ניטאָ קיין אומעט אין האַרצן

משה לעמסטער

אַרום מײַן געבוירן־טאָג

הײַנט איז מײַן געבוירן־טאָג
איך וועל זיכער שיכּור זײַן.
פֿלייש און בראָנפֿן איך פֿאַרמאָג
פֿאַר מײַנע גוטע פֿרײַנד.

כּסדר זיך לחיים הערט
אַ יום־טובֿ פֿאַרן האַרץ
און וויפֿל יאָר הײַיאָר איך ווער
קיינעם ניט דאָס אַרט.

וואָס עס גלוסט אײַך טרינקט און עסט
איר וויסט דאָך — כ’בין ניט קאַרג.
איך נעם אַרום די ליבע געסט,
דערמאָנונגען אַ באַרג.

כּוסות בראָנפֿן, כּוסות ווײַן
אַ טרער אין כּוס זיך גיסט.
איך וויין נאָך יענע מײַנע פֿרײַנד,
וואָס זיי אין הימל איצט.

הײַנט איז מײַן געבוירן־טאָג
פֿאַר מיר אַ שׂימחה פֿאָרט.
איך וועל אים מערקן, העלף מיר גאָט!
ביז הונדערט צוואַנציק יאָר.

ניטאָ קיין אומעט אין האַרצן

די ווײַסע קליידער אויף די ביימער
האָט אָנגעטאָן דער פֿרילינג, ווי פֿרי’ר,
נאָר מיר הערט זיך, נאָר מיר הערט זיך:
— ניט פֿאַר דיר, ניט פֿאַר דיר…

אין פֿאַרנאַכטיקן סאָד די פֿייגל
זייערע לידער זינגען, ווי פֿרי’ר,
נאָר מיר הערט זיך, נאָר מיר הערט זיך:
— ניט פֿאַר דיר, ניט פֿאַר דיר…

עס פֿאַלן אין פֿעלד אויף די גראָזן
פֿונעם הימל די שטערן, ווי פֿרי’ר,
נאָר מיר הערט זיך, נאָר מיר הערט זיך:
— ניט פֿאַר דיר, ניט פֿאַר דיר…

ניטאָ דאָך אין האַרצן קיין אומעט,
אַזוי אויף דער ערד זיך פֿירט…
מיך פֿרייט, וואָס אַ מאָל אין מײַן לעבן
איז געווען שוין דאָס אַלץ פֿאַר מיר…

ליבע־דערקלערונג

כ’וועל שוין קיין מאָל זיך ניט דערקלערן
אין גאָרטן וואָס בליט,
פֿאַר אַ מיידל אונטער די שטערן:
— איך האָב דיך ליב!

כ’וועל שוין קיין מאָל, קיין מאָל ניט הערן
אין אַן אינדערפֿרי
פֿון אַ מיידל די ווערטער פּערל:
— איך האָב דיך ליב!

נאָר אין מײַן האַרצן, וווּ ליבע ערגעץ
האָט אַ מאָל געבריט —
ווי פֿיר קוילן שטיל זיך לעשן:
— איך האָב דיך ליב!

עס פֿאַלט ניט אויס קיין נס

עס וויל זיך אין נסים גלייבן
איך בין דאָך פֿאָרט אַ מענטש.
דריי זיך, און דריי זיך, דריידל
צוריק מײַן געליבטע ברענג.

צי מיר זיך אויף אייביק צעשיידן? —
פֿון די הימלען קומען ניט געסט.
עס דרייט און דרייט זיך דאָס דריידל
נאָר עס פֿאַלט אַלץ ניט אויס קיין נס…

דאָס מיידל, וואָס האָט מיך ליב געהאַט

איך בענק נאָכן אַמאָליקן שטעטל,
נאָך דער שטוב, וווּ מע האָט מיך געוואַרט,
נאָך דער מאַמען מײַנער געטרײַער,
נאָכן מיידל, וואָס האָט מיך ליב געהאַט.

איך בענק נאָך דער יוגנט גרינער,
וווּ איך בין אַ וווילער יאַט,
נאָך דער מאַמען מײַנער געטרײַער,
נאָכן מיידל, וואָס האָט מיך ליב געהאַט.

הײַנט פֿרעג איך שטיל בײַ די הימלען:
— גאָטעניו, וואָס וואָלט דיר געשאַט,
ווען עס לעבט נאָך מײַן מאַמע געטרײַע,
און דאָס מיידל, וואָס האָט מיך ליב געהאַט?..

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s