משה לעמסטער
לאַנגע און קורצע נעכט
כ’האָב געוואַרט — ביסט ניט געקומען…
ווי געוויינטלעך, ערגעץ וואַנדערסט.
פֿאַר מיר די קורצע נאַכט פֿון זומער
ווערט אָן דיר די סאַמע לאַנגע.
אָט ברענגען דיך די קאַלטע ווינטן,
ווי אַ מתּנה צום געבורטסטאָג
און די לאַנגע נאַכט פֿון ווינטער
ווערט מיט דיר די סאַמע קורצע…
קיין מאָל ווייס איך ניט אויף זיכער:
ווען זשע וועסטו קומען ווידער?
אויף וואָס צו וואַרטן, און זיך ריכטן?
זומער מאַכסט מיט מיר און ווינטער….
ניטאָ אויף דער פֿראַגע קיין ענטפֿער
מע ווייסט פֿאַר וואָס די זון עס פֿלאַקערט,
פֿאַר וואָס אין פֿעלד אַ בלימל בליט,
ניטאָ קיין ענטפֿער אויף איין פֿראַגע:
— זאָג, פֿאַר וואָס דו האָסט זי ליב?
מע ווייסט ווי ס’איז געבויט דער אַטאָם,
וווּהין אַ ווײַטער שטערן פֿליט,
ניטאָ קיין ענטפֿער אויף איין פֿראַגע:
— זאָג, פֿאַר וואָס דו האָסט זי ליב?
מע ווייסט פֿאַר וואָס אַ האַרץ זיך מאַטערט,
ווען דאָרט אַ ליבע פֿלאַמט און גליט…
ניטאָ קיין ענטפֿער אויף איין פֿראַגע:
— זאָג, פֿאַר וואָס דו האָסט זי ליב?
מײַן רײַכטום
איך בין צופֿרידן
מיטן געזונט און פּרנסה
איך ווער רײַכער פֿון יאָר צו יאָר —
עס לייגט זיך דאָס גאָלד פֿונעם אָסיען
אויפֿן זילבער פֿון מײַנע האָר.
דאָס האַרץ איז פֿאַר אַלעמען אָפֿן
ניטאָ קיין שׂינאה און קינאה דאָרט…
עס לייגט זיך דאָס גאָלד פֿונעם אָסיען
אויפֿן זילבער פֿון מײַנע האָר.
ווען בייזע ווינטן עס בלאָזן
איך מיט שלום נעם אויף די וואָר…
עס לייגט זיך דאָס גאָלד פֿונעם אָסיען
אויפֿן זילבער פֿון מײַנע האָר…