עמיל קאַלין
2
אַ מאָדנע מידקייט האָט אַרומגענומען חיימען אַז ער האָט נאָר אַ טראַכט געטאָן וועגן דער לאַנגער נסיעה קיין נתּניה — אַן אמתע אָפּקומעניש. ווידער איז אויפֿגעשוווּמען די ווידערשפּעניקע מחשבֿה מכּוח דינגען אַן אויטאָ, כאָטש חיים האָט זיך געשוווירן נישט איין מאָל, אַז ער וועט זײַן מער שפּאָרעוודיק מיט געלט און נישט אַרויסוואַרפֿן די צוקונפֿטיקע געלטער פֿון „ביטוח לאומי‟ אויף זאַכן, וואָס זענען לחלוטין נישט נייטיק. אויס באַקוועמלעכקייטן!
ער האָט שוין כּמעט שלום געמאַכט מיט דעם געדאַנק, אַז ער וועט מוזן פֿאָרן מיט צוויי אָנגעפּאַקטע אויטאָבוסן, אָבער מ׳האָט געהאַט אָנגעזאָגט אויף דער טעלעוויזיע, אַז אויף מאָרגן וועט זיך שטעלן אַ טרוקענע חמימה. דער געזונט־מיניסטעריום האָט געעצהט אַלטע-לײַט און מענטשן, וואָס לײַדן אויפֿן האַרצן (חיים האָט פֿון לאַנג באַשלאָסן, אַז ער האָט צו טאָן מיטן האַרץ) נישט אַרויסגיין פֿון שטוב, אויב עס איז נישט גאַנץ נייטיק. אַזוי האָט זיך די וואָגשאָל גענייגט צו דער זײַט פֿון „דינגען אַן אויטאָ‟.
דער געדונגענער אויטאָ איז נישט געווען מלא-חן אָדער באַקוועם. אַז מע דינגט אַן אויטאָ פֿאַר אַ רייכערער, קריגט מען שטענדיק אַ „טאַראַנטע‟, אַן איבערבלײַבעכץ. אַ רייכערער האָט ווייניק ברירות; ער מוז זיך באַגיין מיט אַ רודער, פֿיר רעדער און אַ מאָטאָר — ווײַטער גאָרנישט. אַבי ער זאָל קאָנען רייכערן פֿראַנק-און-פֿרײַ, אָן דער מורא, אַז ער וועט דאַרפֿן אָפּצאָלן אַ שטראָף. דאָס שטײַגט איבער אַלע חסרונות.
חיים האָט טאַקע גערייכערט דעם גאַנצן וועג. גערייכערט און גערעדט. דער ספּיקער האָט נישט געשוויגן אויף קיין מינוט: דער שעף האָט אָנגעקלונגען צוויי מאָל. נאָכן שעף האָט אָנגעקלונגען די מאַמע. זי האָט פֿאַרגעסן עפּעס צו זאָגן נעכטן. וואָס האָט זי אייגנטלעך פֿאַרגעסן? זי האָט זיך נישט געקענט אין קיין שום פֿאַל דערמאָנען. אַ שאָד! עס ליגט איר אויפֿן שפּיץ-צונג. דערווײַל האָט זיך גערעדט וועגן זײַטיקע זאַכן.
דער שמועס האָט זיך געצויגן לענגער ווי חיים האָט געוואָלט, אָבער איבערשלאָגן די מאַמע? עס פֿאַסט נישט. אירע ווערטער האָבן זיך אָנגעשטויסן אין זײַן שטערן און נישט אַרײַנגעדרונגען אין די געהירן. תּיכּף נאָך דעם, וואָס זי האָט צוריקגעלייגט דאָס טרײַבל, האָט חיימס מוח גלײַך אויסגעמעקט דעם גאַנצן שמועס. ער האָט נישט געקענט, אין קיין שום פֿאַל, זיך דערמאָנען, וועגן וואָס איז נאָר אָקאָרשט געגאַנגען די רייד.
זײַן גרושה האָט אים אויכעט אָנגעקלונגען. זי האָט גערעדט צו אים קאַלט און זאַכלעך, ווי מע רעדט צו אַ פּאָלנעם פֿרעמדן. צווישן אים און אַ פֿרעמדן איז דאָ איין חילוק: מיט אים פּרוּווט זי נישט זיך אויספֿײַנען. יאָ, אַלץ האָט אַן אָנהייב און אַ סוף, האָט ער געזאָגט צו זיך. אַן אַלטער חרדי, וואָס האָט, דאַכט זיך, אָנגענומען טאַקע ערנסט דעם ענין השגחה-פּרטית, איז אַרויסגעשפּרונגען אויפֿן וועג און שיִער נישט געטראָפֿן אונטער חיימס רעדער.
די גאַס, וווּ חיימס מאַמע וווינט, איז געווען אַ זון-געשלאָגענע, אַ שטויביקע און אַ פֿאַרשלאָפֿענע. צוויי גרויסע קעץ, די איינציקע לעבעדיקע באַשעפֿענישן אויפֿן טראָטואַר, זענען געשלאָפֿן אומבאַוועגלעך אונטער דעם שאָטן פֿון אַ נידעריקן פּלויט. אין אַ רגע האָבן זיי זיך אויפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף און אַנטלאָפֿן פֿון אים ווי פֿון אַ שׂרפֿה.
חיים האָט אָנגעקלונגען אין דער טיר, אָבער קיינער האָט נישט געענטפֿערט. גוט וואָס ער האָט נישט פֿאַרגעסן צו ברענגען מיט זיך דעם שליסל. ער האָט אַ דריי געטאָן מיטן שליסל אינעם שלאָס-לאָך און די טיר האָט אים אָפּגעטראָטן דעם וועג. ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין וווינצימער מיט אַ ברייטן שלום-עליכם, אַ שלום-עליכם, וואָס איז געבליבן הענגען אין דער לופֿטן.
אַנדריי האָט נישט אַרויסגעוויזן דעם מידנסטן סימן, אַז ער האָט באַמערקט זײַן קלענערן ברודער. ער איז געזעסן אַן אײַנגעבויגענער מיט אַן אויסגעשטרעקטן האַלדז פֿאַרן טעלעוויזאָר, געכראָמטשעט בייגעלעך און נישט אָפּגעריסן קיין אויג פֿון דעם עקראַן. אויף זײַנע אַקסלען איז געהאָנגען די טיף-בלויער, פֿײַערלעכער מונדיר פֿון זייער זיידן, עליו-השלום, וואָס זיי האָבן אים קיינמאָל נישט געזען. אַנדריי טראָגט דעם זיידנס נאָמען ווי אַ צווייטן, אָבער זעלטן ווען האָט מען אים גענוצט. מויסיי חיימאָוויטש דאַווידזאָן איז געווען אַ העלד פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד. אַ ייִדישער אָפֿיצער, וואָס האָט געקעמפֿט קעגן דעם דײַטשישן שׂונא, דער „פֿאַשיסטישער חיה‟, דעם גאַנצן וועג פֿון כאַרקאָוו אַזש ביז בערלין.
ער האָט דערלעבט, געהאַט די זכיה צו זען ווי די הויפּטשטאָט פֿון דעם טויזנט-יעריקן רײַך ליגן אין געהאַקטע וווּנדן. פֿון דער מלחמה איז ער אָבער צוריקגעקומען אַ מרה-שחורהדיקער, אַ שווײַגנדיקער, אַ פֿאַרשלאָסענער; נאָר בגוואַלד וואָלט מען געקאָנט אַרויסבאַקומען פֿון אים אַ וואָרט. די גאַנצע געשיכטע וועגן אים פֿלעגט חיימס באָבע, די אַלמנה, דערציילן נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל, דעם 9טן מײַ, אינעם נצחון־טאָג איבער די פֿאַשיסטישע כּוחות, בשעת זי האָט געלייגט די קינדערלעך שלאָפֿן.
אויך אַנדריי איז געווען אַ שווײַגער. ער האָט מיט קיינעם נישט גערעדט, נאָר מיט דער מאַמען. די מאַמע האָט געטענהט, אַז ער האָט געירשנט די דאָזיקע אייגנשאַפֿט פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם זיידן, דעם העלד. קינדווײַז האָט חיים נישט פֿאַרשטאַנען וואָס איז דאָס אַזוינס, „ירשנען‟. צי מיינט דאָס וואָרט — איבערנעמען? חיים פֿלעגט זיך פֿאָרשטעלן דאָס „ירשנען‟, ווי אַ פֿײַערלעכע צערעמאָניע: ער האָט געקענט זען דעם פֿאַרשטאָרבענעם זיידע שטיין אָנגעטאָן אין זײַן טיף-בלויען אָפֿיצערישן מונדיר, אויף די פֿיס האָט ער געטראָגן אויסגעפּוצטע, שײַנענדיקע אָפֿיצערישע שטיוול. אַמאָל האָט ער געהאַלטן אין די הענט אַ בוקעט בלומען, אַ מאָל אַ מעדאַל פֿאַרן שווײַגעניש, וואָס ער טיילט צו, ווי אַן ערן-צייכן אָדער אַ באַלוינונג, דעם ערשטן אייניקל זײַנעם, אַנדרייען.
אַנדריי האָט געהאַט אַ סך אַנדערע „באַלוינונגען‟, מאָדנע גענג, וואָס פֿלעגן אויסזען מאָדנע בײַ לײַט. פֿאַר יעדער „מאָדנער‟ זאַך האָט די מאַמע געהאַט אַן אַנדער תּירוץ, אויף וועלכן ס׳איז געווען אוממעגלעך מקשה צו זײַן. מע האָט אים געמוזט אָננעמען אַזוי ווי ער גייט און שטייט: אַנדריי גייט נישט און רעדט נישט צו דער צײַט — עס וועט אַריבער ביז דער חתונה. אַלע מענטשן גייען און רעדן, נישט אמת?
אַנדריי פֿירט זיך שטאַרק מאָדנע אויף דער גאַס — די שכנים, וואָס טײַטלען אויף אים, זענען שמאָלקעפּיק און פֿאַרשטייען אַ קרענק. אַנדריי שטאַמלט און רעדט מיט צעבראָכענע זאַצן — אויך משה רבינו איז געווען אַ שטאַמלער. אַ גרויסע מעשׂה! אַלץ אין איינעם איז נישטאָ בײַ קיינעם. אַנדריי שטעקט נישט די נאָז אַרויס פֿון שטוב — אַ גוט קינד! וואָס איז דען דאָ צו טאָן אין דרויסן? אַנדריי דרייט זיך אַרום און רעדט צו זיך — אויך די גרויסע פֿילאָסאָפֿן רעדן צו זיך, אַז זיי זענען פֿאַרטיפֿט איז די אייגענע מחשבֿות. אַנדריי גייט נישט צו דער אַרבעט, קיין שום אַרבעט — די דרויסנדיקע וועלט איז שווער און אומברחמנותדיק. אַנדריי האָט זייער אַן איידעלע נשמה, קען ער נישט דערלײַדן די גראָביאַנעס בײַ דער אַרבעט. לאָזן זיי זיך בײַסן בײַ די נעזער…
די מאַמע איז צוגעגאַנגען צו אַנדריי און אַרײַנגעשריגן אים אין זײַן גרויסן, האָריקן אויער, אַז פֿימע, דאָס הייסט, חיים איז געקומען און חיים האָט, פֿון זײַן זײַט, ווידער אָפּגעגעבן דעם גרויסן ברודער אַ שלום-עליכם.
דער מאַמעס טעאָריע, איינע פֿון כּלערלײַ אַנדערע צווייפֿלהאַפֿטיקע טעאָריעס, איז געווען אַזאַ: אַנדריי הערט נישט גוט און דעריבער טרעפֿט זיך, אַז ער רופֿט זיך נישט אָפּ, ווען מ’ווענדט זיך צו אים; עס זעט אויס ווי דאָס, וואָס עס טוט זיך אַרום אים, איז אים נישט נוגע. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס איז געווען אוממעגלעך צו זאָגן אַ וואָרט וועגן דער דאָזיקער טעאָריע, ווי אויך וועגן די אַנדערע מאַמעס טעאָריעס, צוליב דעם פֿאַקט, וואָס אַנדריי האָט קיינמאָל נישט אַדורכגעמאַכט אַ געהער-אַנאַליז און ס׳איז בכלל אַ ספֿק, אויב ער איז מסוגל אַזאַ אַנאַליז אַדורכמאַכן. יעדנפֿאַלס, די מאַמע האָט געהאַלטן, אַז ער דאַרף עס נישט אַדורכמאַכן, ווײַל ער נייטיקט זיך נישט אין אַ הער-אַפּאַראַט.
איצט האָט אַנדריי געמורמלט אַ קורצן „עליכם-שלום‟, אפֿשר צו זיך און אפשר צו פֿימען. זײַנע עטוואָס צוגעזשמורעטע אויגן זענען פֿאַרבליבן נאָך אַלץ צוגעקאָוועט צום עקראַן, וווּ מ׳האָט געקאָנט זען, ווי אומענדלעכע רייען גלאַנצנדיקע טאַנקן פֿאָרן אויפֿן „רויטן פּלאַץ‟. סאָלדאַטן, אַלע מיט דער זעלבער פֿאַרשטיינערטער, ערנסטער מינע, זענען געשטאַנען אין די אָפֿענע קאַבינעס. זיי האָבן אויסגעזען, ווי זיי וואָלטן פֿאַרפֿרוירן געוואָרן סאַלוטירנדיקערהייט. דער אָרקעסטער פֿון דער רויטער אַרמיי האָט געשפּילט אַ טרויִמף-מאַרש.
קרישיקלעך פֿון די בייגעלעך האָבן זיך אַראָפּגעקײַקלט אויף די ריזיקע אויערן פֿון דעם שמייכלענדיקן מיקי-מאַוס, וואָס האָט זיך אויסגעצויגן אויף אַנדרייס שטאַרצנדיקן בויך. חיים האָט געהאַט אַ פּלוצעמדיקן פֿאַרלאַנג צו פֿרעגן די מאַמען הלמאַי אַנדריי, אַ מאַן וואָס איז שוין, דאַכט זיך, נישט קיין ייִנגעלע נאָר כּמעט אַכט און פֿערציק יאָר אַלט, איז נאָך אַלץ אָנגעטאָן איז אַזאַ קינדיש העמדל. ער האָט אָבער ווויל געוווּסט, אַז אָזעלכע ווערטער וועלן דאָ גאָר נישט פּועלן. עס איז שוין צו שפּעט.
די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט פֿון לאַנג, פֿאַרענדיקט מיט אַ וויסטער מפּלה.
חיים האָט אויפֿגעהויבן די פּושקע מיטן קלאַפּערגעצײַג, וואָס ער האָט געבראַכט מיט זיך, און איז געגאַנגען אין טואַלעט, צו זען וואָס איז דער מער מיט דער וואַסער־סיסטעם. דער מצבֿ דאָרט איז נישט געווען קיין פֿויגלדיקער. אויף דער טיר האָט אויסגעפֿעלט די קליאַמקע. זי האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף אַ בלויען עמער מיט פֿאַרטריקנטע קאַלך־שטיקער אויפֿן ראַנד, פֿול מיט וואַסער, גרייט פֿאַר יעדן איינעם וואָס דאַרף עס אַראָפּצוּוואַשן וואָס ס׳זאָל נישט זײַן. דאָס שמאָלע צימער איז געווען אָנגעזעטיקט מיט אַ האַרבן ריח, אַ געמיש פֿון אַ שאַרפֿן רייניקונג-שטאָף, שוואָמען און פֿײַכטקייט.
דער קאַסטן איבערן בית-הכּיסא איז געווען געל פֿאַר אַלטקייט און שטויביק. די מאַמע איז דאָך ערשט געוואָרן פֿינף און זיבעציק יאָר אַלט, און דאַכט זיך, אַז אַלע אירע חושים זענען געוואָרן שוואַכער. דערצו האָבן אירע הענט לײַכט געציטערט („דאָס איז נישט פּאַרקינסאָן!‟), האָבן אירע כּוחות נישט געסטײַעט צו רייניקן אַליין. וועגן אַ פֿרוי, וואָס זאָל קומען איר צוהעלפֿן מיט די שטוביקע אויפֿגאַבן, וויל זי נישט הערן. פֿימע האָט געעפֿנט דעם צודעק און אַרײַנגעקוקט אין די „געדערעם‟ פֿון דעם קאַסטן: אַ פּשוטער קראַנט, צוגעבונדן צו אַ פֿאַרזשאַווערטן וואַסער-רער, האָט אַרויסגעשטעקט פֿון דער וואַנט. ער איז געווען פֿאַרשטאָפּט צוליב דעם פֿאַרשטיינערטן שמוץ, וואָס האָט זיך צוזאַמענגעקליבן אין פֿאַרלויף מיט יאָרן און איצט איז געווען אוממעגלעך פּטור צו ווערן פֿון אים. אַזוי אַרום האָט דער קראַנט בלויז געטריפֿט. מע האָט געדאַרפֿט וואַרטן שעהן ביז דער קאַסטן איז געוואָרן פֿול ווידער נאָכן אַראָפּפֿליסן דאָס וואַסער.
די צווייטע צרה איז געווען די שלאַבעריקע פֿאַרבינדונג צווישן דעם דרויסנדיקן קנעפּל און דעם לענגלעכן, פּלאַסטישן חלק, וואָס הייבט זיך אויף און לאָזט דאָס וואַסער, וואָס זאַמלט זיך אין קאַסטן אָן, אַראָפּפֿליסן. ווי אַ רעזולטאַט, איז אַראָפּגעפֿלאָסן ווייניק וואַסער, ווען ער האָט אַ קוועטש געטאָן דאָס קנעפּל. די מאַמע, די קליינע פֿרוי מיט קרישטאָליזירטע דעות, איז געשטאַנען הינטער פֿימעס רוקן און געשיט מיט עצות: „טו אַ דריי דאָרטן, דאַרפֿט פֿאַרפֿעסטיקן דאָ. דאָרט, נישט דאָ! דאָס טויג נישט. מיינסט, ס’וועט האַלטן?‟ זי האָט געטענהט, אַז דאָס קנעפּל גייט אַראָפּ נאָר אַ האַלבן וועג, נישט דעם גאַנצן וועג און דעריבער איז דער שטראָם אַזוי שוואַך. איר „דיאַגנאָזע‟ האָט נישט געהאַט קיין שום זין, אָבער חיים האָט גאָר נישט געזאָגט. צו וואָס רעדן? לסוף, האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו פֿאַרבינדן פֿעסטער דאָס קנעפּל מיטן לענגלעכן שטיקל. איצט וועט דער שטראָם, האָפֿנטלעך, זײַן שטאַרקער.
דאָס וועט אָנהאַלטן אַ שטיקל צײַט, נישט צו לאַנג. דער פּלאַסטיק וועט זיך גאָר גיך צעברעקלען. דאָס איז אומפֿאַרמײַדלעך. מע דאַרף פּשוט אַרויסוואַרפֿן דעם פֿופֿציק־יאָריקן טואַלעט און קויפֿן אַ נײַעם. ער האָט דאָס נישט געזאָגט דער מאַמען, נישט געוואָלט זי מצער זײַן. סײַ ווי ליגט עס נישט אין אירע הענט. דער קאַרגער בעל-הבית וועט, געוויס, נישט אַרײַנלייגן קיין איין שקל ביז דאָס וואַסער וועט נישט דערגרייכן ביזן איבערן האַלדז.
די מאַמע האָט אַ צופֿרידענע אַראָפּגעפֿלאָסן דאָס וואַסער און דער שטראָם איז טאַקע געווען עטוואָס מעכטיקער. אָבער בלײַבן צופֿרידן אויף אַ לענגערער צײַט, ליגט נישט אין איר טבֿע. די צופֿרידנקייט האָט זיך אויסגעוועפּט ביז דאָס גאַנצע וואַסער האָט זיך אַראָפּגעפֿלאָסן. תּיכּף נאָך דעם האָט זי גענומען חיימען אויף אַ פֿאַרהער; וואָס עס טוט זיך מיט זײַן גרושה, די מרשעת? זי איז איצט צופֿרידן? זי האָט שוין פֿאַרענדיקט צאַפּן זײַן בלוט?‟ זי האָט נישט געוואַרט אויף קיין ענטפֿער. זי האָט סײַ-ווי אַלצדינג געוווּסט פֿון פֿאָרויס, האָט זי ליב געהאַט צו ענטפֿערן אויף די אייגענע קושיות אַליין: „אַוודאי, האָט זי פֿאַרענדיקט זויגן דאָס בלוט! עס איז דען געבליבן בלוט אין דײַנע אָדערן? הײַנט רינט דאָרטן נאָר זויערמילך. ער שטייט הויל און נאַקעט. אַלץ האָט זי אײַנגעריסן בײַ אים: די שטוב, דאָס מעבל (דאָס פּאָרפֿאָלק האָט געוווינט אין אַ געדונגענער דירה און דאָס מעבל איז נישט געווען זייערס), אויכעט דאָס העמד אויפֿן לײַב נעמט זי פֿון אים אַוועק. און ער? ער זעט נישט דאָס אייגענע פּנים אין שפּיגל. אוי, אַ שרעק! ער האָט עפּעס געהאַט אין מויל פֿאַר דעם, ווי ער האָט זיך אַוועקגעזעצט אין זײַן אויטאָ?‟.
די מאַמע האָט נישט געטאָרט וויסן, אַז למעשׂה פֿאַרמאָגט ער נישט קיין אויטאָ און נישט קיין אַרבעט. דאָס קען שאַטן איר געזונט. פֿימע געדענקט נאָך גאַנץ גוט דעם טאָג, וועט מ׳האָט זי געפֿירט מיטן אַמבולאַנס אין שפּיטאָל אַרײַן, צוליב אַ מיסטעריעזער קראַנקהײט, וואָס האָט זי געפּלאָגט נאָכדעם ווי זי האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם גט. נאָך אָן אַ שיעור אַנאַליזן זענען די דאָקטוירים געקומען צו דער מסקנה, אַז זי איז פֿולשטענדיק געזונט און מ׳האָט זי אויסגעשריבן. זי איז געווען איבערצײַגט אַ פּאָר חדשים, אַז זי האַלט שוין בײַם סוף, ביז די קרענק איז אין אַ שיינעם טאָג נעלם געוואָרן, גלײַך ווי גאָרנישט.
„אַוודאי, האָסטו נישט געגעסן!‟, — האָט אים די מאַמע געזאָגט מוסר לויט איר שטייגער: גערעדט איבערהויפּט צו זיך און ערשט דערנאָך צו אים, — „קודם טוסטו און ערשט נאָכדעם גיסטו אַ קלער. אוי, ריבונו של עולם! קוקט אים אָן. ער איז געקומען אויף אַ ניכטערן מאָגן צו זײַן מאַמען. נישקשה, זי וועט שוין עפּעס שטעלן אויפֿן טיש. די פּענסיע, וואָס די יידישע מדינה צאָלט, קלעקט אויף אַ צאָן. בנאמנות, ווי איך און אַנדריי האַלטן אויף? דאָס איז טאַקע אַ נס. פֿימע, האָט געמעגט צולייגן אַ האַנט. דער רוח וועט אים נישט נעמען… שאַ שאַ!‟, — האָט די קליינע פֿרוי זיך געפּאַטשט איבערן מויל, ווי ס׳וואָלט גערעדט אָן איר רשות, — „פֿימע איז אַ גוט קינד. ער שפּײַט אויס די לונגען בײַ דער אַרבעט און איצט וועט ער דערצו מוזן צאָלן זײַן מרשעת, וואָס וויל אַ חלק האָבן אין זײַן פֿאַרדינסטל, אָבער נישט צוגעלייגט אַ פֿינגער צו העלפֿן מיט זײַן האָרעוואַניע!‟.
מאָדנע, געוויינטלעך, האָבן דער מאַמעס אומענדלעכע מאָנאָלאָגן און מוסר זאָגן, אַרויסגערופֿן בײַ פֿימען פֿאַדרראָס און כּעס, איצט אָבער האָבן אירע ווערטער געקלונגען טעמפּ, ליידיק, מאַכטלאָז, נישט בײַסנדיק און אײַנדרינגענדיק. זאָל דאָס זײַן אַ פּועל-יוצא פֿון דער לאַנג-יאָריקער פּסיכאָלאָגישער טעראַפּיע? אַ דאַנק די כעמיקערס אין דער פֿאַבריק פֿון „ציפֿרעלאַקס‟? אַ סאָרט אייגענע טעמפּקייט אָדער פֿאַרצווייפֿלונג?
די מאַמע איז געגאַנגען אין איר שלאָפֿצימער — אַ סימן, אַז די זי וויל זיך מיטטיילן מיט אים מיט עפּעס וואָגיקס. פֿימע איז די גאַנצע שפּיל דערעסן געוואָרן און דאָך האָט זיך געלאָזט גיין נאָך איר, ווי אַ קליין ייִנגעלע. דער צימער איז געווען פֿינצטער ווי אין מיטן דער נאַכט. זי עפֿנט נישט די לאָדנס, אַ פֿרעמד אויג זאָל חלילה נישט דערזען די אוצרות, וואָס ליגן בײַ איר אין שאַפֿע. די מאַמע האָט אַן עפֿן געטאָן די שאַפֿע, זיך אײַנגעבויגן אַ ביסל און זיך אומגעדולדיק געגריבלט אויף דער אונטערשטער פּאָליצע, וווּ עס געפֿינט זיך איר „שפּאָר-קאַסע‟ — אַ ברוינער קאָנווערט, אײַנגעוויקלט אין אַן שוואַרצן נײלאָן־זעקעלע.
פֿימע האָט נישט מיטגעהאַלטן מיטן מאָנאָלאָג און איצט האָט ער נישט פֿאַרשטאַנען, וואָס פּלוצעם פֿאָכעט די מאַמע מיטן ברוינעם קאָנווערט און רעדט וועגן דער אייגענער לוויה; איר שטים איז געווען שטיל און הייזעריקלעך-אָנגעשטרענגט, ווי די ווענט וואָלטן געקענט זי הערן. זי האָט געלאָזט פֿימען צו וויסן, אַז זי וויל נישט קיין ייִדישע לוויה. עס איז איר ביליקער מע זאָל פֿאַרברענען איר טויטן קערפּער. זי וועט זיך פֿילן אַ סך בעסער אַזוי, ווי אַ הײַפֿעלע אַש. וועמען טויגן אירע פֿאַרפֿוילטע ביינער? סײַ־ווי וועט קיינער נישט קומען צו איר קבֿר. אין דעם קאָנווערט זענען דאָ פֿינף טויזנט שקל. זי וויל נישט, חלילה, אירע קינדער זאָלן האָבן איבעריקע הוצאָות צוליב איר טויט. זי בעט אים ער זאָל זיך אָפּגעבן מיט די נייטיקע פּרטים. אַנדריי איז אַ פּוטערדיקער, אַן ערלעכער. גלייבט אויפֿן וואָרט. זי האָט מורא ער זאָל נישט אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון שאַרלאַטאַנען. זיי ווייסן גאַנץ גוט ווי אַרויספּאָמפּען דאָס געלט.
אַ מיליטערישער כאָר האָט הויך צעזונגען פֿון דעם טעלעוויזאָר אין וווינצימער. דערנאָך איז געקומען עפּעס, וואָס האָט געקלונגען ווי אַ קנאַל, אַ שאָס פֿון אַ האַרמאַט און אַ הילכיקער „הוראַ‟. באַגלייט פֿון אָט די טריומף-קלאַנגען, האָט זיך חיים געזעגנט מיט דער מאַמען. ער מוז לויפֿן צו דער אַרבעט, זי ווייסט דאָך, וואָס פֿאַר אַ וויכטיקע ראָלע ער שפּילט דאָרט אין דער קאַמפּאַניע. ער האָט צוגעשאָקלט צו אַנדרייען: „זײַ געזונט!‟ אַנדריי האָט געקײַט די בייגעלעך מיט גרויס התמדה. „זײַ געזונט‟, — האָט ער געענטפֿערט שטיל, נישט אָפּרײַסנדיק קיין אויג פֿון דעם עקראַן.
אַראָפּגייענדיק די טרעפּ, האָט חיים געהאָפֿט, אַז תּיכּף וועט ער דערפֿילן אַ דערלײַכטערונג. נאָך יעדן באַזוך בײַ דער מאַמען פֿלעגט ער דערפֿילן, אַז עמעצער ציט אים בײַם אַרבל צוריק, אַהין, אין טשערנאָוויץ. אַ קול שעפּטשעט אים אין אויער, אַז נישט געקוקט אויף אַלע באַמיִונגען, איז ער נאָך אַלץ פֿימע, אַן אומבאַהאָלפֿן קינד. ס׳איז אומגלייבלעך, וויפֿל פּחדים נעסטיקן אין אַזאַ קליינער פֿרוי. וויפֿל פּחדים נעסטיקן אין אים, אין פֿימע-חיים. ער האָט געהאַט אַ שטאַרקן פֿאַרלאַנג צו פֿאַררייכערן אַ סיגאַרעט. גוט וואָס די באַגעגעניש מיטן פּסיכאָלאָג וועט פֿאָרקומען אין אָוונט. די לופֿט אין זײַנע לונגען ווערט שיטער.
המשך קומט