די ייִדישע אַקטריסע שורה גרינהויז-טורקאָוו

           
שורה טרעט אויף אין “אַרבעטער־רינג”, תּל־אָבֿיבֿ

לאה שלאַנגער

אין דעם וואַרשעווער טעאַטער, וווּ איך האָב געשעפּט מײַן פּראָפֿעסיאָנעלע בינע־דערפֿאַרונג, האָבן נישט אויסגעפֿעלט אַקטיאָרן פֿון אַ הויכן ניוואָ, אַזעלכע ווי חבֿל בוזגאַן, מעלמאַן, מײַזלער, טורקאָוו; אַקטריסעס — אידאַ קאַמינסקי, קעטי עפֿראָן, הדסה קעסטין און צווישן זיי שורה גרינהויז-טורקאָוו, וועגן וועלכער כ’שרײַב אינעם הײַנטיקן אַרטיקל. צום באַדויערן, זײַנען זיי שוין אַלע נישט מיט אונדז, און אַ נײַער דור פֿון בולטע ייִדישע אַקטיאָרן איז, ליידער, נישט אויפֿגעקומען; אַקטיאָרן, וואָס וואָלטן געקאָנט רעפּרעזענטירן דעם ייִדישן קלאַסישן קונסט־טעאַטער אויף אַ ניוואָ פֿון אייראָפּעיִשן קונסט־טעאַטער און נישט דערפֿאַר, וואָס עס פֿעלן בינע־טאַלאַנטן פֿאַרן ייִדישן טעאַטער, נאָר דערפֿאַר, וואָס ס’איז נישטאָ אַ געהעריקע שטיצע, ווי עס באַקומען אַנדערע טעאַטערס, ווי למשל, בײַ אונדז אין ישׂראל דער העברעיִשער טעאַטער.

עס איז נישט פֿאַראַנען אַ טעאַטער־שול פֿאַרן ייִדישן אַקטיאָר, וואָס איז אַ פֿאַרשטענדלעכע נויטווענדיקייט, כּדי נישט בלויז זיך לערנען דער בינע־פֿאַך, וואָס מ’קאָן זיך אויסלערנען אין יעדער טעאַטער־שול, נאָר אויך גוט קענען די שפּראַך, דעם גײַסט פֿון ייִדיש. דאָס אַלץ נייטיקט זיך אין אַן ערנסטן צוגאַנג צו ייִדיש, צו דער ייִדישער ליטעראַטור און אַלץ, וואָס איז נאָך געבליבן, כּדי עס נישט פֿאַרלירן.

דאָ איז כּדאַי צו דערמאָנען, וואָס עס האָט געשריבן איינער פֿון די וויכטיקסטע העברעיִשע דיכטערס, דראַמאַטורגן, פּובליציסטן, חיים חפֿר, אַמאָל איינער פֿון די הויפּט־פֿאַרטיידיקער פֿון דער העברעיִשער שפּראַך־באַוועגונג „מגיני השׂפה העברית‟. די בראַווע קעמפֿער האָבן געהאַלטן, אַז די ייִדן אין ארץ־ישׂראל דאַרפֿן פֿאַרטיידיקן העברעיִש און פֿאַרגעסן אין ייִדיש. איך ברענג ווײַטער אַן אויסצוג פֿון חפֿרס „מאַקאַמע‟, אַ פּאָעטיש געזאָנג, וווּ ער שלאָגט זיך „על־חטא‟, הלמאַי מ׳איז זיך אַזוי אומיושרדיק באַגאַנגען מיט ייִדיש אין ישׂראל.

ביד הלשון
„און מיר דאָ, וויפֿל האָבן מיר געחוזקט, און וויפֿל אויסגעלאַכט/ וויפֿל האָבן מיר צי ווילנדיק־נישט־ווילנדיק איר חן דערשטיקט און איר דאָס מויל פֿאַרמאַכט/ און אין אונדזער פּוסטער גאווה און פֿאַרריסנקייט פֿון „סאָברישן שניט‟/ פֿאַרלאַנגט מע זאָל אַפֿילו די אָנדענק־לוחות אין גלות שרײַבן עבֿריתּ./ באַזיגט האָבן מיר דאָס ייִדיש! זי האָט שוין מער קיין טאָלק!… יאָ, מיר האָבן דאָס געטאָן, מיר, די „גוטע חבֿרה‟, די איידעלע און פֿײַנע/ דאָרט אין יענעם פֿײַער האָט דאָס לשון־קודש, די גלות־שפּראַך באַזיגט/ און ווער ווייסט, צי זי וועט האָבן כּוח ווי דער פֿעניקס אויפֿצושטיין פֿונעם אַש, וואָס ליגט צעשעדיקט און פֿאַרבלוטיקט
(פֿון עבֿריתּ — יצחק לודען)

שורה איז געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק אין אַ משפּחה פֿון ייִדישע אַקטיאָרן. דעריבער איז נישט קיין חידוש, וואָס די שטוב פֿון די עלטערן איז שטענדיק געווען פֿול מיט אַקטיאָרן, וועלכע פֿלעגן קומען שפּילן קיין ביאַליסטאָק. קיין ביאַליסטאָק פֿלעגן אין יענע צײַטן קומען שפּילן די בעסטע אַנסאַמבלען און טרופּעס, צווישן זיי די העברעיִשע „הבימה‟ מיטן „דיבוק‟.

שורה גרינהויז־טורקאָוו אין שעקספּירס “דער שטורעם”

אין די אָנהייב 1940ער יאָרן זײַנען קיין ביאַליסטאָק אָנגעקומען אַ סך ייִדישע מוזיקער פֿון דײַטשלאַנד מיט עדי ראָזנערס דזשאַז־אָרקעסטער. אַזוי ווי דער פֿאָטער איז געווען אַ „נאַש־בראָט‟ מיט זיי, האָט אויך די יונגע שורה זיך אַרומגעדרייט צווישן זיי. דעמאָלט איז עס טאַקע געשען: בײַ אירע 16 יאָר האָט זי זיך באַקענט מיט איר ערשטן מאַן, ערווין וואַלדפֿײַלער, אַן אַנטלאָפֿענער פֿון נאַצישן מינכן. ער איז געווען מיט 14 יאָר עלטער פֿון איר. דאָס איז געווען איר מזל, ווײַל ווען ס’האָט אויסגעבראָכן די מלחמה, איז ראָזנערס אָרקעסטער אַוועק קיין רוסלאַנד.

ביאַליסטאָק, ווי מיר ווייסן, איז עטלעכע מאָל אַרײַנגעפֿאַלן אָט אין די רוסישע הענט אין אָט אין די דײַטשישע, און צוריק געבליבן בײַ די רוסן. אַהין איז אַנטלאָפֿן אַבֿרהם מאַרעווסקי מיט אַ גרופּע ייִדישע אַקטיאָרן. די ערשטע פֿאָרשטעלונג פֿונעם ביאַליסטאָקער ייִדישן מלוכה־טעאַטער איז געווען שעקספּירס „דער שטורעם‟. ערבֿ דער דײַטשישער אינוואַזיע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז דער טעאַטער געפֿאָרן אויף גאַסטראָלן קיין ווײַסרוסלאַנד. שורהס פֿאָטער איז געווען צווישן זיי און איז דאָרט פֿאַרבליבן. די איבעריקע משפּחה, וואָס איז געבליבן אין ביאַליסטאָק, איז אומגעקומען אין טרעבלינקע.

נאָך אין ביאַליסטאָק האָט שורה געשפּילט מיטן פֿאָטער, ווײַל ס’איז נישט געווען ווער ס’זאָל שפּילן אין שלום־עליכמס „דאָס גרויסע געווינס‟. אַ גורל־זאַך: נאָך דער מלחמה, ווען זי האָט זיך אומגעקערט קיין פּוילן, איז אין נידער־שלעזיע געשאַפֿן געוואָרן אַ ייִדישער טעאַטער. איר מאַן האָט דאָרט באַקומען אַן אַרבעט. אין איינעם אַ טאָג האָט שורה באַקומען אַ טעלעפֿאָן פֿון שעפֿקע זאַק, אַ גוטער פֿרײַנד פֿון איר טאַטן נאָך פֿון ביאַליסטאָק. ער האָט געבעטן, אַז שורה זאָל קומען קיין ווראָצלאַוו צו שפּילן אין ייִדישן טעאַטער און אויך דאָ האָט זי באַקומען די זעלבע ראָלע אין שלום־עליכמס „דאָס גרויסע געווינס‟.

מיטן טעאַטער האָט אָנגעפֿירט יצחק טורקאָוו. זי האָט אָנגעהויבן באַקומען וויכטיקע ראָלעס. אין איינער פֿון די פֿאָרשטעלונגען האָט שורה געשפּילט צוזאַמען מיט יצחק טורקאָוון. ס׳האָט זיך צעברענט צווישן זיי אַ ראָמאַן, וועלכער האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ חתונה. דער טעאַטער איז נאָך אַ געוויסער צײַט אַריבער קיין וואַרשע און דאָרט האָב איך זיך באַקענט מיט שורהן. זי איז דעמאָלט געווען יונג, שיין און אַ טאַלאַנטירטע אַקטריסע, געשפּילט אַ סך גלענצנדיקע ראָלעס.

אין 1957, ווען אַ ריי אַקטיאָרן האָבן פֿאַרלאָזט פּוילן און אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל, איז אויך שורה געקומען אין לאַנד, אָבער דאָ, ליידער, האָט זי נישט געפֿונען איר אָרט אין טעאַטער. די איינציקע פֿאָרשטעלונג, אין וועלכער זי האָט געשפּילט אין ישׂראל, איז געווען י. י. זינגערס „יאָשקע קאַלב‟, מיט מאָריס שוואַרץ, וועלכער איז געקומען אויף גאַסטראָלן פֿון אַמעריקע. זי האָט נישט געפֿונען איר אָרט אין ייִדישן טעאַטער, צוליב פֿאַרשטענדלעכע סיבות; זי אַליין האָט עס דערקלערט אַזוי: „כ’האָב בעסער באַשלאָסן נישט שפּילן, איידער שפּילן אַבי וואָס אויף ייִדיש‟. ווען איר מאַן יצחק טורקאָוו איז געשטאָרבן, האָט שורה איבערגענומען זײַן אַמט אין „שלום אַשס הויז‟ אין בת־ים. שפּעטער האָט זי אין „אַרבעטער־רינג‟ אין תּל־אָבֿיבֿ אָנגעפֿירט מיטן קולטור־קרײַז.

שורה גרינהויז־טורקאָוו איז אַוועק אין דער אייביקייט הײַיאָר אין עלטער פֿון 96 יאָר.

כּבֿוד איר אָנדענק!

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s