העלפֿאַנדל אלי לערנט ייִדיש

סערגאָ בענגעלסדאָרף

דעם אמת געזאָגט, האָב איך נאָכן דורכקוקן דעם ווידעאָ־מיוזיקל „פֿייגעלע אַלף און דער אַלטער גראַמאָפֿאָן‟, איבערגעלעבט גרויסע עמאָציעס. קודם־כּל צוליב דעם, ווײַל די פֿאָרשטעלונג איז געווידמעט ייִדיש, מײַן באַליבטער שפּראַך; צווייטנס, זײַנען די מחברים, דער קאָמפּאַזיטאָר און דראַמאַטורג, זײַנען ביידע פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿון דער העכסטער מדרגה און גרויסע אָנהענגער פֿון דער ייִדישער קולטור. יעווגעני קיסין געהערט צו די גרעסטע מוזיקער פֿון הײַנטיקער צײַט; און באָריס סאַנדלער איז אַ באַוווּסטער שרײַבער אויף דער מאָדערנער ייִדישער גאַס. שוין אָפּגערעדט, אַז דער פֿאַקט אַליין, וואָס דער ערשטער ייִדישער מיוזיקל פֿאַר קינדער אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש, איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן דווקא אין ביראָבידזשאַן, אין מײַן היים־שטאָט, האָט אַרויסגערופֿן בײַ מיר אַ געפֿיל פֿון שטאָלץ און ווירדע.

דער ווידעאָ איז געוויזן געוואָרן פֿון מאָסקווע אין די ראַמען פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קונסט „גאַלאַ־2021‟, געווידמעט שלום־עליכמען. אין שפּיץ פֿון דעם פֿעסטיוואַל שטייט דער באַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר און ייִדישער טוער אין רוסלאַנד מיכאל גלוז.

אָנגעהויבן האָט זיך דאָס „מעשׂהלע‟ נאָך דעם, ווי אין ביראָבידזשאַן איז דערשינען סאַנדלערס ייִדיש־רוסיש בוך פֿאַר קינדער „העלפֿאַנדל אלי און קלעפּטשיק־בעבטשיק‟. איניציִיִרט האָט די אויסגאַבע יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, די רעדאַקטאָרין פֿון דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. מיט יעלענען בין איך באַקאַנט שוין לאַנגע יאָרן. אַ דאַנק איר ענערגיע, דערשײַנט דער ייִדישער טייל פֿון דער צײַטונג ביז הײַנט. זי איז פּראָדוקטיוו אויך ווי אַן איבערזעצערין פֿון ייִדיש, בתוכם האָט זי איבערגעזעצט סײַ די צוויי מעשׂהלעך סאַנדלערס, סײַ אייניקע פֿון זײַנע דערציילונגען.

דאָס בוך און באַזונדערס די געשטאַלט פֿונעם נײַגעריקן העלפֿאַנדן אלי, וואָס האָט זיך אין זײַן חלום באַקענט מיטן פֿייגעלע אַלף און צום ערשטן מאָל דערהערט אַ ייִדיש וואָרט, האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון אַן אַנדער קולטור־טוערין אין ביראָבידזשאַן, דער דירעקטאָרין פֿונעם מוניציפּאַלן ליאַלקע־טעאַטער „קודעסניק‟ סוועטלאַנאַ וואַסיליעוואַ. סוועטלאַנאַ האָט דעמאָלט געזאָגט יעלענאַן, אַז שוין לאַנג טראָגט זי זיך אַרום מיטן אײַנפֿאַל אויפֿצופֿירן אַ ייִדישע פֿאָרשטעלונג. גוטע אײַנפֿאַלן, געפֿאַלן אויף אַ גוטן באָדן, ברענגען גוטע רעזולטאַטן. גראָד צו יענער צײַט האָבן סאַנדלער און קיסין פֿאַרענדיקט די אַרבעט אויף זייער מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג, געשאַפֿן אויפֿן יסוד פֿון דער קינדער־מעשׂה וועגן דעם העלפֿאַנדל אלי. דער מיוזיקל האָט באַקומען דעם נאָמען „פֿייגעלע אַלף פֿונעם אַלטן גראַמאָפֿאָן‟.

באָריס מאַקסימאָוו, דער רעזשיסאָר פֿון דער פֿאָרשטעלונג האָט דערקלערט, אַז ייִדיש קאָן מען הײַנט הערן אין שטאָט זייער זעלטן, האָט מען געמוזט צונויפֿפּאָרן רוסיש און ייִדיש. „דעריבער, — דערקלערט מאַקסימאָוו, — רעדן די העלדן אויף רוסיש און אויף ייִדיש זינגען זיי.‟

אין דעם ליברעטאָ, אין פֿאַרגלײַך מיטן בוך, דערהייבט דער מחבר די ראָלע פֿון לערנען ייִדיש. דערפֿאַר ווערט דאָס פֿייגעלע „אַלף‟, ווי דער ערשטער אות פֿון אַלף־בית, איינער פֿון די הויפּט־פּערסאָנאַזשן. אייגנטלעך, איז דער גאַנצער סוזשעט פֿונעם מיוזיקל געבויט אַרום דעם לערנען ייִדיש; בײַם אָנהייב טוט עס אלי אַליין און דערנאָך ווערן דערמיט פֿאַרכאַפּט אַלע זײַנע חבֿרים, די חיהלעך אין דזשאָנגל.

אַלע אײַנוווינער פֿון דזשאָנגל ווערן געשפּילטן אין דער פֿאָרשטעלונג פֿון די אַקטיאָרן און זייערע ליאַלקעס, אָבער די ייִדישע אותיות שפּילן לעבעדיקע קינדערלעך — די סימפּאַטישע מיידעלעך פֿונעם אַנסאַמבל „אילנות‟, אָנגעפֿירט פֿון אירינאַ נאַטאַפּאָוואַ. גראָד די קינדער איז צוגעטיילט געוואָרן צו שפּילן די וויכטיקע ראָלע אין דער דראַמאַטורגיע פֿון דעם מיוזיקל; אין זייער זינגען און טאַנצן איז קאָנצענטרירט דער גאַנצער ייִדישער טייל פֿון דער פֿאָרשטעלונג. זיי, די פֿייגעלעך־אותיותלעך, שטעלן פֿאָר דעם יסוד פֿון ייִדישן וויסן — דעם אַלף־בית! די שיינע מעלאָדיעס, נאַציאָנאַל באַפֿאַרבט, די לעבעדיקע טענץ און אויסדריקפֿולע פּלאַסטיק פֿון די יונגע אַרטיסטקעס גיבן צו דער פֿאָרשטעלונג אַן עכט־ייִדישן כאַראַקטער.

מײַן איינציקער וווּנטש איז, מע זאָל לייגן מער אַכט אויף דער דיקציע פֿון די קינדער; אַז אין די כאָרן זאָל יעדעס וואָרט קלינגען קלאָר און דײַטלעך. באַזונדערס וויל זיך אויסטיילן די אַרבעט פֿונעם קינסטלער. מיט גרויס פֿאַנטאַזיע און מײַסטערשאַפֿט זײַנען געמאַכט געוואָרן די קאָסטיומען פֿאַר די מיידעלעך פֿון „אילנות‟, ווי אויך די ליאַלקעס פֿון די חיות. די הויפּט־קינסטלערין פֿונעם טעאַטער „קודעסניק‟, יעקאַטערינאַ קאַלאַשניקאָוואַ האָט צוגעטראַכט פֿאַר די קינדער וווּנדערלעכע קרוינען — אין יעדער קרוין איז אַרײַנגעשטעלט אַן אַנדער ייִדישער אות. אַזוי קומט פֿאָר, אַז אין איין קאַראַהאָד דרייט זיך אויף דער בינע דער גאַנצער אַלף־בית.

פֿאַרשטייט זיך, אַז דער גרעסטער חלק פֿונעם דערפֿאָלג קומט דער רעזשיסאָר, באָריס מאַקסימאָוון. ער האָט זיך דרייסט אָפּגעזאָגט פֿון דער טראַדיציאָנעלער פֿאַר אַ ליאַלקע־טעאַטער שירמע, הינטער וועלכער עס אַרבעטן די אַקטיאָרן, וואָס רעדן מיט די שטימען פֿון זייערע ליאַלקע־העלדן. מאַקסימאָוו פֿאַרקערט — ער האָט די אַקטיאָרן נישט באַהאַלטן, נאָר אַרויפֿגעבראַכט אויף דער בינע צוזאַמען מיט זייערע ליאַלקע־פּערסאָנאַזשן. מעגלעך, אַז אַזאַ קונץ איז נישט קיין נײַעס, אָבער פֿאָרט פֿאַסט ער זיך גוט אַרײַן אינעם זשאַנער פֿון דעם מעשׂהלע, וווּ עס קאָן געשען אויך אַזאַ נס.

איך וויל דאָ אָנרופֿן די נעמען פֿון די הויפּט־אַקטיאָרן, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דעם אוניקאַלן ספּעקטאָקל. יעדער פֿון זיי האָט געשאַפֿן אַ בולט געשטאַלט, וואָס פֿאַרגעדענקט זיך, און אין דער זעלבער צײַט, געווען אַ טייל פֿון אַ פֿאַראייניקטן אַנסאַמבל: דאַריאַ גראַטשיאָוואַ (אלי), אַלעקסאַנדער שעוועל (זיידע אליהו), דמיטרי אָנישטשענקאָ (לייבעלע אַריה), אָלגאַ אָנישטשענקאָ (מאַלפּעלע מאַניע), יעווגעני ראָזע (בלויער דראַקאָן) און אַנדערע.

זייער רירנדיק, הגם אויף אַ פֿײַערלעכן אופֿן, איז דורכגעפֿירט געוואָרן דער פֿינאַל פֿון דער פֿאָרשטעלונג: אַלע באַטייליקטע גייען אַרויס אויף דער בינע און מיט טענץ און געזאַנג רימען זיי די ייִדישע אותיות.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s