מרדכי יושקאָווסקי
אַריה האָט מיר דערווידערט, ניט אַראָפּלאָזנדיק פֿונעם פּנים דעם זעלבן האַלבן שמייכל:
— איך קאָן אייַך שוין זאָגן, אַז דער המשך איז געווען אַ סך ערגער, ווי איר שטויסט זיך אָן, — און ער איז ממשיך געווען מיט אַ שטילערן קול: — בייַם ערשטן אַרייַנטריט-עקזאַַמען האָט מייַן חבֿר טימאַ געקראָגן אַ „פֿיר‟, און איך — אַ „צוויי‟. טימאַ איז אָנגענומען געוואָרן אינעם מעדיצינישן אינסטיטוט, און איך ניט. איך האָב ניט געהאַט קיין מינדסטן ספֿק, אַז מייַן עקזאַמען האָב איך אָנגעשריבן אָן אַ טעות. די פֿראַגן זייַנען געווען גאַנץ לייַכט פֿאַר מיר, און איך האָב פֿאַרענדיקט צו ענטפֿערן גיך, פֿאַר דער באַשטימטער צייַט. פֿון אַזאַ נייַעס, פֿאַרשטייט זיך, האָב איך פֿאַרלוירן מייַן וועלט, אינגאַנצן ארויס פֿון גייַסטיקן גלייַכגעוויכט, סתּם געלעגן גאַנצע טעג אויף דער סאָפֿע און געקוקט אין דער סטעליע, ניט געוווּסט וואָס ווייַטער צו טאָן מיט זיך און מיט מייַן לעבן. אין משך פֿון עטלעכע וואָכן האָב איך געקראָגן אַ ווידערווילן צום עסן, ניט געקאָנט קיין ברעקל נעמען אין מויל און פֿאַרלוירן אַ סך וואָג. די מאַמע האָט זיך שטאַַרק דערשראָקן דערפֿון און מיט אַלע כּוחות זיך באַמיט עפּעס אַרייַנצושטופּן אין מיר. טימאַ האָט ניט געהאַט קיין העזה צו קוקן מיר אין די אויגן און האָט איבערגעריסן אונדזערע באַציִונגען.
אָבער מיטן טאַטן איז געשען עפּעס אַ סך ערגערס. דערהערנדיק די בשׂורה וועגן מייַן דורכפֿאַל בייַם עקזאַמען, איז ער ממש אַרויס פֿון די כּלים. אויף מאָרגן האָט ער אָנגעטאָן זייַן אַנצוג מיט אַלע אָרדענס און מעדאַלן און איז געגאַנגען אינעם אינסטיטוט, האַסטיק אויפֿגעפּראַלט די טיר פֿון דער אויפֿנאַם-קאָמיסיע, זיך פֿאָרגעשטעלט, געזאָגט, אַז ער איז אַ פֿראָנטאָוויק, אַז ער און זייַן פֿרוי האָבן ביידע פֿאַרענדיקט דעם דאָזיקן אינסטיטוט און ביידע אַרבעטן ווי דאָקטוירים. ער האָט געבעטן מע זאָל אים ווײַזן דעם אָנגעשריבענעם עקזאַמען פֿון זייַן זון, ווייַל ער איז זיכער, אַז ס’איז פֿאָרגעקומען אַ פֿאַרדריסלעכער טעות. זייַן זון קען כעמיע אויסגעצייכנט, און ער האָט געזיגט אויף פֿאַרשיידענע שול-אָלימפּיאַדעס פֿון כעמיע. דער טאַטע האָט געטענהט, אַז דער זון האָט אים אָנגערופֿן די פֿראַגן, וואָס זייַנען געווען אינעם פֿרעג-בויגן, און דערציילט זייַנע ענטפֿערס, און זיי זייַנען אַבסאָלוט ריכטיק. עס איז אינגאַנצן אוממעגלעך, ס’זאָלן דאָרט בכלל זייַן טעותים, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, זיי זאָלן זייַן אַזוי שרעקלעך, עס זאָל זיך פֿאָדערן אַ צייכן ׳צוויי׳. ווען מע האָט דעם טאַטן דאָרטן אָנגעהויבן ענטפֿערן אַלערליי אומגעלומפּערטע תּירוצים און זיך אָפּגעזאָגט אים צו ווײַזן דעם עקזאַמען, האָט ער פאַרלוירן דאָס געדולד און זיי אַרייַנגעזאָגט גלייַך אין פּרצוף אַרייַן, אַז די איינציקע סיבה פֿון מייַן ׳צוויי׳ בייַם עקזאַמען איז זייער חיהשער אַנטיסעמיטיזם, און ס’איז אַ בושה, אַז אין אַ סאָוועטישער הויכשול זאָלן פֿירן די גרענדע עכטע יורשים פֿון די געוועזענע פּאָגראָמשטשיקעס… נאָך דעם האָט מען אָנגעהויבן אים סטראַשען, אַז אָדער ער וועט זיך אַוועקטראָגן גלייַך, אָדער מע וועט עס מעלדן ׳וווּהין מע דאַרף׳, און ער וועט פֿאַרענדיקן שלעכט.
דער טאַטע איז צוריקגעקומען אַהיים אינגאַנצן אַ דערשלאָגענער. איך האָב אים קיינמאָל ניט געזען אין אַזאַ צושטאַנד. אין איין רגע האָט אַ שטאַרקער, אימפּאָזאַנטער, שטאָלצער מאַנצביל זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ שבר-כּלי, אַראָפּ פֿון פּנים, זיך געעלטערט אין איין אויגנבליק. און טאַקע אין דער זעלבער נאַכט האָט ער געקראָגן אַ ברייטע האַרץ-אַטאַק, און ביז די גיכע הילף איז געקומען, איז שוין געווען אויס… אַזוי איז ער אַוועק פֿון דער וועלט אין עלטער פֿון אַכט און פֿערציק יאָר….
מייַן מאַמע איז געווען זייער אַ שטאַרקע פֿרוי, און אָנשטאָט איך זאָל טרייסטן זי, האָט זי געטרייסט מיך, ווייַל איך האָב ממש פאַרלוירן דעם טעם פֿון לעבן, זיך באַגאָסן מיט טרערן און ניט געקאָנט קומען צו זיך. אין אייניקע טעג נאָך דער לוויה האָב איך צוגעזאָגט דער מאַמען, אַז ס׳וועט גאָרנישט ניט העלפֿן. איך וועל אָפּדינען אין דער אַרמיי, און נאָך דעם וועל איך סייַ ווי סייַ אָנקומען אינעם מעדיצינישן אינסטיטוט און טאַקע ווערן אַ דאָקטער. איך האָב זיך געשוווירן דער מאַמען, אַז כ׳וועל עס אויספֿירן פאַר יעדן פּרייַז, אַז איך מוז עס טאָן לזכר דעם טאַטן.
און אַזוי איז געשען. איך האָב אָפּגעדינט צוויי יאָר אין דער אַַרמיי, און דעם ערשטן זומער נאָָך דער דעמאָביליזאַציע בין איך אָָנגענומען געוואָרן אינעם מעדיצינישן אינסטיטוט. ווען מע האָט באַשטימט אויפֿן דריטן לערן־יאָר די ספּעציאַליזאַציע, איז פֿאַר מיר קיין פֿראַגע ניט געשטאַנען; איך האָב אויסגעקליבן כירוררגיע, אויך לזכר דעם טאַטן. איך האָב געוואָלט, ווי מע זאָגט, אַלע שׂונאים אויף צו להכעיס, דערגרייכן דאָס, וועגן וואָס ער האָט געטרוימט און ניט באַוויזן צו זען אין זייַן קורץ, פֿאַרשניטן לעבן. עס איז אין מיר עפּעס ווי אַ דיבוק אַרייַן. איך האָב באַשטימט פֿאַר זיך, אַז מייַן הצלחה אין לערנען און אַרבעטן וועט זייַן מייַן נקמה אין די אַַנטיסעמיטן, וואָס האָבן צעשטערט דאָס לעבן פֿון אונדזער משפּחה. אויך אינעם אינסטיטוט האָב איך זיך געלערנט אויסגעצייכנט.
אָבער איר געדענקט מסתּמא, אַז אין אַלע הויכשולן איז אינעם לעצטן לערן־יאָר געווען אַזאַ מאָדנער קעגנשטאַנד „נאַוטשני קאָמוניזם‟ (וויסנשאַפֿטלעכער קאָמוניזם). אין אייַער צייַט איז עס נאָך געווען? — האָט מיך דאָקטער זעלדין געפֿרעגט פֿאַרבייַלויפֿיק.
— יאָ, זיכער געווען. איך האָב געהאַט דאָס „מזל‟ אויך צו לערנען די דאָזיקע מוטער פֿון אַלע וויסנשאַפֿטן‟ — האָב איך זיך צעשמייכלט אפֿשר דאָס ערשטע מאָל דורך דעם גאַנצן שמועס.
— און מיך האָט ווידער געטראָפֿן מייַן ייִדישן מזל, — האָט זעלדין אומגעקערט אויפֿן פּנים דעם זעלבן האַלבן שמייכל מיט אַ שאַטירונג פֿון געדריקטקייט. — דער דאָצענט, וואָס האָט בייַ אונדז אונטערגעריכט אָט דעם וויסנשאַפֿטלעכן קאָמוניזם, איז געווען א זעלטענער מנוּוול — אַ בריאה מיט יעזויִטישע אייגעלעך, אַן אויסגעשפּראָכענער „קאַגעבעשניק‟ און אַ פּאַטאָלאָגישער אַנטיסעמיט. איך בין פֿאַר אים געווען ווי אַ רויטע שמאַטע פֿאַר אַן אָקס. ער האָט ניט געקענט אַדורכגיין לעבן מיר און ניט אַ שטאָך טאָן מיט עפּעס אַ וואָרט אויף דער ייִדישער טעמע. איך האָב זיך אייַנגעהאַלטן מיט אַלע כּוחות ניט צו ענטפֿערן אויף זייַנע פּראָוואָקאַציעס און זיך ניט אַרייַנלאָזן אין אַ סקאַנדאַל מיט אים. אָבער עס האָט ניט געהאָלפֿן.
בייַם עקזאַמען האָט ער זיך ממש איזדיעקעוועט איבער מיר און סאַדיסטיש אָנגעקוועלט דערפֿון. מיט אַ געלעכטערל פֿון אַ שׂטן האָט ער מיר געשטעלט אַ „פֿיר‟. צוליב אָט-אָ דעם אויסוווּרף האָב איך ניט געקראָגן דעם רויטן דיפּלאָם. די יוכע האָט געברענט אין מיר מיטן גאַַנצן יונגערישן אימפּעט. אין קאָָפּ זייַַנען געקראָכן מחשבֿות, איינע נאַַרישער פֿון דער אַַנדערער. איך האָב געוואָלט אָנשרייַַבן אַן אָנקלאַַגע אויף דעם מנוּוול, פֿאָָדערן אַ צווייטמאָליקן עקזאַמען פֿאַר אַן אַנדער אונטערריכטער, אָדער אַפֿילו פֿאַר אַ גאַנצער קאָמיסיע און אַזוי ווייַטער. אָבער מייַן קלוגע מאַמע האָט אָפּגעקילט מייַנע געדאַנקען, געוואָרנט, איך זאָל ניט טאָן קיין נאַרישקייטן און גוט געדענקען די דערפֿאַרונג פֿון מייַן טאַטן. זי האָט מיר אפֿשר צען מאָל אַ טאָג איבערגעחזרט דעם פּיזמון, אַז מע וועט מיך אָפּשאַצן ניט לויט דעם קאָליר פֿונעם דיפּלאָם, נאָר לויט מייַנע קענטענישן און פֿעיִקייטן.
אָבער שוין דעמאָלט, בייַם פֿאַרענדיקן דעם אינסטיטוט, האָב איך ענדגילטיק באַשלאָסן, אַז איך וועל ניט בלייַבן אין דעם דאָזיקן לאַַנד. איך וויל ניט פֿאַרשווענדן מייַן לעבן אויף קעמפֿן טאָָג־טעגלעך מיט אַַנטיסעמיטן פֿאַרן אייגענעם קיום און לייַדן פֿון זיי אַלע מאָל נייַע דערנידערונגען און עוולות. איך האָב פֿון אינעווייניק דערפֿילט, אַז מייַן פּלאַץ איז ניט דאָרט. איך וויל לעבן און אַַרבעטן אין אַ לאַַנד, וואָָס איך וועל מיטן פֿולן האַרצן קאָָנען זאָגן וועגן אים, אַז ס’איז מייַן לאַַנד. איך בין געווען גרייט מלחמה צו האַַַלטן פֿאַַר דעם דאָָָזיקן לאַנד, אויב עס וועט זיך פֿאָָָדערן. איך וויל אַַַרומגיין מיט אַַ שטאָָלץ אויפֿגעהויבענעם קאָָפּּ, און ניט אַרומקוקן זיך, צי דער אָדער יענער גזלן און אַנטיסעמיט וועט באַוויליקן מיר טאָן עפּעס לטובֿה אָדער ניט. איך בין בשום אופֿן ניט מסכּים געווען, אַז מייַנע קינדער זאָלן דאַרפֿן אַדורכגיין דאָס, וואָס מייַנע עלטערן און איך זייַנען אַדורכגעגאַנגען. איך האָב זיך געטיילט מיט מייַנע מחשבֿות מיט דער מאַמען, און מיר האָבן אָנגענומען אַ בשותּפֿותדיקן באַשלוס, אַז פֿון איצט אָן גרייטן מיר זיך פּראַקטיש אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל.
נאָָך אינעם אינסטיטוט האָב איך געפֿירט אַ ליבע מיט אַ ייִדיש מיידל. בעלאַ האָט זי געהייסן. מיר האָבן זיך שטאַרק ליב געהאַט און האָבן באַשלאָסן חתונה צו האָבן גלייַך נאָך דעם, ווי מיר ביידע וועלן פֿאַרענדיקן די לערע. זי איז געווען ייִנגער פֿון מיר און איז אַריבערגעגאַנגען שוין אויפֿן לעצטן לערן־יאָר. אָבער ווי נאָר איך האָב איר דערציילט וועגן מייַנע פּלענער עולה צו זייַן קיין ישׂראל, האָט זי זיך דערשראָקן און אונטערן דרוק פֿון אירע עלטערן איבערגעריסן די באַציִונגען מיט מיר. פֿאַר מיר איז עס געווען נאָך איין קלאַפּ, אָבער כּל-זמן מ׳איז יונג, טראָגט מען איבער אַזעלכע זאַכן לייַכטער.
דערווייַל האָב איך זיך אייַַנגעאָָרדנט צו אַרעבטן אין אַ דאָרפֿישן שפּיטאָל, זיבעציק קילאָמעטער פֿון כאַרקאָוו. אַ גאַנצע וואָך בין איך געווען אינעם דאָרף, נאַר סוף וואָך געקומען אַהיים. דורך אַ חבֿר פֿון מאָסקווע, מיט וועלכן מיר האָבן געדינט אין איינעם אין דער אַרמיי און געבליבן באַפֿרייַנדעט, האָב איך אָנגעטאַפּט אַ שטיקל קאָנטאַקט מיט די „אָטקאַזניקעס‟ [1]. פֿון זיי האָב איך געקראָגן אַ לערנבוך פֿון עבֿריתּ און יעדע פֿרייַע מינוט געלערנט די שפּראַך. לײַדער, בין איך געווען אַ גאַנצע וואָך אין דאָרף, ניט געהאַט מיט וועמען צו טרענירן די גערעדטע שפּראַך, אָבער אין אַ אַכט חדשים אַרום האָב איך שוין געקאָנט גאַנץ פֿליסיקן פֿירן אַ שמועס און לייענען אַ ניט-אַדאָפּטריטן טעקסט אין עבֿרית. פֿון מייַן חבֿר, וואָס איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער ציוניסטישער אומלעגאַלער טעטיקייט אין מאָסקווע, פֿלעג איך אויך קריגן „סאַמאיזדאַט‟ [2] — ליטעראַטור וועגן ישׂראל, וועגן דער ייִדישער געשיכטע און קולטור. אַ דאַנק אים, אין אַ יאָר אַרום נאָכן ענדיקן דעם אינסטיטוט, האָבן איך מיט דער מאַמען געקראָגן אַ „וויזאָוו‟ [3] פֿון מאַמעס אַ פֿעטער אין ישׂראל…
פּלוצעם האָט דאָקטער זעלדין געזאָגט: „איצט פֿרעג איך אייַך שוין ניט מער, איך גיי עפּעס שטעלן אויפֿן טיש, לאָמיר איבערכאַפּן. פֿון בלויז רעדן ווערט מען ניט זאַט.‟ ער איז ענערגיש אויפֿגעשפּרונגען פֿונעם פֿאָטעל און געגאַנגען זיך פּּאָָרען אין קיך, און איך בין געבליבן זיצן אונטערן שווערן רושם פֿון דער געשיכטע, וואָס איך האָב דאָ געהערט אַצינד. די געדאַנקען האָבן זיך געפּלאָנטערט אין קאָפּ. די דאָזיקע געשיכטע האָט אומדערוואַרט אָנגעהויבן אַרויסצושלעפּן פֿון מייַן דרעמלענדיקן זכּרון פֿאַרשיידענע פּערזענלעכע מאָמענטן, וואָס איך וואָלט אַליין געוואָלט גיכער פֿאַרגעסן. איך האָב געפֿילט אַן אומקלאָרע אומרויִקייט, וואָס האָט געגרענעצט מיט שרעק. איך האָב אין מייַן דימיון פּלוצעם דערזען אַ בילד, וווּ איך שטיי אויף אַ דינעם, לופֿטיקן איבערגאַנג-בריקל צווישן צוויי צייַטן, צוויי תּקופֿות, איינע אַ גרוי-פֿינצטערע, אַ מוראדיקע, אַ קאַלט-דורכנעמענדיקע, און די אַנדערע, אַ געדיכט־לויטערע, אַ וואַרעמע, אָבער אייַנגעוויקלט אין אַ העלן נעפּל. דאָס איז געווען אַ מין חלום אויף דער וואָר. אין די דאָזיקע עטלעכע מינוט האָב איך באמת געשפּירט דעם פּחד, איך זאָל ניט בלייַבן שטעקן אויפֿן בריקל, עס זאָל מיך קאָנען אויסהאַלטן, און איך זאָל האָבן גענוג כּוחות דעם דאָזיקן איבערגאַנג גובֿר צו זייַן…
אין אַ פּאָר מינוטן אַרום האָט מיך זעלדינס קול אומגעקערט צו דער ווירקלעכקייט: „זייַט אַזוי גוט, קומט אַרייַן אין קיך און זעצט זיך צום טיש. וואָס ווילט איר טרינקען? ווייַן, וויסקי, ליקער, בראָנפֿן? שעמט זיך ניט. אַלץ איז געגרייט על־רגל־אַחת, אָבער פֿון דעסטוועגן…‟ — איך בין אַרייַן אין אַ געראַמער קיך און דערזען אַ טיש, שיין געדעקט. עס איז געשטאַנען אַ טעלער מיט אַ גרינעם סאַלאַט, קאַוויאַר, טונע-פֿיש, עטלעכע סאָרטן קעז, איילבירטן. דאָקטער זעלדין האָט אָנגעגאָסן מיר ווייַן, זיך וויסקי, און די רעשט פֿונעם געשפּרעך איז שוין פֿאָרגעקומען בייַם טיש אין דער קיך.
נאָכן אויסטרינקען דאָס ערשטע גלעזל, האָט זיך אַריה מיט אַ מאָל צעלאַכט:
— איך האָב זיך דערמאָנט, ווי איר שטרייַכט תּמיד אונטער אין די לעקציעס, אַז בייַ באַשעוויס-זינגער איז פֿאַראַן אַזאַ מאַניר: ווען ער דערנענטערט זיך שוין צום סוף פֿון אַ דערציילונג און דערגייט צום הויכפּונקט, זאָגט פּלוצעם דער דערציילער: וואַרט צו, די מעשׂה הייבט זיך ערשט אָן, אָדער: איצט הערט אַ מעשׂה. פּונקט אַזוי איז בייַ מיר. איצט הערט אַ מעשׂה… מיר האָבן געקראָגן דעם „וויזאָוו‟ [3] און אָנגעגעבן אַ בקשה אין „אָוויר‟ [4]. דאָס וואַַרטן אייניקע חדשים איז געווען אויסמאַטערנדיק. צו ביסלעך האָבן מיר אָנגעהויבן צו פֿאַרקויפֿן אַלץ, וואָס ס’האָט זיך געלאָזט, אַמאָל פֿאַר אַ פּאָר גראָשנס, אַמאָל אינגאַנצן געשענקט. אויף איין זאַך זייַנען סייַ די מאַמע, סייַַ איך ניט גרייט געווען מוותּר צו זייַן — אויף אונדזער ביבליאָטעק, אַַרום טויזנט זיבן הונדערט ביכער. דאָָס איז געווען פֿאַַר אונדז אַ לעבעדיקער אָנדענק נאָכן טאַטן. ער האָט דאָך געזאַמלט די דאָזיקע ביבליאָטעק, אַ ביכל צו אַ ביכל, אין משך פֿון לאַנגע יאָרן. פֿאַרשטייט זיך, אַלע ביכער וואָלטן מיר ניט געקאָנט אַרויספֿירן, האָבן מיר אָפּגעקליבן אַרום פֿינף הונדערט, צווישן זיי זייַנען געווען זייער זעלטענע און טייַערע עקזעמפּלאַרן, און צוליב זיי איז פֿאָרגעקומען די גאַנצע דראַמע.
מיר האָבן באַקומען אַ דערלויבעניש אויף אַרויסצופֿאָרן פֿאַרהעלטנישמעסיק גיך, אין אַ צוויי מיט אַ האַלבן חדשים אַרום נאָכן אָנגעבן די בקשה. אין פֿאַרגלייַך מיט זייערע סטאַנדאַרטן איז עס געווען אומגלויבלעך גיך. שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט די סיבה פֿון אַזאַ שנעלקייט. איינער אַ הויכראַנגיקער „קאַגעבעשניק‟ האָט געלייגט אַן אויג אויף אונדזער רחבֿותדיקער צוויי-צימערדיקער דירה אין צענטער שטאָט.
גלייַך זייַַנען מיר אַרייַַן אין קדחת פֿון גרייטן זיך צום אַרויספֿאָר. איך און די מאַמע האָבן איבערגעלאָזט די אַַרבעט, דאָס איז געווען אַ פּרשה פֿאַר זיך. מיר האָבן געדאַרפֿט יעדער איינער בייַ זיך אויסהאַלטן פֿאַרזאַמלונגען, וווּ מע האָט אונדז געטאַדלט, געזילדט, געשאָלטן און אויסגעגאָסן אויף אונדז דעם גאַנצן כּעס פֿונעם סאָוועטישן פֿאָלק. איך, אינעם דאָרפֿישן שפּיטאָל, האָב אויף דער גאַנצער מעשׂה געקוקט ווי אויף אַ חוזקדיקער פֿאָרשטעלונג און זיך ניט צופֿיל איבערגענומען. אָבער דער מאַמען האָט עס אָפּגעקאָסט אַ שטיק געזונט. די פּאָליקליניק, אין וועלכער זי האָט אָפּגעאַרבעט צוואַנציק יאָר, וווּ אַלע האָבן זי געטראָגן אויף די הענט ווי דעם דעם בעסטן קינדער-דאָקטער, איז פּלוצעם פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן אַמאָראַלישן געמויזעכץ. די נעכטיקע פֿרייַנד און קאָלעגן האָבן איבערגעקערט די פֿעל. אין אַזעלכע רגעס באַווייַזט יעדער איינער זייַן אמתן פּרצוף. פֿון אַלע זייַנען געווען נאָר צוויי — אַ דאָקטערין און אַ קראַנקן־שוועסטער, וואָס זייַנען צוגעגאַנגען צו דער מאַמען און איר אַרייַנגעשעפּטשעט אין אויער, אַז ניט געקוקט אויף איר באַשלוס, האָבן זיי ניט געביטן זייער באַציִונג צו איר און וועלן זי געדענקען און שעצן תּמיד. זיי האָבן געוווּנטשן איר אַלדאָס גוטס אין דער צוקונפֿט. ביידע זייַנען זיי געווען רוסישע פֿרויען. אָבער, פאַרשטייט זיך, מער פֿון אַלעמען האָבן געקוויטשעט און געזידלט די פּאָר ייִדישע דאָקטוירים, ווייַַזט אויס, מורא געהאַט, דער „יושרדיקער כּעס פֿונעם סאָוועטישן קאָָלעקטיוו‟ זאָָל זיך ניט אויסלאָזן צו זייערע קעפּּ…
בקיצור, מיר האָבן אויספֿאַַרקויפֿט און פֿונאַנדערגעשאָנקען כּמעט אַלץ, איבערגעלאָזט דאָָס סאַַמע נייטיקע: פּערזענלעכע זאַכן, בעטגעוואַנט, אַ ביסל כּלים אויף דער ערשטער צייַט און שוין. מיר האָבן זיך אויסגעשריבן פֿון דער דירה, פּראַקטיש געבליבן אָן מיטלען, ווייַל אַ חוץ די נייַנציק דאָלאַר פֿאַר אַ מענטשן, וואָס מע האָט דערלויבט אַרויסצופֿירן, איז דאָך מיט געלט ניט געווען וואָס צו טאָן. דאָ איז געקומען דער טאָג, ווען איך האָב געדאַרפֿט קריגן פֿונעם שטאָטישן קולטור-אָפּטייל אַ דערלויבעניש אויף אַרויסצופֿירן די ביכער. האָב איך אָנגעשריבן אַן אויספֿירלעכע רשימה פֿון אַלע ביכער מיט די נעמען פֿון מחברים, פֿאַרלאַגן, אַרויסלאָז-יאָרן. דערצו האָב איך צוגעלייגט אַן אָפֿיציעלע דערלקערונג, אַז מייַן פֿאָטער האָט געזאַמלט די דאָזיקע ביכער, אַז ער איז געווען אַ באַקאַנטער אין דער שטאָט דאָקטער, אָנטיילנעמער פֿון דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה, און אין אָנדענק פֿון אים בעט איך מיר צו דערלויבן אַרויסצופֿירן די דאָזיקע ביכער. מע האָט מיר צוגעזאָגט, אַז אין משך פֿון דרייַ, פֿיר טעג וועל איך קריגן אַן ענטפֿער. קום איך אַהין אין עטלעכע טעג אַרום און ווער אינגאַנצן דערשיטערט. די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם אָפּטייל מיטן פֿאַמיליע-נאָמען זאַיטשוק (אָט דעם נאָמען האָב איך פֿאַרגעדענקט אויפֿן גאַנצן לעבן) איז געוואָרן אויסער זיך פֿונעם טאָן פֿון מייַן בקשה, דעריבער האָט זי געפּועלט, אַז ניט בלויז מע זאָל ניט אַרויסלאָזן די ביכער, נאָר מען זאָל אויך אַנולירן אונדזער דערלויבעניש אויף אַרויסצופֿאָרן… איר הערט גוט??? אַזוי ווי איר זעט מיך אַ לעבעדיקן אָט-דאָ אַנטקעגן אייַך…
איך האָב זיך דערמאָנט, אַז אינעם גאַנג פֿון אונדזער באַגעגעניש האָט דאָקטער זעלדין געזאָָגט, אַז צוליב זייַנע ביכער איז געשען אַ דראַמע, אָבער אויף אַזאַ קער האָב איך זיך ניט געריכט. ווייַזט אויס, אַז מייַן אומענדלעכע שטוינונג איז געלעגן אויף מייַן פּנים. אַ חוץ אַ טשמאָקע טאָן מיט דער צונג, בין איך ניט געווען מסוגל אויסצורעדן קיין וואָרט. צונויפֿקלייַבנדיק די כּוחות, האָב איך כּמעט אויסגעשעפּטשעט: „איך בין אינגאַנצן שאָקירט. אַזאַ זאַך האָב איך נאָך ניט געהערט‟…
זעלדינס פּנים איז געוואָרן רויטלעך, צי פֿון די פּאָּר גלעזלעך וויסקי, צי פֿון די שווערע זכרונות, וואָס האָבן אים איצט פֿאַרפֿלייצט, אָבער ער איז אויף אַ מינוט אַנטשוויגן געוואָרן, געקוקט מיט אַ לייַדנדיקן בליק ערגעץ ווייַטלעך, אויסער דעם רעאַלן רוים. בעת דעם דאָזיקן שטילשווייַגן האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז דער זכּרון האָט אים מיט גוואַלד געצויגן צוריק אַהין, פֿון וואַנען ער האָט געוואָלט אין משך פֿון יאָרן אַנטלויפֿן. אין דעם מאָמענט איז ערגעץ נעלם געוואָרן זייַן פֿעסטע זיכערקייט. זייַן גאַנצע געשטאַלט האָט אויסגעדריקט איצט אַ מין פֿאַטאַליסטישע פֿאַרלוירנקייט.
סוף-כּל־סוף האָט ער נאָך אַ שלוק געטאָן פֿונעם גלעזל וויסקי און איבערגעריסן דאָס שטילשווייַגן. אויף זייַן פּנים האָט זיך ווידער אומגעקערט זייַן טיפּישער האַלבער שמייכל:
— איר געדענקט דאָך דעם באַקאַנטן אַנעקדאָט, ווען מע האָט אַ ייִדן, אַ פּאָליטישן אַרעסטאַנט געפֿרעגט, פֿאַרוואָס זיצט ער, האָט ער געענטפֿערט: פֿאַר דער אינטאָנאַַציע, און דערקלערט, אַז מע האָט אויף עפּעס אַ מסיבה געמוזט לייענען דאָס ליד פֿון מאַיאַקאָווסקי ׳יאַ זנאַיו — גאָראָד בודיעט, יאַ זנאַיו — סאַדו צוועסט׳ [איך ווייס — ס’וועט זייַן אַ שטאָט, איך ווייס — ס’וועט בליִען אַ גאָרטן], און ער האָט עס געלייענט מיט אַ ספֿיקותדיקער ייִדישער אינטאָנאַציע… אָט דער אַנעקדאָט איז אין מייַן פֿאַל געוואָרן אַ ביטערע וואָר. די דאָזיקע באַנדיטקע האָט געפּועלט צו אַנולירן אונדזער דערלויבעניש אַרויסצופֿאָרן, ווייַל איר איז ניט געפֿעלן דער טאָן פֿון מייַן בקשה אַרויסצופֿירן דעם טאַטנס ביכער… עס איז ניט צו גלייבן, אָבער איך האָב עס איבערגעלעבט. איך וועל אייַך שפּעטער ווייַזן איר בריוו, איך האָב אים אָפּגעהיט.
אין איין רגע זייַנען מיר מיט דער מאַמען געבליבן אָן אַ דירה, אָן געלט, פֿאַקטיש אָן גאָרנישט. עס איז געווען אָנהייב האַרבסט, און מיר האָבן שוין אַפֿילו קיין ווינטערדיקע בגדים ניט געהאַט — אַלץ אויספֿאַרקויפֿט און אַוועקגעגעבן. די באַקאַנטע האָבן מורא געהאַט צו קאָנטאַקטירן מיט אונדז, ווי מיר וואָלטן געווען קרעציקע. אַ גליק נאָר, אַז איינע אַ פֿרוי, וואָס מייַן מאַמע האָט געהיילט און פֿאַקטיש געראַטעוועט איר קינד, האָט אונדז אַרייַנגעלאָזט צו וווינען בייַ איר אין אַ צימערל פֿון אַ פּריוואַט הויז אין עק שטאָט, אַניט — וואָלטן מיר געבליבן אינדרויסן. כּדי צו האָבן בוכשטעבלעך אויף אַ שטיקל ברויט, האָב איך זיך אייַנגעאָרדנט אויף אַן אַרבעט אין אַ קאָטעלניע [5] און געהייצט דאָרטן אין די נעכט אויוונס. איך בין געווען אַ געזונטער, שטאַרקער יונג, און פֿאַר קיין פֿיזישער אַרבעט האָב איך ניט מורא געהאַט. עס האָבן זיך אָנגעהויבן איובס מאַַטערנישן. עס איז ניט געווען די אינסטאַנץ, איך זאָל זיך ניט ווענדן און זיך ניט באַקלאָגט אַהין. איך האָב אַוועקגעשיקט אפֿשר אַ טוץ בריוו: אינעם קולטור-מיניסטעריום, צו קאָסיגין [6], צו פּאָדגאָרני [7], אינעם ׳רויטן קרייץ׳, און וווּ ניט.
אין ישׂראל האָט גראַדע דעמאָלט אויסגעבראָכן די יום-כּיפּור-מלחמה, און מייַן האַרץ האָט זיך צעריסן אויף שטיקער. איך האָב געזוכט יעדע פּאַסיקע מינוט אויף צוקלעפּן דאָס אויער צום טראַנזיסטאָר און דערהערן נייַעס פֿון די פֿראָנטן. אין פֿאַרגלייַך מיט דער זאָרג פֿאַרן לאַנד, האָבן מייַנע צרות אויסגעזען קליין און נישטיק. איך האָב ניט געקאָנט ניט עסן, ניט שלאָפֿן. פֿיזיש בין איך געווען אין כאַרקאָוו, אָבער דאָס האַרץ איז שוין פֿון לאַנג עולה געווען און יעדע שעה מיטגעלעבט די דאגה פֿאַרן לאַנד. די סאָוועטישע צייַטונגען, די ראַדיאָ און טעלעוויזיע האָבן אויסגעגאָסן טאָג־טעגלעך טאָנען שמוץ און ליגנס אויף ישׂראל. אַליין דאָס וואָרט „ישׂראל‟ איז געווען דאָס שאַרפֿסטע זידלוואָרט, און אין אַזאַ אַטמאָספֿער קריך איך אַרום איבער די אינסטאַנצן און שרייַב אָן אַ שיעור בריוו מיט דער בקשה מיך אַרויסצולאָזן אינעם לאַנד פֿון „אַגרעסאָרס, סיאָניסטן און אויסוווּרפֿן‟. איר שטעלט זיך פֿאָר אַזוינס, צי ניט?
איך האָב אייַך שוין געזאָגט, אַז מייַן מאַמע איז געווען זייער אַ שטאַרקע און אַ קלוגע פֿרוי. זי האָט מיר געזאָגט: „ליאָווע, נישטאָ קיין ברירה. שרייַב זיי, אינעם קולטור-מיניסטעריום און אינעם אָוויר, אַז מיר לאָזן איבער די ביכער. מיר זייַנען גרייט אַרויסצופֿאָרן אין בלוזע העמדער, אָן גאָרנישט. די ביכער זייַנען מיר טאַקע טייַער, אָבער דייַן לעבן איז אַ סך טייַערער‟. די צרה איז געווען, אַז אויף קיין שום בריוו האָב איך ניט געקראָגן קיין ענטפֿער. זייַענדיק אין פֿולקאָמען ייִאוש, האָב איך אָנגעשריבן אַ בריוו צו גאָלדע מאיר און צום גענעראַל-סעקרעטאַר פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס קורט וואַלדהיים. איך האָב געוווּסט, אַז פֿון כאַרקאָוו איז די דאָזיקע בריוו געווען אוממעגלעך אַרויסצושיקן. מיט דער באַן האָב איך איבערגעשיקט די בריוו צו מייַן מאָסקווער חבֿר, און ער, דורך זייַנע קאָנטאַקטן איז מצליח געווען זיי איבערצוגעבן צו אַ האָלענדישן דיפּלאָמאַט. ביז הייַנט ווייס איך ניט גענוי, צי די בריוו זייַנען אָנגעקומען צו די אַדרעסאַטן, און וואָס איז געשען מיט זיי ווייַטער. איך ווייס ניט, צי די בריוו האָבן געווירקט, אָבער דער פֿאַַַקט איז, אַז אין אָנהייב אַפּריל 1974 האָט מען אונדז אַַרויסגערופֿן קיין אָוויר און געמאָלדן קורץ און שאַַרף: „איר קאָנט פֿאָרן!‟.
אָט דאָס איז מײַן געשיכטע. אַגבֿ, אַ פּאָר הונדערט ביכער האָב יאָ מיטגעבראַַכט, און זיי זייַנען בייַ מיר דאָ. דעריבער, ווען איך האָב בייַ אייַך דערזען בערגעלסאָנס ביכל, האָב איך זיך גלייַך דערמאָנט, אַז מיר האָבן עס געהאַט, אָבער כ׳האָב עס ניט געקאָנט אַרויסגעפֿירט. דעם 30סטן אַפּריל 1974 האָט מען אונדז שפּעט אין אָוונט געבראַכט אין „מרכּז־קליטה‟ אין חיפֿה. איך בין אָפּגעשלאָפֿן אַ פּאָר שעה, זיך אויפֿגעכאַפּט מיטן זון-אויפֿגאַנג און אָנגעהויבן שפּאַנען איבער די גאַסן, אַלץ העכער און העכער, דערגאַַנגען ביז שׂדרות־הנשׂאי אין סאַמע צענטער שטאָט, צוגעגאַנגען צו אַ פּלאַץ, פֿון וועלכן עס האָט זיך געעפֿנט אַ ברייטע פּאַנאָראַם פֿונעם פּאָרט און פֿון דער אונטערשטער שטאָט — אַלץ האָט זיך געבאָדן אין פֿרישקייט, בליִונג און זון; אַלץ האָט געאָטעמט סייַַ מיט נייַקייט, סייַ מיט אייגנקייט. דאַן האָב איך זיך צום ערשטן מאָל אינעם לעבן דערפֿילט אין דער היים. און דאָרטן האָט זיך פֿון מיר אַרויסגעריסן אַזאַ געוויין, ווי כ׳האָב קיינמאָל אין מײַן לעבן ניט געוויינט. איך האָב געקוקט אויף דעם דאָזיקן בילד, ממש געשוווּמען אין א שטראָם פֿון טרערן, ניט געקאָנט זיך באַרויִקן. דערנאָך האָב איך זיך אַליין געזאָגט: „זעסט, ליאָווע, ניט אומזיסט זייַנען געווען דייַנע ליידן. בכדי צו שטיין אָט דאָ און מיטלעבן אָט דאָס בילד, מיטאָטעמען מיט אָט די שטאָט, איז אַלץ געווען כּדאַי. ביסט אַ בר-מזל. ביסט דורכגעגאַנגען דייַנע דערנער און ביסט זוכה געווען צו קומען אַהיים. און וויפֿל ייִדן האָבן ניט געהאַט אָ-דעם מזל? אויך דײַן טאַטע… אַזוי ווי דעמאָלט, האָב איך אין מײַן לעבן מער ניט געוויינט.
— זינט דאַן האָט איר באַזוכט כאַרקאָוו? — האָב איך אייַלנדיק געפֿרעגט בייַם דאָקטער זעלדין, כּדי אַליין ניט אָנהייבן וויינען פֿון דער געשיכטע, וואָס האָט מיך גערירט ביז גאָר.
— אין 1997 זייַנען מיר געווען דאָרטן. די מאַמע האָט נאָך געלעבט. מיר זייַנען אַהין געפֿלויגן, כּדי צו באַזוכן דעם טאַטנס קבֿר. מער האָט אונדז דאָרטן קיין זאַך ניט אינטערעסירט. מיר זייַנען געווען אויפֿן בית-עולם, איבערגענעכטיקט אַ נאַכט אין אַ האָטעל, און אויף מאָרגן שוין געפֿאָרן קיין קיִעוו. עס איז מיר דאָרט שווער געווען צו אָטעמען. עס ווייַזט אויס, די שווערע זכרונות לאָזן ניט אָפּ אַפֿילו אין דרייַסיק און פֿערציק יאָר אַרום.
איך האָב באַדאַנקט דעם באַלעבאָס פֿאַרן מיטאָג, אַרויסגעגאַנגען אינעם סאַלאָן און ווידער געווענדט דעם בליק אויף דער פּאַרנאָראַם, וואָס האָט זיך געעפֿנט דורך דער פֿאַרגלאָזטער וואַנט. די צייַט איז שוין געווען נאָך מיטאָג, און די שטאָט האָט זיך ממש געגאָלדיקט אין די געדיכטע זון-שטראַלן. איך בין געשטאַנען ווידער פֿאַרגאַפֿט. די געשיכטע פֿון דאָקטער זעלדין האָט זיך נאָך אַלץ געבאָמבלט בייַ מיר אין קאָפּ, ווייַל איך האָב זי אויפֿגענומען זייער נאָענט און ממש מיטגעלעבט, אָבער פֿון דעסטוועגן, האָב איך געפֿילט אַ פֿאַרלייַכטערונג. איך האָב נאָך קיין אַנונג ניט געהאַט, וואָס וועל איך דערמיט טאָן, און צי דאַרף מען עפּעס טאָן דערמיט בכלל, אָבער די צעשפּאַלטקייט, וועלכע איך האָב געפֿילט קודם, אויסהערנדיק זעלדינס דערציילונג, האָט זיך אויסגעוועפּט, אפֿשר קלינגט עס אַ ביסל באָמבאַסטיש, אָבער אין דעם מאָמענט האָב איך בפֿירוש דערפֿילט, אַז די ייִדישע געשיכטע איז צוריקגעקומען אַהיים נאָך צוויי טויזנט יאָר אַרומוואַנדערן, אַז די ייִדישע היסטאָריע האָט זיך סוף־כּל־סוף ווידער פֿאַראייניקט מיט דער ייִדישער געאָגראַפֿיע.
פֿאָרנדיק צוריק אַהיים אין אַ טאַקסי, לענגאויס דעם בייַברעג-שאָסיי, האָב איך באַוווּנדערט דעם פּרעכטיקן זון-פֿאַרגאַנג איבערן ים, וואָס האָט אַלע פּאָר מעטער געביטן זייַנע קאָלירן. די גרינע פֿעלדער און גערטנער אויף לינקס פֿונעם שאָסיי האָבן פֿאַרשפּרייט אָ פֿרישן טראָפּישן דופֿט, דער ראַדיאָ בייַם שאָפֿער האָט געפּלאַפּלט וועגן נייַַע פּאָליטישע סקאַנדאַלן, דאָס לאַנד האָט געלעבט אַ געוויינלעכן פֿרילינג-טאָג. דער שאָפֿער, אַ מאַנצביל מסתּמא בייַ די זיבעציק, איז, ווייַזט אויס, מיד געוואָרן פֿון די פּּאָליטישע פּליאָטקעס, וואָס די קאָמענטאַטאָרס האָבן געסמאָָטשקעט ווי אַ טייַַערן דעליקאַטעס, און האָט איבערגעפֿירט דעם ראַַדיאָ אויף אַן אַנדער כוואַליע, וווּ מע האָט געזונגען נאָסטאַלגישע לידער. פּלוצעם האָט זיך פֿונעם ראַדיאָ אַ גאָס געטאָן די האָניקדיקע שטימע פֿון אופֿירה גלוסקא מיטן ליד „ציון הלא תשאלי‟ [8]. אויף די אוראַלטע ווערטער פֿון יהודה לוי. דאָס ליד האָט מיך דורכגענומען ווי אַ דונער און צוריקגעבראַכט צו דער געשיכטע פֿון דאָקטער זעלדין. איך האָב אַ טראַכט געטאָן: טאַקע, ציון הלא תשאלי??? צי וועלן אונדזערע קינדער און אייניקלעך, וואָס לעבן דאָ, אין דער ייִדשער מדינה, וויסן וואָס האָבן דורכגעמאַכט זייערע זיידעס און טאַטעס אויפֿן וועג קיין ציון? צי לערנט מען זיי גענוג אין שול וועגן דער מאָָדערנער ייִִדישער העלדישקייט? צי וועלן זיי טאַַקע וויסן און פֿאַרשטיין, וועלכן פּרייַַז האָבן באַצאָלט די פֿאָָריקע דורות פֿאַר דעם רעכט צו קומען קיין ציון? די דאָזיקע מחשבֿות האָבן מיך אַרייַַנגעבראַכט אין אַ טיפֿן עצבֿות, ווייַל די ענטפֿערס אויף די דאָזיקע רעטאָָרישע פֿראַגעס האָב איך, לייַדער, גוט געוווּסט, און זיי זייַנען ווייַט ניט קיין באַַפֿרידנדיקע…
איך האָב מיט אַ מאָל אַ טראַכט געטאָן, אַז אין אַ פּאָר וואָכן אַרום וועט דאָס פֿאָלק־ישׂראל ווידער זיצן בייַ די געדעקטע טישן און פּראַווען דעם סדר־פּסח. מע וועט לייענען די הגדה און מיט גרויס פּיעטעט איבערגעבן די פּרטים וועגן יציאת־מצרים, וואָס איז געווען מיט דרייַ מיט אַ האַלבן יאָרטויזנט צוריק. ווי קאָן זייַן אַנדערש? ס’איז דאָך אַ וויכטיקע מיצווה — יאָר אויס, יאָר אייַן דערמאָנען אָט די וווּנדערלעכע געשיכטע „והגדת לבניך‟… אָבער יציאת־סאָָוועטן-פֿאַרבאַנד, וואָס איז געווען מיט פֿופֿציק, פֿערציק יאָר צוריק, וואָס מיר זייַנען געווען לעבעדיקע עדות דערפֿון, איז דען געווען ווייניקער דראַמאַטיש? צי איז עס געווען ווייניקער העלדיש? צי קאָן דען דער עם־הספֿר זיך דערלויבן אַזוי זאָרגזאַם אָפּהיטן די ווייַטע געשיכטע, און אַזוי גרינגשעצעריש פֿאַרנאַַכלעסיקן די נאָענטע פֿון אונדז געשעענישן? צי איז אַלץ כּשורה מיט אונדזער נאַציאָנאַלן קאָלעקטיוון היסטאָרישן זכּרון?..
דערווײַל האָט זיך דער בייַברעג-שאָסיי געענדיקט, און די טאַקסי האָט זיך האַסטיק אַרייַנגעריסן אין דעם רוישנדיקן תּל-אָבֿיבֿער טומל…
[1] „אָטקאַזניק/עס‟ — ייִדן, וועלכע די מאַכט האָט אָפּגעזאָגט אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל
[2] „סאַמאיזדאַט‟ — זעלבסט-פֿאַרלאַג
[3] „וויזאָוו‟ (רוס.) — אָפֿיציעלע פֿאַרבעטונג
[4] „אָוויר‟ — אַן אַמט, וואָס גיט אַרויס דערלויבענישן אויף אַרויסצופֿאָרן
[5] קאָטעלניע (רוס.) — קעסלקאַמער
[6] קאָסיגין, אַלעקסיי (1904־1980) — פֿאָרזיצער פֿונעם מיניסטאָרן־ראַט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד
[7] פּאָדגאָרני, ניקאָלײַ (1903־1983) — סאָוועטישער מלוכישער און פּאַרטיי־טוער
[8] „ציון הלא תשאלי‟ — ציון, צי וועסטו זיך ניט נאָכפֿרעגן אויף דייַנע אַסירים?