לאַפּסוס־קאַקטוס — 40

דער וויכטיקער אונטערשייד צווישן ליטעראַרישע קלישעען און קאַלקעס שטעקט אין דעם, אַז די קלישעען זײַנען פֿאָרט אַ טייל פֿון דער שפּראַך און פֿון דער שפּראַך קומען זיי אַרויס (זע: „לאַפּסוס־קאַקטוס —11). קאַלקע, דאָס הייסט, בוכשטעבלעך קאָפּירן אַ וואָרט, אַ פֿראַזע, אַן אויסדרוק פֿון איין שפּראַך אויף אַן אַנדערער ברענגט צו מיספֿאַרשטייעניש און פּלאָנטער.

לאָמיר באַטראַכטן ווײַטער עטלעכע טיפּישע בײַשפּילן פֿון מאַכן אַ קאַלקע פֿון רוסיש:

די אַרבעט פֿונעם בויער איז געגאַנגען צום סוף.
אויף ייִדיש קאָן טאַקע די אַרבעט גיין, דאָס מיינט, אַז דער פּראָצעס פֿון אַרבעט שטייט נישט אויפֿן אָרט; ווען מע וויל אונטערשטרײַכן, אַז דער מענטש איז אַ גוטער פֿאַכמאַן, זאָגט מען: „עס גייט בײַ אים גוט די אַרבעט‟.

אויב מע וויל אָבער זאָגן, אַז די אַרבעט, וואָס דער בעל־מלאָכה האָט געטאָן, פֿאַרענדיקט זיך, זאָגט מען — די אַרבעט קומט צום סוף אָדער שוין געהאַלטן בײַם סוף

אַן אַנדער בײַשפּיל:

ער האָט קענטיק אויסגערעכנט אויף אַ שטאַרקערער רעאַגירונג
אין דעם קאָנטעקסט וואָלט אָנשטאָט „אויסגערעכנט‟ פּינקטלעכער און קלאָרער — ד״ר מרדכי שעכטער ע״ה וואָלט געזאָגט, לײַטישער געווען צו נוצן דאָס וואָרט „דערוואַרט‟ אָדער „געריכט זיך‟.
ער האָט קענטיק דערוואַרט [געריכט זיך] אויף אַ שטאַרקערער רעאַגירונג

נאָך איין בײַשפּיל:

אין דער סאָוועטישער היסטאָריאָגראַפֿיע איז פֿאַרפֿירט געוואָרן צו רופֿן

דער ווערב „פֿאַרפֿירן‟ האָט אַ סך באַטײַטן און כּמעט אַלע נעגאַטיווע. אין דעם געבראַכטן זאַץ האָט דער מחבר זיכער געוואָלט זאָגן, „אײַנגעפֿירט‟. דעריבער וואָלט דער זאַץ געדאַרפֿט אויסזען אַזוי:

אין דער סאָוועטישער היסטאָריאָגראַפֿיע איז אײַנגעפֿירט [אײַנגעשטעלט] געוואָרן צו רופֿן

דער פּרעפֿיקס „אײַנ‟ האָט געביטן דעם זין פֿון וואָרט (זע: „לאַפּסוס־קאַקטוס‟ — 3)

אין שײַכות מיטן וואָרט „פֿאַרפֿירן‟, דערמאָנט זיך מיר דער טראַגישער גורל פֿונעם בעסאַראַבער פּאָעט הערץ ריווקין. אין זײַן ליד „עלעגיע‟, געשאַפֿן נאָך פֿאַר דעם ווי בעסאַראַביע איז צוקאָאָפּטירט געוואָרן פֿון רומעניע צום ראַטן־פֿאַרבאַנד, — איז דאָ אַ שורה: „ביסט אונדזער פֿירער צי פֿאַרפֿירער?..‟ — געמיינט האָט דער פּאָעט סטאַלינען. פֿאַר זײַן פּאָעטישן צווייפֿל האָט ריווקין באַצאָלט מיטן לעבן.

לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו לייענען אַ דערציילונג, וווּ דער מחבר שרײַבט:

דער שוואַרצהאָריקער איז געקומען מאָרגן.

„מאָרגן‟ קאָן מען טאַקע קומען, נאָר נישט פֿון „נעכטן‟. אין דעם פֿאַל איז עס אַפֿילו נישט קיין קאַלקע. ס׳איז דאָס זעלבע, וואָס צו זאָגן: „דער שוואַרצהאָריקער וועט קומען… נעכטן‟.

שוין זשע וואָלט נישט געווען בעסער אָנשרײַבן:
דער שוואַרצהאָריקער איז געקומען אויפֿן צווייטן [אַנדערן] טאָג.

און צום סוף, שוין מער אַן אידיאָמאַטישער קוריאָז, הגם עס קאָן זײַן אַ קאַלקע אויך:

װען איך האָב אַ קוק געטאָן אױף אים, איז מיר כּמעט שװאַרץ געװאָרן אין די אױגן.

ערשטנס, זאָגט מען אויף מאַמע־לשון — פֿינצטער געוואָרן אין די אויגן; צווייטנס, ווערט דער אויסדרוק בדרך־כּלל באַנוצט ווי אַ רעאַקציע אויף אַ נעגאַטיווער זאַך. אין אונדזער פֿאַל האָט דער מחבר דערזען אַ זעלטענעם דאָקומענט, פֿאַרבונדן מיט שלום־עליכמען. אויב שוין וועלן אויסדרוקן דעם איבערראַשנדיקן מאָמענט פֿונעם דערזעענעם, וואָלט פּינקטלעכער געווען צו זאָגן: „נתפּעל געוואָרן‟, „פֿאַרכאַפּט געוואָרן‟, „באַוווּנדערט‟, „אַנטציקט‟ וכדומה

מיט האַרציקע וווּנטשן,
לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s