3
דער פּסיכאָלאָג האָט געהאַט אַ השערה, אַז ער שפּילט איצט בײַ חיימען די ראָלע פֿון אַ פֿאָטער-געשטאַלט. אויפֿן איצטיקן שטאַפּל פֿון דער פּסיכאָלאָגישער טעראַפּיע דינט ער ווי אַ פֿאָטער, וואָס סײַ דער הײַנטיקער חיים און סײַ פֿימע דאָס קינד, נייטיקן זיך אין אים. זייער טעראַפּישע באַגעגענישן פֿילן אָן דעם חלל פֿון די טאַטע-און-זון שמועסן, וואָס זענען קיינמאָל נישט פֿאָרגעקומען אין דער, אַזוי גערופֿענער, אָביעקטיווער ווירקלעכקייט
און אין דער אָביעקטיווער ווירקלעכקייט האָט דער פֿאָטער זעלטן אויסגעביטן אַ וואָרט מיט די קינדער. אַלכּסנדר, דער שטענדיק פֿאַרנומענער בוי-אינזשעניר, האָט תּמיד אויסגעזען אויסגעשעפּט, אומצופֿרידן און אַנטוישט. ער פֿלעגט קומען אַהיים אויף פֿיר טעג נאָך אַ גאַנצן חודש האָרעוואַניע אויף עפּעס אַ מיליטערישער באַזע אין אונגאַרן. אַלכּסנדר האָט זיך באַצויגן צו זײַנע זין, דאָס הייסט, צו פֿימען און אַנדרייען, במידת־השטרענגקייט: ער פֿלעגט זאָגן, אַז שטרענגקייט איז אַ גרויסע טובֿה, וואָס ער טוט פֿאַר די קינדער. אויב ער וועט נישט זײַן שטרענג, וועלן זיי וואַקסן אָן דיסציפּלין, פּרא-אָדעמס. ער פֿלעגט גאָר זעלטן ברענגען אַ מתּנה, קושן אָדער גלעטן די קעפּ פֿון זײַנע זין.
דער פּסיכאָלאָג האָט ווייניק גערעדט בשעת דער טעראַפּיע. ס׳רובֿ צײַט פֿלעגט ער זיצן, אַ פֿוס איבער אַ פֿוס, די געלע העפֿט אָפֿן אויף דער רעכטער קני און אַ געשניצטער בלײַער האָט אַרויסגעשטעקט צווישן דעם ווײַזפֿינגער און דעם מיטלסטן פֿינגער, גרייט צו לאַנדן איינס-און-צוויי אויף דער געלער העפֿט און פֿאַרשרײַבן די באַמערקונגען פֿון דעם פּסיכאָלאָג. פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט דער פּסיכאָלאָג צושאָקלען מיטן קאָפּ אָדער עפּעס אַ ברום טאָן. חיים איז געווען זייער נײַגעריק צו דערגיין, וואָס איז דער באַטײַט פֿון די דאָזיקע שאָקלענישן און ברומענישן. זיי זענען צום גוטן אָדער אפֿשר גראָד פֿאַרקערט, צום שלעכטן? עס האָט זיך אים אויך געטראָפֿן, אַז דער בלײַער איז נישט געבליבן הענגען אין דער לופֿטן; ער האָט עפּעס פֿאַרצייכנט אין העפֿט. צי איז דאָס צום גוטן? מיט וואָס פֿאַר אַ נאַרישקייט האָט ער זיך אַרויסגעכאַפּט איצט? חיים האָט נישט געוווּסט.
חיימען איז אָנגעקומען שווער צו געפֿינען אַ באַקוועמען וויקל אויף דער קליינער קאַנאַפּע; זיך אונטערגעלייגט אַ קישן הינטערן רוקן, זיך אָנגעלענט אויף אַ פּאַרענטש איז נאָך אַלץ געווען נישט באַקוועם. ער האָט זיך אַפֿילו צעלייגט אויף דער קאַנאַפּע מיט די פֿיס אַרויף, ווי אין די אַמעריקאַנער פֿילמען, אָבער דאָס געפֿיל וואָס ער רעדט צו דער סטעליע און נישט צו אַ מענטשן, איז אים נישט געפֿעלן געווען. אויך דאָס מאָל איז געשען דאָס, וואָס געשעט אויף יעדער טעראַפּיע; חיים הייבט אָן צו רעדן און דערציילן וועגן וואָס עס קומט מיט אים פֿאָר הײַנט: דעם שעף בײַ דער אַרבעט, זײַן כּמעט-גרושה, קליינע פּראָבלעמען, אָבער נאָך אַ פּאָר מינוט רעדן, ווי דורך אַ כּישוף, גליטשט זיך די טעמע אַריבער אויף אַנדערע סטעזשקעס; ער קערט זיך ווידער אום צו יענע נײַע, סאָוועטישע „קוואַרטאַלן‟, פֿירעקיקע בנינים, וואָס זענען געשטאַנען בײַם סאַמע עק פֿון טשערנאָוויץ — ווײַטער האָבן זיך געצויגן האַלב-באַאַרבעטע פֿעלדער און שטעכיקע קוסטעס. צווישן די בנינים איז געווען אַ גרין שטיקל פּלאַץ — אַ קיניגרײַך, וווּ עס האָט געזשומעט אַ גאַנצן טאָג מיט קולות פֿון קינדער.
חיים האָט זיך אַ קאַפּעלע געשעמט, וואָס ער חזרט איבער די זעלבע רייד נאָך אַ מאָל און אָבער אַ מאָל. ער האָט זיך געטרייסט דערמיט, וואָס כאָטש ער גיט איבער די אייגענע זאַכן, טוט ער עס יעדעס מאָל מיט אַנדערע פּרטים — שנײַדט אָפּ דאָ, גיט צו דאָרט:
„די וואָס האָט ׳געטראָגן די הויזן׳ בײַ אונדז איז געווען די מאַמע. די באָבע האָט זעלטן געהאַט אַ וואָרט, און דער טאַטע — אַ גאַסט אויף אַ ווײַל. דער מאַמעס וואָרט איז געווען אי דער ריינער אמת, אי אַן עצה, אי אַ באַפֿעל. די מאַמע איז געווען אַ רירעוודיקע, פֿול מיט ענערגיע. תּמיד אויף דער גרענעץ פֿון אַ נערוון-צוזאַמענבראָך. די באָבע פֿאַרקערט — שטיל, צוגעלאָזט, אונטערטעניק. דער טאַטע פֿלעגט זיך אַרומדרייען אין דער דירה מיט פֿאַרלייגטע הענט הינטערן רוקן, ווי אַ טוריסט. די איינציקע סצענע, אין וועלכער מײַן טאַטע האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע, איז געווען די פֿאָלגנדיקע: ער איז געזעסן אויף דער סאָפֿע אין וווינצימער, די פֿיס אָנגעשפּאַרט אויף אַ פֿוס-בענקעלע, די טאָרבעלעך אונטער די אויגן אָנגעשוואָלן, — און ער האָט געקוקט אויפֿן אַרום מיט אַ קאַלעמוטנעם בליק פֿון עמעצן, וואָס האָט זיך נאָר אויפֿגעוועקט. די שיטערע האָר זענען צוגעקלעפּט צום פּליך מיט גרויסע טראָפּנס שווייס… איצט איז מײַן טשופּרינע אויך געוואָרן גרוי און שיטער ווי זײַנע. איך געדענק נישט, ער זאָל געווען זיך אויסטוישן מיט מיר מער ווי מיט געציילטע ווערטער…‟
און פּלוצעם איז פֿון ערגעץ אויסגעוואַקסן, ווי בײַ אַ קונצנמאַכער, אַ בלויער, שײַנענדיקער וועלאָסיפּעד. אין יעדער צײַט איז אַזאַ וועלאָסיפּעד געווען אַן אַנטיקל. אונטן, צווישן די „קוואַרטאַלן‟ זענען אַלע קינדער זיך צונויפֿגעלאָפֿן אַ קוק צו טאָן אויף חידושים: פֿימע, אַלכּסנדר דאַווידזאָנס זון, האָט געקראָגן אַ וועלאָסיפּעד, וואָס זײַן טאַטע האָט אים אַראָפּגעבראַכט אַזש פֿון אונגאַרן. דאָס איז געווען טאַקע אַ נאָווינע; ווער נאָך אויף זייער גאַס האָט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַזאַ זאַך קאָן עקזיסטירן?..
„דער וועלאָסיפּעד האָט נישט זוכה געווען צו לאַנגע יאָרן; קורץ דערנאָך איז ער פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, כאָטש איך האָב אים אָפּגעהיט, ווי דאָס אויג אין קאָפּ. ׳אַזוי טרעפֿט זיך, אַז מע רײַסט אויס יענעם די אויגן׳, — האָט די מאַמע אַרײַנגעזאָגט דעם טאַטן צוליב זײַן לײַכטזיניקער מתּנה. אין דער אמתן, האָבן מײַן טאַטנס מתּנות תּמיד געהאַט אַ ביטערן נאָכטעם און אין דעם פֿאַל איז עס נישט געווען אַנדערש. ווי שטאַרק קען מען זיך פֿרייען מיט אַ מתּנה, וואָס מע קריגט פֿון אַ פּאָלנעם פֿרעמדן?
„דאָס וואָס עס איז געווען זייער וויכטיק אין זײַנע אויגן, אַ חוץ דיסציפּלין, זענען געווען מײַנע צייכנס. די מאַמע פֿלעגט אים שרײַבן קיין אונגאַרן עקסטרע, אַז איך ברענג אַהיים פֿון דער שול צייכנס נידעריקער פֿון אַ „דרײַ‟; אַ „דרײַ‟ איז געווען אַן אומגליק, עק-וועלט. דער טאַטע האָט קיינמאָל נישט געהעכערט אויף מיר דעם קול אָדער חלילה אויפֿגעהויבן די האַנט. די מאַמע האָט דאָס געטאָן פֿאַר אים: אַ „פֿיר‟ קאָן מען, ווי עס זאָל נישט זײַן, פֿאַרגלעטן, אַ „צוויי‟ — עקזיסטירט נישט, און פֿאַר אַ „דרײַ‟ כאַפּט מען קלעפּ. דערזעענדיק אַ „דרײַ‟, פֿלעגט דאָס בלוט איר אַ זעץ טאָן אין קאָפּ, דאָס פּנים איז געוואָרן רויט, פֿאַרפֿלאַמט. איך האָב גוט געוווּסט — אַ סעקונדע און מײַן הינטן וועט פֿלאַמען.
„זי האָט זיך געגעבן אַ הייב אויף און צוגעגאַנגען גלײַך צו איר שאַפֿע. דאָרטן זענען געהאָנגען אירע רימענס אויף קליינע האָקנס בײַם לינקן טירל; געהאָנגען אין אַ באַזונדערער אָרדענונג, וואָס האָט זיך קיינמאָל נישט געביטן: דער ערשטער רימען איז געווען אַ דינער און אַ רויטער, דער צווייטע — אַ ווײַסער און ברייטער. דער רויטער איז געווען מער פּאָפּולער ווי דער ווײַסער. בשעת זי האָט אויסגעקליבן דעם רימען, האָב איך אַליין געדאַרפֿט אויסטאָן די הויזן און תּחתּונים, און זיך לייגן מיטן נאַקעטן הינטן אַרויף אויף דער סאָפֿע אין וווינצימער, וווּ די באָבע פֿלעגט שלאָפֿן, און וואַרטן שטיל אויף מײַן פּסק. די באָבע פֿלעגט זיך ברעכן די פֿינגער, זיך בעטן פֿון מײַנעט וועגן, אָבער עס האָט גאָרנישט געהאָלפֿן. ׳דאָס איז דערציִונג!׳, — איז געווען דער מאַמעס אייביקער ענטפֿער.
„די מאַמע איז געשטאַנען איבער מיר, געשריגן, אַ מאָל געשאָלטן, זיך באַקלאָגט אויף איר גורל, הלמאַי קומט איר אַזאַ שטראָף?.. די ערשטע שמיץ האָבן טאַקע וויי געטאָן, ווײַטער — ניט. וויפֿל שמיץ פֿלעגט זי דערלאַנגען? עס ווענדט זיך אין דער עבֿירה: צווישן פֿינף און צען. פֿאַר אַ „דרײַ‟ פֿלעג זי געוויינטלעך מחבד זײַן מיט פֿינף שמיץ. אַנדרייען האָט די מאַמע געשאַנעוועט, קיינמאָל נישט געשלאָגן אָדער גערעדט צו אים אומגעדולדיק און בייזלעך, ווי זי האָט גערעדט צו מיר. אין דער אמתן, האָט זי גערעדט צו אים און נישט מיט אים. זי האָט, איבערהויפּט, געגעבן אים באַפֿעלן און אָנווײַזונגען.
„איך פּרוּוו זיך דערמאָנען. ניין, איך מיין נישט, אַז מע האָט געהאַט דערוואַרטונגען פֿון אים. קיין שום דערוואַרטונג. נישט געשטראָפֿט און נישט געלויבט. די יאָרן זענען אַריבער; ער האָט געגעסן, געשלאָפֿן, אויפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי. ווײַטער דאָס זעלבע… ער פֿלעגט אַרויסגיין פֿון שטוב נאָר אַז די מאַמע האָט אים געשלעפּט נאָך זיך, כּדי ער זאָל אָטעמען ׳אַ ביסל פֿרישע לופֿט׳. פֿון שפּילן זיך מיט אַנדערע קינדער האָט נישט געקענט זײַן קיין רייד. אַז ער איז געווען קראַנק, האָט די מאַמע אים נישט גענומען צו סתּם אַ דאָקטער, אַבי ווער. זי פֿלעגט גיין מיט אים נאָר צו אונדזער אַ ווײַטע קרובֿה, וואָס איר קאַבינעט האָט זיך געפֿונען אין אַן אַנדער עק שטאָט.
איין מאָל האָט ׳אונדזער דאָקטערשע׳ נישט געאַרבעט און די מאַמע האָט געמוזט גיין מיט אַנדרייען צו אַ ׳פֿרעמדן דאָקטער׳. דער דאָקטער האָט אים באַטראַכט און זײַן דיאַגנאָזע איז געווען אַן אָנצינדונג אין דעם לינקן אויער. דערנאָך האָט ער צוגעגעבן, אַז נאָך זײַן מיינונג ׳איז עפּעס נישט ווי עס דאַרף צו זײַן מיטן קינד׳, און רעקאָמענדירט אַ ספּעציאַליסט זאָל אים באַטראַכטן. די מאַמע איז אַוועק פֿון אים, ווי זי האָט עס אַליין דערציילט, אָן אַ זײַ-געזונט. די מעשׂה מיטן דאָקטער האָט שוין אַ לאַנגע באָרד, אָבער די מאַמע ווערט קיינמאָל נישט מיד זי איבערצודערציילן וואָרט בײַ וואָרט ביזן הײַנטיקן טאָג און גיט צו איר מוסר-השׂכּל: ׳דאָקטוירים פֿאַרשטייען אַ קרענק!׳.
„וואָס שייך אַנדרייען, האָט אים נאָך קיין שום ספּעציאַליסט נישט באַטראַכט. ער איז אַנדערש. דאָס הייסט, שטאַרק מאָדנע. דאָס וואַרפֿט זיך אין די אויגן. וואָס איז מיט אים? פֿאַר וואָס איז ער אַזאַ און נישט אַן אַנדערער? ער איז נישט ווי עס ׳דאַרף צו זײַן׳, אָבער וואָס הייסט, ׳דאַרף צו זײַן׳? מע קען אים אויסהיילן?
דעמאָלט האָט מען נישט געטאָרט שטעלן קיין פֿראַגעס. אַנדריי איז אַזאַ — און שוין! זאָגן אַנדערש, האָט געמיינט אײַנשטעלן דאָס לעבן. ווי עס זאָל ניט זײַן, האָט אַנדריי פֿאַרענדיק די מיטלשול. ווי אַזוי האָט ער זי פֿאַרענדיקט? וואָסער פּנים האָט זײַן דיפּלאָם? ווידער, פֿראַגעס, וואָס מע טאָר זיי נישט שטעלן. נאָר אין ראַטן-פֿאַרבאַנד איז געווען אַזאַ בילדונג-סיסטעם, ווען אַזאַ מענטש, וואָס האָט אַזעלכע ערנסטע פּראָבלעמען, האָט פֿאָרט געקאָנט פֿאַרענדיקן די שול.
„נאָכן פֿאַרענדיקן די שול איז גאָרנישט געשען. דאָס הייסט, ער איז ווײַטער געזעסן אין דער היים. נישט געגאַנגען אויף קורסן אָדער זוכן אַרבעט. הוילע גאָרנישט. דאָס וואָרט „צוקונפֿט‟ האָט מען נישט געטאָרט דערמאָנען. עס איז געווען צו מוראדיק מע זאָל עס אַרויפֿברענגען אויף די ליפּן. איך האָב אָבער יאָ געוואָלט אַ צוקונפֿט. בײַ מיר איז דאָס נישט געווען אַ מיאוס וואָרט. שפּילן אייביק די ראָלע פֿון ׳פֿימע׳ האָב איך נישט געקענט דערלײַדן. איך האָב עולה געווען אַליין קיין ישׂראל, איבערלאָזנדיק די משפּחה אין טשערנאָוויץ.
„דעמאָלט איז עס מיר נישט אײַנגעפֿאַלן, אָבער ס׳קאָן זײַן, אַז מײַן ברענענדיקער ציוניזם האָט זיך געפֿלאַקערט אין מיר אויכעט, כּדי צו פֿאַרגעסן אין ׳פֿימען׳ און ווערן ׳חיים׳, וואָס ׳חיים׳ זאָל נישט הייסן — אַבי ווערן ׳חיים׳! מיט דער צײַט האָב איך צוגעטראַכט פֿאַר ׳חיימען׳ אַ לעבן: ער אַרבעט אין הײַטעק, פֿאַרדינט שיין, פֿירט זײַן לעבן לויט זײַן געשמאַק, און נישט לויט דער מאַמעס שמיץ…‟
צומאָל, אויב עס איז נאָך געבליבן צײַט, פֿלעגט חיים באַשרײַבן ווי אַנדריי און די מאַמע האָבן עולה געווען נאָך דעם טאַטנס טויט און ווי ער האָט אַ מאָל, שוין אין ישׂראל, אַ מורמל געטאָן וועגן אַנדריי; געזאָגט, אַז עס איז אפֿשר כּדאַי אַ פּסיכיאַטער זאָל אים באַטראַכטן, איז די מאַמע אים באַפֿאַלן ווי אַ גזלטע און נישט גערעדט מיט אים פֿיר חדשים.
טיילמאָל איז ער פּלוצעם אַריבערגעשפּרונגען צו גאָר אַן אַנדער ענין: גערעדט וועגן זײַן גרושה, וואָס האָט פֿאַרקערפּערט אין זיך די האָפֿענונג פֿון אַ נײַער, געזונטער היים; וועגן אירע שוועריקייטן צו ווערן טראָגעדיק; וועגן דעם היימלאָזן הונט, וואָס זיי האָבן אַדאָפּטירט, אַרײַנגעבראַכט אין זייער קליינער דירה און זיך באַצויגן צו אים, ווי צו זייער אַ נאָך-נישט-געבוירענעם קינד. איצט גטן זיי זיך. עס איז אומעטיק, אָבער זייער צוזאַמענלעבן טויג נישט. קיינמאָל נישט געטויגט…
דער פּסיכאָלאָג האָט באַגלייט חיימען צו דער טיר מיט פּאַמעלעכע טריט. זײַן רעדן איז געווען אַזוי שטיל, אַז חיים האָט געדאַרפֿט אָנשפּיצן די אויערן, כּדי אויפֿצוכאַפּן די ווערטער. דער פּסיכאָלאָג האָט געזאָגט עפּעס וועגן דער נאָרמאַלער אַנטוויקלונג פֿון דעם „זיך‟, נאַרקיסיזם אין די פֿריִיִקע יאָרן, קאָנפֿליקטן און דעם שטענדיקן באַוווּסטזײַן-שטראָם צווישן די באַגריפֿן „זיך‟ און „אַרום‟. יעדנפֿאַלס, איז כּדאַי ממשיך צו זײַן מיט איין פּיל „ציפֿרעלאַקס‟ איין מאָל אַ טאָג און, אַז חיים וועט זיך פֿילן שטאַרקער, וועט מען פּרוּוון פֿאַרקלענערן די דאָזע אויף אַ העלפֿט פּיל.
חיים איז אַרויס פֿון דער טעראַפּיע אַן אויסגעשעפּטער, מיט אַ זשום אין די אויערן און אַן אויסגעליידיקטן קאָפּ. ער האָט געוואָלט ווײַטער ציִען דעם פֿאָדעם פֿון די מחשבֿות, כאָטש נאָך אויף אַ פּאָר סעקונדעס, ביז דער ליפֿט וועט זיך אָפּשטעלן אויפֿן פּאַרטער. זײַנע הענט האָבן אָבער געהאַט אַנדערע פּלענער פֿאַר אים. די רעכטע האַנט האָט שוין גענישטערט מיט אימפּעט אין זײַנע קעשענעס נאָך אַן אויסגעגאַרטער סיגאַרעט; סוף־כּל־סוף זי פֿאַרשטעקט צווישן די ליפּן, האָט ער גענומען זוכן דעם צינדער. די לינקע האַנט האָט געכאַפּט דעם אויסגעלאָשענעם טעלעפֿאָן, אים גיך אָנגעצונדן. פֿינף בלישטשענדיקע מעלדונגען פֿון נישט פֿאַרענטפֿערטע רופֿן האָבן באַלד זיך באַוויזן אויפֿן עקראַן.
המשך קומט