דער באַרג וואָס מיר קלעטערן

אַמאַנדאַ גאָרמאַן

ווען ס׳קומט דער טאָג פֿרעגן מיר בײַ זיך:
וווּ געפֿינט מען ליכט אין דעם אומענדלעכן שאָטן?
דעם פֿאַרלוסט וואָס מיר טראָגן,
דעם ים איבערגעטראָטן.
מיר האָבן זיך געווערט אין בויך פֿונעם לוויתן;
מיר האָבן זיך געלערנט אַז שטילקייט איז ניט תּמיד שלום געשלאָסן.
און די נאָרמעס און השגחות פֿון וואָס איז גערעכט
איז ניט תּמיד גערעכטיקייט.
און דאָך איז אונדזערס דער קאַיאָר נאָך איידער מיר האָבן אים געוווּסט.
ווי נישט איז קומט עס פֿון דער ברוסט;
ווי נישט איז דורכגעמאַכט און עדות געווען
אויף אַ מדינה וואָס איז ניט געבראָכן געוואָרן
נאָר פּשוט נאָך נישט פֿאַרטיק.
מיר, די יורשים פֿון אַ לאַנד און אַ צײַט,
ווען אַ דאַר שוואַרץ מיידל שטאַמיק פֿון שקלאַפֿן
און געכאָוועט פֿון אַן אומבאַפּאָרטער מוטער
מעג זיך חלומען וועגן ווערן פּרעזידענט,
און געפֿינט זיך ערשט רעציטירנדיק פֿאַר אַזאַ.
און יאָ, מיר זײַנען פֿון גלאַנציק ווײַט, פֿון לויטער ווײַט,
כאָטש דאָס מיינט נישט, אַז מיר שטרעבן נישט
צו פֿאָרמירן אַ פֿאַראייניקונג וואָס איז פּערפֿעקט.
מיר שטרעבן אויסצוקאָווען אַ פֿאַראייניקונג מיט אַ צוועק,
צוזאַמענצושטעלן אַ מדינה געווידמעט אַלע קולטורן, קאָלירן,
כאַראַקטערן און דעם מצבֿ פֿון מענטש.
און אַזוי הייבן מיר דעם בליק נישט צו דעם וואָס שטייט צווישן אונדז,
נאָר וואָס עס שטייט אַנטקעגן אונדז.
מיר גייען אַריבער דעם צעטייל, מחמת מיר ווייסן
צו שטעלן אונדזער צוקונפֿט אין פֿאָרויס,
מיר דאַרפֿן צוערשט אַוועקלייגן אונדזערע אַנדערשקייטן אין אַ זײַט.
מיר לייגן אַוועק דאָס געווער פֿון די הענט,
כּדי מיר זאָלן קאָנען אויסשטרעקן די אָרעמס איינער דעם אַנדערן.
מיר זוכן פֿאַר קיינעם קיין שאָדן און האַרמאָניע פֿאַר אַלעמען.
זאָל דער ערדקײַלעך, אויב נישט אַנדערש, זאָגן, אַז דאָס איז אמת:
אַז אַפֿילו ווען מיר האָבן געטרויערט זײַנען מיר געוואָקסן,
אַז אַפֿילו ווען ס׳האָט אונדז וויי געטאָן, האָבן מיר געהאָפֿט,
אַז אַפֿילו ווען מיר זײַנען מיד געווען האָבן מיר פּרובירט,
אַז מיר וועלן אויף אייביק זײַן געבונדן, נצחונדיק —
נישט ווײַל מיר וועלן קיינמאָל מער ניט וויסן פֿון מפּלה,
נאָר ווײַל מיר וועלן מער ניט פֿלאַנצן די צעטיילונג.
די תּורה הייסט אונדז זיך פֿאָרשטעלן,
אַז יעדער וועט זיך זיצן אונטער דעם אייגענעם ווײַנשטאָק און פֿײַגנבוים,
און קיינער זאָל זיי ניט מורא מאַכן.
אַז מיר זאָלן אויסהאַלטן אויף אונדזער צײַט,
דאַן וועט דער נצחון ניט ליגן אינעם קלינג,
נאָר אין אַלע בריקן וואָס מיר האָבן געמאַכט.
דאָס איז די צוגעזאָגטע פּאָליאַנע,
דער באַרג וואָס מיר קלעטערן אויב נאָר מיר מעגן.
מחמת דאָס זײַן אַן אַמעריקאַנער איז מער ווי דער שטאָלץ וואָס מיר ירשענען,
ס׳איז די פֿאַרגאַנגענהייט און ווי מיר פֿאַרריכטן עס.
מיר האָבן געזען אַ כּוח וואָס וואָלט צעשטערט אונדזער מדינה איידער זי צו טיילן,
וואָלט צעשטערט אונדזער לאַנד אויב ס’וואָלט געמיינט אָפּלייגן דעמאָקראַטיע.
און אָט דער פּרוּוו האָט שיִער נישט געוווּנען,
אָבער כאָטש די דעמאָקראַטיע קאָן זיך פּעריאָדיש פֿאַרשפּעטיקן,
טאָר מען עס קיינמאָל ניט גובֿר זײַן אויף אייביק.
אויף אָט דעם אמת, אויף אָט דעם גלויבן פֿאַרלאָזן מיר זיך,
ווײַל בשעת מיר האָבן די צוקונפֿט פֿאַר די אויגן,
קוקט אויף אונדז די געשיכטע אין די אויגן.
דאָס איז די ערע פֿון יושרדיקן אויסלייז.
מיר האָבן מורא געהאַט בײַ איר אָנהייב.
מיר האָבן זיך ניט געפֿילט גרייט צו זײַן די יורשים פֿון אַזאַ שרעקלעכער שעה,
אָבער אין דעם האָבן מיר געפֿונען דעם כּוח
אָנצושרײַבן אַ נײַעם קאַפּיטל,
פֿאָרלייגן האָפֿענונג און געלעכטער,
זיך אַליין צו זייען. ווען אַמאָל האָבן מיר געפֿרעגט:
ווי אַזוי איז אונדז מעגלעך איבערצוקומען די קאַטאַסטראָפֿע?
באַשטעטיקן מיר איצטער: ווי אַזוי איז מעגלעך,
אַז איבערקומען אונדז זאָל די קאַטאַסטראָפֿע?
מיר וועלן נישט מאַרשירן אויף צוריק צו דעם וואָס ס׳איז געווען,
נאָר רירן זיך צו דעם וואָס עס וועט זײַן,
אַ מדינה צעקלאַפּט כאָטש גאַנץ,
גוטהאַרציק כאָטש באַהאַרצט,
פֿײַערדיק און פֿרײַ.
מע וועט אונדז ניט אומדרייען אָדער איבערהאַקן דורך אָנשרעקן,
ווײַל מיר ווייסן, אַז אונדזער גאָרנישט טאָן און אינערציע
וועט אַריבער בירושה צום צווייטן דור.
אונדזערע לאַסטן ווערן זייערע לאַסטן,
אָבער איין זאַך איז זיכער:
מיר גיסן צונויף רחמים מיט מאַכט און מאַכט מיט רעכט,
דאַן ווערט די ליבע אונדזער ירושה
און איבערבײַט — אונדזערע קינדערס געבורטרעכט.
טאָ לאָמיר איבערלאָזן אַ מדינה אַ בעסערע
ווי די וואָס מ׳האָט אונדז איבערגעלאָזט.
מיט יעדן אָטעם פֿון מײַן בראָנדז געהאַמערטער ברוסט,
וועלן מיר אויפֿהייבן די פֿאַרוווּנדעטע וועלט צו אַ וווּנדערפֿולער.
מיר וועלן שטײַגן פֿון די גאָלדענע בערג פֿון מערבֿ.
מיר וועלן שטײַגן פֿון דעם פֿאַרווינטעוועטן צפֿון־מערבֿ,
וווּ אונדזערע אָבֿות האָבן צוערשט באַגעגנט רעוואָלוציע.
מיר וועלן שטײַגן פֿון די טײַכלאַנד־שטעט פֿון די מיטלוועסט־שטאַטן.
מיר וועלן שטײַגן פֿון דעם זון־געבאַקענעם דרום.
מיר וועלן ווידערבויען, שלום מאַכן און צוריקקריגן
אין יעדן באַקאַנטן ווינקעלע פֿון אונדזער נאַציע,
אין יעדן ווינקל, וואָס הייסט אונדזער מדינה,
אונדזער פֿאָלק, כּלערליייִק און פּראַכטיק,
וועט אַרויס צעשלאָגן און פּראַכטיק.
ווען עס קומט דער טאָג טרעטן מיר אַרויס פֿון שאָטן,
צעפֿלאַמט און ניט דערשראָקן.
דער נײַער קאַיאָר בליט בשעת מיר באַפֿרײַען אים.
ווײַל ס’איז תּמיד דאָ ליכט, אויב נאָר מיר זײַנען גענוג בראַוו דאָס צו זען,
אויב נאָר מיר זײַנען גענוג בראַוו דאָס צו זײַן.

ייִדיש: הערשל האַרטמאַן

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s