נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 44

די פּוסט געוואָרענע שטאָט ניו־יאָרק

וועגן וואָס שרײַט דער „קוויטשער‟?

מיט־מאַרץ. נאָך די צוויי אײַנשפּריצונגען פֿון דער „פֿײַזער‟־וואַקצין זײַנען מיר מיט מײַן פֿרוי אַנטלאָפֿן פֿון ניו־יאָרק קיין פֿלאָרידע. עס מיינט לחלוטין נישט, אַז דאָס שטענדיק זומערדיקע ווינקעלע אין אַמעריקע, איז גאָטס נחלה, וווּ די וויסטע וועלט־פּאַנדעמיע האָט נישט געוואַגט אַהין אַרײַנשטעקן איר פּאַסקודנע נאָז. די סיבה איז, אַז דאָס לעצטע יאָר איז ניו־יאָרק — די שטאָט פֿון וואָלקן־קראַצערס, בראָדוויי־שאָוס, שור־הבר פֿון די וועלט־פֿינאַנצן, תּוהו־ובוהו פֿיר און צוואַנציק שעה אין מעת־לעת, — איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מאָנסטער, אין אַ נײַער גאַדזילע, אָנגעשטעקט מיט אַ סכּנותדיקן ווירוס, מעגלעך, אַ מין מאָדיפֿיקאַציע פֿון „קאָוויד‟, וואָס עסט די גאַנצע געזעלשאַפֿט אויס פֿון אינעווייניק, ווי זשאַווער אײַזן.

דער הויפּט־סימפּטאָם פֿון דער קרענק דריקט זיך אויס ווי אַ טאָטאַלער אומצוטרוי און אָפּגעפֿרעמדקייט, וואָס האָט געבראַכט צו אַ מסוכּנעם שפּאַלט אין דער געזעלשאַפֿט. אפֿשר האָט זיך עס טאַקע אָנגעהויבן דעמאָלט, ווען מ׳האָט אויפֿגעהערט צו דערלאַנגען איינער דעם אַנדערן די האַנט, בשעתן טרעפֿן זיך; ווען אַ האַלב פּנים איז פֿאַרשטעלט געוואָרן מיט דער מאַסקע און מענטשן האָבן אויפֿגעהערט צו שמייכלען איינער צום אַנדערן; אויפֿגעהערט, בײַם אַרײַנגיין אין סאָבוויי אָדער אין אַ קראָם, צוהאַלטן די טיר פֿאַר יענעם, וואָס גייט נאָך אים; ווען די טאָג־טעגלעכע געוווינטשאַפֿטן, דערפֿירט ביז אַ רוטין — אויפֿן וועג צו דער אַרבעט זיך קויפֿן אַ גלאָז קאַווע מיט אַ בייגל, אַדער אַרויסגיין אויף אַ „לאַנטש‟, — זײַנען צעשטערט געוואָרן, ווײַל די טיר פֿון דער אַרבעט איז פֿאַרשלאָסן געוואָרן…

דאָס בלײַבן פֿאַרשפּאַרט אין די פֿיר ווענט פֿון אומקלאָרקייט, שוצלאָזיקייט, אָן דעם אַנונג ווי לאַנג ס׳וועט אַזאַ מצבֿ אָנגיין, — האָט געוועקט כּל־מיני מוראס. דאָס איינציקע „שטרויעלע‟, וואָס האָט זיך געלאָזט אָנכאַפּן, איז געוואָרן דער עקראַן — טעלעוויזיע־עקראַן און קאָמפּיוטער־עקראַן. די וועלט איז צו אָט דעם פֿענצטערל צוגעפֿאַלן, ווי אַ קראַנק קינד, וואָס מע לאָזט עס נישט אין דרויסן אַרויס.

די שטײַגנדיקע סטאַטיסטיק פֿון אָנגעשטעקטע און פֿאַרשטאָרבענע האָט געשרעקט און אַרײַנגעטריבן אין דעפּרעסיע. אונדזערע גדולים — פֿון דעם פּרעזידענט און זײַן קאָמאַנדע ביז דעם שטאָט־באַלעבאָס און זײַן קאָמאַנדע, האָבן גערעדט איבערצײַגעוודיק, הגם געהאַט אַ קנאַפּן פֿאַרשטאַנד סײַ וועגן דער מחלה און סײַ ווי אַזוי פֿון איר פּטור צו ווערן. ווי זאָגט דאָס ווערטל: יעדער בעל־דרשן דרשנט פֿאַר זײַנעט וועגן. אַזוי איז די טעמע „פּאַנדעמיע‟ געוואָרן אַ טייל פֿון דער פּרעזידענטישער וואַל־קאַמפּאַניע.

ווי עס פֿירט זיך בײַ יעדער וואַל־קאַמפּאַניע, געווינט דער צד, וואָס זאָגט מער צו. דאָס גלאַוונע צוזאָגעניש אין דער לעצטער פּרעזידענטישער וואַל־קאַמפּאַניע איז געוואָרן צו געפֿינען די וואַקצין קעגן „קאָוויד‟…

עד־כּאַן! מיר זײַנען אַלע געווען עדות פֿון דעם, וויִאַזוי דער פּאָליטישער טייל פֿון דער פּאַנדעמיעס איז דערפֿירט געוואָרן ביז אַ קרימינעלן אויפֿברויז אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, און ווי אַ פּועל־יוצא דערפֿון — צו אַ שפּאַלט אין דער געזעלשאַפֿט…

דער גרויער בושל האָט טאַקע אין פֿאָלק געקראָגן דעם צונאָמעניש „קוויטשער‟

אין פֿלאָרידע, דער שטח, וווּ מיר האָבן זיך באַזעצט אויף אַ צײַט מיט מײַן פֿרוי, האָט דערמאָנט אַ ריזיקן פּאַרק, פֿאַרכאַפּט פֿון פֿייגל. זייער צוויטשערײַ האָט זיך געטראָגן אינעם זוניקן רוים. זיי האָבן נישט געפֿאַלשט און קיינעם גאָרנישט ניט צוגעזאָגט, אָבער ס׳האָט זיך געוואָלט זיי הערן און גלייבן זייער געזאַנגען. פֿון דעסטוועגן, האָט אין די בײַנאַכטן זיך געקאָנט פּלוצעם הערן אַ האַרצרײַסנדיקער געשריי, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט אַ דיסאָנאַנס אין דעם טאָגיקע פֿייגל־כאָר. דער גרויער בושל האָט טאַקע אין פֿאָלק געקראָגן דעם צונאָמעניש „קוויטשער‟. מיט זײַנע הילכיקע און שאַרפֿע כליפּענישן האָט ער געוועקט דעם פֿאַרבאָרגענעם אומרו און דערמאָנט אין די נאָענטע קרובֿים און פֿרײַנד, וואָס די פּאַנדעמיע האָט אַוועקגעטראָגן. און אפֿשר האָט ער, דער פֿויגל־קוויטשער, אָפּגעשריִען די צרות, וואָס דערוואַרטן אונדז נאָך…

אַפּריל, ברוקלין, ניו־יאָרק

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s