פֿון אונדזער עזבֿון: יחיאל שרײַבמאַן (1913־2005)

דער פּראָזאַיִקער יחיאל שרײַבמאַן איז געבוירן געוואָרן אינעם בעסאַראַבער שטעטל וואַד־ראַשקעוו. זײַן ערשטע דערציִונג האָט ער באַקומען אין חדר, בײַ פּריוואַטע לערערס און אין דער רומענישער פֿאָלקסשול. שפּעטער איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין טשערנאָוויץ, כּדי זיך צו לערנען דאָרט אין דעם באַקאַנטן העברעיִשן לערער־סעמינאַר. צו פֿאַרענדיקן דעם סעמינאַר האָט זיך אים נישט אײַנגעגעבן, צוליב זײַן באַטייליקונג אין דער „לינקער‟ באַוועגונג. אין די 1930ער יאָרן האָט ער געוווינט אין בוקאַרעשט, געצויגן די חיונה פֿון דער סופֿליאָר־אַרבעט אינעם ייִדישן טעאַטער. זײַן ערשטע דערציילונג האָט שרײַבמאַן פּובליקירט אין דער אַמעריקאַנער פּראָלעטאַרישער אויסגאַבע „סיגנאַל‟. שפּעטער האָט ער זיך געדרוקט אין די בוקאַרעשטער, וואַרשעווער און ניו־יאָרקער זשורננאַלן און צײַטונגען.

אין יאָר 1940, ווען בעסאַראַביע איז געוואָרן אַ טייל פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז שרײַבמאַן געקומען פֿון בוקאַרעשט קיין קעשענעוו, וווּ ער איז צווישן די ערשטע אָנגענומען געוואָרן אינעם סאָוועטישן שרײַבער־פֿאַראיין. בעת דער מלחמה געוווינט אין אוזבעקיסטאַן, געאַרבעט אין אַ קאָלווירט. ער האָט עס באַשריבן אין זײַנע דערציילונגען, וועלכע זײַנען אַרײַן אינעם ערשטן בוך זײַנעם „דרײַ זומערס‟, אַרויסגעלאָזט אינעם פֿאַרלאַג „דער עמעס‟ (1946). אַן איבעררײַס אין זײַן שאַפֿונג איז פֿאָרגעקומען צווישן די יאָרן 1948־1960, ווען די גאַנצע ייִדישע ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, בתוכם אירע שאַפֿערס, האָבן געליטן פֿון דער אַנטיסעמיטישער רעגירונג־פּאַליטיק. ערשט נאָכן אָנהייבן צו דערשײַנען אין מאָסקווע פֿונעם ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ האָט שרײַבמאַן ממשיך געווען זײַן ליטעראַרישע אַרבעט.

עס גייען אַרויס זײַנע ביכער אינעם פֿאַרלאַג „סאָוועטסקי פּיסאַטעל‟, ווי אויך אין קעשענעוו, איבערגעזעצט אויף רוסיש און מאָלדאַוויש: „יאָרן און רגעס‟ (1973), „ווײַטער‟ (1984), „שטענדיק…‟ (תּל־אָבֿיבֿ, 1997), „יצירה און ליבע‟ (2000), „זיבן יאָר מיט זיבן חדשים‟ (2003), „קליין און גרויס‟ (2007), „פּאָרטרעטן‟ (ניו־יאָרק, 2015). ער ווערט אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע. אַן אָנערקענטער מײַסטער פֿון קורצע דערציילונגען, ווי אויך פֿון גרעסערע ווערק, טיילט ער זיך אויס מיט זײַן אייגנאַרטיקן בעסאַראַבער לשון, מיט לאַקאָנישקייט און געמאָסטנקייט, קינסטלערישער בילדערשאַפֿט פֿון שפּראַך. ער איז איינער פֿון די בעסטע סטיליסטן אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור פֿון דער צווייטער העלפֿט 20סטן יאָרהונדערט. געשטאָרבן אין קעשענעוו.

מיר לייגן פֿאָר אונדזערע לייענער אַ דערציילונג פֿון זײַן צוויישפּראַכיק (ייִדיש־רוסיש) בוך „יצירה און ליבע‟ (פֿאַרלאַג „רוקסאַנדראַ‟, קעשענעוו, 2000)

דער אַלטער תּרח

א. תּרחס לאַנגע און ברייטע באָרד האָט זיך צעשפּאַלטן אויף צווייען. איין העלפֿט באָרד — רעכטס, די צווייטע העלפֿט — לינקס.

ב. דאָס האָט זי אַליין, מיט אייגענעם ווילן, זיך צעשפּאַלטן, כּדי תּרח, אויפֿן נידעריקן בענקעלע זײַנס — אַ קוואַדראַטנע בענקל אָן אַ דעקל, איבערגעקרײצט מיט לעדער־פּאַסן, ווי אַ שוסטער־בענקעלע — זאָל לײַכטער קאָנען טאָן זײַן אַרבעט.

ג. צי אפֿשר איז די באָרד תּרכס פּשוט צעפֿאַלן זיך אויף צווייען איבער דער גרויסער הנאָה, וואָס האָט געשײַנט אויף תּרחס פּנים, אַזש אָנגעבלאָזן די ראָזעווע באַקן זײַנע, בשעת ער איז געזעסן אויפֿן נידעריקן בענקל אין זײַן אַטעליע און מיט אַ קליין מעסערל אין דער האַנט צוגעפּוצט און צוגעמײַסטערט די אויסגעקלעפּטע פֿיגורלעך זײַנע.

ד. אַ הירש מיט געדריידלט־געבלימלטע הערנער; אַן אָדלער מיט ברייט־צעפֿעכטע פֿליגל; אַ קו מיט איבערנאַטירלעך־פֿולע אײַטערס און מיט אַ לאַנגן עק פֿאַרבייגלט אונטן צווישן דער קוס פֿיס; אַ קודלאַטער הונט מיט גרויסע אַראָפּהענגענדיקע אויערן; וכדומה.

ה. תּרח האָט פֿאַרמאָגט דרײַ זין: איינער — נחור, דער צווייטער הרן, דער דריטער אַבֿרם.

ו. ביידע עלטערע ברידער אַבֿרמס, נחור און הרן, האָבן דעם פֿאָטער צוגעהאָלפֿן אין זײַן טועכץ. ס׳הייסט, זיי זײַנען, קאָן מען זאָגן, טאַקע געווען פּאָלנע שותּפֿים צום גרויסן געשעפֿט, וואָס תּרח האָט פֿאַרפֿירט מיט די פֿיגורלעך זײַנע אין דער גאַנצער טאָל כּשדים, וווּ זיי האָבן געלעבט.

ז. אַבֿרם ווידער, נאָך גאָר אַ יונג בחורל דעמאָלט, האָט דעם פֿאָטער צוגעגעבן צו דער האַנט. תּרח האָט אַבֿרמען געהאַלטן לעבן זיך. „זיץ דאָ לעבן מיר, — פֿלעגט ער אַבֿרמען זאָגן, — און קוק דיך מיט ביידע אויגן גוט צו, וואָס איך טו. לויף ניט און שפּרינג ניט. האָב זיץ־פֿלייש. אפֿשר וועסטו מיט דער צײַט מיך ירשנען און וועסט אויך זײַן אַזאַ קינסטלער ווי איך בין. זעסטעך דערלייגן צום געשעפֿט דערלייגט מען ניט.‟

ח. אין אַטעליע, צוגערוקט צו אַ וואַנט, פֿון איין ווינקל וואַנט ביז צום אַנדערן ווינקל, איז געשטאַנען אַ לאַנגער טיש: זעקעלעך גיפּס, קרוגלען וואַסער, גומענע קעסעלעך, אַ הילצערנער האַמער, דאָלעטעס, צווענגלעך, פֿלעשלעך פֿאַרב, קליי, בערשטעלעך מכּל־המינים — וואָס איר ווילט. אין דער צווייטער זײַט טיש: פֿאַרטיקע גיפּסענע לייבן, הירשן, ציגן, פֿערד, קעץ, הינדן, פֿוקסן — ווידער אַמאָל, וואָס איר ווילט און וואָס אײַער האַרץ גלוסט. אונטערן טיש — בראָכוואַרג, קעסטעלעך, שמאַטעס, גלאַט קופּעס צונויפֿגעקערט מיסט, אָפּפֿאַל.

ט. באַלעבאַטעוועט בײַם טיש־וואַרשטאַט האָט נחור. אין אַ ווײַס שפּיציק מיצל אויפֿן קאָפּ, פֿאַרקאַטשעטע אַרבל, ס׳פּנים — שטענדיק פֿאַרשפּרענקלט מיט גיפּסשפּריצלעך, האָט נחור געמאַכט פֿונעם טאַטנס פֿיגורלעך פֿאָרמעס און פֿון איין פֿיגור אויסגעגאָסן אין זיי צען פֿיגורלעך, צוואַנציק פֿיגורלעך, דרײַסיק פֿיגורלעך… וויפֿל די פֿאָרמע האָט נאָר כּוח געהאַט אויסצוהאַלטן. אַז אַ וואָלף, למשל, צי אַפֿילו אַ בידנע שאָף, איז אַרויס פֿון דער פֿאָרמע צעהרגעט, האָט נחור אָט דעם וואָלף צי די שאָף מיט גרויס גרימצאָרן אַרונטערגעשלײַדערט אונטערן טיש און צעשאָלטן זיך, ווי אַ באַלעגאָלע־יונג, מיט די שפּיציקסטע פֿעפֿערדיקסטע קללות.

י. דאָ הינטן, אין אַטעליע, האָבן תּרחס פֿיגורלעך געהייסן פֿיגורלעך. פֿאָרנט אָבער, אין תּרחס קלייט מיט די צוויי גרויסע פֿענצטער אין גאַס אַרויס, האָבן די פֿיגורלעך געהייסן געטער.

יא. אין קלייט האָט די געטער פֿאַרקויפֿט הרן. ער האָט זיך אומגעדרייט הינטער דער סטאָיקע, לעבן די ראַפֿטן מיט די געטלעך, סטאַטעטשנע, מיט אַ פֿרום הייליק פּנים, אין אַ בלישטשענדיק־זײַדענעם קאַפֿטן, מיט אַ שלייפֿל בײַם האַלדז און מיט שיין־פֿאַרקעמטע און אָנגעשמירט־גלאַנצנדיקע האָר אויפֿן קאָפּ. אומגעדרייט זיך אָנגעגוידערט־וואַזשנע, אַליין ווי אַ שטיק מלך־מלכי־המלכים.

יב. און אַז דאָס גלעקל אויבן אויף דער פּאַראַדנער טיר האָט קלונג געטאָן, און אין קלייט האָט זיך אַרײַנגעיאַוועט אַ קונה, האָט הרן קוים־קוים אַ נייג געטאָן זיך פֿאַר אים מיט אַ דין שמייכעלע אויף די ליפּן און געקוקט מיט הנאָה, ווי דער קונה בייגט זיך אײַן אין דרײַען, רירט אָן מיטן קאָפּ די ערד, נייגט זיך און בוקט זיך, ניט פֿאַר אים, הרנען, נײַערט פֿאַר די ראַפֿטן הינטער אים, פֿאַר די געטלעכע פֿיגורלעך אויף די ראַפֿטן.

יג. דינגען זיך אין תּרחס קלייטן איז ניט געווען שייך. וויפֿל הרן האָט אַרויסגעזאָגט מיט זײַן מויל, אַזוי פֿיל האָט דער קונה באַצאָלט — אַ מאָל אַפֿילו נאָך מיט אַ שמיץ — האָט אַ נעם געטאָן אין די ראַפֿטן דאָס וואָס ער האָט געדאַרפֿט, איצטער גענייגט זיך און געבוקט זיך פֿאַרן אייגענעם געצל אין זײַנע אויסגעשטרעקטע הענט, איז באַלד אַוועק מיט אַ שיינעם „גוטן טאָג‟, און הרן האָט ווידער אומגעדרייט זיך לעבן די ראַפֿטן אַן אָנגעגוידערטער און וואַזשנער און געוואַרט דאָס גלעקל אויף דער טיר זאָל ווידער אַ קלינג טאָן.

יד. דאָס קאַסע־קעסטל אין תּרחס קלייט האָט זיך שטענדיק שווער געעפֿנט און שווער פֿאַרמאַכט — אַזוי אָנגעשטאָפּט איז עס שטענדיק געווען מיט פּאָזיטן: פּאַפּירגעלט און זילבערגעלט, און אָפֿט מאָל אַפֿילו האָט אין קעסטל דורכגעוואָרפֿן אַ גאָלדן פֿינפֿערל אויך.

טו. יאָ, לייענער ליבער, תּרח האָט, ווי ער אַליין האָט זיך אויבן אַרויסגעכאַפּט, בפֿירוש צום געשעפֿט זײַנעם גאָרנישט ניט צוגעלייגט…

א. נו, און אַבֿרם?

ב. אַבֿרמען האָט דאָס גאַנצע רומל בײַ זיי אין שטוב גוט געבראָטן און געבריט.

ג. בײַם אָנהייב האָט אַבֿרם נאָך רעכט ניט פֿאַרשטאַנען וואָס און ווער. ער פֿלעגט זיצן אויף דער הוילער ערד מיט די פֿיס אונטער זיך קעגן תּרחס קינסטלער־בענקעלע, אײַנגעקוקט זיך מיט חידוש און מיט ליבשאַפֿט, ווי דער טאַטע קלעפּט אויס פֿון פּשוטער ליים חיות און בהמות און פֿייגל, מאַכט פֿון גאָרניט אַ יש, און אַבֿרם פֿלעגט זען און פֿילן אין דעם אַ גאָטס געבענטשטקייט.

ד. אַ פֿאַרבאָרגענע קראַפֿט אין דער וועלט, וואָס קיינער ווייסט ניט, וווּ פּינקטלעך זי געפֿינט זיך און וואָס פּינקטלעך זי איז האָט עס די אַלע חיות און בהמות, און זי האָט עס די אַלע פֿייגל געשאַפֿן — בלאָזט אַרײַן אין איר טאַטן איר רוח־הקודש און די פֿינגער דעם טאַטנס זײַנע בכּוח, אַפֿילו מיט פֿאַרמאַכטע אויגן, די דאָזיקע אַלע באַשעפֿענישן אַזוי געניט צו געשטאַלטיקן.

ה. אַבֿרם האָט בײַם אָנהייב געטראַכט, אַז צו נחורס אויסשטאַמפּעווען דעם טאַטנס פֿיגורלעך בײַם וואַרשטאַט, בפֿרט צו הרנס פֿאַרהאַנדלען די פֿיגורלעך פֿאָרנט אין קלייט, האָט דער פֿאָטער קיין שײַכות ניט.

ו. און נחורס בעל־מלאָכהווען און הרנס מיסחרן האָט אָבֿרמען צוערשט ניט געאַרט.

ז. פֿאַרקערט: זאָלן דעם פֿאָטערס שאַפֿונגען דורך נחורן פֿאַרצענפֿאַכט ווערן און זאָלן זיי דורך הרנען צענדליקער און צענדליקער מענטשן ברענגען פֿרייד.

ח. שפּעטער אָבער, ווען אַבֿרם האָט פֿון תּרחן דערהערט דאָס וואָרט „געשעפֿט‟ און די ווערטער „מע דערלייגט דערצו ניט‟, האָט עס אַבֿרמען אַ ברי געטאָן און אַ ברען געטאָן. און וואָס אַ מאָל איז אַבֿרמען אַלצדינג קלאָר געוואָרן, און וואָס אַ מאָל איז אַבֿרמען אַלצדינג פֿאַרמיאוסט געוואָרן.

ט. די אויסגעקלעפּטע פֿיגורלעך אין תּרחס הענט האָבן אַבֿרמען וואָס אַ טאָג אויסגעזען העסלעכער. די געדאַנקען אין אַבֿרמס קאָפּ, בשעת ער איז געזעסן און געקוקט, ווי דער פֿאָטער קלעפּט — וואָס אַ טאָג שוואַרצער. תּרחס קלעפּענישן — וואָס אַ טאָג אָפּפֿרעגנדיקער.

י. פֿאַר וואָס הייסן די פֿיגורלעך דאָ אין אַטעליע פּשוט פֿיגורלעך, און דאָרט פֿאָרנט בײַ הרנען אין קלייט — געטער?

יא. און פֿאַר וואָס בוקן זיך מענטשן צו גיפּסענע געטער? און פֿאַר וואָס בוקן זיי זיך צו גיפּסענע געטער מיט אַזעלכע טרויעריקע פּנימער?

יב. און פֿאַר וואָס זײַנען די מענטשן אַזוי גענאַרט?

יג. די גרויסע סודותדיקע קראַפֿט אין דער וועלט האָט אַרײַנגעהויכט אין טאַטן גאָטס־געבענטשטקייט. וואָס הויכט דער טאַטע אַרײַן אין די פֿיגורלעך זײַנע, וואָס ער קלעפּ אויס?

יד. און פֿאַר וואָס זײַנען זיי אַזוי פֿיל? און פֿאַר וואָס שטייען זיי אין די ראַפֿטן אַזוי טויט?

טו. פֿאַרוואָסן און פֿאַרוואָסן.

א. און ווען אין איינעם אַ טאָג איז תּרח אומגערן, צי ניט־אומגערן, אַרײַן מיטן שפּיץ פֿון זײַן מעסערל אין אַן אָדלערס אַן אויג און דעם אָדלער געלאָזט בלינד, האָט אַבֿרם צווישן די ציין אַ בורטשע געטאָן:

ב. „אַ בלינדער גאָט…‟

ג. תּרח האָט זיך צעלאַכט, די ראָזעווע באַקן זײַנע האָבן זיך אָנגעפּוכקעט:

ד. „נישקשה. ער׳ט אַזוי אויך פֿליִען.‟

ה. „וואָס פֿליִען, ווען פֿליִען?‟ — האָט אַבֿרם פֿאַרטראָגן געפֿרעגט.

ו. „אָדלערס פֿליִען אין די בערג. צווישן פֿעלדזן. אונטער די הימלען. ווייסט ניט? — האָבן תּרחס ראָזעווע באַקן ווידער זיך אָנגעבלאָזן.

ז. „שטיינערנע געטער…‟ — האָט אַבֿרם פֿאַרטראָגן געזאָגט.

ח. תּרח האָט אַ וווּנק געטאָן צו אַבֿרמען:

ט. „פֿאַר וועמען שטיינערנע, פֿאַר אונדז — פֿליישיקע…‟

י. „טויטע… דערוואָרגענע…‟ — האָט אַבֿרם געזאָגט.

יא. „בײַ עולם־גולם לעבן זיי.‟ — האָט תּרח בייזלעך געענטפֿערט.

יב. „עולם־גולם?‟ — האָבן זיך אַבֿמס אויגן אָנגעגאָסן מיט טרערן.

יג. „הער מיך אויס, קליינער אַבֿרם מײַנער, — האָט תּרח זיך גענומען אין די הענט אַרײַן, — זיצסט און זיצסט לעבן מיר, לערנסט זיך און לערנסט זיך בײַ מיר, און ביסט געבליבן דער זעלבער שוטה, ווי דו ביסט געווען בײַ דײַן מאַמען אין בויך. וועסט עלטער ווערן און אַ ביסל קליגער ווערן און וועסט אָנהייבן פֿאַרשטיין דעם שׂכל און דעם חשבון פֿון דער וועלט, וועסטו אַליין, האָף איך, זען, אַז ס׳איז אין גאַנצן בלאָטע שעבעבלאָטע, אַוורעמעלע.‟

יד. אַבֿרהם האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿון דער ערד און אויף די פֿיס שטייענדיק דעם פֿאָטער געענטפֿערט:

טו. „זאָג מיר, טאַטע, דו אַליין גלייבסט גאָר ניט אין דײַן טוערכץ, וואָס דו טוסט?‟

טז. „איך טו. גלייבן זאָלן זיי. די חשובֿע קונים אונדזערע.‟ — האָט תּרח געענטפֿערט.

יז. „טאַטע, געשיקט זיך, דו פֿילסט ניט, אַז מיר נאַרן די קונים אָפּ?.. — האָט אַבֿרם געפֿרעגט.

יח. „וואָס זײַנען דאָס פֿאַר אַ רייד?‟ — האָט זיך תּרח אָנגעצונדן אויפֿן פּנים.

יט. און אַבֿרם האָט געזאָגט, אַזוי צו זאָגן: „טאַטע, דער אייבערשטער האָט אין דיר אַרײַנגעהויכט געבענטשטקייט, און דו צעטרעטסט זי מיט די פֿיס.‟

כּ. „שייגעץ!‟ — האָט תּרח זיך צעשריגן.

כּא. „און דו ביסט ניט קיין ערלעכער מענטש.‟ — האָט אַבֿרם געזאָגט.

כּב. „וואָן פֿון מײַן שטוב. דײַן פֿוס זאָל דאָ מער ניט זײַן!‟ — האָט תּרח אַ פֿאָכע געטאָן מיטן אָדלער אין זײַן האַנט.

כּג. „און אַ פֿאַלשער מענטש.‟ — האָט אַבֿרם געזאָגט.

כּד. און דער בלינדער אָדלער אין תּרחס הענט האָט אַ פֿלי געטאָן צו אַבֿרמען.

כּה. און דער אָדלער האָט אַבֿרמען שיִער דעם קאָפּ ניט געפּלעט.

א. און אַבֿרם האָט אַ כאַפּ געטאָן דעם הילצערנעם האַמער אויפֿן וואַרשטאַט, איז אַרײַן אין קלייט, און מיטן האַמער צעהאַקט און צעבראָקט אַלע געטער אין די ראַפֿטן.

ב. און הרן, מלך־מלכי־המלכים צווישן די גיפּסענע געטלעך, איז אַוועקגעלאָפֿן צו תּרחן מיט אַ גרויס געשריי: „אונדזער אַבֿרם איז אַראָפּ פֿון זינען. אונדזער אַבֿרם איז גערירט געוואָרן!‟

ג. און תּרח און נחור, און הרן האָבן אַלע דרײַ אַבֿרמען געבונדן און אים אַוועקגעפֿירט אין אַ משוגעים־הויז.

ד. און פֿון דעמאָלט אָן ביז הײַנט רופֿט מען אַ שלעכטן און בייזן און פֿאַלשן מענטשן „אַן אַלטער תּרח!‟

ה. און אַבֿרמען — „אַבֿרהם אָבֿינו!‟

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s