר היטלערס אָנפֿאַלן אױפֿן סאָװעטן–פֿאַרבאַנד (אַ סך מענטשן, אַרײַנגערעכנט אַפֿילו סאָלזשעניצינען, פֿלעגן טענהן, אַז „סטאַלין האָט געגלײבט היטלערן‟, און פֿעלשטינסקי איז ממש ניט געװען ביכולת צו באַנעמען אַזױנס: קײנעם אױף דער װעלט האָט סטאַלין קײן מאָל ניט געגלייבט — און היטלערן האָט ער פּלוצעם יאָ געגלײבט?!). דער פּראָפֿעסאָר פֿונעם װילנער אוניװערסיטעט, היסטאָריקער און פּאָליטאָלאָג װיגינטאַס פּשיבילסקיס האָט מיר געזאָגט, אַז „דער אײַז–שפּאַלטער‟ האָט אים איבערגעצײַגט, הגם עס האָבן אים אױסגעפֿעלט אין אָט דעם בוך, װי אַ היסטאָריקער, פֿוסנאָטעס אױף די מקורים. טאַמאַרע אײדעלמאַן האָט מיר געזאָגט, אַז זי האָט זיך ניט פֿאַרנומען ספּעציעל מיט אָט דעם ענין, נאָר אין פּרינציפּ האָט סוּװאָראָװס היפּאָטעזע זי געהאַט איבערגעצײַגט, מחמת ס׳איז אין סטאַלינס נוסח…
על–כּל–פּנים, אײנס איז לגמרי קלאָר: װי עס האָט מיר בשעתּו דערקלערט מײַן שול–לערער פֿון געשיכטע און אײנער פֿון די גרינדערס פֿונעם מאָסקװער אַנטיפֿאַשיסטישן צענטער װיקטאָר יוריעװיטש דאַשעװסקי, „אין פֿאַרגלײַך מיט סטאַלינען איז היטלער געװען ממש אַ שנעק‟. און אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, געדענק איך, איז אומגעגאַנגען אַזאַ אַנעקדאָט: אין דער קינפֿטיקער ענציקלאָפּעדיע װעט היטלער כאַראַקטעריזירט װערן װי „אַ קלײנער טיראַן פֿון סטאַלינס תּקופֿה‟. פֿון דעסטװעגן, מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך דערזען אין אַ סוּװעניר–קראָם אינעם מאָסקװער אַעראָפּאָרט „שערעמעטיעװאָ‟ אַ טעלער מיט בילדער פֿון סטאַלינען מיט אַן אױפֿשריפֿט: „אונדזער זאַך איז אַ גערעכטע, מיר האָבן געזיגט!‟. ניט ערגעץ–װוּ אין אַ האַלב־פֿינצטערן טױער–דורכגאַנג, אַפֿילו ניט אױף אַן אַלטװאַרגמאַרק, נאָר דװקא אין אַ סוּװעניר–קראָם פֿון רוסלאַנדס הױפּט–פֿליפֿעלד פֿאַרקױפֿט מען טעלערס מיט בילדער פֿונעם רצחן, װאָס האָט דערהרגעט עטלעכע מאָל מער מענטשן אײדער היטלער! אָט װאָס סע שטעלט מיט זיך פֿאָר דאָס הײַנטיקע, פּוטינס רוסלאַנד.

אַצינד גרײט איך צו די פּראָגראַם פֿאַר מײַן קומענדיקן קאָנצערט–סעזאָן. אינעם סוף װעל איך בכּיװן שפּילן שאָפּענס 1טע סקערצאָ און 6טן פּאָלאָנעז. די סקערצאָ האָט שאָפּען אָנגעשריבן, בעת ער איז געװען פֿול מיט ייִאוש נאָך דער אַכזריותדיקער דערשטיקונג פֿונעם פּױלישן אױפֿשטאַנד מצד די צאַרישע חיילות. כ׳געדענק, נאָך אַ דערװאַקסלינג, האָב איך געלײענט שאָפּענס „שטוטגאַרטער טאָגבוך‟, וווּ ער שרײַבט: „דער שׂונא איז אין דער הײם — די פֿאָרשטעט זײַנען צעשטערט — פֿאַרברענט […] אָ גאָט, און דו עקזיסטירסט! — עקזיסטירסט און נעמסט ניט נקמה! — אָדער זײַנען דיר נאָך ניט גענוג די מאָסקװער רציחות — אָדער — אָדער ביסט אַלײן אַ מאָסקאַל [3]! […] מעגלעך, אַז מײַנע שװעסטערס האָבן געליטן פֿונעם גרימצאָרן פֿונעם צעיושעטן מאָסקװער פֿינצטערן המון! פּאַסקעװיטש, אַ מאָהילעװער הינטל אײנס, פֿאַרכאַפּט די רעזידענץ פֿון די ערשטע מאָנאַרכן אין אייראָפּע?! דער מאָסקאַל — דער הערשער פֿון דער װעלט? — אָ, טאַטע, דאָס איז דײַן טרײסט אויף דײַנע אַלטע יאָרן! — מאַמע, אַ לײַדנדיקע, צערטלעכע מוטער, דו האָסט איבערגעלעבט דײַן טאָכטער, כּדי צו דערזען, װי דער מאָסקאַל איבער אירע בײנער װעט זיך אַרײַנרײַסן צו פּײַניקן אײַך. אַך, פּאָװאָנזקי! צי האָט מען געשאַנעװעט איר קבֿר? מ׳האָט צעטראָטן — טױזנטער קערפּערס האָבן פֿאַרװאַלגערט דעם קבֿר. מ׳האָט פֿאַרברענט די שטאָט!! — אַך, פֿאַר װאָס האָב איך ניט געקאָנט טײטן כאָטשבי אײן מאָסקאַל! […] װאָס איז מיט איר? — װוּ איז זי? — נעבעך! — אפֿשר, איז זי אַרײַנגעפֿאַלן אין די מאָסקװער הענט! — דער מאָסקאַל ציט זי — דערשטיקט — מוטשעט, דערמאָרדעט! […] מעגלעך, האָב איך קײן מוטער ניט מער. אפֿשר, האָט זי דערמאָרדעט דער מאָסקאַל… פֿאַרפּײַניקט […] זאָלן די שרעקלעכסטע לײדן פּלאָגן די פֿראַנצױזן, װאָס זײַנען ניט געקומען אונדז צו הילף.‟ [4] איך האָב דאָס געלײענט, אַלץ פֿאַרשטאַנען און מיטגעפֿילט מײַן באַליבטן קאָמפּאָזיטאָר און זײַן פֿאָלק מיט מײַן גאַנצן האַרצן: װאָס איז אַזױנס דער רוסישער שאָװיניזם, האָב איך אין דער פֿולער מאָס אױסגעפּרוּװט אױף מײַן אײגענער פֿעל נאָך פֿון קינדווײַז אָן.
מכּוח דעם פּאָלאָנעז אין ליאַ–בעמאָל מאַזשאָר, האָט שאָפּען אים געשאַפֿן, װי באַװוּסט, בײַ פּונקט פֿאַרקערטע אומשטאַנדן: באַגײַסטערט פֿונעם נצחון מצד די פּאָליאַקעס איבער די רוסן אין דער שלאַכט אױסער דער שטאָט גראָכאָװ. אָט דעם פּאָלאָנעז האָב איך אין מײַן רעפּערטואַר במשך פֿון העכער 20 יאָר, און בעתן שפּילן אים, האָב איך תּמיד געטראַכט ניט בלױז װעגן יענער שלאַכט, ניט בלױז װעגן די פּױלישע פּאַטריאָטן און העלדן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, נאָר אױך מכּוח יענע פֿונעם 1920סטן יאָר און מכּוח דער „סאָלידאַרנאָשטש‟־באַװעגונג. זאָל זשע מײַן שאָפּען זײַן אַ סימן פֿון סאָלידאַריטעט מיט די אַלע קרבנות פֿון די הײַנטיקע רוסישע פֿאַרכאַפּערס: הן מיט די גרוזינער, הן מיט די אוקראַיִנער. דאָס קלײנע ישׂראל װיל זיך ניט קריגן מיטן ריזיקן רוסלאַנד, דעריבער פֿאַרקױפֿט עס ניט קײן װאָפֿן צו גרוזיע און האָט זיך אָפּגעהאַלטן בעתן שטימען אין דער „אונאָ‟ מכּוח דער אַנעקסיע פֿון קרים; דאָס קאָן מען פֿאַרשטײן, הגם, װי װאַצלאַװ האַװעל [5] האָט געזאָגט, „פּאָליטיק איז ניט די קונסט פֿון מעגלעכן; פּאָליטיק איז די קונסט פֿון אוממעגלעכן‟. צום גליק, בין איך ניט קײן פּאָליטיקער און הענג ניט אָפּ פֿון קײנעם, לכן בין איך פֿרײַ צו זאָגן און טאָן דאָס, װאָס סע הײסט מיר מײַן ייִדיש געװיסן, דהײַנו: אונטערהאַלטן יענע, װאָס במשך פֿון אַזױ פֿיל יאָר זײַנען געװען אונדזערע שותּפֿים צו די צרות.
עך, סאַראַ שאָד, װאָס איך האָב ניט קײן קאָנטאַקטן אין אוקראַיִנע (אַ חוץ דעם דירעקטאָר פֿונעם אָדעסער פֿעסטיװאַל), אַניט װאָלט איך איצט כּסדר געשפּילט דאָרטן, כּדי אונטערצוהאַלטן די אוקראַיִנער!
אַפּריל 16
הײַנט פֿאַרענדיקט זיך פּסח. „לשנה הבאה בירושלים‟? אפֿשר…
בשעתּם איז די מיליקאָװסקי–נתּניהו משפּחה אַװעקגעפֿאָרן קײן אַמעריקע און האָט געלעבט דאָרטן אַ סך יאָר, מחמת זײ איז ניט געפֿעלן געוואָרן, אַז אין די ערשטע עטלעכע יאָרצענדליקער פֿון ישׂראלס עקזיסטענץ, האָבן מיט איר אָנגעפֿירט סאָציאַליסטן. פֿאַרשטײט זיך, אַז ניט געקוקט אױף דעם, איז די משפּחה געבליבן געטרײַ דער מדינה און פֿאַרברענטע ציוניסטן און פּאַטריאָטן. אַצינד האָב איך זיך געכאַפּט אויפֿן געדאַנק (צום ערשטן מאָל אין לעבן), צי כ׳בין טאַקע זיכער, אַז כ׳װאָלט געװאָלט װױנען אינעם הײַנטיקן ישׂראל, װײַל איצט זײַנען דאָרטן פֿאַראַן אַ סך טראַמפּיסטן… אַװדאי, איז עס לגמרי קלאָר, אַז סײַ דאָס, װאָס במשך פֿון יאָרצענדליקער פֿלעגן די סאָציאַליסטן בילדן אַ מערהײט אין דער ציוניסטישער באַװעגונג, סײַ טראַמפּס פּאָפּולערקײט אינעם הײַנטיקן ישׂראל האָט געהאַט אָביעקטיװע סיבות און איז געװען אַ צײַטװײַליקע דערשײַנונג (װי אױך דאָס, װאָס אין די ערשטע יאָרן פֿון ישׂראלס עקזיסטענץ האָבן ניט װײניק ישׂראלים ליב געהאַט סטאַלינען). געװיס, בלײַב איך אַן איבערצײַגטער ציוניסט, און כ׳װעל תּמיד האַלטן אין אײן פֿאַרטײדיקן אונדזער לאַנד, דערקלערנדיק פֿרעמדע מענטשן, אַז פֿאַר דער ייִדישער מלוכה איז טראַמפּ פּשוט „אַן אונדזערער הינטישער זון‟, װי עס זאָגן די אַמעריקאַנער. אַ חוץ דעם, איז דאָ די געבױרענע ישׂראלדיקע אינטעליגענץ, װאָס האָט פֿון דער שול–באַנק, מיט דער מאַמעס מילך אײַנגעזאַפּט אין זיך דװקא ייִדישע און ישׂראלדיקע װערטן און פֿאַרשטײט זײער גוט, װאָס סע שטעלט מיט זיך פֿאָר טראַמפּ. מילא… מײַן מאַמע פֿלעגט מיר תּמיד, פֿון קינדווײַז אָן, לערנען, אַז איך זאָל שטרעבן צום סאַמע העכסטן ניװאָ אין אַלצדינג. איז װעל איך זיך סטאַרען צו דערנענטערן זיך צו די בעסטע, די סאַמע ציװיליזירטע און אױפֿגעקלערטע פֿאָרשטײערס פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט: צו די אינטעליגענטישע ישׂראלדיקע תּושבֿים.
אַ מאָל, אומגעפֿער מיט פֿערצן יאָר צוריק, האָב איך געגעבן אַן אינטערװיו דעם מאָסקװער ייִדישן זשורנאַל „אַלף‟. װיסנדיק, אַז אין די ענינים פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק איז עס אַ רעכטע אױסגאַבע, האָב איך פֿאַרװאָלט באַקענען אירע לײענערס מיט אַן אַנדער קוקווינקל — ניט װײַל איך בין געװען מסכּים מיט יענעם קאָנקרעטן שטאַנדפּונקט, נאָר פּשוט מחמת איך האָב געהאַלטן און האַלט, אַז מע דאַרף װיסן פֿאַרשײדענע מײנונגען. איך האָב דערצײלט װעגן מײַן סאַמע ערשטער נסיעה קײן ישׂראל נאָך אין יאָר 1988, מיטן אָרקעסטער „די מאָסקװער װירטואָזן‟, און דערמאָנט אײן עפּיזאָד. אין אײנעם אַ טאָג האָט מען אונדז געפֿירט אין אַן אױטאָבוס ערגעץ ניט װײַט פֿון ירושלים, און פּלוצעם האָט אונדזער איבערזעצער און וועגווײַזער ירון געמאָלדן: „איצט זײַנען מיר אַרײַנגעפֿאָרן אױף די אָקופּירטע טעריטאָריעס.‟ אײניקע פֿון די „װירטואָזן‟, װאָס האָבן צו יענער צײַט בפֿירוש געהאַט קאָמוניקירט מיט אונדזערע עולים און געלײענט רעכטע פּראָפּאַגאַנדיסטישע ליטעראַטור, האָבן גענומען שרײַען: „באַפֿרײַטע טעריטאָריעס!‟. „איצט איז גלאַסנאָסט, זאָגט װאָס איר װילט,‟ — האָט ירון געענטפֿערט. „און װי מיינט איר?‟ — האָט מען געפֿרעגט. „איך מיין, אַז זײ זײַנען פֿאָרט אָקופּירט געוואָרן,‟ — האָט ער געזאָגט [5]… דװקא אָט די מעשׂה האָט די רעדאַקציע אױסגעמעקט פֿונעם אינטערװיו! דער זשורנאַליסט, װאָס האָט מיר געשטעלט די פֿראַגעס (ער איז ניט געװען קײן שטאַטנער מיטאַרבעטער פֿונעם זשורנאַל), זייער אַ װױלער ייִד, האָט מיר דעמאָלט אָנגעשריבן, אַז ער האָט געהאַט געקעמפֿט פֿאַר מײַן טעקסט, װי אַ טיגער, און װיל ניט מער האָבן צו טאָן מיט זײ. לכן, װען אונדזערע „רעכטיסטן‟ האָבן טענות צו דער לינקער צענזור, ענטפֿער איך: נײן, רבותי, ס׳איז דאָ אױך אַ רעכטע צענזור, און איך האָב זי אױסגעפּרוּװט אױף מײַן אײגענער פֿעל!
על–כּל–פּנים, אין קומענדיקן יאָר װער איך מירטשעם אַ בן–חמישים, און כ׳װאָלט שטאַרק געװאָלט אָפּמערקן אָט די דאַטע מיט אַ סאָלאָ–קאָנצערט אין דער הױפּטשטאָט פֿון ישׂראל. כ׳האָף זײער, אַז מע װעט קאָנען עס אָרגאַניזירן, אַזױ אַז, הלוואַי זאָל עס טאַקע באמת אַזוי זײַן: לשנה הבאה בירושלים!
נאָכװאָרט
עד־כּאַן האָב איך געפֿירט אָט דאָס טאָגבוך ביזן 21סטן אױגוסט 2020, װײַל סוף יענעם חודש האָב איך געמוזט אַװעקפֿאָרן אױפֿן זאַלצבורגער פֿעסטיװאַל, װוּ איך האָב געשפּילט צװיי קאָנצערטן מיטן װינער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער. דעמאָלט איז נאָך ניט געװען קלאָר, ווי לאַנג די מגפֿה װעט אָנגיין. מיט עטלעכע טעג צוריק, בעתן צוגרײטן דאָס טאָגבוך פֿאַר „ייִדיש בראַנזשע‟, איז דער רעשט פֿונעם טעקסט איבער אַ טעכנישער אומפֿאָרזיכטיקײט פֿאַרשװוּנדן געװאָרן פֿון מײַן קאָמפּיוטער, און איך בין ניט געװען ביכולת אים אױפֿצושטעלן. איצט בושעװעט די צװײטע כװאַליע פֿונעם קאָראָנאַ–װירוס, די קאָנצערטן מײַנע אין פֿאַרשײדענע לענדער װערן אָפּגעשאַפֿן אײנער נאָכן אַנדערן, און קײן סוף פֿון דעם זעט מען נאָך ניט…
יאַנואַר 2021, פּראָג
דערקלערונגען:
[1] סוּװאָראָװ, װיקטאָר (פֿון דער היים רעזון, 1947־) — שרײַבער
[2] בוקאָװסקי, וולאַדימיר (1942־2019) — סאָוועטישער, בריטישער און געוועזענער רוסלענדישער קעמפֿער פֿאַר מענטשנרעכט, שרײַבער
[3] מאָסקאַל — ניט־אָפֿיציעלער עטנאָנים פֿון רוסן אויף פּויליש, אוקראַיִניש און ווײַסרוסיש. אין דעם קאָנטעקסט טראָגט עס אַ נעגאַטיווע קאָנאָטאַציע
[4] אין אַ סאָװעטישער אױסגאַבע פֿון שאָפּענס בריװ האָט מען צוגעגעבן צו אָט די װערטער דעם פֿאָלגנדיקן קאָמענטאַר: „די הילף פֿון דער רעװאָלוציאָנערער פֿראַנקרײַך (און אַנדערע אײראָפּעיִשע מלוכות), װוּ דאָס אױפֿגעשטאַנענע פּױלן האָט אַרױסגערופֿן אַ קאָלאָסאַל מיטגעפֿיל, איז אין תּוך באַגרענעצט געװען בלױז מיט עטלעכע דיפּלאָמאַטישע דעמאַרשן. אונטער אַ דרוק פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער מײנונג האָט די פֿראַנצייזישע רעגירונג געפֿירט אונטערהאַנדלונגען מיט דיפּלאָמאַטישע פֿאָרשטײערס פֿון די אױפֿשטענדלערס, אױסדריקנדיק זײ אירע סימפּאַטיעס און אָרגאַניזירנדיק צונױפֿזאַמלונגען פֿון געלטמיטלען אין דער קאַסע פֿונעם אױפֿשטענדלער–קאָמיטעט אין פּאַריז; נאָר זי האָט זיך ניט אַנטשלאָסן אױף קײן שום אַקטיװע האַנדלונגען, און נאָכן 25סטן יאַנואַר 1831, װען די אױפֿשטענדלערס האָבן דערקלערט ניקאָלײַ דעם ערשטן פֿאַר אַראָפּגעזעצטן, האָט זי זיך אַפֿילו אָפּגעזאָגט צו זײַן אַ פֿאַרמיטלער צװישן די פּאָליאַקן און ניקאָלײַ דעם ערשטן.
די פֿראַגע װעגן דער מיליטערישער שטיצע פֿונעם אױפֿשטאַנד איז ניט אײן מאָל באַהאַנדלט געװאָרן אין דער פֿראַנצייזישער דעפּוטאַטן–פּאַלאַטע, נאָר אינעם גורלדיקן מאָמענט האָט די פֿראַנצייזישע רעגירונג זיך אָפּגעזאָגט פֿון אָט דער כּװנה.‟. די געשיכטע חזרט זיך איבער… װי אָבֿות–אַבֿותינו האָבן געװוּסט שױן מיט העכער 2000 יאָר צוריק: „אין כּל חדש תּחת השמש‟…
[5] איך מיין, אַז די רעכטע דעפֿיניציע איז ניט „באַפֿרײַטע‟ און ניט „אָקופּירטע‟, נאָר „קאָנטראָלירטע‟.