פֿאַר וואָס קומט עס דעם „שין” (4)?
שמד — די גרעסטע קללה אין אַ משפּחה איז געווען אַ משומד. שלום־עליכמס טבֿיה האָט זיך געזעצט שיבֿעה, ווען זײַן טאָכטער האָט זיך געשמד. דאָס פֿאָלק פֿלעגט וועגן אַ משומד זאָגן אַזוי: „אַ ייִד געבוירן, אַ ייִד פֿאַרלוירן!‟
שמאָק (שמעקל) — קולטור־גערעדט, מיינט עס, פּעניס. אין אַמעריקאַנער ענגליש איז דאָס וואָרט געוואָרן זייער פֿאַרשפּרייט. מע שרײַבט צו שלמה מיכאָעלסן דעם אויסדרוק, אַז „ייִדיש איז זייער אַן אויסדריקלעכע שפּראַך. נאָר אין ייִדיש קאָן מען זאָגן: מע שמעקט פֿון אַ פּושקע און מע פּישט פֿון אַ שמעקל!‟
שמעגעגע (מעגעגע) — אַ מענטש, וואָס גייט אַרום ליידיק, טויג צו גאָרנישט ניט. ס׳איז פֿאַרשפּרייט אַ מיינונג, אַז אויב צונויפֿפּאָרן אַ שמאָק מיט מעגעגע, קאָן פֿון זיי ביידן אַרויס איין שמעגעגע!
שמענדריק — אַ קליין זשוואַווע מענטשעלע, לויטן וווּקס און לויט זײַן אָרט אין דער געזעלשאַפֿט. אויך אַ קינד פֿלעגט מען אין שפּאַס אָנרופֿן „שמענדריק‟ אָדער „צוציק‟. לאָמיר דאָ דערמאָנען אויך אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „שמענדריק, אָדער די קאָמישע חתונה‟. מעגלעך, אַז דווקא פֿון אָט דער אָפּערעטע איז דער פּערסאָנאַזש אַרויסגעפֿלויגן און זיך באַזעצט אין די ייִדישע שטעטלעך.
שנאָרער, שנאָרען, שנאָרערײַ — מע זאָגט, אַז אַ בעטלער איז נישט קיין שנאָרער; דער בעטלער בלײַבט צופֿרידן פֿון אַ מטבע, און דעם שנאָרער איז נישט גענוג אַ מאַיאָנטיק. שנאָרערײַ איז געוואָרן אַ געזעצמעסיקע פּראָפֿעסיע. אויף ענגליש הייסט עס fundraiser.
שנאָשקען (שניאָשקען) — שיכּורן, אַרײַנקוקן אין פֿלעשל אַרײַן.
שקאָץ, שקאָציש — ווערט אָפֿט גענוצט ווי אַ סינאָנים צו שייגעץ, וואָס מיינט, סײַ אַ ניט־ייִדיש ייִנגל, סײַ אַ חוצפּהניק, אַ גראָבער יונג.
שקורניק — אַ פּאַרשוין, וואָס טראַכט נאָר וועגן זײַנע אייגננוציקע אינטערעסן.
שרעק, שרעקן, אָנשרעקן, אָפּשרעקן — פֿון קינדווײַז אָן באַזעצט זיך דאָס וואָרט אין אונדזער נשמה. קריכט אַרײַן אין אַלע אבֿרים. מיר ציטערן פֿאַר שרעק און האָבן ליב צו הערן שרעקלעכע מעשׂיות. מיר אַנטלויפֿן פֿאַר שרעק און גייען אויס אים צו טרעפֿן. ער ציט אונדז צו זיך צו, ווי אַ מאַגנעט. דאָס פֿאָלק זאָגט אַזוי: „אַ צאַפּ שרעקט פֿון פֿאָרנט, מיט זײַנע הערנער; אַ פֿערד — פֿון הינטן, מיט זײַנע קאָפּיטעס, און אַ בייזער מענטש שרעקט אָפּ פֿון אַלע זײַטן.
אַוודאי, וואָלט מען געקאָנט די רשימה ממשיך זײַן, אָבער גענוג — יעדער אות איז בײַ ייִדן הייליק, ווײַל פֿון ייִדישע אותיות, זאָגן חכמים, איז געשאַפֿן געוואָרן די וועלט.
אויף דרײַ „שין‟ האַלט זיך די וועלט — שכינה־שבת־שלום
לאַפּסוס־קאַקטוס