לאַפּסוס־קאַקטוס — 41


די צײַט ברענגט פֿאַר דער שפּראַך נײַע ווערטער, און פֿאַרקערט — מיט דער צײַט ווערן געוויסע ווערטער פֿאַרעלטערט; זיי געפֿינען זייער אָרט אויף די זײַטן פֿון ווערטער־ביכער, ווי שפּראַך־צייכנס פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער תּקופֿה.

דער אויפֿברויז פֿון וואָרטשאַפֿונג האָט זיך באַזונדערס אַנטפּלעקט אין דער שטורמישער תּקופֿה פֿון בויען אַ נײַ סאָציאַליסטיש לעבן אינעם לאַנד פֿון ראַטן. ייִדיש, ווי אַן אָנערקענטע נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, האָט געפֿאָדערט פֿון די ייִדישע שפּראַך־מומחים, שרײַבערס, רעדאַקטאָרן נײַע ווערטער און באַגריפֿן, כּדי אָנצורופֿן און דעפֿינירן די קאָלאָסאַלע רעוואָלוציע־ענדערונגען. ייִדיש האָט זיך צוזאַמען מיט דער ייִדיש־רעדנדיקער יוגנט אַרויסגעריסן פֿונעם שטעטל און חדר, און איז אַרײַנגעפֿאַלן אין סאַמע קאָכעניש פֿון אַלע לעבנס־אַספּעקטן. אַזוי זײַנען געבוירן געוואָרן הונדערטער, אויב נישט טויזנטער נײַע ווערטער און באַגריפֿן, וואָס הײַנט קאָן ס׳רובֿ פֿונעם געשאַפֿענעם אָפּגעשאַצט ווערן ווי אַ שפּראַכלעכער אוצר באַגראָבן אונטער די חורבֿות פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

מיר וועלן נישט טשעפּען הײַנט די ווערטער, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר „סאָוועטישע ראָשי־תּיבֿות‟. אין תּוך גערעדט, איז אַזאַ אופֿן צו פֿאַרקירצן, למשל, אַן אויסטײַטשונג פֿון אַ פּסוק אָדער אַ נאָמען פֿון אַ תּלמיד־חכם איז געווען זייער פֿאַרשפּרייט בײַ ייִדן. איך וויל ווײַטער ברענגען בלויז עטלעכע מוסטערן פֿון ווערטער, וואָס די נײַע סאָוועטישע ווירקלעכקייט האָט אַרײַנגעבראַכט אין ייִדיש־סאָוועטישן וואָקאַבולאַר.

וואָס מיינט, למשל, דאָס וואָרט „איבערגעבורטלער‟?

איבערגעבורטלער (ווערט גענוצט נאָר אין אַ נעגאַטיוון זין) — אַ פּאַרשוין, וואָס האָט געביטן זײַנע פּאָליטישע, אידעאָלאָגישע אָנשויונגען און איז אַריבער אויפֿן צד פֿון די שׂונאים. אַנדערש געזאָגט, אַ פֿאַררעטער.

אַן אַנדער זייער וויכטיק וואָרט, „אײַנמעלדונג‟, אַנדערש געזאָגט, אַ שטעמפּל אין פּאַס, וואָס פֿלעגט רעגיסטרירן און צובינדן דעם בירגער צו אַ קאָנקרעט אָרט (דאָרף, ייִשובֿ, שטאָט), ווי אַ הונט צו אַ קייט.

אָדער דאָס געשמעלץ פֿון צוויי ווערטער „אַרבעט‟ און „ביכל‟ אין איין וואָרט — „אַרבעטסביכל‟. דאָס דאָזיקע נײַ־געשאַפֿענע וואָרט ווערט גלײַך פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאָנקרעטער דעפֿיניציע. יעדער דערוואַקסענער סאָוועטישער בירגער אָן אַן אַרבעטסביכל, וווּ עס פֿלעגן אַרײַנגעשריבן ווערן אַלע פּרטים פֿון זײַן אַרבעט־טעטיקייט, פֿלעגט באַלד געשטעמפּלט ווערן מיט אַן אַנדער וואָרט, געבוירן אויף די שפּאַלטן פֿון סאָוועטישן אַרבעטער־קאָדעקס — „טונעיאַדעץ‟. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, לויט דער קאָנסטיטוציע, האָט יעדער געזונטער בירגער געמוזט אַרבעטן און זײַן באַוואָרנט מיט אַרבעט. קיין אַרבעטלאָזיקייט, ווי באַוווּסט, האָט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נישט עקזיסטירט.

מיר וועלן זיך נאָך אומקערן צו די אַזוי גערופֿענע „סאָוועטיזמען‟ אין אונדזער רובריק, ווײַל ס׳איז באַזונדערס וויכטיק זיי פֿאַרשטיין בשעתן לייענען די ווערק פֿון די ייִדישע סאָוועטישע שרײַבערס.

*

מיר האָבן שוין געשריבן וועגן וואָרטשאַפֿונג („לאַפּסוס־קאַקטוס‟ —8, —9) און וואָרט־קאַלקעס. די טעמע איז אָבער נישט אויסצושעפּן, ווײַל נײַע „לאַפּסוסן‟ הערן נישט אויף גרילצן אין אויער און אַרויסקריכן פֿון די טעקסטן, ווי ווערעמלעך פֿון אַ פּירה. בלויז צוויי בײַשפּילן פֿון אַזאַ „שאַפֿערישקייט‟:

דער קאָנטענט פֿונעם בוך איז צונויפֿגעשטעלט זייער קרעאַטיוו.


ס׳איז קלאָר, אַז דעם אויטאָר פֿון דעם זאַץ ליגן אויפֿן שפּיץ־צונג די ענגליש־שטאַמיקע ווערטער content און creatively, אָבער צו וואָס פֿאַרמיסטיקן די שפּראַך, ווען מע קאָן עס זאָגן אויף אַ קלאָרן מאַמע־לשון:

דער אינהאַלט (תּוכן) פֿונעם בוך איז צונויפֿגעשטעלט זייער שאַפֿעריש.

אַן אַנדער בײַשפּיל:

אַלע וועלן באַקומען אַ געלט־שטיצע, כּדי נישט צו סטיגמאַטיזירן די אַרבעטלאָזע.

געוויס איז דאָס ענגלישע וואָרט stigmatision געוואָרן לעצטנס זייער פֿאַרשפּרייט; אַזוי גיך, אַז מ׳האָט עס נישט באַוויזן אײַנשליסן אינעם „אַרומנעמיקן ייִדיש־ענגלישן ווערטערבוך‟. אַן אַנדער זאַך צי דאַרף מען בכלל דאָס וואָרט אַרײַנשלעפּן אין ייִדיש. צוריק גערעדט, זײַנען דאָך ביז הײַנט אויך געווען נישט ווייניק „סטיגמאַטיזירטע‟ סאָציאַלע גרופּעס און יחידים. ווי אַזוי זשע האָט די געזעלשאַפֿט זיך געגעבן אַן עצה זיי נישט „סטיגמאַטיזירן‟?

אויף אַ לײַטיש מאַמע־לשון וואָלט עס געקאָנט קלינגען אַזוי:

אַלע וועלן באַקומען אַ געלט־שטיצע, כּדי נישט צו לאָזן אַ שאַנדצייכן אויף די אַרבעטלאָזע.

אָדער:

אַלע וועלן באַקומען אַ געלט־שטיצע, כּדי, חלילה, נישט דערלאָזן, אַז די אַרבעטלאָזע זאָלן זיך פֿילן דערנידעריקט (מאָראַליש טראַוומירט).

המשך קומט

אײַער לאַפּסוס־קאַקטוס

2 Comments

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s