מיר וועלן אַוודאי ממשיך זײַן צו באַקענען זיך מיט די נעאָלאָגיזמען, וואָס זײַנען אויפֿגעקומען אין דער צײַט פֿון שטורמישער סאָציאַליסטישער בויונג, אָבער פֿריִער וואָלט איך געוואָלט ענטפֿערן אויף עטלעכע פֿראַגעס פֿון אונדזער אַ לייענערין. זי האַלט בײַם לייענען יחיאל שרײַבמאַנס דערציילונג „שבת‟, און זיך אָנגעשטויסן אויף עטלעכע ווערטער, וואָס זייער באַטײַט איז איר נישט אין גאַנצן קלאָר. איז לאָמיר פּרוּוון זיך אין דעם פֿאַראַנדערקלײַבן
שרײַבמאַן שרײַבט:
מײַן טאַטע איז נאָך אַלץ געזעסן בײַם אויוון, אַ פֿאַרקוילטער און פֿאַרפּאָרעכטער, און „געפּראַזשעט‟ קערלעך.
די ווערטער „פֿאַררקוילטער‟ און „פֿאַרפּאָרעכטער‟ דאַרף מען ספּעציעל נישט דערקלערן. עס איז קלאָר, אַז זיי זײַנען דעריווירט געוואָרן אין אַדיעקטיוון פֿון די סוביעקטיוון „קוילן‟ און „פּאָרעך‟ [שטויב]. אַגבֿ, „קוילן‟ ווערט באַנוצט נאָר אין מערצאָל. וואָס זשע מיינט דער ווערב „פּראַזשען‟?
אין תּוך האָט אונדזער לייענערין ריכטיק פֿאַרשטאַנען, אַז „פּראַזשען‟ מיינט, פּרעגלען, אָדער בראָטן (אויף ענגליש — fry). דאָס וואָרט „פּראַזשען‟, וואָס קומט פֿון אוקראַיִניש, מיינט פּינקטלעך צו פּרעגלען טרוקענערהייט — אויף אַ בלעך, אַ טאָווע, אַ סקאָוורעדע, אַ טשוהון־קעסעלע — אָן בוימל אָדער אַן אַנדער שמירעכץ. דעריבער איז דער טאַטע טאַקע געזעסן בײַם אויוון, ווײַל ער האָט געמוזט כּסדר מישן די קערלעך, זיי זאָלן נישט פֿאַרברענט ווערן.
מיר לייענען ווײַטער בײַ שרײַבמאַנען:
מענטשן ערלעכע און אָרנטלעכע „אַזש ביז ברעכן‟, ווי ס׳וואָלטן אַ זאָג געטאָן אויסטויגערס.
איצט קומט די פֿראַגע: „דאָס הייסט, צעבראָכן ווערן אויף שטיקלעך אָדער מייקענען?”
אין דעם קאָנטעקסט, מיינט עס אַוודאי „מייקענען‟. שרײַבמאַן באַטאָנט זײַן איראָנישע גוזמה „אַזש ביז ברעכן‟, פֿאַרגלײַכנדיק עס מיטן היפּוך צו זײַנע קרובֿים —די „אויסטויגערס‟, דאָס הייסט, פּראַקטישע, אָן איבעריקע סאַנטימענטן לײַט.
שרײַבמאַן שרײַבט:
נייען פֿלעגט מען בײַ זיי [שנײַדער־משפּחה] גראָבע סוקמאַנענע הויזן, ברייטע לײַב־צודעקן…
די פֿראַגע איז:
וואָס מיינט, סוקמאַנענע הויזן און אַ לײַבצודעק?
„סוקמאַן‟ איז אַ מין גראָב צײַג, געמאַכט פֿון פּויערטעס אויף אַ וועבשטול. בדרך־כּלל נייט מען פֿון סוקמאַן וואַרעמע אייבערשטע קליידער סײַ פֿאַר מענער און סײַ פֿאַר ווײַבער: מאַנטלען, ווי אויך „לײַב־צודעקן‟ — אַ גראָבע שאַל, אַ מין פּעלערינע. באַזונדערס פֿאַרשפּרייט איז געווען אַזאַ בגד בײַ די פֿעלקער פֿון באַלקאַן.
*
און איצט לאָמיר באַטראַכטן נאָך עטלעכע ווערטער פֿונעם נײַגעבוירענעם סאָוועטישן וואָקאַבולאַר, די אַזוי גערופֿענע „סאָוועטיזמען‟. מע קאָן זיי געפֿינען אינעם צוגאָב פֿון חיים ביידערס „לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד‟ (אַרויסגעגעבן פֿון אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, ניו־יאָרק — 2011), צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך .
צו דערמעגלעכן די סאָוועטישע ייִדן זיך לערנען אויף זייער נאַציאָנאַלער שפּראַך ייִדיש פֿון די ערשטע שול־קלאַסן און ווײַטער אויף אַלע שטאַפּלען פֿון פּראָפֿעסיאָנעלער דערציִונג און הויך־שול, האָט געפֿאָדערט לערן־ביכער פֿון אַלע לימודים, וואָס אַ שילער און סטודענט מוזן האָבן. שוין אָפּגערעדט פֿון אַרבעט אויף די פֿעלדער און פֿאַבריקן. אַזוי, למשל, איז געשאַפֿן געוואָרן דאָס וואָרט „אַגראָנאָם‟ — אַ ייִדישער ספּעציאַליסט אין געביט פֿון לאַנדווירטשאַפֿט, וואָס האָט געאַרבעט אין אַ ייִדישן קאָלווירט. דאָס וואָרט אַליין „קאָלווירט‟ איז געשאַפֿן געוואָרן פֿונעם סאָוועטישן אַקראָנים, איבערגעזעצט פֿון רוסיש, „קאָל/עקטיווע ווירט/שאַפֿט‟. און פֿון קאָלווירט — „קאָלווירטניק‟, אַ מיטגליד פֿון דער קאָלעקטיווער ווירטשאַפֿט.
דאָס וואָרט „אינדיווידואַל‟ מיינט אויך אין אַמעריקע אַ יחיד, אַ מענטש פֿאַר זיך. אין אַ סאַוועטישן קאָלווירט אָבער, איז אַן אינדיווידואַל גלײַך אָפּגעשאַצט געוואָרן ווי אַ נעגאַטיווער עלעמענט; ער טראַכט און אַרבעט, קודם־כּל, פֿאַר זיך לטובֿת נישט דער געזעלשאַפֿט, נאָר זײַן אייגענעם האָב־און־גוטס.
אַזאַ אינדיווידואַל קאָן זיך גיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ „בעלעגוף‟ — אַ פּויער, וואָס האַלט זײַן באַלעבאַטישקייט אינעם אייגענעם פֿויסט און וויל זיך מיט קיינעם נישט טיילן; כּמעט אַ סאָוועטישער פּריץ, חלילה וחס! אויב אַזוי, מוז אַ בעלעגוף אויסגעוואָרצלט ווערן פֿונעם דאָרף, צוזאַמען מיט זײַן משפּחה. אַזוי איז אַ לינגוויסטישער באַגריף, פֿאַרוואַנדל געוואָרן אין אַ קין־צייכן, וואָס מוז ליקווידירט ווערן, פֿאַרשיקט אין סיביר און פֿאַרניכטעט!
לאָמיר זיך דאָ אָפּשטעלן און זיך אומקערן מירטשעם צו דער טעמע אין קומעדיקן נומער.
אַ פֿריילעכן פּורים!
לאַפּסוס־קאַקטוס