
משה לעמסטער
קאָראָנע, קאָראָנע,
זאָל דיך נעמען אַ וואָראָנע!
און פֿאַר אַלע אויף דער ערד,
אַ כּפּרה גיכער ווער!
(אַן אָפּשפּרעכעניש)
היי, קאָראָנע
הײַנט מאַך איך אַ לחיים
מיט די גוטע פֿרײַנד:
— היי, קאָראָנע־ווירוס,
גיי אין דר’ערד אַרײַן!
איך נעם אַרום מײַן שכנה
ז’איז נאָך יונג און פֿײַן:
— היי, קאָראָנע־ווירוס,
גיי אין דר’ערד אַרײַן!
דאַנקען גאָט, די קינדער
זענען מיר געטרײַ:
— היי, קאָראָנע־ווירוס,
גיי אין דר’ערד אַרײַן!
כ’האָב אייניקלעך אַ וווּנדער,
מיר פֿאַר זיי זאָל זײַן:
— היי, קאָראָנע־ווירוס,
גיי אין דר’ערד אַרײַן!
זיכער, הונדערט צוואַנציק,
צו לעבן איז כּדאַי:
— היי, קאָראָנע־ווירוס,
גיי אין דר’ערד אַרײַן!
אין קאַראַנטין
אָט אַזאַ מין גורל —
ניט אַהער און ניט אַהין!
פֿאַרן דרויסן האָב איך מורא,
כ’זיץ אין קאַראַנטין!
אַ פֿרישע יויך מיט פֿאַרפֿל,
אויפֿן טיש בײַם פֿעטער
אָבער גייען דאַרף מען
זיבן הונדערט מעטער!
אַן אַלמנה וואַרט מיך
אין אַ שטאָט אין דרום,
נאָר דער וועג פֿאַרמאַכט איז!
מע טאָר אַהין ניט פֿאָרן!
איך וואָלט הײַנט געכּוסעט
אין אַ באַר אָן דאגות.
כ’זע אַ שלאָס אַ גרויסן,
זע אים פֿון דער ווײַטנס.
גיין אין שיל געוואָלט איך:
— גאָטעניו, באַפֿרײַ!
נאָר אַ גבאי שטרענגער
לאָזט מיך ניט אַרײַן.
כ’זיץ אַליין אין צימער
געלט וועט מיר ניט קלעקן —
מע קאָן דאָך ניט פֿאַרדינען
ערגעץ וווּ אַ שקל!
דאָס איז דען אַ לעבן?
קלאָגן זיך וווּהין? —
די טעג און וואָכן שוועבן.
איך זיץ אין קאַראַנטין…
אין דער מאַסקע
ס’איז ניט פּורים, דאַכט זיך,
דערפֿאַר איך וויסן וויל:
אַלע טראָגן מאַסקעס —
ס’אַ נײַער פּורים־שפּיל?
טאַקע אויף צו לאַכן —
מײַן אייניקל מיר זאָגט:
— טו אָן זיידעניו די מאַסקע,
אויף אַ גאַנצן טאָג!
מע מוז געבן אַכטונג
עס שטייט די פֿראַגע שאַרף! —
ביסטו אָן אַ מאַסקע,
באַקומסטו זיכער שטראַף!
ווי אַ שאַכטיאָר אין שאַכטע,
ערגעץ טיף אין דר’ערד,
שוויץ איך אין דער מאַסקע
און אָטעמע גאָר שווער.
מענטשן אויף די גאַסן,
נאָר ווער איז ווער פֿאַרשטיי?
אַלע אין די מאַסקעס —
אויף איין פּנים זיי.
רבותי, וואָס זשע מאַכט מען
דער אַרום איז גרוי!
מיאוס איז אין דער מאַסקע
די סאַמע שענסטע פֿרוי…
מיט דער מאַכט כ’בין מסכּים —
געעפֿנט כ’האָב אַ סוד:
דער הימל איז אַ מאַסקע
אויפֿן געזיכט פֿון גאָט!
סעפּטעמבער, 2020