דער וועג באַלויכטן פֿון ייִדיש
(צום אָנדענק פֿון זיסי ווײַצמאַן ז״ל)
באָריס סאַנדלער

פֿון רעכטס: זיסי ווייצמאַן, לעאָניד שקאָלניק, באָריס סאַנדלער. ירושלים, 2011 פֿאָטאָ: ראַיִסע סאַנדלער
זיסי ווייצמאַן, מײַן פֿרײַנד און בן־עיר, אַ האַרציקער מענטש און איידעלער ייִדישער ליריקער איז שוין מער נישט מיט אונדז. אייגנטלעך, איז ער אַ היפּשע צײַט, בלײַבנדיק אומבאַוווּסטזײַן, געבלאָנדזשעט אין זײַן פֿאַרטראָגנקייט, און מיר דאָ, פֿון דער זײַט לעבן, האָבן נאָך פֿאָרט געהאָפֿט, אַז ער וועט זיך פֿון דאָרט אומקערן צו אונדז צוריק. קיין נס איז נישט געשען, זעט אויס, ס׳האָט אים דאָרט צו ווײַט פֿאַרטראָגן און קיין ליכט אינעם סוף פֿון טונעל האָט ער נישט דערזען…
איך וויל אָבער דאָ רעדן וועגן דעם פּאָעט זיסי ווייצמאַן, וואָס האָט געלאָזט זײַן אָטעם אין זײַנע פּאָעטישע שורות. זיי אויסצומעקן וועט שוין דער מלאך־המוות נישט קאָנען. זײַן איינציק ייִדיש לידערזאַמלונג „פֿריילעכער רעגן‟, דערשינען אין 2016, איז בײַ מיר אונטער דער האַנט. איך בלעטער עס זינט כ׳האָב זיך דערוווּסט, אַז ער איז פֿאַרבליבן דאָרט…
זיסי איז געווען עלטער פֿון מיר, נאָר אויך געבוירן געוואָרן נאָך דער מלחמה — אַ דור, וואָס האָט דעם פֿײַער פֿון חורבן געזען אין חלום, אָבער דעם ברי געפֿילט אויף דער וואָר דאָס גאַנצע לעבן. אונדזער קינדשאַפֿט איז געווען אײַנגעטונקען אין די דערמאָנונגען און איבערלעבענישן פֿון אונדזערע עלטערן.
די דאָזיקע ליד האָב איך ערגעץ געהערט.
ס’קאָן זײַן, אַז נאָר אין קינדער־יאָרן
כ’האָב זי אויפֿגעהויבן פֿון דער ערד
און פֿון דעמאָלט כ’בין גליקלעך געוואָרן.
ס’רובֿ ייִדישע קינדער פֿון יענער צײַט זײַנען געוואַקסן אין אַ טאָפּלטער ווירקלעכקייט: אין שול און אויף דעם ראַדיאָ האָט מען געהערט איין אמת, און אין דער היים — גאָר אַן אַנדערן. אַזאַ צעשפּאַלטנקייט האָט נישט זעלטן געבראַכט צו מענטשלעכע טראַגעדיעס. זיסי האָט געהאַט מזל — ער איז געוואַקסן אין אַ ייִדישער היים, אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה, טיף נאַציאָנאַל מאָטיווירט, ווי מע זאָגט הײַנט. אָט די „נאַציאָנאַלע מאָטיווירטקייט‟, וואָס קומט בײַ אים אַרויס פֿון „מאַמעס צויבערפֿולער מעשׂה‟, און דעם „טאַטנס נגינה‟ — האָט אויסגעפֿורעמט זײַן אינדיווידועלע גאַנצקייט.
איך ברענג ווײַטער זיסיס קורצע ביאָגראַפֿישע פּרטים, דעם חוט־השדרה, אויף וועלכן עס האַלט זיך זײַן פּאָעטישע מאַטעריע.
זיסי ווייצמאַן, ווי געזאָגט, איז געבוירן געוואָרן אין מאָלדאָווע (דעמאָלט מאָלדאַוויע), אין דער שטאָט בעלץ, אין 1946, מע קאָן זאָגן, אַ קינד פֿון נצחון איבער די נאַציס. ער האָט זיך געלערנט אין מיליטערישער בוישול. אַ סך יאָר האָט זיסי געדינט ווי אַן אָפֿיצער אין דער סאָוועטישער אַרמיי. צום ערשטן מאָל זײַנען דערשינען זײַנע לידער אינעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, אין 1971. בשעתן דינען אויפֿן ווײַטן מיזרח, האָט ער פֿאַרקניפּט נאָענטע באַציִונגען מיט דער רעדאַקציע „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. אין יאָר 1986 האָט מען אים איבערגעפֿירט צו דינען אין דער שטאָט סאַמאַרע. דאָרט האָט ער זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער נײַ־אויפֿגעקומענער ייִדישער באַוועגונג: רעדאַגירט די רוסיש־שפּראַכיקע צײַטונג „תּרבות‟ און אָנגעפֿירט מיטן ייִדישן אָפּטייל בײַ דער אָרטיקער ראַדיאָ־סטאַנציע „ראַדיאָ 7‟. אין 1992 איז אין סאַמאַרע דערשינען זײַן לידער־זאַמלונג „לחיים‟, איבערגעזעצט אויף רוסיש פֿון לעאָניד שקאָלניקן. זינט 2007 האָט זיסי מיט זײַן משפּחה געוווינט אין באר־שבֿע.
פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע זעען מיר, אַז די צוויי אמתן פֿון דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט האָבן זיך אין דעם בירגער זיסי ווייצמאַן צונויפֿגעשמאָלצן אויף אַ געלונגענעם אופֿן; פֿון איין זײַט, דער אַפֿיציעלער אמת האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ סאָוועטישן אָפֿיצער, וואָס האָט געטרײַ געדינט זײַן פֿאָטערלאַנד, און פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט דער „שטילער אמת‟ פֿון זײַן היים, טאַטע־מאַמע און ייִדישער סבֿיבֿה, נישט געגעבן און נישט געלאָזט אים צו פֿאַרגעסן אויף אַ רגע, ווער ער איז און וואָס איז זײַן ייִחוס.
זײַן קינדשאַפֿט איז געוואָרן דער פֿעסטער יסוד, אויף וועלכן זיסי, ווי אַ ייִדישער פּאָעט, האָט אויפֿגעשטעלט זײַן שאַפֿערישן בנין. די קינדער־אײַנדרוקן, איז דער ציכטיקסטער קוואַל פֿאַר זײַנע געשטאַלטן און פּייסאַזשן; דעריבער איז זײַן פּאָעזיע אַזוי אָנגעזעטיקט מיט די טײַערסטע ייִדישע מינעראַלן.
אויב דו וועסט טענהן: קלײַב אויס פֿון פֿאַרשיידנס בלויז איינס,
וואָס ס’איז דיר טײַער און ליב אויף דער גאָרער ערד,
וועל איך דיר זאָגן: מײַן היים, מײַן שטעטעלע בעלץ,
וועמעס בעל־חובֿ אויף אייביק מיר זײַן ס’איז באַשערט…
זיסי נעמט אויף די וועלט מיט אַ קינדערשן התפּעלות, שפּילעוודיק און ליכטיק — אַזוי ווי זי האָט אויסגעזען פֿונעם הויף, וווּ ער איז געוואַקסן. ער איז געבליבן אַזאַ פֿאַנטאַזיאָר, אַ בעל־חלומות זײַן גאַנץ לעבן, נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן פֿון זײַן מיליטערישער טאָג־טעגלעכקייט. אין זײַן שאַפֿונג מײַדט ער כּמעט אויס די „אַרמיייִשע ראָמאַנטיק‟, וואָס איז אַזוי פֿאַרשפּרייט און געשטיצט געווען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. סײַדן די ווײַט־מיזרחדיקע נאַטור: „סאָסנעס און סאָפּקעס באַרויִקט זיך, שאַ!/ די קריִע גייט אויף סעלעמדזשאַ…‟ — דער ייִדישער „שאַ‟ גראַמט זיך מיט דעם נאָמען פֿונעם טײַך סעלעמדזשאַ, וואָס אַזוי האָט אים אָנגערופֿן די אָרטיקע באַפֿעלקערונג עווענקי. ווי ס’וואָלט מסתּמא געזאָגט איציק מאַנגער: וואָס איז שולדיק דער פּאָעט, אַז דאָס „פּינטעלע ייִד‟ שפּרינגט אַרויס אין זײַן ליד.
און דאָך ווייסט דער סאָוועטישער אָפֿיצער און ייִדישער וואַגאַבונד, אַז זײַן ליבע צו די „ווײַטע מקומות‟ איז אַ צײַטווײַליקע: „עס איז שוין צײַט צעשיידן זיך, מײַן טײַגע,/ מײַן ווילדע חיה און מײַן לינדער פֿרײַנד‟. אין זײַן פּאָעטישן לעבן האָט זיסי נאָר איין גרויסע ליבע — זײַן בעסאַראַבער ייִדישע היים.
בעסאַראַבישקייט איז אַפּנים אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק. זי גיט זיך איבער בירושה, צוזאַמען מיט דער זוניקער מאַמעליגע און דעם טערפּקע גלאָז ווײַן, אין וועלכן עס האָבן זיך צונויפֿגעגאָסן די דופֿטיקע אָסען־ריחות פֿון פֿעלדער, סעדער און סאַזשלקעס.
צײַט, ווען עס שורשען די רויטלעכע בלעטער,
ווען ס’הענגען די פֿרוכטן, ווי גאָלדענע בעכערס,
און זוניק און קיל איז דער זײַדענער וועטער,
און ס’לייגט זיך דער פֿריטוי אויף גראָז און אויף דעכער.
די בעסאַראַבער ייִדן, האָט מען געטענהט צווישן די ברידער־אַשכּנז, טיילן זיך נישט אויס מיט גרויס למדנות. יאָ, אונדזערע זיידעס און טאַטעס האָט מען דערקענט פֿון זייערע ברייטע אָנגעהאָרעוועטע נאַקנס און פֿאַרגרעבטע פּויערישע הענט. זייער שפּראַך האָט געשפּרודלט מיט פּשטות און זינגעוודיקע אָפֿענע וואָקאַלן; מיט טאַנצנדיקע סינקאָפּעס. זיי האָבן עס איבערגענומען בײַ זייערע שכנים־מאָלדאַוואַנער, אָדער ווי מ’האָט זיי גערופֿן, וואָלעכן, און אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דער שבתדיקער חלה און „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟.
מיר האָבן געלעבט אין אַן אַלטער גאַס,
וואָס איז געווען פֿון אַקאַציעס ווײַס.
ווי לײַכט עס האָט זיך דעמאָלט געשפּאַסט,
ווי פֿריילעך געווען איז דער זוניקער קרײַז!
……………………………………………………………
די מאַמע הענגט אַרויס דאָס גרייט,
און עס פֿלאַקערט און קלאַפּט אויפֿן שטריק.
אַ זעגל צו ווערן דער לײַלעך איז גרייט.
ער טראָגט מײַן זכּרון צום אָנהייב צוריק.
און דאָס „טראָגן דעם זכּרון צום אָנהייב‟, איז דער שטאַרקסטער צוצי־כּוח פֿון זיסיס פּאָעטישער אָרביטע. ווי דאָס גורל־רעדעלע זאָל זיך נישט דרייען, געפֿינט דער פּאָעט אַ פֿאַרלאָזלעכן אָנשפּאַר אין זײַן „אָנהייב‟. דאָרט, אין דער קינדשאַפֿט, געפֿינט זיך זײַן פּאָעטישער און עטישער קאַמערטאָן. דאָרט „פֿעסט אויף דער ערד/ שטייט מיט וואָרצלען דער בוים‟; דאָרט „ווי פּאַפּשויען געפּראַזשעטע קנאַקן די קנאָספּן‟; דאָרט איז דער רעגן שטענדיק פֿריילעך…
די לעצטע יאָרן פֿאַרן אַרײַנפֿאַלן אין קאָמאַ, האָט זיך, צום באַדויערן, זעלטן געהערט זיסיס צויבערער בעסאַראַבער לידער־געזאַנג. איך האָב מיט גרויס אינטערעס געלייענט יעדער זײַן אַרטיקל אין דער עלעקטראָנישער אויסגאַבע „מיר זײַנען דאָ‟, רעדאַגירט פֿון זײַן נאָנטסטן חבֿר, לעאָניד שקאָלניק ז״ל. מיט גרויס ליבע האָט זיסי דערציילט דעם רוסיש־שפּראַכיקן ייִדישן עולם וועגן דעם גרויסן אוצר, וואָס די ייִדיש־וועלט פֿאַרמאָגט. אַ שווער און וויכטיק שליחות.
איך לייען זײַנע לידער און עס קלינגען אין מײַן האַרצן אָפּ די לעבעדיקע צאַפּלדיקע וועטער:
מע האָט מיר אַמאָל געזאָגט, אַז די וואָרצלען
וועלן אַ שפּראָץ טאָן דאָרטן, וווּ מע וואַרט ניט…
וויפֿל באַשערט מיר איז אויסשפּאַנען וויאָרסטן,
וועט מיר ייִדיש די וועגן באַלײַכטן!…
כּבֿוד דײַן אָנדענק!
נאָוועמבער 27, 2020, ברוקלין, נ״י