די נײַ־יאָריקע יאָלקע און „נאָווי גאָד‟

די ערשטע וואָך פֿון חודש יאַנואַר איז אין מײַן קינדשאַפֿט געווען די ליכטיקסטע — כּמעט יעדן אינדערפֿרי פֿלעגט פֿאָרקומען אַן אַנדער נײַ־יאָריק שׂימחהלע מיט אַן אמתן זיידע־פֿראָסט און שניי־מיידל; מיט צעטיילן פּעקעלעך מיט געשמאַקע צוקערקעס, ניסלעך און אַוודאי אַ מאַנדאַרינקע; מיט פֿריילעכע לידעלעך און אַ קאַראַהאָדן אַרום דער יאָלקע… יאָ, די נײַ־יאָריקע יאָלקע האָט באַשײַנט און באַשיינט די גאַנצע שׂימחה, אַרײַנגעבראַכט פֿון וואַלד אַ פֿרישקייט און מעשׂהדיקייט.
אין די נײַ־יאָריקע טעג איז די יאָלקע געווען די אָנגעלייגטע גאַסטין אין יעדער שטאָט, דאָרף און ייִשובֿ איבער דעם גאַנצן סאָוועטישן לאַנד. זי איז געשטאַנען אין מיטן דעם שטאָטפּלאַץ, אַ שטאַלטנע, אויסגעפּוצט אין לאַנגע גירלאַנדעס מיט אָנגעסיליעטע אויף זיי כּלערליי שפּילעכלעך און פֿאַרשיידנקאָליריקע עלעקטרישע לעמפּעלעך. אין סאַמע שפּיץ האָט געשײַנט און געלויכטן דער רויטער שטערן, ווי ער זאָל זיך געווען איבערוווּנקען מיט טויזנטער אַנדערע אַזעלכע נײַ־יאָריקע יאָלקע־שטערן; און זיי אַלע אין איינעם — מיטן גרעסטן און שענסטן רובין־שטערן אויפֿן הויפּט־טורעם פֿון מאָסקווער קרעמל. מיט אָט דעם נײַ־יאָריקן אַנטוראַזש זײַנען מיר געוואַקסן און געווען גליקלעך.
די שטאָט־יאָלקע און די יום־טובֿדיקע שטימונג, וואָס זי האָט אַרײַנגעבראַכט אין שטאָט, האָבן אויף אַ צײַט צעשמאָלצן די טאָג־טעגלעכע גרויקייט און רוטין, צוגעצויגן צו זיך קינד־און־קייט, קליין־און־גרויס.
אַ קליין יאַדלע־ביימל, וואָס די מאַמע און איך האָבן באַפּוצט מיט פֿאַרביק־גלאַנצנדיקע גלעזערנע שפּילעכלעך, איז געשטאַנען אַרײַנגערוקט אין אַ ווינקל, וואָס ווײַטער פֿון דער אָנגעהייצטער הרובע, אין טאַטע־מאַמעס שלאָפֿצימער, דער גרעסטער צימער אין אונדזער שטוב. די שיינע פֿינקלדיקע קײַלעכס פֿון פֿאַרשיידענער גרייס און קאָליר, די מעשׂהדיקע פֿיגורקעס פֿון חיהלעך און זילבערדיקע אײַזצעפּלעך, וואָס זײַנען אַ גאַנץ יאָר געלעגן אָפּגעהיט אין דער ברייטער סאָפֿע — יעדע זאַך אַקוראַט אײַנגעוויקלט אין וואַטע — האָבן מיר פֿון דער קאַרטאָן־פּושקע אַרויסגעשלעפּט און זיי פֿאָרזיכטיק אַרויפֿגעהאָנגען אויף די שטעכיקע צווײַגלעך. דעם סאַמע שפּיץ פֿון אונדזער נײַ־יאָריקער יאָלקע האָט באַקרוינט נישט קיין רויטער שטערן, נאָר אַ גלעזערנער עקהוט, וואָס האָט זיך שיִער נישט אָנגעשפּאַרט אין דער סטעליע.
אונדזער גאַנצע משפּחה האָט זיך געפֿרייט מיט דער נײַ־יאָריקער יאָלקע און נאָר דער זיידע, וואָס כ׳האָב אים אַרײַנגעשלעפּט בײַ דער האַנט, ער זאָל אויך הנאה האָבן פֿון אונדזער גרינער קראַסאַוויצע, האָט אויף איר אַ וואַרף געטאָן אַ פֿאַרקרימטן בליק און אַ וואָרטשע געטאָן זיך אין דער באָרד אַרײַן: „אַ בוים געבראַכט אין שטוב!‟ פֿון דעסטוועגן, איז קיינעם אין דעם אַטעיִסטישן סאָוועטישן לאַנד נישט אײַנגעפֿאַלן צו פֿאַרטײַטשן דעם דאָזיקן בירגערלעכן און מלוכישן יום־טובֿ מיט זײַנע טראַדיציאָנעלע מאכלים, פֿאַרווײַלונגען און קולטור־אונטערנעמונגען ווי אַ רעליגיעזן ריטואַל. נישט איין דור סאָוועטישע מענטשן האָבן „נאָווי גאָד‟ געהאַלטן און אָפּגעפּראַוועט מיט פֿרייד און האָפֿענונג, אַז דווקא אָט דאָס נײַע יאָר וועט שוין זײַן דאָס בעסטע און גליקלעכסטע, ווען אַלע טרוימען און וווּנטשן וועלן מקוים ווערן.
עס זײַנען אַדורך אַ סך יאָר זינט מײַן סאָוועטישער קינדשאַפֿט, יוגנט און דערוואַקסנקייט. אין די אָנהייב 1990ער האָט די ייִדישע עמיגראַציע־כוואַליע אַרײַנגעבראַכט ס׳רובֿ געוועזענע סאָוועטישע בירגער מיט זייער אַטעיִסטישן באַגאַזש קיין מדינת־ישׂראל. ערשט דאָרט האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אויף דער הייליקער ערד, איז „נאָווי גאָד‟ אַ גוייִשער מינהג, אַן איבערבלײַבעכץ פֿון אונדזער סאָוועטישן גלות. אָסור אים פּראַווען!
אויך אין אַמעריקע, וווּ די קאַטאָליקער פֿײַערן זייער „קריסמעס‟ און די פּראַוואָסלאַוונע קריסטן — „ראָזשדעסטוואָ‟ איז דער „נאָווי גאָט‟ פֿאַרבליבן נאָר בײַ די ייִדישע בעזבאָזשניקעס־אַפּיקורסים, ווי אַ נאָסטאַלגישע דערמאָנונג אין יענע סאָוועטישע יאָרן, ווען צווישן זייערע פֿאַרבאָרגענע וווּנטשן אין דער נאַכט פֿון “נאָווי גאָד” האָט אויך געצאַפּלט דער טרוים זיך אַרויסרײַסן אויף מערבֿ און זיך וואַרעמען דאָרט אונטער די שטראַלן פֿון אַ פֿרײַ און גליקלעך לעבן…
יאַנואַר, ברוקלין, ניו־יאָרק