ד״ר בערל זומאָף — דער ייִדישער מענטש

דעם 21סטן מערץ איז געשטאָרבן ד״ר בערל זומאָף ז״ל (1926־2021). ער האָט אָפּגעלעבט אַ לאַנג און שיין לעבן. פֿאַר מיר פּערזענלעך וועט בערל זומאָף פֿאַרבלײַבן ווי אַ לעבעדיקע געשטאַלט פֿון אַ וועלטלעכן ייִדישן אַמעריקאַנער. זײַן „פּינטעלע ייִד‟ איז פֿעסט אָנגעקניפּט געווען אין זײַן טאַטנס גײַסטיקער ירושה, פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער סאָציאַליסטישער אַרבעטער־באַוועגונג אין אַמעריקע. בערל האָט עס אָפּגעהיט זײַן גאַנץ לעבן סײַ ווי אַ ייִדישער כּלל־טוער און סײַ ווי אַן איבערזעצער פֿון ייִדיש. ער האָט געהאַט אַ זעלטענעם טאַלאַנט פֿון אַ דאָקטער — ער האָט געקענט אויסהערן אַ צווייטן; און ווי אַן איבערזעצער האָט ער אויפֿגעכאַפּט פּינקטלעך דעם טאָן פֿונעם אָריגינאַל און אים דרך־ארצדיק אַריבערטראָגן אין אַן אַנדער שפּראַך, חלילה נישט פֿאַרלירן די קלאָרקייט…
אין מײַן לעבן האָט בערל אָפּגעשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע; ווי דער פּרעזידענט פֿון „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאָציע האָט ער צוגעלייגט די האַנט, כּדי אַריבערצוברענגען מיך און מײַן משפּחה קיין ניו־יאָרק אויף אַרבעט אין דער צײַטונג, און ווי אַן איבערזעצער איבערגעזעצט צוויי מײַנע ביכער — דעם היסטאָרישן ראָמאַן „ווען דער גולם האָט פֿאַרמאַכט די אויגן‟ (Stones Don’t Bear Witness When the Golem Closed His Eyes: Jersey City, KTAV Publishing, 2011) און דאָס בוך פֿון דרײַ נאָוועלן „רויטע שיכעלעך פֿאַר רייטשעל‟ (Red Shoes for Rachel: Syracruse University Press, 2017); ווי אויך אַנדערע מײַנע לידער און דערציילונגען.
צו זײַן אַ גוטער איבערזעצער, מוז מען זײַן אַ גרויסער פֿאַרגינער. בשעת דער איבערזעצערישער אַרבעט, דרינגט דער איבערזעצער אַרײַן אין אַלע געדערעם פֿונעם ווערק ביז צום מאַרך, כּדי עס וואָס פּינקטלעכער טראַנספּאָנירן אין זײַן אייגענער שפּראַך. ס׳איז מיר אויסגעקומען צו הערן פֿון אייניקע איבערזעצערס, אַז זייער איבערזעצונג קלינגט בעסער פֿונעם אָריגינאַל. זומאָף, ווי אַן איבערזעצער, האָט זיך שטענדיק געהאַלטן זייער באַשיידן; פּונקט ווי אַ דאָקטער טאָר נישט אַנטפּלעקן די מעדיצינישע סודות פֿון זײַנע פּאַציענטן, מוז אויך אַן עכטער איבערזעצער אויף אַן איידעלן אופֿן „ניווילירן‟ אין זײַנע איבערזעצונגען די בלויזן פֿונעם אָריגינאַל.
נאָך מער: זומאָף האָט נישט געוואַגט זיך אָנצורופֿן מיטן וואָרט „איבערזעצער‟, און ווי אַן איבערזעצער נישט פֿאַרדינט קיין איין סענט. אַפֿילו נאָכן אַרויסלאָזן אויף זײַן אייגענעם חשבון די פּאָעטישע ביכער פֿון סוצקעווערס לידער, לידער פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין, רייזל זשיכלינסקי, צבֿי אײַזנמאַן, און דוד כּ״ץ, דעם ראָמאַן פֿון מישע לעוו „סאָביבאָר‟, ס׳רובֿ לידער פֿון דער צוויי־בענדיקער אַנטאָלאָגיע פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור אין אַמעריקע (1870־2000) וכדומה. ער איז געווען אַ גרויסער האָרעפּאַשניק!
צו זײַן אַ כּלל־טוער און דערצו נאָך אַ לאַנג־יאָריקער פּרעזידענט פֿון „אַרבעטער־רינג‟, „פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע‟, „אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟ איז גאָר נישט קיין לײַכטע פּריווילעגיע. מע קאָן מיט רעכט זאָגן, אַז בערל זומאָף האָט ממשיך געווען די טראַדיציע פֿון ייִדישע דאָקטוירים און כּלל־טוערס, אַזעלכע ווי יעקבֿ וויגאָדסקי און צמח שאַבאַד אין ווילנע.
מיר האָבן ביידע געוווינט אויף דער מיזרח־זײַט פֿון ברוקלין און כּמעט שטענדיק, נאָך אַ זיצונג פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־פֿאַרוואַלטונג פֿלעגט בערל פֿאָרלייגן מיך אָפּפֿירן אַהיים. בכלל איז ער געווען אַ פֿאַרברענטער „דרײַווער‟. זײַן אויטאָ איז געווען אַן אָרגאַנישער טייל פֿון זײַן לעבנס־שטייגער. איך פֿלעג זיך נאָך וויצלען, אַז אַזאַ „איזוואָזטשיק‟, וואָס זאָל זײַן אי אַ דאָקטער, אי אַן איבערזעצער, אי אַ בריגאַדיר־גענעראַל, אי אַ פּרעזידענט — איז בײַ קיינעם אין דער וועלט נישטאָ!
עס איז אים באַשערט געווען אַ לאַנג לעבן; דער זכות דערפֿון איז גאָר נישט קיין לײַכטער, לאַנגע יאָרן ברענגען נישט קיין מער פֿרייד. בערל האָט איבערגעלעבט זײַן ליבע פֿרוי זעלמע ע״ה. מײַן פֿרוי און איך זײַנען געווען צווישן די געסט אויף זייער „גאָלדענער חתונה‟. ער האָט איבערגעלעבט זײַן מיטעלע טאָכטער פֿרענסין, און כּמעט אַלע זײַנע אַלטע חבֿרים…
בײַ זײַנע צוויי און נײַנציק האָט ער שווער רעאַגירט אויף דעם פֿאַקט, וואָס די אַדמיניסטראַציע פֿון „בית־ישׂראל‟, וווּ ער האָט אָפּגעאַרבעט צענדליקער יאָרן, האָט אים געלאָזט אַן אַן אָפֿיס. „און מײַנע פּאַציענטן!?‟ — האָט ער זיך געקלאָגט פֿאַר מיר. ער איז געקומען צו מיר אַהיים מיט אַ פּעקל זײַנע איבערזעצונגען פֿון די באַקאַנטע ייִדישע זינג־לידער; לידער פֿון זײַן קינדשאַפֿט און יוגנט. ער האָט זיי אַלע געזונגען אויף ייִדיש. ער האָט געחלומט זיי אַרויסלאָזן ווי אַ באַזונדערע אויסגאַבע — אויף ייִדיש, ענגליש צוזאַמען מיט די נאָטן…
אין גיכן האָט ער מיר אָנגעקלונגען, אַז ער געפֿינט זיך בײַ זײַן טאָכטער אין קאָנעטיקוט. דעמאָלט האָב איך זיך דערוווּסט, אַז ער האָט אַ ראַק און דאַרף דורכמאַכן אַ קורס פּראָצעדורן. זײַן שטים האָט געקלונגען רויִק און זיכער, ווי תּמיד. זײַנע לעצטע ווערטער אין יענעם שמועס זײַנען געווען: „ווען כ׳וועל צוריקקומען קיין ניו־יאָרק, וועלן מיר שוין רעדן גענויער וועגן מײַן פּראָיעקט…‟
כּבֿוד זײַן אָנדענק!
מערץ, דירפֿילד, „סענטשערי ווילעדזש‟, פֿלאָרידע