דער פֿערציקסטער געבוירן-טאָג


עמיל קאַלין

1
יאָ, דאָס איז אומאָפּפֿרעגלעך. די רמת-גנער גאַסן טראָגן אין זיך אַ באַזונדערן אומחן, אַ סאָרט מהיא-תיתידיקע מיאוסקייט. וווּהין מע ווענדט ניט אָן דעם בליק, זעט דער פּייסאַזש אויס ווי אַ פּלאַנירונג־אַקצידענט, אַ פֿאַרנאַכלעסיקטע אינזשינערישע אַרבעט, וואָס קיינער האָט זיך נישט מטריח געווען צו פֿאַרריכטן.

חיים דאַווידזאָן האָט זיך אַ קראַץ געטאָן הינטערן אויער און געפּרוּווט פֿאַרענטפֿערן די קשיא: וואָס זשע צווינגט אים, אייגנטלעך, צו וואַרפֿן אַזאַ אומחן אויף זײַן נײַעם וווין-אָרט? צי עס זענען דערינען שולדיק די שמאָלע גאַסן, וואָס זענען כּסדר פֿול מיט שטרויכלונגען — צעבראָכענע בענקלעך, הינטיש דרעק, פֿאַרזשאַווערטע ווענטילאַטאָרס, אַלטוואַרג און בראָכוואַרג פֿון אַלע סאָרטן און מינים? די אַלטע גרויע בנינים, וואָס האָבן אין פֿאַרלויף פֿון יאָרן און די אומצאָליקע צובויוּנגען, אָנגעוווירן דעם לעצטן שפּור פֿון זייער אָריגינעלער פֿאָרעם? און אפֿשר איז נישט די שטאָט גופֿא שולדיק אין איר אויסזען, נאָר די מענטשן, אירע תּושבֿים? וואָס איז די סיבה און וואָס — דער פּועל-יוצא? צי זענען די מענטשן שולדיק, וואָס די בנינים האָבן אַזאַ פּנים, אָדער גאָר פֿאַרקערט — דער פֿאַקט, אַז די בנינים זענען אַזוי ווי זיי זענען, האָט אין אַ געוויסער מאָס געווירקט אויף די מענטשן?

אַזוי צי אַנדערש, איז די שטאָט ענלעך אויף אירע אײַנוווינערס; פּראַקטיש אָבער — אָן אַ סך פּרעטענזיעס צו זיך און צו אַנדערע. די רמת-גנער, אַזוי האָט זיך אים געדאַכט, שנײַדן זיך נישט אויף עפּעס העכערס. די פּנימער פֿון די פֿאַרבײַגייערס האָבן גערעדט צו אים אָן ווערטער: האָסט גרויסע אויגן צו הצלחה? דערגרייכונגען? אַמביציעס? פּוסטע רייד! מע טאָר נישט האָבן אַ צו גרויסן אַפּעטיט — דאָס איז אַ שמאָלע סטעזשקע, וואָס פֿירט שטענדיק צו זינלאָזע פּילפּולים.

יאָ, האָט חיים גערעדט צו זיך, די שטאָט איז מיאוס! דאָס איז נישט קיין גרויסע מעלה, אָבער אויך נישט קיין חסרון — צו אַ מיאוסער כּלה ווערט מען אויכעט צוגעוווינט. ער האָט דאָס גוט געוווּסט פֿון דער אייגענער דערפֿאַרונג. דאָס לעבן איז לאו-דווקא שיין, כאָטש דער מענטש איז אַ בייגעוודיקע בריאה; ער לערנט זיך גיכער דאָס, וואָס ער איז נישט מסוגל צו דערגרייכן איידער דאָס, וואָס ער קען יאָ אויפֿטאָן.

חיים דאַווידזאָן, אַ נידעריקער, ברייטביינערדיקער פּאַרשוין מיט אַ ווילדער טשופּרינע פֿון פֿרי גרוי געוואָרענע האָר, איז געשטאַנען בײַם אָפֿענעם פֿענצטער אין קיך און גערייכערט אַ סיגאַרעט, בשעת אָט די מחשבֿות וועגן זײַן נײַער שטאָט האָבן געהאָפּקעט און זיך געווירבלט אין זײַן קאָפּ. דאָס רייכערן האָט געהאַט צוויי קעגנזײַטיקע השפּעות אויף אים: פֿון איין זײַט, האָט עס אים באַרויִקט, אָפּגעשטילט דאָס ברויזנדיקע געמיט און, פֿון דער צווייטער זײַט, געשאָנקען אים גאָר נייטיקע פֿרײַע צײַט, כּדי צו טראַכטן, זינקען אין אייגענע מחשבֿות, און דאָס האָט אים גראַדע געמאַכט אומרויִק, אָנגעצויגן זײַנע נערוון, דערמאָנט אים אין די פּילן „ציפֿרעלאַקס‟, וואָס ער נעמט יעדן טאָג אײַן.

ער האָט געמאַכט אַ לאַנגן צי פֿון דעם סיגאַרעט און די געדיכטע פּאָרציע רויך האָט אים אַ ברי געטאָן די לונגען. רויך-רינגלען, קײַלעכדיקע און שיינע, האָבן אַרויסגעשוועבט פֿון זײַן אײַנגעשרומפּענעם מויל. דאַכט זיך, ער האָט נאָך נישט פֿאַרגעסן די מלאָכה. נאָר איין צרה — די קיך וועט שטינקען, ווי אַ טכויער וואָלט אַהער געמאַכט אַ שמעקנדיקן וויזיט. ער האָט גערייכערט אין קיך בלית-ברירה, כאָטש ער האָט שוין עטלעכע מאָל געהאַט פּרובירט צו עפֿענען די פֿענצטערס אין וווינצימער, האָבן זיי אים נישט געפֿאָלגט און זיך נישט געעפֿנט — גיי טו זיי עפּעס. די רמת-גנער וווינונג, לכתּחילה אַ צײַטווײַליקע לייזונג, איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שטענדיקער ווירקלעכקייט — אַ נײַער, אומבאַקאַנטער און אַ פֿרעמדער טעריטאָריע. ער האָט זיך אַרײַנגעצויגן אַהער קורץ נאָך דעם, וואָס מע האָט אים אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט…

דאָס פּנים פֿון זײַן שעף איז איצט אומבאַוויליק אויפֿגעשוווּמען פֿאַר זײַנע אויגן, און חיים האָט דערפֿילט די זויערקייט פֿון מאָגן-זאַפֿטן, וואָס קריכט אַרויף און בלײַבן אים שטעקן אינעם גאָרגל. דער שעף ימח-שמו איז געווען אַן אָרנטלעכער, אַמביציעזער פּאַרשוין, וואָס האָט פֿאַרלאַנגט אַ סך פֿון זיך און פֿון די, וואָס ס׳איז זיי באַשערט געווען צו פֿאַרברענגען אַ שטיק לעבן (בײַ עטלעכע אָ לענגערע צײַט, בײַ דער מערהײט — אַ קורצע ווײַלע) אין דער פֿיר-קיוביקער קעניגרײַך, אונטער זײַן שטרענגער הערשאַפֿט. חיים האָט געאַרבעט שווער, נאָכגעגעבן אַלע פֿאַרלאַנגען פֿונעם „באָס‟, פֿאַרבראַכט נישט ווייניק נעכט פֿאַרן עקראַן, כּדי „דער עסק זאָל קלאַפּן‟, אָבער, נישט געקוקט אויף זײַנע באַמיִונגען, איז דער פּראָיעקט, אין וועלכן ער האָט געשפּילט אַ באַטײַטנדיקע ראָלע, דורכגעפֿאַלן אָן אַ שאַנס אויפֿצושטיין תּחית-המתים.

דער שעף האָט געהאַלטן, אַז אַוודאי איז דאָס נישט חיימס שולד; ער, חיים, איז דאָך זייער אַ פֿעיִקער אַרבעטער. דער שעף האָט געפּרוּווט צו באַרויִקן חיימען מיט אַ טרוקענעם שמייכל, וואָס איז געווען צוויי-דײַטיק און אויך טויזנט-דײַטיק. לסוף האָט ער באַגלייט חיימען צו דער טיר, אים גוט-ברודעריש אַ קלאַפּ געטאָן אין פּלייצע: „אַזעלכע זאַכן געשען אָפֿט אין ׳הײַטעק׳! אין געשעפֿטן איז מען אַ מאָל אויפֿן פֿערד און אַ מאָל אונטערן פֿערד‟. דער שעף האָט אים געגעבן דאָס וואָרט, אַז ער וועט זען צו קריגן פֿאַר אים אַ שטעלע אין דער זעלבער קאָמפּאַניע; אַ שטעלע, וואָס וועט זײַן צוגעפּאַסט צו זײַנע בולטע טאַלאַנטן. אַ שאָד צו פֿאַרלירן אַזעלכע טאַלאַנטן. מענטשן ווי חיים וואַלגערן זיך נישט אויף די גאַסן…

ווײַטער האָט דער שעף נישט דערמאָנט דעם ענין מיט קיין וואָרט ניט, זיך געפֿירט ווי זיי וואָלטן קיינמאָל נישט געהאַלטן דעם דאָזיקן שמועס וועגן חיימס צוקונפֿטיקער שטעלע. חיים האָט נישט געהאַט קיין חשק צו פֿאַרלאָזן די אַרבעט. עס איז נישט געווען די פּאַסיקע צײַט. נישט דעמאָלט און נישט איצט, בשעת דער פּראָצעס פֿון גטן זיך הינקט אויף איין פֿוס, ציט זיך לענגער ווי ער האָט געמיינט. שטענדיק וואַקסן אויף נײַע מניעות און קליינע, נישט-פֿאָרויסגעזעענע שטרויכלונגען.

די פֿראַגע פֿון זײַן אַרבעט איז אָבער נישט געבליבן שטיל מער ווי אַ פּאָר חדשים; איין טאָג האָט די סעקרעטאַרשע אָפּגעדרוקט פֿאַר חיימען דעם אָפּזאָג-בריוו, וווּ עס איז געשטאַנען, אַ חוץ וואַרעמע ווערטער, די דאַטע פֿון זײַן לעצטן טאָג בײַ דער אַרבעט. אַזוי האָט ער זיך דערוווּסט, אַז מע האָט נישט געפֿונען אַ פּאַסיקע שטעלע פֿאַר אים. אַזוינס טרעפֿט זיך אויך אין „הײַטעק‟. דער שעף האָט זיך ווײַטער געמאַכט כּלא־ידע. חיים האָט געזאָגט זײַן פּסיכאָלאָג, אַז עס אַרט אים נישט, וואָס מע האָט אים אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט. צוריק געשמועסט, האָט געשטעקט אין דעם אַ שטיקל מעלה. עס איז נישט געווען אַן אָרט, וווּ מע בלײַבט אַרבעטן ביז דער פּענסיע. צוויי-דרײַ יאָר און שוין — מ׳פֿליט ווײַטער זוכן אַן אַנדער בלום.

דער פּסיכאָלאָג האָט צוגעשטימט מיט חיימען, אַז ער האָט גוטע שאַנסן צו געפֿינען אַן אַנדער אַרבעט־אָרט. דערווײַל איז כּדאַי, אַזוי האָט דער פּסיכאָלאָג געהאַלטן, אַ טראַכט טאָן אַ ביסל מכּוח זיך גופֿא, באַטראַכטן דאָס אייגענע לעבן, קלערן וועגן די אייגענע געפֿילן. אפֿשר אויפֿהערן צו רייכערן סוף-כּל-סוף, אָפּפֿרישן און אפֿשר בײַטן דעם צוגאַנג צו זאַכן און מענטשן. ער וועט באַלד ווערן פֿערציק יאָר אַלט. אַ גוטע צײַט זיך אָפּשטעלן אַ רגע, אָפּכאַפּן דעם אָטעם, זיך אומקוקן און פֿרעגן זיך, וווּהין עס פֿירט אים דער וועג…

חיים, אַרײַנציִענדיק דעם רויך פֿונעם סיגאַרעט, האָט זיך פּלוצעם פֿאַרהוסט. אַ קורצער, אָבער שאַרפֿער ווייטיק האָט אים אַ שנײַד געטאָן אין דער לינקער זײַט ברוסטקאַסטן. דאָס האַרץ… דאָס האַרץ האַלט שוין נישט אויס. דאָס איז דער אָפּצאָל פֿון יאָרן רייכערן און אומאויפֿהערלעכן סטרעס. ער האָט אַ שלײַדער געטאָן דעם סיגאַרעט אין אָפּגאָס. זעלטן פֿלעגט ער אויסרייכערן אַ גאַנצן סיגאַרעט. געוויינטלעך, איז די פֿרירנדיקע מורא אים באַפֿאַלן נאָכן דריטן צי. ער האָט אַ דריי געטאָן דעם קראַנט פֿון קאַלטן וואָסער און אַ שטאַרקער שפּריץ האָט אויסגעלאָשן דעם ברענענדיקן עק, צעשמירנדיק דאָס אַש איבער די פֿאַרגעלטע ווענטלעך פֿונעם אָפּגאָס…

מע דאַרף אײַנשטילן דאָס האַרץ-קלאַפּעניש. חיים האָט אָנגעצונדן דעם טעלעוויזאָר, אָבער נישט מצליח געווען זיך קאָנצענטרירן אויף קיין שום פּראָגראַם. ער האָט בשום-אופֿן נישט געקענט אויפֿכאַפּן די רייד פֿון די לייטערס, ווי עמעצער וואָלט אים אַרײַנגעשטעקט וואַטע אין די אויערן. אויף דעם רוסישן קאַנאַל האָט אַ כאָר פֿון שול-קינדער געזונגען אַ פּאַטריאָטיש ליד און געדאַנקט דעם (גרויסן) מנהיג פֿאַר זײַנע אומדערמידלעכע באַמיִונגען לטובֿת דעם פֿאָטערלאַנד און וווילשטאַנד פֿונעם פֿאָלק.

דער טעלעפֿאָן אויפֿן טיש האָט געטאָן אַ ציטער, ווי פֿון פֿיבער. דעם שעפֿס העסלעכער נאָמען האָט זיך באַוויזן אויפֿן עקראַן. דעם שעף איז ווייניק אָנגעגאַנגען, אַז ס׳איז חיימס לעצטע אַרבעטס־וואָך. ער האָט נישט איבערגעריסן זײַן נישט אָנגענומענעם מינהג אָנצוקלינגען זײַנע אַרבעטער אַהיים נאָך די שעהען אין ביוראָ.
חיים האָט געענטפֿערט מער צוליב אַן אײַנגעוואָרצלטער געוווינשאַפֿט, ווי אויס מורא; און אפֿשר האָט זיך נאָך אַלץ אַ האַלב-דערשטיקטע מורא געצאַפּלט אין אים. דער שעף האָט גערעדט מיט קורצע זאַצן, ווי געשיקט שפּיציקע שאַרפֿע פֿײַלן: דער הויפּט־קאָמפּיוטער פֿון אַ וויכטיקן באַנק האָט געקראַכט. פֿון דעסטוועגן, איז די צרה נישט זייער גרויס. די סיסטעם מאַכט „בעקאַפּ‟ יעדע פֿאָר מינוט. על־כּל־פּנים, די פּרטים פֿון פֿיר טראַנזאַקציעס זענען „פֿאַרסטיקט‟ געוואָרן. ער, דער שעף, וויל, אַז חיים זאָל זיך פֿאַרבונדן מיט דעם דאָזיקן קאָמפּיוטער און געפֿונען די סיבה, וואָס האָט געקאָנט גורם זײַן דעם קראַך. חיים האָט פֿאַרזיכערט דעם שעף, אַז ער וועט תּיכּף עפֿענען דעם קאָמפּיוטער און באַטראַכטן דעם ענין. דער שעף האָט אים באַדאַנקט און גלײַך אויסגעשלאָסן דעם טעלעפֿאָן, נישט וואַרטנדיק אויף אַ „זײַ געזונט‟.

נאָכן שעף האָט אָנגעקלונגען די מאַמע. איר שטים איז געווען זייער הויך. זי האָט דורכן טרײַבל נישט גערעדט, נאָר אַרײַנגעשריגן. לאָזט זיך אויס, אַז חיימס עלטערער ברודער, אַנדריי, איז געווען אין טואַלעט און האָט נאָך זיך נישט אַראָפּגעשוואַשן, „דו פֿאַרשטייט שוין אַליין וואָס‟. די מאַמע נאָכן פּרוּוון עס טאָן, האָט אַנטדעקט צו איר שרעק, אַז די מעכטיקע קאַסקאַדע, וואָס האָט געזאָלט זיך אַ גיס טאָן, איז דורך אַ כּישוף פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ דינינק שטרעמל, וואָס וואַשט גאָרנישט אַראַפּ…

מאָדנע, די מאַמע, אַ פֿרוי וואָס איז ערשט אַלט געוואָרן פֿינף און זיבעציק יאָר, איז נאָך אַלץ נישט מסוגל אַרויסרעדן דאָס פּשוטע וואָרט „קאַקי‟. צו וואָס טויג עס, אַזאַ קינדיש לשון? זי רעדט דאָך צו איר זון, וואָס איז אויך נישט קיין ייִנגעלע, אין אַ וואָך אַרום וועט ער קיין עין-הרע ווערן אַ בן-אַרבעים. חיים האָט געפֿרעגט, צי די מאַמע האָט אָנגעקלונגען צו וואַדים דעם אינסטאַלאַטאָר.

„ער ענטפֿערט נישט!‟
„נישטאָ קיין אַנדערע אינסטאַלאַטאָרן, וואָס קענען רוסיש?‟

ניין, זי קען קיינעם נישט. אין טשערנאָוויץ האָט זי געקענט אַ סך אינסטאַלאַטאָרן. דאָ — ניין. זי וויל ער זאָל פֿאָרן מיט צוויי אויטאָבוסן קיין נתּניה, כּדי צו לייזן די פּראָבלעם.

„וואָס טוט אַנדריי?‟
„ער קוקט טעלעוויזיע, איך וויל אים נישט שטערן.‟

חיים האָט צוגעזאָגט צו קומען מאָרגן. די מאַמע האָט געוואָלט נאָר וויסן, מיט וואָס האָט זי אַזוינס געזינדיקט, אַז זי דאַרף זיך אַרומדרייען אין אַ שטוב, וווּ איז אַ סכּנת-נפֿשות אַרײַנגיין אין טוילעט? פֿאַר וואָס דרייט ער זיך אַרויס פֿון זײַן פֿליכט?

נאָך דעם זענען אירע רייד געוואָרן פֿאַרהאַקט, ווײַט, צעשוווּמען, די זאַצן זענען געוואָרן אומפֿאַרשטענדלעך, גאַנצע ווערטער האָבן נישט דערגרייכט צו זײַנע אויערן. זי דרייט זיך אַוודאַי אין קיך, האָט חיים זיך פֿאָרגעשטעלט. דער סיגנאַל דאָרט איז זייער אַ שוואַכער. ער האָט דאָס איר דערקלערט שוין עטלעכע מאָל. דאַכט זיך, אַז זײַנע ווערטער קלעפּן זיך צו איר, ווי אַרבעס צו דער וואַנט. פּלוצעם האָט זיך דער שמועס אין גאַנצן אָפּגעהאַקט. איצט האָט זי מסתּמא גערעדט פֿון דעם צימערל מיט דער וואַש־מאַשין. ווען וועט זי זיך כאַפּן, אַז זי רעדט בלויז צו זיך אַליין?

נאָך דער מאַמען האָט חיים גערעדט מיט זײַן אַדוואָקאַט, אַ זון פֿון אַ געוועזענעם שכן פֿון טשערנאָוויץ. ער האָט גענומען אויף זיך די אויפֿגאַבע צו פֿאַרזיכערן, אַז חיים זאָל האָבן די אויבערהאַנט אין דעם גט־פּראָצעס. חיים האָט נישט געוואָלט מאַכן פֿון דעם גטן זיך „אַ גאַנצע חתונה‟, אָבער זײַן אַדוואָקאַט האָט דאָך געפֿונען אַלערליי פֿאַרבאָרגענע זכותים און אים צוגערעדט ער זאָל נישט אָפּטרעטן אין געוויסע ענינים, וואָס זענען חיימען נישט אָנגעגאַנגען. איצט, יעדנפֿאַלס, איז חיימען שווערער אָפּטרעטן און נאָכגעבן, ווײַל זײַן גרושה האָט אַנטדעקט איר אמת פּנים. די מאַסקע איז געפֿאַלן. זי און איר אַדוואָקאַטין האָבן אים געפּלאָגט פֿאַר יעדער קלייניקייט. מיט אַזאַ אײַנרײַסערין קען מען זיך נישט באַגיין מיט גוטן, — אַזוי זאָגט זײַן אַדוואָקאַט.

איצט האָט אים דער אַדוואָקאַט געלאָזט וויסן, אַז מיטוואָך נאָך מיטאָג וועלן זיי האָבן אַ זיצונג מיט זײַן גרושה און איר אַדוואָקאַטין — „אַ נבֿלה, איך קען זי זייער גוט!‟. זיי וועלן אַרומרעדן די טעמע: ווער נעמט דאָס הינטעלע. דער אַדוואָקאַט האָט געשיט פּעך און שוועבל. חיים האָט ווייניק פֿאַרשטאַנען אין די זאַכן, אָבער דער אַדוואָקאַט איז געווען פֿײַער-פֿלאַם. חיים האָט זיך באַנוגנט דערמיט, וואָס האָט פֿון צײַט צו צײַט אַרײַנגעוואָרפֿן אַ „יאָ‟, „פֿאַרשטייט זיך‟, „וואָדען?‟…

בשעת דער אַדוואָקאַט האָט גערעדט אַ פֿאַרפֿלאַמטער, האָט חיימס בליק געבלאָנדזשעט אין צימער און לסוף זיך אָפּגעשטעלט אויף אַן איינזאַמער פּאָליצע איבער דעם טעלעוויזאָר. דאָרט, לעבן אָ גראָב-געשניטענער סטאַטוע פֿון אַ העלפֿאַנד, האָבן זיך אָנגעלענט איינס אויפֿן צווייטן אַ ריי ביכער, וואָס די פֿריִערדיקע אײַנוווינער האָבן דאָ איבערגעלאָזט. די רוקנס פֿון די ביכער האָבן געגעבן אָנצוהערן וועגן די קליינע השׂגות פֿון זייערע אייגנטימער: „צען עצות פֿאַר אַ גליקלעך לעבן‟, „פֿרויען — וואָס ווילן זיי?‟… און וואָס ווילן מענער? — האָט זיך חיים געפֿרעגט, וואָס וויל ער אַליין? אַ רעטעניש. איבערהויפּט וויל ער שלאָפֿן. דאָנאַלד טראַמפּ — אַ רײַכער טאַטע, אַן אָרעמער טאַטע‟, „שפּיאָנען און באַנדיטן‟, נאָך עפּעס אַ בוך פֿון דאַן בראַון — נישט זייער אַ געראָטענער אויסקלײַב.

לעבן די פֿאַרבליבענע ביכער זענען געשטאַנען זײַנע ביכער: פּושקין, נאָבאָקאָוו, די צוויי בענד פֿון טאָלסטויס „מלחמה און שלום‟, געקליבענע ווערק פֿון שלום-עליכם אויף רוסיש, באַבעל… ביכער, וואָס האָבן קיין שום שײַכות צו דעם אויסקלײַב פֿון די געוועזענע אײַנוווינערס. און דאָך, כּל-זמן ער לייענט בלויז די רוקנס און לייענט נישט אַדורך די ביכער, שטייען שלום-עליכם און די ביליקע ביכעלעך מיט עצות וועגן ליבע אויף דער זעלבער מדרגה. ער דאַרף טאַקע אַ מאָל עפֿענען די ביכער, אַ מיש טאָן די זײַטלעך, איבערלייענען כאָטש עטלעכע זאַצן. מע דאַרף… איבערהויפּט דאַרף מען געפֿינען פֿאַר דעם צײַט. ער איז נישט זייער גוט אין אָפּשטעלן דעם קאַרוסעל, איבעררײַסן דעם אײַנגעפֿירטן שטייגער.

תּמיד דאַרף ער עפּעס טאָן, רעדן מיט עמעצן, אַרויסהעלפֿן, פֿאָרן, זײַן ערגעץ, אײַנקויפֿן, זיך נאָכפֿרעגן, באַצאָלן, אַרויסגיין מיטן הונט… שוין מער ווי צען יאָר פֿירט חיים אַזאַ לעבן, וואָס שאַפֿט דעם אײַנדרוק, אַז ער אַרבעט אויף אַלע כּלים, כּדי טאַקע נישט האָבן קיין איין פֿרײַע מינוט און דערנאָך באַקלאָגן זיך כּסדר, אַז ער האָט נישט קיין צײַט אָפּכאַפּן דעם אָטעם אָדער אַ טראַכט טאָן.

די קאַרוסעל, דאָס שטורמישע געווירבל — חיימס לעבן — דרייט זיך אַזוי גיך, אַז עס איז אַ פּיקוח-נפֿש עס אָפּשטעלן און אַראָפּגיין.

איז ער אָבער בלויז אַ בשׂר-ודם און צומאָל שווינדלט אים פֿאַר די אויגן. דער צעצויגענער שמועס מיטן באַריידעוודיקן אַדוואָקאַט האָט אים אויסגעשעפּט. ער האָט זיך ווידער געפֿילט ווי אַ נאַריש ייִנגעלע, וואָס מע פֿירט אים בײַ דער האַנט. וווּ נעמט מען כּוח? פֿאַר דעם איז דאָ אַ וווּנדערלעכע המצאה: אַ רפֿואה מיטן נאָמען „ציפֿרעלאַקס‟ — איין פּיל און ער שטעלט זיך צוריק אויף די פֿיס. ער דאַרף בלויז געפֿינען אין זיך מוט, כּדי זיך אויפֿהייבן פֿון דער סאָפֿע.
.

המשך קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s