אין דער צײַט פֿון קאָראָנאַ־ווירוס (5)

יעווגעני קיסין

אַפּריל 3

אױפֿגעכאַפּט זיך אין מיטן דער נאַכט און ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן ביז אין דער פֿרי. אָנגעשריבן נאָך עטלעכע טאַקטן פֿון מײַן נײַעם ליד. ניט אױסגעשלאָפֿן זיך…

הײַנט האָב איך שפּאַצירט װײניקער, בלױז אַרום 10.5 קילאָמעטער, מחמת כ׳האָב זיך געפֿילט מיד. דערנאָך אױסגעטרונקען אַ ביסל קאַװע און גרינעם טײ, כּדי זיך אױפֿצומונטערן, כאָטש אַ ביסעלע, און געאַרבעט מער, װי אין די לעצטע טעג.

54 מענטשן זײַנען געשטאָרבן דאָ אין טשעכיע… די ישׂראלדיקע װיסנשאַפֿטלערס זאָגן, אַז זײ אַרבעטן איבער אַ װאַקצין, און אפֿשר װעט מען אים אָנהײבן טעסטירן שױן דעם קומענדיקן יוני. מיר׳ן זען… בינו–לבינו האָט מען באַשטימט כינע ווי אַ מיטגליד פֿונעם מענטשנרעכט־ראַט בײַ דער „יו־ען‟ — און דװקא איצטער! װי מע זאָגט אױף רוסיש, אומיסטן קאָן מען אַזױנס ניט צוטראַכטן; און דאָך האָט עס עמעצער טאַקע צוגעטראַכט.

געלײענט אַ סך װעגן ב. קעװאָרקאָװן [1] אין דער אינטערנעץ. צווישן אונדז, ייִדן, איז, צום באַדויערן, אַזאַ טיפּ אויך גענוג פֿאַרשפּרײט: אַ מענטש, װאָס דינט די פֿרעמדע און אַרבעט קעגן זײַן אײגענעם פֿאָלק. כ׳האָב פֿריִער ניט געװוּסט, װאָס איז געשען מיט אים נאָכן אָנהײב פֿון דער קאַראַבאַכער באַװעגונג. ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז ער האָט באַקומען דאָס, װאָס ער האָט כּשר פֿאַרדינט: אַ סך איבערגעליטן דװקא פֿון יענע, װעמען ער האָט געהאַט געדינט אַזױ איבערגעגעבן און נידערטרעכטיק במשך פֿון לאַנגע יאָרן. ער איז בפֿירוש געװען דער אײנציקער אַרמענער, װאָס איז געבליבן אין אַזערבײַדזשאַן נאָך די פּאָגראָמען פֿון יאַנואַר 1990. װי אַזוי האָט ער זיך געמוזט פֿילן דאָרטן אין יענער צײַט, ביז מע האָט אים ניט אײַנגעזעצט אין תּפֿיסה? און װאָס קאָן בכלל באַװעגן אַזעלכע מענטשן אין זײערע מעשׂים און האַנדלונגען? שױן זשע פֿאַרטראַכטן זײ זיך קײן מאָל ניט װעגן דעם, װאָס ס׳וועט נאָך זיי בלײַבן אין דער געשיכטע? אינטערעסאַנט, צי ער האָט זיך פֿאַרטראַכט װעגן דעם, כאָטשבי אין די סאַמע לעצטע יאָרן פֿון זײַן שענדלעכן לעבן, װען ער האָט געאַרבעט טאַקע װי אַ לערער פֿון געשיכטע?

ענלעכע פֿראַגעס שטעל איך זיך, װען איך טראַכט װעגן אַזאַ װידערשפּרעכלעכער פֿיגור װי אַהרן װערגעליס: נו, צו װאָס פֿלעגט ער, אַ טאַלאַנטירטער פּאָעט, פּטרן אַזױ פֿיל צײַט, שרײַבנדיק אַ סך מער כּל–המינים פּראָפּאַגאַנדיסטישן טינוף, װי עס איז געװען נײטיק פֿאַרן קיום פֿון „סאָװעטיש הײמלאַנד‟? כּדי מע זאָל אים דערלױבן רעגולער רײַזן אין אױסלאַנד? זײַן נאַטשאַלסטװע האָט דאָך ניט געקענט ייִדיש און דעריבער ניט געלײענט אַלץ, װאָס ער פֿלעגט שרײַבן. פֿאַר װעמען זשע פֿלעגט ער עס טאָן? אפֿשר, שפּילנדיק די ראָלע, װאָס ער האָט געמוזט שפּילן, האָט ער זיך אַרײַנגעלאָזט אין איר און פֿאַרלױרן די מאָס? דאָס קאָן איך פֿאַרשטײן: בײַ מיר איז אױך געװען אַ מאָל אַזאַ פֿאַל, װען נאָך אין די סאָװעטישע צײַטן בין איך געװען אין יאַפּאַן, און אױף אַ פּרעסע–קאָנפֿערענץ דאָרטן האָט מען מיר אָנגעהױבן שטעלן „פּראָװאָקאַטיװע פֿראַגעס‟ (װי מע פֿלעגט עס דעמאָלט רופֿן), איך האָב געענטפֿערט װי געהעריק, און דערנאָך האָט די מאַמע מיר געזאָגט, אַז איך האָב „זיך צעזונגען לטובֿות דער סאָװעטן–מאַכט‟. אַ סך שפּעטער, דערמאָנענדיק זיך אין דעם מיט אַ בזיון, האָב איך זיך געפֿרעגט: פֿאַר װאָס? און פֿאַרשטאַנען: מחמת, זײַענדיק אַן אַרטיסט בטבֿע און שפּילנדיק אַ ראָלע, האָב איך זיך בפֿירוש אַרײַנגעלאָזט אין איר. אַזױנס איז מסתּמא געשען מיט אַ סך סאָװעטישע מענטשן, װען זײ האָבן זיך געפֿונען אין אַזאַ מצבֿ. װערגעליס אָבער פֿלעגט עס טאָן ניט אין באַזונדערע סיטואַציעס, נאָר כּסדר, במשך פֿון זײער אַ סך יאָרן… צוליב וואָס?!

אויף די חורבֿות פֿון נאַגאָרני קאַראַבאַך

אַפּריל 4

געשלאָפֿן גוט, נײַערט איבער עפּעס אַ סיבה װידער געפֿילט זיך עטװאָס מיד בעתן שפּאַצירן אין לעטנאַ. שפּאַצירט 15.5 קילאָמעטער. דערנאָך געאַרבעט אַ ביסעלע.

הײַנט, נאָך דעם װי איך האָב נעכטן געלײענט װעגן קעװאָרקאָװן, האָט זיך מיר פֿאַרװאָלט איבערלײענען ל. גורונצס [2] „אַלײן מיט זיך‟. סאַראַ װיכטיקער דאָקומענט: ער איז אָנגעשריבן געװאָרן מיט עטלעכע יאָר פֿאַרן אָנהײב פֿון דער קאַראַבאַכער באַװעגונג, — ביז גאָר אַ קלאָרער עדות פֿון דעם, פֿאַר װאָס אָט די באַװעגונג איז אױפֿגעקומען, װי נאָר גאָרבאַטשאָװס ליבעראַליזאַציע האָט עס געמאַכט מעגלעך. אָט דאָס בוך האָב איך צום ערשטן מאָל געלײענט בלױז מיט עטלעכע יאָר צוריק, נאָר איך געדענק זײער גוט, װי עס איז געװען דעמאָלט, אין די סוף 1980ער, אָנהײב 1990ער יאָרן, װען איך האָב נאָך געלעבט אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, װי אַלץ האָט זיך אַנטװיקלט אין יענער צײַט… אין פֿעברואַר 1988 האָבן די אַרמענער פֿון קאַראַבאַך, דעמאָלט די מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג, אױסגעדריקט זײער װוּנטש װידער צו פֿאַראײניקן זיך מיט אַרמעניע. דער ענטפֿער איז געװען דער דרײַ־טאָגיקער פּאָגראָם אין דער אַזערבײַדזשאַנישער שטאָט סומגאַיִט, במשך פֿון װעלכן דער המון האָט אַכזריותדיק דערהרגעט צענדליקער אַרמענער בײַם פֿולן נאָכלאָזן מצד דער מאַכט.

שול–לערער פֿון געשיכטע װיקטאָר יוריעװיטש דאַשעװסקי

אונדזער שול–לערער פֿון געשיכטע װיקטאָר יוריעװיטש דאַשעװסקי (אַ ייִד לױט דער נאַציאָנאַליטעט), װאָס פֿלעגט קומען צו אונדז אין שטוב מיך לערנען און רײדן מיט מיר אַ סך װעגן די אַקטועלע פּאָליטישע פּראָבלעמען אין לאַנד, האָט מיר דעמאָלט דערקלערט, פֿאַר װאָס מע דאַרף אױספֿירן די פֿאָדערונג פֿון די קאַראַבאַכער אַרמענער און מאַכן אָט די געגנט אַ טײל פֿון אַרמעניע. אין יולי 1988 בין איך געװען אױף גאַסטראָלן אין יאַפּאַן צוזאַמען מיט װאַלערי גערגיִעװן [3] און דעם גאָר יונגן מאַקסים װענגעראָװן [4], און איך געדענק, װי אין אײנעם אַן אָװנט זײַנען מיר אַלע (מיט אונדזערע מאַמעס, לערערס און מאַקסימס באַגלײטערין) געזעסן אין אַ האָטעל־צימער אין טאָקיאָ, און גערגיִעװ (אַן אָסעטינער לױט דער נאַציאָנאַליטעט) האָט מיט אַ קלאָרן אָנדײַט פֿון ניט זײַן מסכּים דערמיט אונדז דערקלערט, אַז דער אױבער–סאָװעט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט אָפּגעזאָגט קאַראַבאַך, צוגעבנדיק דערבײַ: „דאָס זײַנען דאָך אור–אײגענע אַרמענישע לאַנד–שטחים!‟. און װען איך האָב זיך אומגעקערט פֿון יאַפּאַן, האָט מײַנע אַ מאָסקװער חבֿרטע (אַ רוסישע לױט דער נאַציאָנאַליטעט מיט אַ צומיש פֿון דײַטשישן, ייִדישן און פּױלישן בלוטן) מיר דערצײלט, װי גראָב גאָרבאַטשאָװ האָט זיך געהאַט געפֿירט מיט די פֿאָרשטײערס פֿון אַרמעניע אױפֿן צוזאַמענטרעף, אױף װעלכן מע האָט געהאַט באַהאַנדלט דעם קאַראַבאַך־ענין. כ׳געדענק, אַז אין יענער צײַט איז אַרומגעגאַנגען אַזאַ אַנעקדאָט:
  — װי הײסט אַ רוסישער מענטש, װאָס האָט ליב זײַן לאַנד?
  — אַ פּאַטריאָט.
  — װי הײסט אַ ייִדישער מענטש, װאָס האָט ליב זײַן לאַנד?
  — אַ ציוניסט (אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד איז דאָס געװען אַ זידל–װאָרט).
  — װי הײסט אַן אַרמענישער מענטש, װאָס האָט ליב זײַן לאַנד?
  — אַ נאַציאָנאַליסט.
  — און װי הײסט אַן אַזערבײַדזשאַנישער מענטש, װאָס האָט ליב דאָס אַרמענישע לאַנד?
  — אַן אינטערנאַציאָנאַליסט!
דערנאָך בין איך געװױר געװאָרן, אַז אַנדרײ סאַכאַראָװ, דער גרעסטער אױטאָריטעט פֿאַר אונדז אַלעמען, האָט אױך אונטערגעהאַלטן די קאַראַבאַכער באַװעגונג, האָט אױך געהאַלטן, אַז מע דאַרף אײַנשליסן אָט די געגנט אין באַשטאַנד פֿון אַרמעניע. נו, און אין דעצעמבער 1988 האָט נאָך אײן צרה געטראָפֿן אַרמעניע: די שרעקלעכע ערדציטערניש, װאָס האָט אומגעבראַכט צענדליקער טױזנטער מענטשן, געמאַכט אַ תּל פֿון דער גאַנצער שטאָט ספּיטאַק און טײלװײַז — נאָך פֿון עטלעכע שטעט…

אײנער אַ באַװוּסטער רוסישער פּאָעט האָט אָנגעשריבן דעמאָלט: „אָט דער גענאָציד, אָט סומגאַיִט, אָט דער דונער פֿון דער ערדציטערניש. אַלץ בלוט און בלוט. און אַלץ װײטיקט אין דײַן גורל, אַרמעניע…‟ — יאָ, דװקא אַזאַ געפֿיל איז געװען בײַ די מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע נאַציאָנאַליטעטן אין די אינטעליגענטישע קרײַזן פֿונעם לאַנד אין יענער צײַט: נעבעכדיקע אַרמענער…

אין פֿרילינג 1989, פֿאַרן ערשטן צוזאַמענפֿאָר פֿון די פֿאָלקס–דעפּוטאַטן, האָט די פּאַרטײ „דער דעמאָקראַטישער פֿאַרבאַנד‟ אױף די זײַטן פֿון איר צײַטונג „דאָס פֿרײַע װאָרט‟ זיך געװענדט צו די דעפּוטאַטן מיט פֿאַרשײדענע אױפֿרופֿן, צװישן װעלכע איז געװען אויך אַזאַ אויפֿרוף: „אין מאָסקװער תּפֿיסות שמאַכטן מיטגלידער פֿונעם קאָמיטעט ׳קאַראַבאַך׳ — אױסדערװײלטע פֿונעם אַרמענישן פֿאָלק. פֿאָדערט זײער באַפֿרײַונג!‟. אין נאָװעמבער 1989 האָט דער פּראָגרעסיװער און זײער אינטערעסאַנטער זשורנאַל „די פֿעלקער–פֿרײַנדשאַפֿט‟ פֿאַרעפֿנטלעכט מאַטעריאַלן פֿון אַ קאָנפֿערענץ בײַם רונדן טיש, אױף װעלכער אײניקע באַװוּסטע שרײַבערס, פֿאָרשטײער פֿון פֿאַרשײדענע פֿעלקער, האָבן אַרױסגעזאָגט זײערע מײנונגען מכּוח נאַציאָנאַלע פּראָבלעמען אינעם לאַנד. צװישן זײ איז אַרױסגעטראָטן דער אַזערבײַדזשאַנישער שריפֿטשטעלער מ. איבראַגימבעקאָװ, און אַרױסגעזאָגט האָט ער זיך אױף אַזאַ אופֿן, אַז אינעם קומענדיקן נומער פֿונעם זשורנאַל האָט זײַן הױפּט–רעדאַקטאָר אים קריטיקירט פֿאַר „אומאינטעליגענטישקײט פֿון די אױסדרוקן‟: „באמת דאָס אײגענע אומגליק װײסט ער, נאָר דאָס פֿרעמדע װיל ער ניט װיסן…‟ באַזונדערס „אינטערעסאַנט‟ איז געװען, װאָס אין זײַן רעדע האָט איבראַגימבעקאָװ געמאָלדן, אַז „צו קאָמפּלעקטירן אין באַקו ׳װילדע חיילות בלוטדורשטיקע׳ נאַציאָנאַליסטן אָדער כאָטש אַ ראָטע איז ניט גרינגער, װי צונױפֿשלאָגן אַן אָרטיקע האָקיי–קאָמאַנדע‟, — און בלױז מיט צװײ חדושים שפּעטער האָבן מיר (און די גאַנצע װעלט) זיך דערוווּסט, אַז װילדע חײלות בלוטדורשטיקע נאַציאָנאַליסטן אין באַקו האָבן געהאַט אַכזריותדיק און אָן מניעות דערהרגעט הונדערטער דאָרטיקע אַרמענער און אַרױסגעטריבן פֿון דער שטאָט איר גאַנצע אַרמענישע באַפֿעלקערונג, צװײ הונדערט טױזנט מענטשן!

נאָך פֿאַר דעם האָט אַזערבײַדזשאַן אָנגעהױבן אַן ענערגעטישע בלאָקאַדע פֿון אַרמעניע. גאָרבאַטשאָװ האָט זי ניט אָפּגעשטעלט, און בלױז דורך גרוזיע האָט אַרמעניע, אַן אָרעם לאַנד אָן שום נאַטור–רעסורסן, געקאָנט עפּעס באַקומען. דעריבער, װען שאַרל אַזנאַװוּר איז אין יענער צײַט געקומען קײן אַרמעניע אױף גאַסטראָלן, האָט ער אױך געגעבן אײן קאָנצערט אין טביליסי, כּדי דערמיט צו דאַנקען די גרוזינער פֿאַר זײער הילף…

  אַפּריל 5

פֿון הײַנט אָן הײבט זיך אָן אַ זוניקער און װאַרעמער װעטער. געװען איז אַזױ זוניק, אַז כ׳האָב אָנגעטאָן זון–ברילן בשעתן שפּאַציר. 

װידער געשפּאַנט 15 קילאָמעטער אין לעטנאַ. אין לעצטן סך–הכּל האָב איך געמאַכט דורכשניטלעך 14.5 קילאָמעטער אין אַ טאָג אין אָט דער װאָך, און 15 אין דעם חודש.

אָנגעשריבן נאָך פֿינף טאַקטן אין מײַן נײַעם ליד. אין אָװנט געאַרבעט איבער שאָפּענס פּיעסעס.
 
אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל אין „ניו–יאָרק טײַמס‟ װעגן דעם, פֿאַר װאָס זײַנען אין דײַטשלאַנד אַ סך װײניקער מענטשן געשטאָרבן פֿונעם קאָראָנאַ–װירוס, װי אין פֿיל אַנדערע לענדער.

15 מיטגלידער פֿונעם בריטישן פּאַרלאַמענט האָבן געחתמעט אַ בריװ מיט אַ פֿאָדערונג, אַז כינע זאָל באַצאָלן בריטאַניע 351 מיליאַרד פֿונט פֿאַרן שאָדן, װאָס די בריטאַניער האָבן געליטן מחמת דעם, װאָס די כינעזישע רעגירונג האָט ניט איבערגעגעבן רעכטצײַטיק די נייטיקע אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם קאָראָנאַ–װירוס. בלױז 15 פֿון די 650… עך, װוּ זײַנען די אמתע פּאָליטיקערס, אַזעלכע, װי טשערטשיל, דע גאָל, אַדענאַוער? דערפֿאַר אָבער האָבן מיר פּוטינען, װאָס ניצט אױס די אָפּװעזנהײט פֿון קלוגע, שטאַרקע און דרײסטע פּאָליטיקערס אױפֿן מערבֿ, און טוט אַלץ, װאָס ער װיל. שרעדערן האָט ער שױן לאַנג פּשוט אונטערגעקױפֿט.

די לײבאָריסטן האָבן אױסגעװײלט אַ נײַעם פֿירער, װאָס איז אַ חתונה–געהאַטער אױף אַ ישׂראלדיקער פֿרוי. נאָך די אַלע סקאַנדאַלן מיט קאָרבינען איז עס, אַװדאי, אַ שׂכלדיקער טראָט. אַבי נאָר ער זאָל זיך אַרױסװײַזן אַ פּאָליטיקער מיט שׂכל…

מאַרק איסאַאַקאָװיטש דובראָװין

כ׳לײען װידער איבער גורונצן, און כ׳דערמאָן זיך אין יענער צײַט, סוף 1980ער, אָנהײב 1990ער… סע קומען אױף אין זכּרון פֿאַרשײדענע פּרטים, װאָס שטעלן אױף און בולט כאַראַקטעריזירן די אַטמאָספֿער, די שטימונגען פֿון יענע יאָרן. כ׳געדענק, װען איך האָב דעמאָלט געפֿרעגט בײַ אונדזער אינסטיטוט–לערער פֿון ענגליש מאַרק איסאַאַקאָװיטש דובראָװין (אַװדאי, אַ ייִד), װאָס איז דער חילוק צװישן די װערטער dedicate און devote (אין רוסיש איז עס אײנס און דאָס זעלבע װאָרט), האָט ער אָנגעהױבן זײַן ענטפֿער מיטן פֿאָלגנדיקן בײַשפּיל: „אױב איר װידמעט אַ קאָנצערט די אַרמענישע פּליטים — דאַן איז עס dedicate.‟. דװקא אַזאַ בײַשפּיל איז תּיכּף געקומען מאַרק איסאַאַקאָװיטשן אױפֿן געדאַנק: אַזעלכע זײַנען געװען דעמאָלט די שטימונגען אינעם לאַנד צװישן אינטעליגענטישע מענטשן. און װען בערך אין דער זעלבער צײַט האָבן מיר מיט אונדזער אינסטיטוט–לערער פֿון געשיכטע פֿירודין אַבאַסאָװיטש גוסײנאָװ (לויט די סימנים אַן אַזערבײַדזשאַנער, ווײַל סײַ זײַן נאָמען, סײַ דער פֿאָטער־נאָמען און פֿאַמיליע זײַנען דווקא אַזערבײַדזשאַנישע) באַהאַנדלט די דעמאָלטיקע געשעענישן און פּראָבלעמען אינעם לאַנד, האָט ער, אַ חוץ דעם אַלעם, געזאָגט מיט זײַן לײַכטן אַקצענט: „אַרמענער פֿאָדערן עפּעס, און אַזערבײַדזשאַנער כאַפּן זיך פֿאַרן קינזשאַל.‟ אָט אַזױ האָט פֿירוטדין אַבאַסאָװיטש גאַנץ קורץ פֿאָרמולירט דעם תּוך פֿון יענעם קאָנפֿליקט, װאָס האָט בולט דעמאָנסטרירט, אױף װעמענס זײַט איז געװען דער יושר: אײן צד פֿלעגט אַרױסרוקן פֿאָדערונגען, דער אַנדערער צד פֿלעגט זיך כאַפּן פֿאַר קינזשאַלן, דאָס הײסט, הרגענען. 

אין זומער 1990, אין „רוזאַ‟, האָב איך זיך באַקאַנט מיטן באַװוּסטן קאָמפּאָזיטאָר װלאַדימיר דאַשקעװיטש, אַ הױכגעבילדעטן מענטשן פֿון זײער פּראָגרעסיװע אָנשױונגען (לױט דער נאַציאָנאַליטעט איז ער געװען אַ האַלבער רוס און אַ האַלבער ייִד). מיר האָבן מיט אים אַ סך גערעדט, אַ חוץ דעם אַלעם, װעגן פּאָליטיק, און װען אינעם שמועס איז מען געקומען צו די קאַראַבאַכער ענינים, האָט װלאַדימיר סערגעיעװיטש אָנגעהױבן דערצײלן װעגן דעם, װי שטאַרק איז די אַזערבײַדזשאַנער מאַפֿיע און װי באַאומרויִקנדיק איז דער פֿאַקט, װאָס אַזאַ אָדיעזע פֿיגור װי הײדאַר אַליִעװ [5] האָט זיך אים אײַנגעגעבן צונױפֿרופֿן אין באַקו אַ מיטינג, אױף װעלכן עס זײַנען געקומען צענדליקער טױזנטער מענטשן (מיר דוכט זיך, אַז ער האָט אָנגערופֿן די ציפֿער 40000, נאָר איך בין ניט אין גאַנצן זיכער: שױן 30 יאָר זײַנען דאָך פֿאַרבײַ). און אױך דערמאָן איך זיך, װי אינעם זעלבן יאָר האָט די דאָקטערשע, בײַ װעמען איך האָב זיך דעמאָלט געהײלט (לױטן נאָמען און אױסזען, איז זי געװען אַ רוסישע; יעדנפֿאַלס, צו די אַרמענער האָט זי בפֿירוש קײן שײַכות ניט געהאַט) מיר דערצײלט מיט שױדער און װידערגעפֿיל, װי איר איז אױסגעקומען צו קאָנטאַקטירן מיט אַזערבײַדזשאַנישע שאָװיניסטן, װאָס האָבן געהאַלטן אין אײן טענהן: „אַרמענער זײַנען אונדזערע שׂונאים!‟

דער דעמאָלטיקער פּרעזידענט פֿון אַרמעניע סערזש סאַרגסיאַן, טיילט צו יע. קיסינען די העכסטע מלוכה–באַלױנונג, יערעוואַן, 2012

אַװדאי, ניט איך, ניט עמעצער פֿון מײַנע פֿרײַנד האָבן קײן מאָל ניט געהאַט קײן שום פֿאָראורטײלן און פֿײַנטלעכע באַציִונג צו װאָסערע–ניט–איז פֿעלקער, בתוכם די אַזערבײַדזשאַנער: אַזױנס איז מיר תּמיד געװען ביז גאָר עקלהאַפֿטיק, מחמת איך האָב נאָך פֿון קינדהײט אָן אױסגעפּרוּװט אױף זיך, װאָס עס איז אַזױנס נאַציאָנאַלע שׂינאה. נאָך מער: ווי אַ קינד און דערװאַקסלינג בין איך צװײ מאָל געװען אין באַקו (דעמאָלט איז עס נאָך געװען אַ װוּנדערשײנע אינטערנאַציאָנאַלע שטאָט) און האָב זיך באַקענט דאָרטן מיט זײער װױלע, באמת אינטעליגענטישע מענטשן, װאָס מיט אײניקע פֿון זײ חבֿר איך זיך עד־היום און האָב זײ זײער ליב. אין אָנהײב 1990ער האָב איך געלײענט ניט בלױז װעגן די בלוטיקע גזלנים, װאָס האָבן דערהרגעט אַרמענער, נאָר אױך װעגן די אַזערבײַדזשאַנער, װאָס האָבן געראַטעװעט זײערע אַרמענישע שכנים בשעת די פּאָגראָמען, בפֿרט װעגן דער װוּנדערלעכער, דרײסטער פֿרױ כאַנום מאַמעדאָװאַ, װאָס האָט אָפּגעשטעלט אַ המון פּאָגראָמשטשיקעס. װען איך פֿלעג באַקומען פֿון אַרמעניע צײַטונג–אַרטיקלען מיט באַלײדיקנדיקע אַרױסזאָגונגען װעגן די אַזערבײַדזשאַנער (װי אױך װעגן די טערקן) ו ו י   אַ   פֿ אָ ל ק, האָב איך יעדעס מאָל געענטפֿערט, אַז אַזױנס איז פֿאַר מיר בשום אופֿן אומדערלאָזבאַר (װען אונדזערע אַתּא–בחרתּנוניקעס זאָגן מיאוסקײטן װעגן די אַראַבער ו ו י   אַ   פֿ אָ ל ק, איז עס מיר אױך העכסט עקלדיק). װאָס שײך דעם קאַראַבאַכער קאָנפֿליקט אָבער, װען אײן צד האָט אַרױסגערוקט פֿאָדערונגען, און דער אַנדערער צד, װי אַן ענטפֿער, האָט „זיך געכאַפּט פֿאַר קינזשאַלן‟, — איז מיר תּמיד געװען לגמרי קלאָר, װער איז דאָ גערעכט. באַזונדערס היות איך האָב שױן דעמאָלט געװוּסט, אַז קאַראַבאַך איז אַן אור–אייגענער אַרמענישער לאַנד–שטח און אַז במשך פֿון יאָרצענדליקער איז די אַרמענישע מערהײט פֿון אָט דער געגנט כּסדר געװען אַ קרבן פֿון נאַציאָנאַלער דיסקרימינאַציע.

אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין יערעוואַן, 2012

אַנדריי סאַכאַראָװ, ז״ל האָט אין 1988 פּרטימדיק אױסגעלײגט די קאַראַבאַכער פּראָבלעם אין אײנעם אַן אַרטיקל זײַנעם און דערקלערט, פֿאַר װאָס דאָס װידערפֿאַראײניקן אַרצאַך (קאַראַבאַך) מיט אַרמעניע איז געװען די יושרדיקע און אומפֿאַרמײַדלעכע לײזונג פֿון אָט דער פּראָבלעם; ער האָט בלױז װעגן אײן פּרט (גאָר אַ װיכטיקן) אָנגעשריבן ניט װי װעגן אַ פֿאַקט, נאָר װי אַ השערה: „מע קאָן זיך משער זײַן, אַז דאָס אײַנשליסן נאַגאָרני קאַראַבאַך אין אַזערבײַדזשאַן איז דורכגעפֿירט געװאָרן לױט סטאַלינס איניציאַטיװ איבער אינערלעכע און אױסערלעכע פּאָליטישע קאָמבינאַציעס פֿון יענער צײַט.‟ אין סעפּטעמבער 1990, שױן נאָך סאַכאַראָװס טױט און דעם אָנהײב פֿון דער מלחמה צװישן אַזערבײַדזשאַן און אַרמעניע, האָט אַלעקסאַנדר סאָלזשעניצין, אַן אַנדער גרױסער אױטאָריטעט אין יענער צײַט, פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן עסײ „װי אַזױ זאָל מען באַלעבן רוסלאַנד?‟. אַװדאי, װױנענדיק שױן אַ סך יאָר אין אויסלאַנד, האָט סאָלזשעניצין, אין אונטערשײד פֿון סאַכאַראָװן, געהאַט אַ צוטריט צו אַ סך מקורים, װאָס אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד זײַנען זײ געװען פֿאַרמאַכט און פֿאַרשלאָסן, — און אין אָט דעם עסײ האָט ער אָנגעשריבן: „אין יענע יאָרן האָט מען דאָך געמײנט: ס׳איז גאָר ניט װיכטיק, װוּ דורכצופֿירן די גרענעצן, — נאָך אַ ביסעלע, אָט–אָט, און אַלע נאַציעס װעלן זיך צונויפֿגיסן און ווערן איין נאַציע. דער שאַרפֿזיכטיקער איליטש [לענין — רעד.] דער ערשטער פֿלעגט רופֿן דעם ענין פֿון די גרענעצן „אַפֿילו אַ צענטראַנגיקן‟. (אַזױ אַרום — אױך קאַראַבאַך האָט מען אָפּגעשניטן פֿאַר אַזערבײַדזשאַן, װאָס איז די נפֿקא–מינה — װוּהין, אין יענעם מאָמענט האָט מען געדאַרפֿט צוטרעפֿן דעם האַרצפֿרײַנד פֿון די סאָװעטן — טערקײַ)‟. װען איך האָב עס איבערגעלײענט —דעמאָלט בין איך געװען אױף מײַנע סאַמע ערשטע גאַסטראָלן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, — איז עס פֿאַר מיר געװאָרן דער לעצטער חיריק אונטערן יוד, דאַן איז דאָס גאַנצע קאַראַבאַכער בילד געװאָרן קלאָר.

יע. קיסין שרײַבט אַרײַן אינעם גאַסטבוך בײַם מוזיי פֿון אַרמענישן גענאָציד זײַנע וווּנטשן, יערעוואַן, 2012

 
געטאָן האָט עס באמת טאַקע סטאַלין, מחמת אין יאָר 1923, װען די נאַגאָרנאָ–קאַראַבאַכישע אױטאָנאָמע געגנט איז געגרינדעט געװאָרן, האָט דװקא ער פֿאַקטיש אָנגעפֿירט מיטן סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. און איצט, במשך פֿון די אַלע יאָרצענדליקער זינט די אַרמענער האָבן צוריקגעװוּנען זײער אור–אײגן לאַנד, האַלטן די משרתים פֿון אַליִעװס רעזשים אין אײן טענהן, אַז אַרמעניע „אָקופּירט אַ טײל פֿון אַזערבײַדזשאַנס טעריטאָריע‟, — הגם אָט דאָס לאַנד איז געװאָרן „אַ טײל פֿון אַזערבײַדזשאַנס טעריטאָריע‟ בלױז מחמת דעם, װאָס אַזױ האָט געמאַכט דער גרעסטער רצחן אין דער מענטשלעכער געשיכטע (װיקטאָר יוריעװיטש האָט מיר נאָך סוף 1980ער דערקלערט, אַז „אין פֿאַרגלײַך מיט סטאַלינען, איז היטלער געװען ממש אַ סמאָרקאַטש‟!) אינטערעסאַנט: װען מע װאָלט געגעבן עמעצן פֿון זײ (די פֿאָרשטײערס פֿון אַליִעװס רעזשים) פֿאַר אַ מתּנה אַ צוגעגנבֿעטן חפֿץ, צי װאָלט ער אים אומגעקערט דעם אמתן באַלעבאָס, צי געפּרוּװט אים הרגענען פֿאַרן בעטן עס צוריק?..

[1] קעװאָרקאָװ, באָריס (1932־1998) — סאָוועטישער מלוכישער און פּאַרטיי־טוער
[2] גורונץ, לעאָניד (1913־1982) — אַרמענישער סאָוועטישער שרײַבער
[3] גערגיִעװ, װאַלערי (1953־) — סאָוועטישער און רוסלענדישער דיריגענט
[4] ווענגעראָוו, מאַקסים (1973־) — סאָוועטישער און ישׂראלדיקער פֿידלער, דיריגענט, פּעדאַגאָג
[5] אַליִעװ הײדאַר (1923־2003) — סאָוועטישער און אַזערבײַדזשאַנער מלוכישער און פּאַרטיי־טוער

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s