אין דער צײַט פֿון קאָראָנאַ־ווירוס (6)

יעווגעני קיסין

אַפּריל 6

נעכטן האָב איך בשעתן שפּאַצירן שטאַרק אָנגעריבן אַ פֿוס, דעריבער בין איך הײַנט געבליבן אין ד׳רײם און האָב געאַרבעט אַ סך מער װי אין די פֿריִערדיקע טעג און װאָכן.

נעכטן האָט דער פּרעמיער דזשאָנסאָן זיך געלײגט אין שפּיטאָל. הײַנט האָט ער זיך געפֿילט ערגער, און מע האָט אים איבערגעפֿירט אין אַ רעאַנימאַציע–אָפּטײלונג… נו, אים װעט מען געװיס ראַטעװען — און אפֿשר פֿון זײַן אײגענער דערפֿאַרונג װעט ער מאַכן װאָסערע–ניט–איז אױספֿירן. װי כ׳האָב זיך אַלײן איבערגעצײַגט פֿיל מאָל נאָך זינט מײַנע יונגע יאָרן, איז דװקא די אייגענע פּראַקטיק דער סאַמע בעסטער לערער. 

„טײַמס‟, „דײלי טעלעגראַף‟, „גאַרדיִאַן‟ און אַנדערע מאַס–מעדיאַ אין פֿאַרשײדענע לענדער האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַרטיקלען װעגן דעם, אַז כינע איז שולדיק בריטאַניע 351 מיליאַרד פֿונט אין שײַכות מיטן קאָראָנאַ–װירוס. מירן זען, װאָס װעט זיך דערפֿון באַקומען…

מע װעט צושיקן פֿון כינע קײן ישׂראל מיליאָנען מאַסקעס און שוץ–קאָסטיומען. סאָלדאַטן פֿון צה״לס 98סטער דיװיזיע זײַנען אַרײַן אין בני–ברק, װוּ די צאָל אָנגעשטעקטע איז די העכסטע אין לאַנד, כּדי צו העלפֿן דער אָרטיקער אַדמיניסטראַציע צו פֿאַרשפּרײטן שפּײַז און מעדיקאַמענטן. 8018 ישׂראלים, אײַנשליסנדיק יעקבֿ ליפּמאַן (װאָס האָט ניט אַזױ לאַנג צוריק דערקלערט, אַז משיח װעט קומען נאָך פּסח און ראַטעװען אונדז אַלע) און זײַן פֿרױ זײַנען אָנגעשטעקט געװאָרן; 47 מענטשן זײַנען געשטאָרבן. במשך פֿון דער פֿאָריקער װאָך האָט ישׂראל געשיקט מצות און כּשרע שפּײַז–פּראָדוקטן צו ייִדן אין קאַיִר און אַלעקסאַנדריאַ, אַזױ אַז יענע זאָלן קאָנען פּראַװען פּסח, װי געהעריק.

„אַשאַרק אַל–אַװסאַט‟ האָט מיטגעטײלט, אַז אפֿשר װעט „כאַמאַס‟ מסכּים זײַן אױף אַן אױסטױש מיט געפֿאַנגענע, אױב ישׂראל װעט שיקן װענטילאַטאָרס אין עזה. אָמאַר באַרגוטי, אַ גרינדער פֿון דער BDS–באַװעגונג האָט געמאָלדן, אַז אױב ישׂראל װעט געפֿינען אַ רפֿואה קעגן דעם קאָראָנאַ–װירוס אָדער קאַנצער, דאַן װעט עס ניט זײַן קײן פּראָבלעם מיטצואַרבעטן מיט ישׂראל.

דער װירוס האָט זיך זײער פֿאַרשפּרײט אין ייִדישע ראַיאָנען פֿון ניו–יאָרק; אין די לעצטע צװײ טעג אַם װײניקסטן 40 מענטשן, באַזונדערס באַיאָרטע (בתוכם אײניקע רבנים), זײַנען דאָרטן ניפֿטר געװאָרן. בסך–הכּל זײַנען 8400 מענטשן געשטאָרבן פֿונעם װירוס אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, העכער 3500 פֿון זײ — אינעם שטאַט ניו–יאָרק, און העכער 1900 — אין דער שטאָט ניו–יאָרק… טראַמפּ האָט דערקלערט, אַז „ס׳װעלן זײַן פֿיל טױטן, צום באַדױערן‟.

אַ מוסולמענישער טעראָריסט האָט דערמאָרדעט צװײ מענטשן מיט אַ מעסער און פֿאַרװוּנדעט נאָך פֿינעף אין דער פֿראַנצױזישער שטאָט ראָמאַן–סיור–איזער, װאָס געפֿינט זיך דרום–צו פֿון ליאָן. מע האָט אים אַרעסטירט, בעת ער איז געשטאַנען אױף די קני אױף אַ טראָטואַר און האָט מתפּלל געװען אױף אַראַביש. אײנעם אַ באַקאַנטן זײַנעם האָט מען אױך פֿאַרהאַלטן. קײן פּערזאָן–שײַן האָט דער מערדער בײַ זיך ניט געהאַט, נאָר ער האָט געמאָלדן, אַז ער שטאַמט פֿון סודאַן און איז געבױרן געװאָרן אין יאָר 1987. אין זײַן דירה האָט מען געפֿונען האַנטגעשריבענע דאָקומענטן, װעלכע האָבן אַנטהאַלטן געדאַנקען װעגן רעליגיע און אַ טענה, אַז ער װױנט אין אַ „לאַנד פֿון אומגלײביקע‟. 

לױטן אױספֿרעג, װאָס „װציִאָם‟ (ВЦИОМ) [1] האָט אַנומלטן דורכגעפֿירט, האַלטן 89% רוסלענדערס די ענדערונג קעגן פֿאַלסיפֿיצירן רוסלאַנדס געשיכטע פֿאַר דער סאַמע װיכטיקסטער פֿון די אַלע קאָנסטיטוציע–ענדערונגען. דאָס איז, אַװדאי, ביז גאָר באַװײַזלעך: זאָל דער קײסער רעגירן איבער אונדז װיפֿל ער װיל, דער עיקר — מע זאָל ניט טאָרן פֿאַלסיפֿיצירן אונדזער געשיכטע! ריכטיק האָט געזאָגט טשערנישעװסקי נאָך מיט אָנדערטהאַלבן יאָרהונדערט צוריק: „אַ נעבעכדיקע נאַציע, אַ נאַציע פֿון קנעכט, פֿון אױבן ביז אַראָפּ — אַלע קנעכט.‟ (אינטערעסאַנט: צי װעלן לערערס פֿון געשיכטע מעגן ציטירן אָט די אַרױסזאָגונג בעת די לימודים?).

 אַפּריל 7

מײַן פֿוס איז געוואָרן בעסער, נאָר פֿאָרט נאָך ניט אין גאַנצן פֿאַרהײלט, דעריבער בין איך װידער געבליבן אין ד׳רײם.

געאַרבעט. איבערגעלײענט אי. זאַרעצקיס נאָטיץ װעגן י.–ל. פּרצס אָװנט אין סטאַלינאַבאַד (איצט דושאַנבע, די הױפּטשטאָט פֿון טאַדזשיקיסטאַן) אין יוני 1945, װאָס ער האָט אָנגעשריבן פֿאַר דער „אײניקײַט‟, און זײַן בריװ צו יוסף ראַבינען [2], אָנגעשריבן מיט עטלעכע חדשים שפּעטער. אױב פֿאַרגלײַכן אָט דעם בריװ מיט זאַרעצקיס בוך „פֿאַר אַ פּראָלעטאַרישער שפּראַך‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1931, בלײַבט נאָר זיך חידושן, װאָס פֿאַר אַ קאָמפּליצירט באַשעפֿעניש איז דער מענטש. אינעם בוך — דורכאױסיקע אידעאָלאָגיע, קעמפֿערישער אַטעיִזם, אױפֿרופֿן צו קעמפֿערישער דעהעברעיִזאַציע פֿון ייִדיש און דאָס גלײַכן. יעדעס מאָל, װען איך האָב איבערגעלײענט דעם אַרטיקל „שטערט ניט דער דעהעברעיִזאַציע פֿון ייִדיש‟, װאָס איז דער סאַמע לענגסטער אַרטיקל אין אָט דעם בוך, בין איך פּשוט ניט געװען ביכולת צו פֿאַרשטײן, װי אַזעלכע אָנשױונגען האָבן געקאָנט זיך בינדן מיט ז. טעלעסינס װערטער װעגן זאַרעצקין, בײַ װעמען ער האָט זיך געלערנט בערך אין דער זעלבער צײַט: „ער האָט אונדזער לשון געכאָװעט‟ — אױב ער האָט באמת טאַקע „געכאָװעט‟ דאָס ייִדישע לשון, װי זשע האָט ער געקאָנט שטרעבן עס אַזױ פֿאַראָרעמען?! אַפֿילו אַזעלכע װערטער װי „מיזרח‟, „מערבֿ‟, „צפֿון‟ און „דרום‟ האָט ער געװאָלט אַרױסנעמען פֿון ייִדיש, און אָנשטאָט „כּמות‟ און „איכות‟ — אַרײַנפֿירן עפּעס קונציקע, אױסגעטראַכטע „װיפֿלקײט‟ און „װיאַזױקײט‟! אַז מע לײענט זײַן בריװ ראַבינען, דוכט זיך, אַז סע האָט אים אָנגעשריבן גאָר אַן אַנדער מענטש. ס׳איז זײער אַ װאַרעמער, כ׳װאָלט אַפֿילו געזאָגט, אַ הײמישער בריװ, אין װעלכן ס׳איז ניטאָ קײן מינדסטער שפּור פֿון אידעאָלאָגיע (אַ חוץ, אפֿשר, דער אַמוזאַנטער אַברעװיאַטור „ייִדקולטאַרבעט‟). דאָ באַניצט דער מחבר ניט בלױז העברעיִזמען, נאָר אַפֿילו העברעיִשע װערטער: קלאָגנדיק זיך אױף דעם, אַז זײַן פּרנסה איז צו קלײן פֿאַר אַ משפּחה פֿון פֿיר מאַן און דעריבער קומט זײ אױס לעבן פֿון פֿאַרקױפֿן זאַכן, שרײַבט ער: „נישט בגד ללבש, נאָר בגד לאוכל‟. נאָך מער: ער דערמאָנט אָן שום איראָניע, אַז „הײַנט איז בא ייִדנ סימכאסטױרע‟. אין אָט דעם בריװ זעט מען טאַקע, װי טעלעסין האָט אָנגעשריבן, „דעם ליבן און טײַערן מענטש‟. צוריק גערעדט, האָט שפּרינצע ראָכקינד אױך דערצײלט אין אירע זכרונות ניט בלױז װעגן דעם, װאָס פֿאַר אַ גרױסער ייִדישער לינגװיסט (דער בעסטער אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד) זאַרעצקי איז געװען און אַז ער האָט אָפּגעגעבן זײַן גאַנץ לעבן דער ייִדישער שפּראַך און דער ייִדישער קולטור–בױונג, נאָר אױך װעגן דעם, װאָס פֿאַר אַ גוטער, באַשײדענער מענטש ער איז געװען, װיפֿל אַנדערע מענטשן, בתוכם זײַנע געװעזענע סטודענטן, האָט ער געהאָלפֿן, װי פּרינציפּיעל און אױפֿריכטיק ער איז געװען סײַ אין װיסנשאַפֿטלעכע אָנשױונגען (אײַנשליסנדיק זײַן שטרעבונג „אױסרײניקן העברעיִזמען פֿון ייִדיש‟, װי ער פֿלעגט עס אָנרופֿן), סײַ אין פּריװאַט לעבן. נאָך מער: לױט ראָכקינדס דערינערונגען, פֿלעגט זאַרעצקי אַפֿילו אין די סאַמע שװערע יאָרן שטענדיק שרײַבן אין אַנקעטעס, אַז ער איז צו ערשט געװאָרן אַ מיטגליד פֿון דער באָלשעװיסטישער פּאַרטײ און דערנאָך איז ער אַרױס פֿון איר דורך זײַן אײגענעם װילן.
 
עמפּאַטיע, עמפּאַטיע (אָדער, װי קאַר רופֿט עס אָן, “imaginative understanding”) — װי נייטיק איז זי, כּדי צו פֿאַרשטײן אַנדערע מענטשן, באַזונדערס יענע, װאָס האָבן געלעבט אין אַנדערע תּקופֿות און באַדינגונגען. פֿאַר אונדז הײַנט זעט עס אויס ביז גאָר מאָדנע, נאָר פֿאַר זאַרעצקין, װי אױך פֿאַר זײַנע שילערס און קאָלעגעס, איז, װײַזט אױס, קײן שום װידערשפּרוך ניט געװען צװישן ליב האָבן און כאָװען די ייִדישע שפּראַך, אָפּגעבן איר דאָס גאַנצע לעבן — און שטרעבן צו פֿאַראָרעמען זי אין אַ באַדײַטנדיקער מאָס דורך „אױסרײניקן‟ אַ גרױסן טײל פֿון איר לעקסישן באַשטאַנד. 

יאָ, יענעם, װאָס אים איז ניט אױסגעקומען צו לעבן אונטער דער קאָמוניסטישער מאַכט, איז שװער זיך פֿאָרצושטעלן, װי אַזױ די קאָמוניסטישע אידעאָלאָגיע פֿלעגט פֿאַרדאַרבן בײַ מענטשן זײער אַרט דענקען און נאַטירלעכע מענטשלעכע געפֿילן. יעדנפֿאַלס, אונדז איז שױן לאַנג אַבסאָלוט קלאָר, אַז, װי יעלענע באָנער האָט אַמאָל אָנגעשריבן װ. מאַקסימאָװן: „אַן אידעאָלאָגיע, אויב זיך האַלטן פֿאַר איר אויף אַ האַרבן אופֿן, וועט זי צו קיין גוטס ניט ברענגען, ווי זי זאָל ניט זײַן‟.

נתּניהו האָט דערקלערט אַ לאַקדאַון אויף פֿיר טעג אין צוזאַמענהאַנג מיט פּסח. העכער 130 ייִדישע לידערס פֿון אַמעריקע האָבן געחתמעט אַ בריװ צו גאַנצן און אַשכּנזי, אין װעלכן זײ בעטן, אַז יענע זאָלן בלײַבן פֿעסט אין זײער אָפּאָזיציע צו דער אײנזײַטיקער אַנעקסיע פֿון טײלן אויפֿן מערבֿ־ברעג. „מיר שרײַבן אײַך, — װערט געזאָגט אינעם בריװ, — װי אַמעריקאַנער ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע לידערס, װאָס זײַנען שטאָלצע ציוניסטן, פֿולשטענדיק פֿאַר ישׂראל און האָבן געװידמעט אונדזערע לעבנס צו אונטערהאַלטן מדינת–ישׂראל.‟ מע קאָן האָבן פֿאַרשײדענע מײנונגען װעגן אָט דעם ענין, נאָר װען זשע װעט צו אונדזערע רעכטע רוסיש–ייִדישע אימיגראַנטן סוף–כּל–סוף דערגײן, אַז די, װאָס זײַנען קעגן דער אײנזײַטיקער אַנעקסיע און פֿאַר the two-state solution, קאָנען אױך זײַן שטאָלצע ציוניסטן, פֿולשטענדיק פֿאַר ישׂראל און אַפֿילו װידמען זײערע לעבנס, כּדי אונטערצוהאַלטן מדינת–ישׂראל?!

כ׳געדענק, װי אַמאָל אײנע אַ באַקאַנטע מײַנע, אַ רוסישע ייִדישקע, װאָס לעבט אין אַמעריקע, האָט אױסגעדרוקט איר אומצופֿרידנקײט מיט דעם, װאָס ציפּי ליבֿני האָט געװאָלט, אַז ישׂראל זאָל מאַכן אײניקע טעריטאָריעלע הנחות לטובֿת די פּאַלעסטינישע אַראַבער, און באַגרינדעט האָט זי איר אומצופֿרידנקײט מיט דער פֿאָלגנדיקער מעלדונג: „איך בין אַ ציוניסטקע!‟ דעמאָלט האָב איך איר באַמערקט, אַז אויך ליבֿני איז אַ ציוניסטקע, — נאָר דאָס סאַמע אַמוזאַנטע איז באַשטאַנען אין דעם, װאָס די „רוסישע ציוניסטקע‟ איז   ק י י ן   א י י ן   מ אָ ל   אין לעבן ניט געװען אין ישׂראל! די מחברים פֿונעם אױבנדערמאָנטן בריװ האָבן אױך אָנגעשריבן, אַז „אױב די אײנזײַטיקע אַנעקסיע װעט רעאַליזירט װערן, װעלן די אַמעריקאַנער ייִדן — ס׳רובֿ פֿון זײ זײַנען קעגן אַזאַ פּאָליטיק — זיך פֿילן צוליב דעם אָפּגעפֿרעמדט פֿון ישׂראל‟. כ׳געדענק, װי אין די 1990ער יאָרן, נאָך דעם ערשטן אָסלאָ–אָפּמאַך, האָט יצחק שמיר אין אײנעם אַ טעלע–אינטערװיו דערקלעקט, אַז איגנאָרירן די מײנונג פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן מצד ישׂראל, איז „ניט ייִדישלעך‟. װאָס זשע װעלן איצט זאָגן שמירס אָנהענגערס? דערװײַל האָבן „מפקדים למען ביטחון ישׂראל‟ דעם פֿאָריקן זונטיק אױך געשיקט צו גאַנצן און אַשכּנזי אַ בריװ מיט אַן אידענטישן אינהאַלט. 

אין רוסלאַנד זײַנען פֿאַררעגיסטרירט געװאָרן 1154 נײַע אָנגעשטעקטע מענטשן אינעם לעצטן מעת–לעת. די דאָרטיקע מאַכט–פֿאָרשטײערס פֿאַרפֿאָלגן די װאָלאָנטיאָרן, װאָס העלפֿן דאָקטױרים. אין דער מאָסקװער געגנט און אַנדערע רעגיאָנען האָבן זיך אָנגעהױבן טאָרף–שׂרפֿות. װי מײַן באָבע רחל פֿלעגט זאָגן, „עמידעם צרות‟…

  8 אַפּריל

שפּאַצירט אין לעטנאַ. געאַרבעט. געלײענט קאַרס בוך.

מאַריאַן אַנדערסאָן

הײַנט איז מאַריאַן אַנדערסאָנס [3] יאָרצײַט. אײנע פֿון די לעגענדאַרע מענטשן, מיט װעמען מיר איז, צום באַדױערן, ניט אױסגעקומען זיך צו באַגעגענען. װען איך האָב איבערגעװאַנדערט פֿון מאָסקװע קײן ניו–יאָרק, האָב איך געפֿרעגט בײַ מײַנעם אַ גוטן–פֿרײַנד, װאָס האָט דעמאָלט געאַרבעט אין BMG Classics, צי מע װאָלט געקאָנט אָרגאַניזירן פֿאַר מיר אַ צוזאַמענטרעף מיט אַנדערסאָן, נאַר יענער האָט געענטפֿערט, אַז ער װײסט ניט, װי אַזױ עס צו טאָן, — שפּעטער מיט אַ יאָר איז זי געשטאָרבן… אפֿשר, האָב איך געזאָלט אַרױסװײַזן אַ גרעסערע צודרינגלעכקײט, נאָר אין יענער צײַט בין איך געװען צו שעמעװדיק. אַנע פּאַװלאָװנע האָט געהערט אַנדערסאָן לעבעדיקערהײט אין מאָסקװע און האָט מיר דערצײלט, װי מוזיקאַליש און עמאָציאָנעל האָט יענע געזונגען. צום גליק, זײַנען אונדז געבליבן אַ סך אירע גלענצנדיקע רעקאָרדירונגען…

אין די מיט 1950ער יאָרן האָט אַנדערסאָן אָנגעשריבן אין איר בוך זכרונות: „איך לעב אין אַן עפּאָכע פֿון ענדערונגען, און קײן סוף פֿון זײ זעט מען נאָך ניט.‟ יאָ, אַ סך זאַכן זײַנען פֿאָרגעקומען פֿון יענער צײַט ביז אַנדערסאָנס טױט און זינט דעמאָלט — ביזן הײַנטיקן טאָג. בערך צען יאָר נאָך דער פּובליקאַציע פֿון אירע מעמואַרן זײַנען אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן אָפּגעשאַפֿן געװאָרן אַלע ראַסיסטישע געזעצן, פֿון װעלכע דער לעגענדאַרער זינגערין איז אױך אױסגעקומען צו לײַדן. פֿופֿצן יאָר נאָך איר טױט איז אַן אַפֿראָאַמעריקאַנער געװאָרן דער פּרעזידענט פֿון פֿשאַ, און מיט פֿיר יאָר שפּעטער איז ער איבערגעװײלט געװאָרן אױפֿן צװײטן טערמין (ס׳איז לאַװ–דװקא צו זײַן מסכּים מיט די אַלע אַספּעקטן פֿון אָבאַמאַס פּאָליטיק, נאָר אָט דער פֿאַקט אַליין איז, אַװדאי, אַ מערקװירדיקער). אַמעריקע האָט באמת טאַקע אַ סך פּראָגרעסירט אין די לעצטע זעכציק יאָר, כאָטש ביז שלימות איז דאָרטן נאָך װײַט: לאָמיר זיך דערמאָנען, למשל, אין אַהמאַד אַרבעריס מאָרד מיט אָנדערטהאַלבן חדושים צוריק. װי פֿריִער, אין משך פֿון דער גאַנצער מענטשלעכער געשיכטע, גײט דער קאַמף צװישן גוטס און שלעכטס אָן װײַטער — און קײן סוף פֿון אים זעט מען נאָך ניט…

העכער 6000 מענטשן אין דער װעלט זײַנען געשטאָרבן פֿונעם קאָראָנאַ–װירוס פֿאַרן לעצטן מעת–לעת, 1700 פֿון זײ — אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. אין רוסלאַנד האָט מען פֿאַררעגיסטרירט 1175 נײַע אָנגעשטעקטע. די פֿאַלן פֿון משפּחה–גװאַלד זײַנען געװאָרן אָפֿטער אין פֿאַרשײדענע לענדער צוליב דעם קאַראַנטין. די בריטישע און דײַטשישע רעגירונגען טראַכטן װעגן אַרױסגעבן „אימוניטעט–פּאַספּאָרטן‟ צו די מענטשן, װאָס זײַנען געזונט געװאָרן נאָכן קאָראָנאַ–װירוס. מירן זען…  

שב״כּ האָט אַרעסטירט אַ ישׂראל–בירגער פֿאַר שפּיאָנאַזש לטובֿת איראַן. 71 מענטשן אין ישׂראל זײַנען געשטאָרבן פֿונעם קאָראָנאַ–װירוס; דער ייִנגסטער פֿון זײ, אַ פֿאָטער פֿון צװײ קינדער, איז געװען אַלט 37 יאָר. ישׂראל װעט באַקומען צענדליקער טױזנטער טעסטיר–רעאַקטיװן און שוץ–קאָסטיומען פֿון דרום–קאָרעע. דאָרטן ספּראַװעט מען זיך מיט דער פּאַנדעמיע בעסער, װי אין פֿיל אַנדערע לענדער, װײַל זײ האָבן תּיכּף גענומען מאַכן אַ סך טעסטן, און איצט מאַכט מען דאָרט 20000 טעסטן אַ טאָג. מחמת דעם, הגם די באַפֿעלקערונג פֿון אָט דעם קלײנעם לאַנד איז 51 מיליאָן, זײַנען דאָרטן בלױז 9786 מענטשן אָנגעשטעקט געװאָרן מיטן װירוס, און 162 זײַנען געשטאָרבן. יאָ, די אַזיאַטישע דיסציפּלין איז באמת אַ מערקװירדיקע, אַלע זאָלן זיך לערנען פֿון זײ.

פּרעזידענט פּוטין שרײַט פֿון יענער זײַט קרעמל: “בירגער פּאָלאַווצעס און פּעטשענעגען בלײַבט זיצן אין דער היים אויף קאַראַנטין!

פּוטין האָט דערקלערט, אַז פֿיל שׂונאים האָבן געמוטשעט רוסלאַנד — אי פּאָלאָװצעס, אי פּעטשענעגען, — נאָר רוסלאַנד איז אַלץ בײַגעקומען, און די אָנשטעקונג פֿונעם קאָראָנאַ–װירוס „װעלן מיר אױך באַזיגן‟. לוקאַשענקאָ האָט נאָך אַלץ ניט אײַנגעפֿירט אין ווײַסרוסלאַנד קײן קאַראַנטין (אַ חוץ די הױכשולן, װוּ ס׳זײַנען פֿאַרפֿיקסירט געװאָרן פֿאַלן פֿון COVID-19): ער האָט געמאָלדן, אַז דער קאָראָנאַ–װירוס פּסיכאָז װערט אױסגעניצט פֿאַר „איבערמאַכן די װעלט‟ און אַז פֿונעם װירוס זאָל מען זיך הײלן מיט אַרבעטן אױפֿן טראַקטאָר אין פֿעלד, אין טרוקענער סאַונע, פֿעטער שפּײַז און אָטעמען מיטן רױך פֿון שײַטערס. צװײ מענטשן, װאָס זײַנען געשטאָרבן פֿונעם װירוס, האָט לוקאַשענקאָ באַשולדיקט אין זײער טױט: אײנער — האָט לוקאַשענקאָ דערקלערט — אַ פּאָפּולערער אַרטיסט, האָט געהאַלטן אין אײן אַרבעטן, ניט געקוקט אױף זײַן קראַנקהײט; דער אַנדערער איז געװען צו פֿעט. אויף דער דאָרטיקער טעלעװיזיע האַלט מען אין איין באַהױפּטן, אַז בלױז אין אַנדערע לענדער לײַדט מען פֿונעם קאָראָנאַ–װירוס, און נאָר אין װײַסרוסלאַנד איז אַלץ אין אָרדענונג. היות מע געטרױט ניט דער מאַכט און מע האָט ניט קײן ריכטיקע אינפֿאָרמאַציע, גײען אום אומרויִקע, אַפֿילו אַפּאָקאַליפּטישע קלאַנגען: אַז די שפּיטאָלן און מאָרגן זײַנען איבערגעפֿולט, אַז מע האָט פֿאַרװערט די דאָקטױרים צו שטעלן דעם דיאַגנאָז COVID–19, און אָנשטאָט דעם מוזן זיי איצט שרײַבן „פּנעװמאָניע‟ וכדומה. אײניקע אָנגעשטעקטע יונגע מענטשן דערצײלן אױף זײערע טעלעגראַם–קאַנאַלן, װאָס עס קומט מיט זײ פֿאָר. צו אײנעם פֿון זײ זײַנען געקומען די „סילאָװיקעס‟ [4] און האָבן געפֿאָדערט, ער זאָל באַזײַטיקן דעם קאַנאַל. אײנע אַ דאָקטערין, װאָס האָט דערצײלט אין אַן אינטערװיו װעגן דעם קאָראָנאַ–װירוס, האָט מען אַרױסגערופֿן אינעם אױספֿאָרש–קאָמיטעט…

הײַנט האָט זיך אָנגעהױבן פּסח. װעלכע ס׳זאָלן ניט זײַן אײניקע פּרטים פֿון דער תּנכישער געשיכטע (דאָס שלאָגן די בכורים, דאָס אָפּנאַרן און באַרױבן די מיצרים וכּדומה), איז די הױפּט–אידעע פֿון אָט דעם יום–טובֿ אונדז טײַער ביז די סאַמע טיפֿענישן פֿון האַרצן; זי װעט תּמיד בלײַבן טײַער פֿאַר די בעסטע מענטשן אױף דער וועלט, כּל–זמן די מענטשהײט װעט עקזיסטירן: זאָל לעבן פֿרײַהײט! נאָך מיט 2600 יאָר צוריק האָט עזאָפּ געװוּסט, אַז „ס׳איז ניט גוט צו פֿאַרקױפֿן פֿרײַהײט פֿאַרן גאַנצן גאָלד אױף דער װעלט‟. איך, נאָך אַ דערװאַקסלינג, אין די סוף–1980ער יאָרן, בשעת גאָרבאַטשאָװס ליבעראַליזאַציע אינעם געװעזענעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, האָב פֿעסט פֿאַראייגנט, אַז ס׳איז אַ בזיון אָפּגעבן די בכורה קאָלבעס לגבי פֿרײַהײט. הגם מע דאַרף זײַן טאָלעראַנט צו אַנדערע מיינונגען, קאָן איך אין דעם פֿאַל גאָרנישט מיט זיך ניט מאַכן: כ׳פֿאַראַכט יענע, װאָס האָבן פֿאַרראַטן די אידעאַלן פֿון אונדזער יוגנט.

טראַכט איך אַצינד װעגן דעם — און דערמאָן זיך, אַז װען איך בין געװען נאָך אַ קינד, האָט מיך שױן דעמאָלט צוגעצױגן דאָס װאָרט, דער באַגריף „פֿרײַהײט‟. װען איך בין געװען, מסתּמא, אַ יאָר צװעלף (איך מײן אַזױ, װײַל דװקא אינעם 6טן קלאַס פֿלעגן די שול–קינדער אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד לערנען די געשעכיטע פֿונעם מיטלאַלטער), האָב איך אָנגעשריבן אַ דערצײלונג װעגן אַן אױפֿשטאַנד פֿון פּױערים קעגן זײער פֿעאָדאַל. אַװדאי, איז דאָס געװען אַ קינדערישע און אַ נאַרישע דערצײלונג, נאָר אָנגערופֿן האָב איך זי „קאַמף פֿאַר פֿרײַהײט‟. מיט אַ פּאָר יאָר פֿריִער, װען אונדזער דעמאָלטיקע געשיכטע–לערערין האָט בײַ מיר געפֿרעגט, װאָס האָט געװאָלט דאָס רוסלענדישע פֿאָלק בשעת דער רעװאָלוציע פֿון 1917, האָב איך געענטפֿערט: „פֿרײַהײט‟ (און זי האָט מיך פֿאַרראָכטן: „לאַנד!‟). נאָך מײַן סאַמע ערשטן באַזוך פֿון אַ זאָאָלאָגישן גאָרטן (געװען איז דאָס אין עסטלאַנד, אין טאַלין, בעת די זומער–קאַניקולן) בין איך געװאָרן זײער דערשלאָגן פֿונעם זען די חיות פֿאַרשפּאַרט אין שטײַגן. כ׳האָב אָנגעהױבן שרײַבן עטלעכע לידער װעגן דעם, אין װעלכע איך האָב אױסגעניצט דעם װאָרטבאַהעפֿט „הייליקע פֿרײַהײט‟ (װי אױך „געמײנע שטײַג‟). װען איך זע איצט, אַז פֿאַר אײניקע ייִדן, װאָס לעבן אין פּוטינס רוסלאַנד, זײַנען „כּל–מיני רעסורסן‟ װיכטיקער אײדער פֿרײַהײט, טראַכט איך מיט חידוש: שױן זשע װײסן זײ ניט (אָדער פּשוט פֿאַרטראַכטן זיך ניט װעגן דעם), אַז דװקא צוליב דעם, װאָס אין די 1930ער יאָרן האָבן מיליאָנען דײַטשן אָפּגעגעבן די בכורה קאָלבעס לגבי פֿרײַהײט, איז דערמעגלעכט געװאָרן דער חורבן?! 

גלענצנדיק האָט אָנגעשריבן פּאַרוּיר סעװאַק [5], װאָס האָט אָפּגעלעבט זײַן גאַנץ קורץ לעבן אונטער דער קאָמוניסטישער טיראַנײַ און איז אַפֿילו קײן מאָל ניט געװען קײן דיסידענט:
  כ׳האָב, דאַכט זיך, פֿאַרשטאַנען, פֿרײַהײט,
אַז דו ביסט װי זאַלץ…
בעת מע באַקומט דיך אַרױס פֿון ערד–טיפֿענישן,
ברענען די הענט פֿון שניטװוּנדן און דראַפּן…
װען דו ביסט ניטאָ, איז אַלץ אומבאַטעמט אין דער װעלט…

[1] רוסלענדישער פֿאָרשונג־צענטער פֿון געזעלשאַפֿטלעכער מיינונג
[2] ראַבין, יוסף (1900־1987) — ייִדישער סאָוועטישער שרײַבער
[3] אַנדערסאָן, מאַריאַן (1897־1993) — באַוווּסטע אַמעריקאַנער זינגערין
[4] „סילאָװיק/עס‟ (רוס.) — פֿאָרשטייער פֿון מלוכישע רעכטאָפּהיט־קראַפֿט־אינסטיטוציעס
[5] פּאַרוּיר סעװאַק פֿון דער היים קאַזאַריאַן — אַרמענישער פּאָעט און ליטעראַטור־פֿאָרשער

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s