יעווגעני קיסין
אַפּריל 12
בײַ מיר איז אַלץ, װי פֿריִער: נאָכן אָנבײַסן שפּאַציר איך אין לעטנאַ־פּאַרק און לערן זיך העברעיִש בעשתן שפּאַצירן, דערנאָך אַרבעט איך, און אין אָװנט שטודיר איך קאַרס בוך.
שױן מיט אַ געװיסער צײַט צוריק האָב איך באַמערקט, אַז גאָר אָפֿט פֿאַררופֿט זיך קאַר אױף מאַרקסן, כּדי צו באַשטעטיקן זײַנע אײגענע געדאַנקען. הײַנט, אָנגעטראָפֿן װידער אַ מאָל אױף אַ ציטאַטע פֿון מאַרקסן, האָב איך אַ קוק געטאָן אינעם אינדעקס — כּך–הװה: מאַרקס׳ נאָמען איז דערמאָנט אינעם בוך מער װי אַלע אַנדערע! קאַר אַלײן שרײַבט באַריכות מכּוח דעם, הלמאַי אײדער שטודירן געשיכטע (אַ היסטאָריש װערק), דאַרף מען שטודירן דעם היסטאָריקער, װאָס האָט זי אָנגעשריבן, און אײדער שטודירן דעם היסטאָריקער, דאַרף מען שטודירן זײַן צײַט און סבֿיבֿה. דװקא אַזױ! — און עס קער זיך אָן אױך צו קאַרן גופֿא, מחמת ער איז בפֿירוש געבליבן אַ פּראָדוקט פֿון זײַן תּקופֿה און אַרומרינגלונג.
מיט בערך נײַן יאָר צוריק האָב איך געהאַט אַ טשיקאַװן װיכּוח מיט אײנעם אַ יונגן־מאַן. אין מײַ 2011 איז דער פֿאָלגנדיקער בריװ אױפֿגעקומען אױפֿן פֿאָרום פֿון מײַן דעמאָלטיקער פֿאַן־קלוב־װעבזײַט:

„איך בין ניט זיכער, צי אָט די װענדונג װעט דערגיין צו די אױערן פֿונעם גרעסטן פּיאַניסט פֿון אַלע צײַטן. אַװדאי, מײן איך יעװגעני קיסינען. זײַנע אַנומלטיקע דערגרײכונגען אין מוזיק זײַנען ממש אױסערגעװײנטלעך (איך האָב בפֿירוש אין זינען פּראָקאָפֿיעװס קאָנצערטן, רעקאָרדירט לעבעדיקערהײט מיט אַשכּנזי). נאָר איך מוז מודה זײַן, אַז קיסינס ניט–געשיקטער בריװ צו דער אַנאָנימער פֿרױ, װאָס ער רופֿט זי אָן „T.‟, האָט מיר צוגעגעבן כּוח און אַ געװיסע גאװה צו קריטיקירן קיסינען פֿאַר אײניקע באַאומרויִקנדיקע טענות, װאָס אָט דער געניאַלער אַרטיסט האָט אַרױסגעזאָגט אינעם אױבנדערמאָנטן בריװ. איך װעל זיך באַגרענעצן מיט בלױז צװײ אַזעלכע בײַשפּילן.
- װען קיסין שרײַבט: „דער מערבֿ דריקט קײנעם ניט אונטער, דאָס איז אַן אָביעקטיװער פֿאַקט‟ — קאָן איך בשום־אופֿן ניט מסכּים זײַן. ס׳בלײַבט מיר פּשוט קײן אַנדער ברירה ניט, סײַדן מײנען, אַז קיסין איז ניט גענוג אָנגעלײענט אין די דיסציפּלינען פֿון פֿילאָסאָפֿיע, סאָציאָלאָגיע און פּסיכאָאַנאַליז. עטלעכע זײַטן פֿון פֿרױדן, מאַרקסן, ניצשע אָדער הײַדעגערן מאַכן אין גאַנצן קלאָר, אַז אַנטװיקלטע קאַפּיטאַליסטישע געזעלשאַפֿטן פֿונעם מערבֿ קאָנטראָלירן, װי קײן מאָל פֿריִער, דעם מענטשן דורך זײער אידעאָלאָגישער מאַשין, װאָס װערט אומפֿאַרמײַדלעך אַבסאָרבירט פֿון אונדז, „פֿרײַע‟ בירגערס. װאָס איך װיל דאָ זאָגן יעװגעני קיסינען איז, אַז צו זײַן פֿרײַ מײנט ניט פּשוט צו זאָגן אַלץ, װאָס איר װילט, װײַל דאָס, װאָס איר װילט, װערט אָנגעבונדן אױף אײַך, דיקטירט צו אײַך פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן און קולטורעלן מיליע, אין װעלכן איר האָט ניט אױסגעקליבן געבױרן צו װערן.
- איך בין אױך געװען זײער שאָקירט צו לײענען די פֿאָלגנדיקע װערטער: „זײ זײַנען מײַנע אָביעקטיװע שׂונאים‟, װערטער אָנגעשריבענע הױך מיט גרױסע אותיות, גלײַך װי זײ האָבן געזאָלט שרײַען אױף דעם לײענער. צי איז אַזאַ צוגאַנג קלוג? איך װאָלט געװאָלט פֿאָרלײגן, אַז קיסין זאָל זיך באַקענען מיט דער גאַנצער פֿילאָסאָפֿיע, סאָציאָלאָגיע און פּסיכאָאַנאַליז. איך האָף זײער, אַז מײַן קריטיק װעט ניט אױפֿגענומען װערן װי פּאָליטיש מאָטיװירט. איך בין אַ 23–יאָריקער אַספּיראַנט, און איך בין מודה, אַז עס האָט מיר אָפּגעגליקט אױסצוּװאַקסן װײַט פֿון אַנטיסעמיטיזם. איך האַלט זיך ניט גענוג באַהאַװנט אין דער פֿראַגע פֿונעם ישׂראל–פּאַלעסטינישן קאָנפֿליקט, כּדי צו מאַכן װאָסערע–ניט–איז קאָמענטאַרן מכּוח אַזאַ ענין. איך האָף אָבער, אַז אַזאַ גלענצנדיקער אַרטיסט, װי יעװגעני קיסין איז אָן שום ספֿק, װעט למען–השם לײגן אַכט אױף אַזעלכע גרױסע דענקער פֿון אַמאָל װי מאַרקס, ניצשע, פֿרױד, הײַדעגער און דערידאַ. דער לעצטער פֿון זײ איז געשטאָרבן ניט אַזױ לאַנג צוריק, און זײַנע װערק זײַנען גלאַט נײטיק פֿאַר יעדן, װאָס רעדט צו דער װעלט אין נאָמען פֿון אַ גאַנצן פֿאָלק, װאָס קיסין איז מסוגל און האָט דאָס רעכט צו טאָן. זאָל ער זיך ספּראַװען מיט דעם און װערן אַ גרױסער דענקער, װי אױך אַ גרױסער שרײַבער.
פּ.ק. [1]‟.
אַ ביסל שאָקירט, האָב איך אָנגעשריבן דער גרינדערין און מאָדעראַטאָרין פֿון דער װעבזײַט, װי באַאומרויִקנדיק איז דאָס, װאָס אַ יונגער מאַן אין אונדזער צײַט האַלט מאַרקסן פֿאַר אַ גרױסן דענקער, און אַז אין דער ביבליאָטעק פֿון אונדזער װעבזײַט איז דאָ נתן שטשאַראַנסקיס בוך „צום פֿאַרטײדיקן דעמאָקראַטיע‟, װאָס דערקלערט לגמרי קלאָר דעם חילוק צװישן the fear society, אין װעלכער איך בין געבױרן געװאָרן און אױסגעװאַקסן, און the free society, װאָס עקזיסטירט אױפֿן מערבֿ. איך האָב איר אױך איבערגעשיקט אַן אָפּרוף אױף מאַרקס׳ „צו דער ייִדישער פֿראַגע‟, דערקלערנדיק, אַז אָט דער עסײ דעמאָנסטרירט בולט, װאָס פֿאַר אַן אױסװוּרף און מאָנסטער מאַרקס איז געװען פֿאַר מיר און מײַן גאַנצן פֿאָלק. זי האָט איבערגעגעבן דעם מחבר פֿונעם בריװ מײַן רעאַקציע, און יענער האָט אָנגעשריבן נאָך אײן װענדונג, אַדרעסירט שױן מיר פּערזענלעך:
„חשובֿער הער קיסין,
מע דאַרף ניט זײַן אַ האַרטקעפּיקער מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, כּדי אָפּצושאַצן אײניקע פֿון מאַרקס׳ אידעען. איך װעל זיך באַגרענעצן מיט בלױז צװײ:
מאַרקס האָט באַהױפּט, אַז מענטשן שאַפֿן געשיכטע אין באַדינגונגען, װאָס ניט זײ אַליין קלײַבן אױס. מאַרקס האָט אױך פֿאַרשטאַנען, אַז קולטור, שפּראַך און אידעען גײען אַרױס ניט פֿון אַ געטלעכער װעלט אױסער אונדז, נאָר האָבן זײער יסוד אין דער מאַטעריעלער װעלט.
אַזעלכע צװײ השערות זײַנען באמת רעװאָלוציאָנערע, בעת מע אַנאַליזירט אױף אַ רעטראָספּעקטיװן אופֿן די אַנטװיקלונג פֿונעם אינטעלעקטועלן געדאַנק. מאַרקס איז אַ גרױסער דענקער פֿון אַמאָל ניט װײַל קאָמוניזם איז גרױס, נאַר מחמת ער איז געװען אַן ערנסטער דענקער, װאָס האָט קריטיקירט קאַפּיטאַליזם און זײַן ברוטאַלע אידעאָלאָגישע מאַשין. פֿאַר װאָס זאָלט איר זײַן באַאומרויִקט, װאָס איך האַלט מאַרקסן פֿאַר אַ גרױסן דענקער? װאָס שײך פֿרױדן, ניצשע, הײַדעגערן און דערידאַ? צי זײַנען זײ אַלע פֿאַרעלטערט, לױט אײַער מײנונג? בײַ מײַן גאַנצן דרך–ארץ, הער קיסין, צי האָט איר אַמאָל געהאַט חשק צו לײענען פֿרױדן, ניצשע, הײַדעגערן אָדער דערידאַ? און אױב דער ענטפֿער איז „נײן‟, צי מײנט איר ניט, אַז ס׳איז אײַער דרינגעװדיק אַחריות צו באַקענען זיך מיט זײערע װערק? בקיצור, אױב איר װילט רײדן װעגן פּאָליטיק, אױב איר שטרעבט, מע זאָל אײַך האַלטן ניט בלױז פֿאַר אַ מוזיקער, נאָר אױך פֿאַר אַן אינטעלעקטואַל, האָב איך מורא, אַז מע װעט ניט קאָנען אײַך אָננעמען ערנסט, ביז איר װעט זיך ניט צוגרײטן, דאָס הייסט, ביז איר װעט זיך ניט באַקענען מיט דער אַנטװיקלונג פֿונעם אינטעלעקטועלן און פּאָליטישן געדאַנק, אָנהײבנדיק פֿון אוראַלטע גריכן און דורכרײַסנדיק זיך דורך די ירושות פֿון ניצשע, פֿרױדן, מאַרקסן, הײַדעגערן, דערידאַ — כ׳דערמאָן בלױז אײניקע גרױסע דענקער. „גרױסע‟ מײנט דאָ, אַז זײ האָבן אַרײַנגעבראַכט רעיונות, װאָס זײַנען געװען אומבאַקאַנט פֿאַר זײ. אַנדערש גערעדט, האָבן זײ ממשותדיק געענדערט די אינטעלעקטועלע װעלט. אַלץ, װאָס איך מײן איז, אַז אױב איר װילט, מע זאָל אײַך ערנסט האַלטן פֿאַר אַן אינטעלעקטואַל, דאַרפֿט איר תּחילת װערן אײנער, און דאָס מײנט, לײענען אַ סך פֿילאָסאָפֿיע, סאָציאָלאָגיע און פּסיכאָאַנאַליז. ניצשע, מאַרקס און פֿרױד זײַנען לאַנג געשטאָרבן, נאָר שאָפּען, מאָצאַרט און באַך — אױך. זײ זײַנען ניט פֿאַרעלטערט, און ס׳איז אַ פֿאַרדראָס צו לערנען, אַז איר זײַט באַאומרויִקט פֿון מײַן אָנרופֿן מאַרקסן אַ גרױסן דענקער פֿון אַמאָל. איך האָב מורא, אַז דװקא איר דאַרפֿט װערן מער אינפֿאָרמירט אָדער, כ׳װעל זאָגן, אָנהײבן זיך באַקענען צום ערשטן מאָל, עס דוכט זיך, מיט ניצשע, פֿרױדן, מאַרקסן, הײַדעגערן, דערידאַ — װידער, כ׳דערמאָן בלױז אײניקע פֿון די דענקער, מיט װעמען איר דאַרפֿט ווערן באַקאַנט.
איך האַלט, װי פֿריִער, אַז איר זײַט אַ גאָון, פּונקט װי קאַראַיאַן האָט געהאַלטן. לאָמיר אָבער ניט פֿאַרגעסן, אַז װאַגנער איז אױך געװען אַ זשעני פֿון מוזיק, נאָר ניט קײן געניאַלער דענקער אָדער שרײַבער. איך האָף, אַז איר װעט מיך פֿאַרגעבן, אױב איך בין געװען צו שאַרף אין מײַנע װערטער. כ׳בעט אײַך, ענטפֿערט מיר אױספֿירלעך, איך װעל אומבאַדינגט לײענען יעדעס װאָרט אײַערס. און איך װעל זיך באַקענען מיטן ישׂראל–פּאַלעסטינישן קאָנפֿליקט, אָנהײבנדיק פֿון לײענען דעם אַרטיקל, װאָס איר האָט פֿאָרגעלײגט [2]. מײַנע װערטער קומען פֿון מײַן האַרצן, מײַן פֿרױ איז דאָס חנעװדיקסטע רוסיש–ייִדישע מײדל אין דער װעלט, און מיר לאָזן ניט דורך קײן אײן קאָנצערט אײַערן, װען איר קומט צו פֿאָרן אין דער שטאָט, װוּ מיר בײדע װױנען. אונדזער געװעזענער פּיאַנע־פּראָפֿעסאָר האָט געקענט אײַער פּיאַנע־פּראָפֿעסאָר אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, און אַמאָל האָבן מיר גערעדט מיט אײַך נאָך אַ קאָנצערט.
כ׳װאַרט אױף אײַער ענטפֿער.
פּ.ק‟.
איך האָב אָנגעהױבן שרײַבן אַן ענטפֿער — און פּלוצעם האָט דער יונגער–מאַן פֿאַרעפֿנטלעכט די פֿאָלגנדיקע װענדונג אױפֿן פֿאָרום פֿון דער װעבזײַט:
„איך װאָלט געװאָלט אָנשרײַבן 3 זאַכן, די ערשטע איז העכסט דרינגעװדיק און װיכטיק:
- יעװגעני קיסין האָט גאָר קײן מגע–ומשׂא ניט מיט אָט דער װעבזײַט. נאָכן אױספֿאָרשן דעם ענין װײַטער, האָב איך אױסגעקלאָרט, אַז קיסין האָט לחלוטין קײן שום אַנונג ניט, װאָס זײַן נאָמען װערט אױסגענוצט פֿאַר פּראָפּאַגאַנדירן די זאַך פֿון ישׂראל. ער איז געװען שאָקירט צו לערנען, אַז אַפֿילו די בריװ זײַנען געשריבן געװאָרן אין זײַן נאָמען. קורץ גערעדט, קיסין קאָמוניקירט ניט מיט סיוזען, דער מאָדעראַטאָרין פֿון אָט דער װעבזײַט, און ער פֿאַרזיכערט מיך, אַז ער װעט פֿירנעמען אַלע נייטיקע מאָסמיטלען, כּדי אַרױסצונעמען די װעבזײַט פֿון דער אינטערנעץ.
- פֿאַר אָט דער װעבזײַט בין איך געװען עפּעס גלײַכגילטיק צו דער פּאַלעסטיניש–ישׂראלדיקן קאָנפֿליקט. איצט פֿאַרשטײ איך, אַז בײדע צדדים לײַדן פֿון העכסט עם–הארצישע מענטשן אָפּשײַ צו אַן אַנדערן, װאָס רופֿן מאַרקסן אָן אַ מאָנסטער און אױסװוּרף, װאָס פֿאַרעפֿנטלעכן פּריװאַטע קאָרעספּאָנדענצן אַפֿילו אָן בעטן אַ דערלױבינעש צו טאָן עס, הקיצור, מענטשן, װאָס זײַנען ניט צוגעװױנט צו טראַכטן, נאָר רײדן אומזיסט און אומנישט.
- מיר איז טרױעריק, װאָס ייִדן, און בפֿרט סאָװעטישע ייִדן, זײַנען בכלל גענײגט צו איגנאָרירן די ירושות פֿון גרױסע דענקער פֿון אַמאָל, אַזעלכע װי מאַרקס, פֿרױד, ניצשע, הײַדעגער, דערידאַ — כ׳דערמאָן בלױז אײניקע. די שמועסן, װאָס איך האָב געהאַט מיט מיטגלידער פֿון אָט דער װעבזײַט, װײַזן מיר, װי מענטשן װילן ניט אַפֿילו טראַכטן װעגן לײענען שװערע טעקסטן. גאָט איז טױט, און ייִדן, אַ פֿאָלק װאָס האָט אַזױ פֿיל געליטן אין דער פֿאַרגאַנגענהײט, זאָלן פֿאַרשטײן, אַז טראַכטן פֿאָדערט אַ סך באַמיִונגען און צוגרײטונג. עס קומט ניט פֿון זיך אַלײן, ניט וויכטיק, אױף װעמענס זײַט איז גאָט, װאָס איז טױט.
פֿון אָט דער װעבזײַט האָב איך אָפּגעלערנט עפּעס, װאָס קאָן אױסגעדריקט װערן מיט אַ רוסיש װערטל. איך האָב ניט ליב אױסניצן פֿאָלקס–חכמה, כּדי צו באַשטעטיקן מײַנע געדאַנקען, נאָר דאָ, מײן איך, איז עס פּאַסיק:
„שטרײַט ניט מיט אַ שוטה, װעט מען קאָנען ניט באַמערקן דעם אונטערשײד.‟
װוּ אָט דער חכם האָט „אױסגעפֿאָרשט דעם ענין‟ און װער האָט אים פֿאַרזיכערט מכּוח עפּעס אין מײַן נאָמען — דאָס הײב איך ניט אָן צו װיסן עד היום. װען סיוזען האָט אים איבערגעשיקט דעם אָנהײב פֿון מײַן ענטפֿער, האָט ער זיך אָפּגעזאָגט צו גלײבן, אַז עס קומט אַרויס פֿון מיר, און געמאָלדן, אַז אױב סיוזען װעט ניט שליסן אונדזער װעבזײַט, װאַרט אױף איר אַ טורמע אָדער אַ גרױסער געלט–שטראָף.
סוף–כּל–סוף האָב איך אים אָנגעשריבן דעם פֿאָלגנדיקן ענטפֿער, װאָס סיוזען האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אױף דער װעבזײַט:
„חשובֿער הער ק.,
אַ שײנעם דאַנק פֿאַר אײַער בריװ און פֿאַר אַלע אײַערע גוטע װערטער װעגן מײַן שפּילן.
איך װעל זיך סטאַרען אײַך ענטפֿערן פּרטימדיק, װי איר האָט געבעטן, נאָר פֿאַר אַלעם מוז איך ענטפֿערן אױף אײַער לעצטן פּאָסט אױף אָט דעם פֿאָרום. איך קאָן זיך ניט פֿאָרשטעלן, װוּ איר האָט געמאַכט אײַערע אױספֿאָרשונגען און װער האָט אײַך פֿאַרזיכערט װעגן עפּעס פֿון מײַן נאָמען, נאָר איך מוז אײַך און אַלע אַנדערע באַזוכערס פֿון אָט דעם פֿאָרום מודיע זײַן, אַז דאָס איז געװען ניט איך און אַז איר זײַט פֿולשטענדיק דעזאינפֿאָרמירט געװאָרן: ניט בלױז קאָמוניקיר איך כּסדר מיט פֿרױ סיוזען דזשײמס, דער גרינדערין און מאָדעראַטאָרין פֿון אָט דער װעבזײַט, נאָר דװקא איך, נאָכן באַקומען פֿון סיוזען אײַער ערשטן בריװ, אין װעלכן איר האָט אָנגערופֿן מאַרקסן „אַ גרױסער דענקער‟, האָב איר תּיכּף צוגעשיקט אַן אָפּרוף אױף מאַרקס׳ „צו דער ייִדישער פֿראַגע‟ און באַגלײט אים מיט די װערטער, װאָס זי האָט ציטירט: „האָפֿנטלעך, װעט מען פֿאַרשטײן פֿון אָט דעם עסײ, הלמאַי מאַרקס איז אַן אױסװוּרף און אַ מאָנסטער פֿאַר מיר און מײַן גאַנץ פֿאָלק…‟ — און אַזױ װײַטער. דער תּוכן פֿונעם דאָזיקן עסײ דערקלערט מײַן באַהױפּטונג ביז גאָר בולט, און ס׳איז גאַנץ מאָדנע, װאָס אײדער אָנרופֿן אַן אומבאַקאַנטן פּאַרשױן „העכסט עם–הארציש און אָן אָפּשײַ‟ האָט איר דעמאָנסטרירט גראָד דאָס, אין װאָס איר אַליין האַלט פֿאַר פּאַסיק צו באַשולדיקן די ייִדן, דהײַנו: ניט װילנדיק אַפֿילו טראַכטן װעגן לײענען אַ טעקסט, װאָס איז אױף אַן אמתן ניט אַזױ שװער. סע זעט מיר אױס נאָך מער מאָדנע, װאָס איר האָט געגלײבט אין דעם טיפּשות, אַז איך האָב כּלומרשט „לחלוטין קײן שום אַנונג ניט געהאַט, װאָס מײַן נאָמען װערט אױסגענוצט פֿאַר פּראָפּאַגאַנדירן די זאַך פֿון ישׂראל‟, מחמת אָט די װעבזײַט אַנטהאַלט אָפּרופֿן אױף צײַטונג–אינטערװיוען מיט מיר, אין װעלכע איך האָב געטאָן טאַקע דאָס: פּראָפּאַגאַנדירט די זאַך פֿון ישׂראל. נאָך מער, אין אײנעם פֿון אָט די אינטערװיוען (װאָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין „Jerusalem Post‟) האָב איך קלאָר געזאָגט, אַז כּדי צו פּראָפּאַגאַנדירן די זאַך פֿון ישׂראל, פּובליקיר איך פּראָ–ישׂראלדיקע מאַטעריאַלן אױף מײַן פֿאַן־קלוב־װעבזײַט!
װאָס שײך אײַערע ביז גאָר אינטערעסאַנטע דערקלערונגען מכּוח דעם, װאָס „ייִדן, און בפֿרט סאָװעטישע ייִדן, זײַנען בכלל גענײגט צו איגנאָרירן‟ און „דאַרפֿן פֿאַרשטײן‟, מוז איך באַמערקן, אַז ס׳איז דאָ 13 מיליאָן ייִדן אױף דער װעלט, װאָס עטלעכע מיליאָן פֿון זײ שטאַמען פֿונעם געװעזענעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, און ס׳איז זײער אַ גרױסער ספֿק, צי איר האָט געהאַט אַ מעגלעכקײט צו קאָמוניקירן מיט אַ מערהײט פֿון זײ — אַ conditio sine qua non, כּדי אַזאַ מין טענות זאָלן האָבן אַ יסוד. אײַערע קנאַפּע 23 יאָר זײַנען געװיס ניט גענוג, כּדי צו מישפּטן אַ פֿאָלק, װאָס איז אַלט 3700 יאָר. אַ חוץ דעם, מוז איך באַמערקן, אַז במשך פֿון כּמעט דער גאַנצער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק פֿלעגט מען באַשולדיקן ייִדן אין כּל-מיני חטאָים — נאָר פֿאַר אײַך, הער ק., איז נאָך קײנעם ניט אײַנגעפֿאַלן צו באַשולדיקן אונדז אין דער נײגונג צו איגנאָרירן די ירושות פֿון גרױסע דענקער פֿון אַמאָל און אין דעם, װאָס עס פֿעלט אונדז דענקען, באַמיִונגען און צוגרײטונג: „אַזעלכע השערות זײַנען באמת רעװאָלוציאָנערע, בעת מע אַנאַליזירט אױף אַ רעטראָספּעקטיװן אופֿן די אַנטװיקלונג פֿונעם אינטעלעקטועלן געדאַנק‟!
סוף–כּל–סוף מוז איך מיטטיילן אײַך און די אַנדערע באַזוכערס פֿון אָט דעם פֿאָרום, אַז ניט איך, װאָס האָב אָפּגעלעבט אין רוסלאַנד די ערשטע 20 יאָר פֿון מײַן לעבן, ניט מײַנע פֿרײַנד, װאָס האָבן געלעבט דאָרטן אַ סך לענגער פֿון מיר, האָבן קײן מאָל ניט געהערט דאָס כּלומרשט רוסישע װערטל, װאָס איר האָט ציטירט. איך פּערזענלעך בין ניט מסכּים מיט דעם: איך האָב געהערט ניט װײניק שטרײַטן צװישן קלוגע און נאַרישע מענטשן, און דער חילוק איז מיר תּמיד געװען לגמרי קלאָר. אַלנפֿאַלס, דער, װאָס רופֿט זײַנע אָפּאָנענטן אָן „שוטים‟, מאַכט ניט דעם אײַנדרוק פֿון אַ קלוגן מענטשן.
און איצט, הער ק., הגם צוליב עפּעס אַן אומפֿאַרשטענדלעכער סיבה זאָגט איר זיך אָפּ צו גלײבן אין דער אױטענטישקײט פֿון מײַן ענטפֿער און גײט אַזױ װײַט װי סטראַשען סיוזען מיט תּפֿיסה אָדער אַ גרױסן געלט–שטראָף, װעל איך אױספֿילן אײַער פֿריִערדיקע בקשה און ענטפֿערן אױף אײַערע ערשטע צװײ בריװ.
קודם–כּל, װאָלט איך געװאָלט מאַכן קלאָר אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל: קײן מאָל אין לעבן האָב איך ניט געהאַט קײן שטרעבונגען, „מע זאָל מיך ערנסט האַלטן פֿאַר אַן אינטעלעקטואַל‟. נאָך מער, װען אײניקע פֿון מײַנע קאָלעגעס װײַזן אַרױס אַזאַ שטרעבונג, געפֿין איך עס גאַנץ קאָמיש. יאָ, איך רײד עפֿנטלעך װעגן פּאָליטיק, אָדער פּינקטלעכער, מכּוח יענע פֿראַגן פֿון מאָדערנער פּאָליטיק, אין װעלכע איך קלײַב זיך פֿונאַנדער. אַװדאי, קאָן מען זײַן קאַטעגאָריש ניט מסכּים מיט מײַנע פּאָליטישע אָנשױונגען, נאָר מיר זעט אױס גאָר מאָדנע, װאָס מײַן באַהױפּטונג װעגן דעם הײַנטצײַטיקן מערבֿ האָט אײַך באַװעגט צו עצהן מיר, איך זאָל שטודירן די קריטיק פֿון קאַפּיטאַליזם פֿונעם 19טן־אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, די דיסציפּלינען פֿון פֿילאָסאָפֿיע, סאָציאָלאָגיע און פּסיכאָאַנאַליז (װאָס, אַגבֿ, אַ סך הײַנטיקע אָנגעזעענע פּסיכאָלאָגן און פּסיכיאַטערס האַלטן אים פֿאַרעלטערט — װי אױך פֿרױדס אַנדערע רעיונות), חושד זײַענדיק, אַז איך בין ניט באַקאַנט מיט זײ. צו באַגרינדן דעם אייגענעם קוקווינקל אויף דער הײַנטיקער מערבֿ–סיסטעם, פֿאַררופֿנדיק זיך אויף דער קריטיק פֿון קאַפּיטאַליזם מיט 100–150 יאָר צוריק, איז פּונקט אַזוי אומלאָגיש, ווי ברענגען די ביכער „אָנקל טאָמס הײַזקע‟ און „קינגסבלאַד, דער קיניג–אָפּשטאַמלינג‟ פֿאַר אַ בײַשפּיל פֿון הײַנטיקע ראַסע–באַציִונגען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ דער פּרעזידענט איז אַ שוואַרצער. אַװדאי, װי ראַבלע האָט געשריבן, „יעדער לײַטישער מענטש מיט אַ קלאָרן פֿאַרשטאַנד גלײבט אין אַלץ, װאָס מע זאָגט אים און װאָס איז אָנגעשריבן‟; פֿון דעסטװעגן, האָב איך שטענדיק אָפּגעגעבן די בכורה אױסצובילדן מײַנע אָנשױונגען מכּוח דער געזעלשאַפֿט, אין װעלכער איך לעב, פֿון דעם, װאָס איך זע מיט מײַנע אײגענע אױגן, ניט פֿון ביכער, אָנגעשריבענע אַפֿילו פֿון גרױסע פֿילאָסאָפֿן: „amicus Plato, sed magis amica veritas‟.
װאָס שײך דעם עצם אײַער קאָנטראַרגומענט, ראשית, פּלאָנטערט איר די באַגריפֿן „אונטערדריקונג‟ און „קאָנטראָל‟: „װען קיסין שרײַבט: ׳דער מערבֿ דריקט קײנעם ניט אונטער, דאָס איז אַן אָביעקטיװער פֿאַקט׳, קאָן איך בשום אופֿן ניט מסכּים זײַן <…> עטלעכע זײַטן פֿון פֿרױדן, מאַרקסן, ניצשע אָדער הײַדעגערן מאַכן אין גאַנצן קלאָר, אַז אַנטװיקלטע קאַפּיטאַליסטישע געזעלשאַפֿטן פֿונעם מערבֿ קאָנטראָלירן, װי קײן מאָל פֿריִער, דעם מענטשן דורך זײער אידעאָלאָגישער מאַשין, װאָס װערט אומפֿאַרמײַדלעך אַבסאָרבירט פֿון אונדז, ׳פֿרײַע׳ בירגערס‟.
פֿון דעסטװעגן, „אונטערדריקן‟ און „קאָנטראָלירן‟ זײַנען פֿאַרשײדענע זאַכן, און דער אױבנדערמאָנטער רעיון פֿון אײַערע באַליבטע פֿילאָסאָפֿן איז ניט װעגן אונטערדריקונג, דעריבער האָט ער קײן שום שײַכות ניט צו מײַן טענה, מיט װעלכער איר קאָנט בשום אופֿן ניט מסכּים זײַן. מכּוח אײַער אָנווענדן אָט דעם רעיון צום הײַנטיקן מערבֿ, װערט עס אָפּגעפֿרעגט דװקא פֿונעם פֿאַקט, װאָס איר טוט עס: איר האָט זיך בפֿירוש אַרױסגעװיזן פֿרײַ צו אַבסאָרבירן אַנדערע אָנשױונגען, װי יענע, װאָס, לױט אײַער מײנונג, די געזעלשאַפֿט, אין װעלכער איר לעבט, האָט געװאָלט, איר זאָלט אַבסאָרבירן. נאָך מער: די ביכער, פֿון װעלכע איר האָט פֿאַראײגנט אָט די אָנשױונגען, זײַנען אין אַ פֿרײַען צוטריט אױפֿן מערבֿ און װערן אַפֿילו געלערנט דאָ אין אוניװערסיטעטן!
איצט װעל איך איבערגײן צום הױפּט–אָביעקט פֿון אונדזער דיסקוסיע — אײַער פֿראַגע: „פֿאַר װאָס זאָלט איר זײַן באַאומרויִקט, װאָס איך האַלט מאַרקסן פֿאַר אַ גרױסן דענקער?‟.
מחמת מאַרקס׳ אידעען האָבן געקאָסט דער מענטשהײט 1000000000 לעבנס.
פֿרעגט װעגן דעם בײַ אײַער פֿרױס עטלערן, בײַ אײַער געװעזענעם פּיאַנע־פּראָפֿעסאָר, בײַ מענטשן, װאָס האָבן געלעבט אין אַ מאַרקסיסטישער מלוכה און דערנאָך איבערגעװאַנדערט אױפֿן מערבֿ, — יעדערער װעט אײַך באַשטעטיקן, אַז פֿאַר אונדז אַלעמען, װאָס האָבן געלעבט אין מאַרקסיסטישע געזעלשאַפֿטן און זײַנען געװען מחויבֿ צו שטודירן מאַרקסן אין שול (פֿון דאָ נעמט זיך די גאַנצע אַבסורדקײט פֿון אײַער השערה, אַז איך און אַנדערע סאָװעטישע ייִדן האָבן ניט געלײענט מאַרקסן), נאָר האָבן געהאַט גענוג שׂכל, כּדי די ברוטאַלע מאַרקסיסטישע אידעאָלאָגישע מאַשין זאָל אונדז ניט פֿאַרמאָראָטשען די קעפּ, — פֿאַר אונדז אַלעמען איז געװען קלאָר װי דער טאָג און האָט ניט געדאַרפֿט קײן שום דערקלערונגען: צװײ מאָל צװײ איז פֿיר, די ערד דרײט זיך אַרום דער זון, קאַרל מאַרקס (אָדער קאַרלאַ–מאַרלאַ, װי מיר אַלע פֿלעגן אים רופֿן מיט ביטול) איז געװען אַ בערדיקער באָלװאַן, מאַרקסיזם איז דרעק! אַנטשולדיקט פֿאַרן אױסדרוק, נאָר אין געװיסע סיטואַציעס, כּדי אַלץ זאָל זײַן אַבסאָלוט קלאָר, דאַרף מען אָנרופֿן דאָס קינד בײַם נאָמען. נאָך אין יאָר 1975 האָט אַלעקסאַנדר סאָלזשעניצין אין זײַנע „װערטער פֿון װאָרענונג דער מערבֿדיקער װעלט‟, װאָס זײַנען דעמאָלט באַלד פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אױף ענגליש, געזאָגט עדות: „הײַנט אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד איז מאַרקסיזם אַראָפּגעפֿאַלן אַזױ נידעריק, אַז ער איז געװאָרן אַן אַנעקדאָט, ער איז פּשוט אַן אָביעקט פֿון פֿאַראַכטונג. קײן אײן ערנסטער מענטש אין אונדזער לאַנד הײַנט, אַפֿילו שילערס און סטודענטן, קאָן ניט רײדן װעגן מאַרקסיזם אָן אַ שמייכל, אָן אַ געלעכטער.‟ און װען איר װאָלט געקענט לײענען רוסיש, װאָלט איר געפֿונען אין די ביכער און צײַטונג–אַרטיקלען, אָנגעשריבענע פֿון אָנגעזעענע רוסישע אױטאָרס, אַזעלכע דעפֿיניציעס פֿון מאַרקסן און זײַנע שרײַבעכצן װי „בערדיקער הױט–שינדער‟ און „קולינאַר–ביכער פֿון קאַניבאַלן‟: פֿאַר אונדז איז עס אַ נאָרמע.
ניט לאַנג צוריק האָב איך געהערט אַ טשיקאַװע מעשׂה. אין די 1970ער יאָרן איז אַ פּלימעניק פֿונעם עטיאָפּישן קיניג געקומען צו פֿאָרן קײן בודאַפּעשט, כּדי צו שטודירן געשיכטע אינעם דאָרטיקן אוניװערסיטעט. זײַן לערער האָט אים געפֿרעגט: „פֿאַר װאָס זײַט איר געקומען גראָד צו אונדז? אײַער פֿעטער האָט דאָך געקאָנט אײַך שיקן אין האַרװאַרד, אָקספֿאָרד, קעמברידזש, סאָרבאָן — אין װעלכן איר װילט פֿון די בעסטע אוניװערסיטעטן אױף דער װעלט!‟ דער יונגער–מאַן האָט געענטפֿערט: „װײַל מײַן פֿעטער װיל ניט, איך זאָל װערן אַ מאַרקסיסט!‟
עס װעט אײַך מסתּמא פֿאַרחידושן, נאָר אינעם געװעזענעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד זײַנען די אױבנדערמאָנטע אַקסיאָמען געװען לגמרי קלאָר ניט בלױז פֿאַר פֿיל פּשוטע מיטגלידער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, נאָר אַפֿילו פֿאַר מענטשן אין אירע העכסטע עשעלאָנען. אַלעקסאַנדר יאַקאָװלעװ, װאָס איז זײַנערצײַט געװען אַ מיטגליד פֿון דער פּאָליטביוראָ, האָט אָנגעשריבן אין זײַן הקדמה צו דער רוסישער אױסגאַבע פֿון „דאָס שװאַרצע בוך פֿון קאָמוניזם‟ אין 2001 די פֿאָלגנדיקע שורות: „איך האָב אַ סך געקנעלט װערק פֿון מאַרקסן, ענגעלסן, לענינען און סטאַלינען, מאַאָ און אַנדערע ׳קלאַסיקערס׳ פֿון מאַרקסיזם, גרינדערס פֿון אַ נײַער רעליגיע — אַ רעליגיע פֿון שׂינאה, נקמה און אַטעיִזם <…> זײער לאַנג, מיט העכער 40 יאָר צוריק, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז מאַרקסיזם–לעניניזם איז ניט קײן װיסנשאַפֿט, נאָר פּובליציסטיק, קאַניבאַליסטישע און זעלבפֿרעסערישע. היות איך האָב געלעבט און געאַרבעט אין די העכסטע „אָרביטן‟ פֿונעם רעזשים, אײַנשליסנדיק די סאַמע העכסטע, — אין דער פּאָליטביוראָ בײַם צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער קאָנומיסטישער פּאַרטיי אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד [צק קפּספֿ] — האָב איך קלאָר געזען, אַז אַלע יענע טעאָריעס און פּלענער זײַנען געװען טיפּשות, און דער עיקר, אױף װאָס דער רעזשים האָט זיך געהאַלטן, איז געװען דער נאָמענקלאַטור–אַפּאַראַט, קאַדרען, מענטשן, טוערס. די טוערס זײַנען געװען פֿאַרשײדענע: קלוגע, נאַרישע, פּשוטע נאַראָנים. נאָר אַלע זײַנען זיי געװען ציניקערס. אַלע ביז אײנעם, און איך בתוכם. עפֿנטלעך פֿלעגן מיר מתפּלל זײַן די פֿאַלשע נבֿיאים, דער ריטואַל איז געװען אַ הײליקײט, די אמתע איבערצײַגונגען אונדזערע פֿלעגן מיר האַלטן בײַ זיך.‟ װען יאַקאָװלעװס אײגן בוך איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין 1992, האָט אַלעקסאַנדר ציפּקאָ, װאָס האָט פֿריִער געהאַט געאַרבעט אינעם אינטערנאַציאָנאַלן אָפּטײל פֿון צק קפּספֿ, געזאָגט עדות אין זײַן פֿאָרװאָרט צו דעם װעגן זיך און זײַנע געװעזענע קאָלעגן: „אָפּטרעטן פֿון מאַרקסיזם פֿלעגן אַלע, װאָס האָבן ניט פֿאַרלױרן זעלבסט–אַכטונג און האָבן פֿאַרהיט, ניט געקוקט אױף אַלצדינג, די פֿעיִקײט צום אומאָפּהענגיקן דענקען,‟ — און מכּוח דעם, װי אין האַרבסט 1988 האָט יאַקאָװלעװ (װאָס איז דעמאָלט געװען פֿאַקטיש דער צװײטער מענטשן אין דער סאָװעטישער מלוכה) אים געזאָגט בשעת זײער סאַמע ערשטער טרעפֿונג: „ס׳איז געקומען די צײַט צו זאָגן גלײַך, אַז מאַרקסיזם איז פֿון סאַמע אָנהייב געװען אוטאָפּיש און טעותדיק.‟
קריטיקירן אַן אומפֿולקומע געזעלשאַפֿט מאַכט לחלוטין ניט פֿון אַ מענטשן קײן גרױסן דענקער. היטלער האָט אױך זײער אַ סך קריטיקירט די װײַמאַר–רעפּובליק — און געקומען צו דער מאַכט. ער האָט אױסגעװאָרצלט די אַרבעטלאָזיקײט אין דײַטשלאַנד, װאָס איז געװען אײנע פֿון די גרעסטע צרות אין דער װײַמאַר–רעפּובליק. אױסניצנדיק אײַער לאָגיק, הער ק., װאָלט מען געקאָנט זאָגן: „מע דאַרף ניט זײַן אַ האַרטקעפּיקער מיטגליד פֿון דער נאַציסטישער פּאַרטײ, כּדי אָפּצושאַצן אײניקע פֿון היטלערס מעשׂים!‟ און ניט צופֿעליק האָט היטלער געטענהט, אַז „מאַרקסיזם און נאַציאָנאַל–סאָציאַליזם זײַנען אין תּוך אײנס און דאָס זעלבע‟. די אידעען פֿון מאַרקסן, ווי אַזוי עס דאַרף אויסזען די מענטשלעכע געזעלשאַפֿט, האָבן אָפּגעקאָסט דער וועלט הונדערט מיליאָן לעבנס; מיליאַרדן מענטשן האָבן אָפּגעלעבט זײערע לעבנס אין דלות און רעכטלאָזיקײט. דערפֿאַר איז מאַרקס’ נאָמען און זײַן לערע אַ קללה פֿאַר אונדז אַלעמען, וואָס האָבן ניט בלױז געלערנט זײַן טעאָריע פֿון יונגווײַז אָן, נאָר אױך אױסגעפּרוּװט אויף אונדזער אײגן פֿעלכל איר פּראַקטישע פֿאַרקערפּערונג.
געזאָגט דאָס אַלץ, מוז איך פֿון דעסטװעגן צוגעבן, אַז ניט בלױז פֿאַרשטײ איך אײַערע אָנשױונגען, נאָר איך זע אַפֿילו אין זײ אַ גוטהאַרציקן מענטשן: װי קלעמאַנסאָ האָט געזאָגט, איבערפֿראַזירנדיק גיזאָ, „יעדער, וואָס איז בײַ זײַנע צוואַנציק ניט געווען אַ סאָציאַליסט, האָט קיין האַרץ ניט געהאַט; יענער, וואָס בײַ זײַנע דרײַסיק בלײַבט נאָך אַלץ אַ סאָציאַליסט, האָט ניט קיין שׂכל‟. אַ סך אױסערגעװײנטלעכע מענטשן (ניקאָלײַ בערדיאַעװ, אַרטור קעסטלער, לעװ קאָפּעלעװ, אַלעקסאָנדר סאָלזשעניצין, נאָרמאַן פּאָדהאָרעץ, דוד האָראָװיץ — כ׳דערמאָן בלױז אײניקע) זײַנען געװען באַצױבערט פֿון מאַרקס׳ אידעען אין זײערע יונגע יאָרן — און שפּעטער, געװאָרן עלטער, האָבן זײ פֿאַרשטאַנען, װאָסערע אידיאָטן זײ זײַנען געװען. דעריבער, יונגער מאַן, לײג איך אײַך פֿאָר ממשיך צו זײַן אונדזער װיכּוח אין 7 יאָר אַרום, װען איר װעט זײַן אַלט 30 יאָר.
איך האָף, אַז איר װעט מיר אױך מוחל זײַן מײַן שאַרפֿקײט, און איך װינטש אײַך אַל דאָס בעסטע.
יעװגעני קיסין.‟
P.S. אַגבֿ, װאָס שײך אײַער העכסט זיכערע טענה, אַז „גאָט איז טױט‟, — אַפֿילו אױב ניצשע האָט אַזױ געהאַלטן, מײנט עס נאָך ניט, אַז ס׳איז טאַקע אמת. אַװדאי, קאָן מען ניט דערװײַזן, אַז גאָט עקזיסטירט, ניט אַז ער עקזיסטירט ניט, נאָר איך מוז באַמערקן, אַז פֿיל גרױסע מוחות פֿון דער מענטשהײט האָבן געמײנט אַנדערש, ניט בלױז פֿאַר, נאָר אױך נאָך ניצשע: איװאַן פּאַװלאָװ, מאַהאַטמאַ גאַנדי, ניקאָלײַ בערדיאַעװ, אַלבערט שװײַצער, פּיער טעיאַר דע שאַרדען, מאַרטין בובער, פּאַװעל פֿלאָרענסקי, אַלבערט אײַנשטײן, מאַרטין לוטער קינג — װידער, כ׳דערמאָן בלױז אײניקע. נו, פֿאַרשטײט זיך, אַזאַ זיכערער אַטעיִזם דערקלערט זיך אױך מיט אײַער יונגן עלטער, און אין אָט דעם אַספּעקט זײַט איר ניט דער ערשטער און ניט דער לעצטער. אײנער פֿון די פֿירערס פֿון דער ישׂראלדיקער קאָמוניסטישער פּאַרטײ משה סנה, למשל, עטלעכע יאָר פֿאַר זײַן פּטירה איז געקומען צום אױספֿיר, אַז אַפּיקורסות, װאָס ער האָט געהאַט געפּרײדיקט אין משך פֿון כּמעט זײַן גאַנץ לעבן, איז אַ פֿולשטענדיקע שטותערײַ, און האָט אָנגעשריבן אין זײַן צװאה, מע זאָל אים ברענגען צו קבֿורה אין הסכּם מיט די ייִדישע רעליגיעזע מינהגים. ס׳איז דאָ אױך דער בײַשפּיל פֿון יוסף בערגערן, אײנעם פֿון די פֿירערס פֿון דער פּאַלעסטינישער קאָמוניסטישער פּאַרטײ (די פֿאָרגײערין פֿון דער ישׂראלדיקער קאָמוניסטישער פּאַרטײ), װאָס פֿלעגט זיך אַקטיװ פֿאַרנעמען אין אַטעיִסטישער פּראָפּאַגאַנדע אין זײַנע יונגע יאָרן, נאָר שפּעטער איז ער געװאָרן שטאַרק פֿרום און האָט געפֿאַסט יעדע װאָך, כּדי אױסצוקױפֿן זײַנע אַמאָליקע עבֿירות…
אָט אַזאַ מין „פּילפּול‟ האָב איך געהאַט מיט אַן ערך נײַן יאָר צוריק. אינטערעסאַנט, װוּהין האָבן געבראַכט צו פֿירן אָט דעם יונגן–מאַן זײַנע אינטעלעקטועלע זוכענישן (אױב ער האָט טאַקע געזוכט דעם אמת) אין פֿאַרלױף פֿון די דאָזיקע יאָרן?.. האָפֿנטלעך, האָט ער לכל–הפּחת פֿאַרשטאַנען, װי אומגלײבלעך קאָמיש איז געװען זײַן באַהױפּטונג: „מיר איז טרױעריק דערפֿון, װאָס די סאָװעטישע ייִדן איגנאָרירן די ירושה פֿון מאַרקסן‟.
אין יענעם בריװ מײַנעם האָב איך אָנגערופֿן די צאָל הונדערט מיליאָן מענטשן — לױט „דאָס שװאַרצע בוך פֿון קאָמוניזם‟. שפּעטער האָב איך דורכגעלײענט סײַמאָן סעבאַג מאָנטעפֿיאָרעס אַרטיקל „מאַרקס דער מאָנסטער‟, װאָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין „דײלי מײל‟ נאָך אין 2005, אין װעלכן דער מחבר האָט אָנגעשריבן, אַז לױט זײַן חשבון, איז די צאָל קרבנות פֿון מאַרקסיזם אינעם 20סטן יאָרהונדערט געװען העכער פֿון הונדערט פֿופֿציק מיליאָן מענטשן. פֿונעם זעלבן אַרטיקל האָב איך זיך דערװוּסט, אַז ס׳רובֿ באַטײליקטע אין אַן אױספֿרעג, דורכגעפֿירט פֿון בי–בי–סי 4, האָבן געהאַלטן מאַרקסן פֿאַר דעם גרעסטן פֿילאָסאָף פֿון אַלע צײַטן און פֿעלקער… גערעכט איז געװען בוקאָװסקי, ז״ל, װאָס האָט כּסדר געטענהט: מע האָט געדאַרפֿט דורכפֿירן אַ נירענבערגער פּראָצעס איבער קאָמוניזם. װי איך האָב אָנגעשריבן סיוזען נאָכן לײענען די סאַמע ערשטע װענדונג פֿון יענעם יונגן נאַרעלע, „אפֿשר, װעט אונדזער קאַמף זיך קײן מאָל ניט ענדיקן‟. איך האָב איר דעמאָלט אױך אָנגעשריבן, אַז איך בין ניט ביכולת צו פֿאַרשטײן, װי אַזױ האָבן פֿיל ייִדן געקאָנט זײַן מאַרקסיסטן, ניט געקוקט אױף מאַרקס׳ „צו דער ייִדישער פֿראַגע‟. דעם אמת געזאָגט, כאָטש איצט װוּנדערט מיך שױן כּמעט גאָרניט אין מענטשלעכער אױפֿפֿירונג, איז דער אױבנדערמאָנטער פֿאַקט פֿאַר מיר ביזן הײַנטיקן טאָג אַ רעטעניש–שברעטעניש…
[1] די איניציאַלן זײַנען אױסגעטראַכט. איך האָב אױך אױסגעמעקט די דערמאָנונגען פֿון דעם לאַנד, װוּ דער אױטאָר פֿון די בריװ איז געבױרן געװאָרן, די שטאָט, װוּ ער װױנט, דעם קעגנשטאַנד, װאָס ער שטודירט (האָט דעמאָלט שטודירט) אין אוניװערסיטעט, און דעם נאָמען פֿון זײַן געװעזענעם פּיאַנע־פּראָפֿעסאָר.
[2] ער האָט בפֿירוש געמײנט נ. שטשאַראַנסקיס „צום פֿאַרטײדיקן דעמאָקראַטיע‟, ניט פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז ניט קײן אַרטיקל, נאָר אַ בוך, און ניט בלױז װעגן דעם ישׂראל–פּאַלעסטינישן קאָנפֿליקט, נאָר מכּוח אַ סך מער גלאָבאַלע פּראָבלעמען.