עמיל קאַלין
קאַפּיטל דרײַצן
שוין אַ לענגערע צײַט, אַז איך טראַכט וועגן נעמען זיך דאָס לעבן. אַ מאָל איז דאָס געווען בלויז אַ ווידערשפּעניקע, דענערווירנדיקע מחשבֿה, וואָס פֿלעג זיך אַרײַנגנבֿנען אין מײַן מוח, אָן אַ פֿאַרוואָס, אין אַ וואָכנדיקן טאָג און באַלד נעלם ווערן, נישט איבערלאָזנדיק קיין שפּור, ווי אַ פֿליג, וואָס פֿליט אַרײַן אין צימער דורך אַן אָפֿענעם פֿענצטער און ביז דו כאַפּט זיך, איז זי שוין נישטאָ.
שפּעטער האָבן די געדאַנקען פֿון אַ זעלבסטמאָרד באַקומען אַ פּנים, אַזוי צו זאָגן; איך האָב געקענט זיך זען אויף דער אַרבעט, ווי איך עפֿן דעם פֿענצטער אין מײַן ביוראָ, שטעל איין פֿוס אויפֿן ראַנד, דערנאָך אַ צווייטן און… איך בין נישטאָ. דער שעף קומט אַרײַן אין צימער, ער וויל מיך עפּעס פֿרעגן, אָבער איך בין אַוועק אָן אַ זײַ געזונט. אונטן טוט אַ פֿאַרהאַקטער געשריי דורכלעכערן די נאָכמיטאָגדיקע שטילקייט. אַן אַלטע פֿרוי האָט דערזען די שוידערלעכע סצענע; אַ טויטער קערפּער ליגט אויפֿן טראָטואַר. וואָס בלײַבט פֿונעם מענטשן, מישטיינס געזאָגט, נאָך דעם, וואָס ער פֿאַלט אַראָפּ פֿונעם זיבעטן עטאַזשן? נישט קיין סך. מענטשן קומען זיך צונויף. עמעצער זאָגט, אַז מע דאַרף אַרויסרופֿן אַן אַמבולאַנס, כאָטש העלפֿן קען מען שוין נישט.
אין אַ צווייטער סצענע האָב איך פֿאַרקניפּט אַ שטריק צום לאָמפּ אויף דער סטעליע און אונטערגערוקט אַ בענקל. איך האָב ערגעץ געזען ווי מע מאַכט אַ תּליה. איך האָב מורא פֿאַרן ווייטיק, פֿאַרן געפֿיל, אַז עס פֿעלט לופֿט. מע זאָגט, אַז מע פֿאַרלירט דעם באַוווּסטזײַן זייער שנעל. נאָך אַ מינוט איז מען שוין אויף יענער וועלט… אַ שרעקלעכער מאָמענט און דערנאָך — שלאָפֿן אומגעשטערט. איך שטופּ מײַן האַלדז אַרײַן אין דער תּליה און שפּיר די קאַלטקייט פֿונעם שטריק. ער איז האַרט. ער וועט זיך קיינמאָל נישט צערײַסן. איצט דאַרף מען אַראָפּלאָזן דעם קנאָפּ, די תּליה זאָל זיך פֿעסט פֿאַרציִען אויפֿן האַלדז. אַ לײַכטער שטופּ מיטן פֿוס, דאָס בענקל זאָל זיך איבערקערן און… אַ גוטע נאַכט וועלט.
דאָמנע פּאָפּאַ, נעבעך, זי וועט מוזן געפֿינען מײַן טויטן קערפּער אין איר דירה. מעגלעך, אַז זי האָט אין דער צײַט פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג בײַ איר זון אין דאָרף. דער האַרבער ריח פֿון טויט וועט איר אַ שלאָג טאָן אין די נאָזלעכער שוין בשעתן דרייען דעם שליסל אין שלאָס-לאָך. אַ שרעקלעכע געשעעניש, נאָר נישט אַלץ אין לעבן איז שיין.
איצט איז די מחשבֿה וועגן זעלבסטמאָרד שוין נישט גלאַט דמיונות. זי איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שטענדיקן זשום אין קאָפּ. שטאַרבן צי נישט, אַבי דער אומאויפֿהערלעכער זשום אין קאָפּ זאָל נעמען אַ עק.
איך וואָלט נישט אָנגערופֿן דעם בריוו, אַ „זעלבסטמאָרד־בריוו‟, שוין גיכער וואָלט עס געווען אַ מין סך-הכּל אָדער געזעגענונג־בריוו. אויב איך וועל זיך בקרובֿ געזעגענען מיט דער וועלט, וועט דאָס נישט זײַן צוליב יענעמס אָדער אייגענע מעשׂים. איך באַשולדיק קיינעם נישט. אויב איך וועל לסוף באַשליסן, קורץ נאָכן שטעלן דעם לעצטן פּינטל צום ענדיקן מײַן איינמאָליקע רײַזע אויף עולם-הזה, וועט דער דאָזיקער בריוו דינען ווי אַזאַ דענקמאָל פֿאַר די, וואָס וועלן זיך דערמאָנען, אַז איך האָב אַ מאָל געטאָפּטשעט דאָס זעלבע שטיקל ערד ווי זיי. אין דעם פֿאַל, אַז איך וועל ווײַטער ציִען, מאריך-שנים זײַן און די דאָזיקע שווערע מאָמענטן וועלן אויסזען ווי אַ קאַלעמוטנע כוואַליע, וואָס האָט מיך גוט אַדורכגענעצט נאָר נישט דערטרונקען, וועט דער בריוו בלײַבן ליגן אין מײַן שופֿלאָד און אַמוזירן מײַנע קינדער און אייניקלעך נאָך הונדערט און צוואַנציק יאָר.
דער בריוו איז אַ באַשיידענער סך-הכּל פֿון מײַן גײַסטיקן נעכטן, אַ ניכטערער בליק (אַזוי האָף איך) אויף צוריק, אַ ביסל אויפֿן הײַנט, און אַ טוץ אומקלאָרע געדאַנקען וועגן אַ פֿאַרנעפּלטן מאָרגן. ווי הייבט מען אָן אַזאַ כּמו-זעלבסטמאָרד־בריוו? דאַכט זיך, ווי מע הייבט אָן יעדע סיפּור-המעשׂה — פֿונעם אָנהייב. זאָל דער צוקונפֿטיקער לייענער נישט האָבן קיין פֿאַראיבל: נישט אַלץ געדענקט זיך, נישט אַלץ ווילט זיך פֿאַרגעדענקען. צום איבערגעלעבטן גיב איך צו אַ ביסל פֿעפֿער און זאַלץ.
טײַערער לייענער, פּרוּוו נישט אונטערשיידן צווישן דעם אמת און דעם קינסטלערישן אמת. עס איז אַ שאָד די טירחא. קענסט מיר גלייבט אויפֿן וואָרט אָדער פֿאַרקערט, האַלטן, אַז אין יעדן וואָרט שטעקט אַ גראָבער ליגן — עס איז מיר אַלץ איינס.
לאָמיר אָנהייבן:
שוין אַ פּאָר גוטע יאָר, אַז יונה און גיטל קוקן אַרויס אויף אַ קינד. יונה ברעכט זיך די פֿינגער; לויט זײַן חשבון האָט זײַן נחת, זײַן קדישל געזאָלט זײַן שוין דאָ. נישט נאָר איין קדישל האָט געדאַרפֿט זײַן, נאָר אַ טוץ קדישימלעך. וווּ איז גאָט? ער מישט זיך נישט אַרײַן, גיטלס טראַכט איז פֿאַרשלאָסן אויף זיבן שלעסער און גיי דראַפּע זיך אויף גלײַכע ווענט.
יונה פֿאַלט נישט בײַ זיך. עס זשומעט בײַ אים אין קאָפּ מיט פּלענער: ער איז געווען בײַם שטעפֿאַנעשטער רבי, האָט יענער געגעבן אַ ברכה, נאָר דערווײַל האָט זי גאָרנישט געהאָלפֿן. דער פּאַשקאַנער רבי האָט געגעבן אַ קמע קעגן עין-הרע — גיטל איז נישט מעוברת געוואָרן. די גרעסטע דאָקטוירים זענען געווען אומבאַהאָלפֿן. מאַן-און-ווײַב האָבן זיך נישט מיאש געווען; געגלייבט באמונה-שלמה, אַז ווען גאָט וויל, שיסט אַ בעזעם.
שוין איין מאָל אַ שאָס! ווען? ווי? דאָס ווייסט מען נישט, נאָר מיט אַ מאָל — אַזוי האָבן די ווײַבער אין שטעטל זיך געשושקעט, — האָט בײַ גיטלען אָנגעהויבן וואַקסן אַ קײַלעכדיקער בויך מיט אַ שפּיץ — אַ סימן לבנים, קיין עין-הרע. מזל-טובֿ, גיטל! טראָג געזונטערהייט. סאַראַ תּכשיטל טראָגט זי אין איר טראַכט? דאָס איז אַ סורפּריז! געדולד, באַלד וועט זי זיך דערוויסן!
דאָס קדישל: איז געווען אַ פּרעכטיק עופֿעלע מיט אַ רויט, געשוואָלן פּנים, ווי בײַ זײַן מאַמען, אַ צעקנייטשן שטערן, ווי בײַ אַ למדן און שיטערע פּעך-שוואַרצע האָר, צוגעקלעפּט צום פּליך ווי בײַ אַלע עופֿעלעך. דאָס נפֿשל האָט געהאַלטן אין איין וויינען און זיך נישט גערעכנט מיטן זייגער: געוויינט בײַ טאָג און בײַ נאַכט. גיטל האָט, נעבעך, נישט צוגעמאַכט קיין אויג, יונה האָט נישט געביטן דאָס געלעגער. אַזוי האָט עס זיך געצויגן דרײַ יאָר, ביז דאָס נפֿשל האָט באַקומען אַ ביסל שׂכל, נישט צופֿיל.
נאָך נײַן חדשים טראָגן האָט גיטל געבוירן, אין אַ גוטער שעה, אַ זינדעלע און אויפֿן אַכטן טעג, אויף זײַן ברית, האָט מען אים אַ נאָמען געגעבן: „דויד‟. דעמאָלט האָט זיך אָנגעהויבן דער רעכטער צער גידול-בנים: אין דער נישט גרויסער שטוב, וואָס יונה האָט געדונגען בײַם גבֿיר, איז צוגעקומען אַ נײַ נפֿשל און די ענגשאַפֿט איז געווען גרויס.
ווען דודל וואָלט באַקומען מער שׂכל, וואָלט ער, אָן ספֿק, געשטעלט פֿיס און נישט געגאַנגען אין חדר אַרײַן פֿאַר קיין שום זאַך אויף דער וועלט. אין חדר האָבן געוואַרט אויף אים אַ כאָפּטע קונדסים, וואָס האָבן אים געלערנט די ערשטע שפּיצלעך, און אַ קאַפּריזנער מלמד. איצט — ס׳געדענקט זיך שוין נישט פּונקט פֿאַר וואָס — האָט דער מלמד אַ שמיץ געטאָן מיטן „קאַנטשיק‟ איבער זײַנע קינדערישע פּוכקע פֿינגער, דערנאָך אים „געריסן בײַם אויער‟, און דער ווייטיק האָט זיך פֿאַרגעדענקט זייער גוט. הכּלל, אַז ער איז צוריק אַהיים געקומען מיט גאַנצע ביינער, זענען טאַטע-מאַמע געווען צופֿרידן. ער האָט נישט אויסגעזאָגט דען סוד פֿון חדר, און זיי האָבן אים קיינמאָל נישט „גענומען אויף אַ פֿאַרהער‟. אַבי זייער זון זאַל קענען דאַווענען און לייענען חומש מיט רש״י. העכערע השׂגות האָבן זיי נישט געהאַט.
דאָס קינד איז געווען פֿאַרטאָן אין זײַנע קינדערישע דאגות און ס׳האָט אים ווייניק געאַנט, אַז דעם טאַטן, ר׳יונה דעם פֿי־סוחר, גייט מיט דער פּוטער אַראָפּ. עס האָט שוין געהאַלטן בײַם באַנקראָט. אַ מיאוסן באַנקראָט. עס האָט זיך געדאַכט, אַז דאָ וועט העלפֿן נאָר דער אייבערשטער אַליין; נאָר ער קען אים אַרויסשלעפּן פֿון אַזאַ טיפֿער בלאָטע.
נאָר וואָס טוט גאָט? אַ ברודער האָט ר׳ יונה געהאַט, חיימעלע, פֿון איין מאַמען און איין טאַטן. געוווינט האָט ער אין דער הויפּטשטאָט בוקאַרעשט. דער חיימעלע האָט געהאַט אַ געשעפֿט מיט פֿערד, האָט ער געשריבן צו ר׳ יונה ער זאָל רחמנות האָבן אויף דער אַלטער מאַמען, אויפֿן קינד און ווײַב, און אָן שהיות זיך אַרײַנזעצן אין דער באַן און אין איינעם מיטן גאַנצן הויזגעזינד פֿאָרן קיין בוקאַרעשט, ווײַל דאָ, אין דער הויפּטשטאָט, קען מען מאַכן גאָלדענע געשעפֿטן בפֿרט אַז מע האַנדלט מיט פֿערד.
אַזוי צי אַנדערש, אין אַ זומערדיקן אָוונט האָט ר’ יונה מודיע געווען זײַן הויזגעזינד, אַז מע דאַרף אָנהייבן זיך פּאַקן, ווײַל מירטשעם גאָר בקרובֿ וועלן זיי אַלע זיך אַוועקזעצן אין דער באַן און פֿאָרן קיין בוקאַרעשט. וואָס איז דאָס אַזוינס „באַן‟? וואָס איז דאָס אַזוינס „בוקאַרעשט‟? דאָס ייִנגעלע האָט עס נישט געוווּסט און עס האָט אים ווייניק געאַרט; ער איז גרייט געווען זיך לאָזן אין וועג אַרײַן אָן קווענקלענישן.
די נסיעה מיט דער באַן איז געווען אַ יום-טובֿ; דאָס ייִנגעלע האָט צוגעקלעפּט די נאָז צו דעם שויב און ברייט צעעפֿנט די אויגן — גאָטס ניסים! אָן אַ סוף ביימער, קליינע מיט דיקע שטאַמען, אַנדערע מיט הויכע שטאַמען, עטלעכע ביימער אײַנגעבויגענע, ווי זקנים. ביימער מיט צעצווײַגטע טונקל-גרינע קרוינען. מיט אַ מאָל זענען די ביימער אָפּגעטראָטן דעם וועג די פֿעלדער: געלע, גרינע און ברוינע, וואָס ציִען זיך ביז דעם האָריזאָנט.
אַלץ איז פֿאַרבײַגעלאָפֿן פֿאַר זײַנע אויגן גיך, ווי דער מוח איז געווען מסוגל צו באַנעמען. הינטער די פֿעלדער האָבן זיך פֿון צײַט צו צײַט אַנטפּלעקט בלויע בערגלעך, אָבער זיי זענען נישט געלאָפֿן אַזוי שנעל ווי די באַן. נאָך אַ קורצן פֿאַרמעסט זענען זיי פֿאַרבליבן הינטן, צוזאַמען מיט די קי און שאָף — אַזאַ וווּנדער! דאָס ייִנגעלע איז געזעסן בײַם פֿענצטער און נישט אָפּגעריסן קיין אויג פֿונעם פּייסאַזש. נישט געוואָלט טרינקען אָדער עסן. וואָס איז געשען ווײַטער? ווײַטער געדענקט ער נישט. דאַכט זיך, אַז אין אַ געוויסער צײַט איז ער אַנטשלאָפֿן געוואָרן. אויפֿגעשטאַנען איז ער אין אַ נײַער בעט, אין אַ פֿרעמדן צימער און אַ פֿרעמדער שטאָט, וווּ ער וועט זיך גאָר אין גיכן פֿילן ווי אַן אײַנגעבוירענער בוקאַרעשטער.
אַז מ׳איז אָנגעקומען קיין בוקאַרעשט האָט ר׳ יונה אײַנגעזען, אַז דאָס געשעפֿט „מיט די פֿערד‟ איז קיין געשעפֿט נישט. עס האָט נישט ווערט קיין אויסגעבלאָזן איי. אַזוי אַרום איז ר׳ יונה געוואָרן גלאַט יונה, אַ קליינער סוחר פֿון גאַלאַנטעריע. אַן אייגנטימער פֿון אַ שטויביק קלייטל אויף קאַלאַראַש־גאַס. זיך אָפּגעריסן אַ קנעפּל — גיי צו יונה. מע דאַרף פֿאַרלאַטעווען אָפּגעטראָגענע הויזן — יונה. אַ נאָדל? אַ פֿאָדעם? אַ נײַ שערל — יונה, יונה, יונה.
אַזוי איז גיטל געוואָרן אין דער גרויסער שטאָט אויף „דשזעטאַ‟, אַ שטאָטישע באַלעבאָסטע מיט גאָלדענע הענט; אַ קעכין וואָס מע טרעפֿט נישט אין די שענסטע האָטעלן… און דאָס ייִנגעלע? אים איז געווען גוט. די שווערע צײַטן אין חדר האָבן אָנגענומען אַ מיתה-משונה און ער איז געוואָרן אַ „שילער‟ אין דער ייִדישער שול…
די בוקאַרעשטער ייִדן האָבן מיר אויסגעזען שטאַרק מאָדנע, בעסער געזאָגט, „אַנדרעש‟. אין בוקאַרעשט טראַכטן די ייִדן אַנדערש און רעדן אַנדערש: פּשוטע ווערטער, וואָס מע טרעפֿט אין באָטאָשאַן אויף יעדן טריט און שריט ווי, למשל, „באַראַבולעס‟ אָדער „קוקורוזע‟, ווערן פֿאַררעכנט דאָ, אין בוקאַרעשט, ווי אַ סימן-מובֿהק פֿון אָפּגעשטאַנענקייט און פּראָסטקייט. עס איז אַ מורא צו עפֿענען דאָס מויל טאָמער וועסטו זיך, חלילה, אַרויסכאַפּן מיט אַ נישט „מאָלדעוואַניש‟ וואָרט; אָדער דער עולם וועט דיך „פּאַקן‟ אויף אַן אויסדרוק און לאַכן מיט טרערן.
מענטשן, וואָס מע האָט געהאַלטן אין באָטאָשאַן פֿאַר גרויסע מבֿינים, מע איז געקומען צו זיי נאָך אַן עצה אָדער, גלאַט אַזוי, צו רעדן וועגן וועלטזאַכן, — וואָלטן אויסגעזען דאָ שמאָלקעפּיק, קליינשטעטלדיק און נאַיִוו, ווי קינדער. עס זענען דאָ ייִדן מיט צילינדערס, וואָס דרייען מיט די וואָנצעס, רעדן אַ שיינעם רומעניש און פֿראַנצויזיש — ווי אַ וואַסער. זיי פֿאָרן קיין לײַפֿציג אויף ירידים. זייערע קינדער שפּילן אויף פּיאַנע אָדער פֿידל. אין באָטאָשאַן האָב איך נישט געזען אַ פּיאַנע אַפֿילו אין חלום.
די בוקאַרעשטער ייִדן פֿלעגן אויך כאַפּן קלעפּ אין פֿאַל, ווען זיי פֿלעגן טרעפֿן אויף אַ נישט ריכטיק אָרט אין דער נישט ריכטיקער צײַט. ווי האָבן די „גולאַנען‟ [1] געוווּסט, ווער עס איז אַ ייִד און ווער איז נישט קיין ייִד? אַז מע האָט געטראָגן ברילן — ביסטו פֿאַרדעכטיק. האָסט געקרײַזלטע האָר — אַ ייִד, אָן שום צווייפֿל! אַ קרומע נאָז — מער ייִד קען מען שוין נישט זײַן! קלעפּ האָט מען געקענט כאַפּן איבעראַל: אינעם טראַמווײַ, אויף דער גאַס, אַרומשפּאַצירנדיק אין פּאַרק, ווינטער־צײַט, גליטשנדיק זיך מיט די „פּאַטינעס‟ אויף דער פֿאַרפֿרוירענער אָזערע.
דערצו האָט מען זיך שוין צוגעוווינט, אַז די מאַכט האָט זיך געביטן און די רעגירונג פֿון גאָגאַ-קוזאַ [2] האָט איבערגענומען די לייצעס און איז געוואָרן אַן ערנסטער כּוח.
אַלע אַרום מיר האָבן זיך אַרומגעדרייט מיט געקנייטשטע שטערנס און אײַנגעפֿאַלענע פּנימער. קרובֿים און שכנים, וואָס האָבן זיך אַליין פֿאַררעכנט פֿאַר מבֿינים אין פּאָליטיק, פֿלעגן „אַנאַליזירן‟ די סיטואַציע און „צעקײַען‟ די פּאָליטישע געשעענישן פֿאַר אַ צווייטן, וואָס „פֿאַרשטייט נישט אין די זאַכן‟. יאָ, רעדן איז לײַכט כּל-זמן עס קומט נישט צו תּכלית. וואָס מע דאַרף אייגנטלעך טאָן, האָט קיינער נישט געוווּסט.
טאַטע-מאַמע האָבן באַשלאָסן צו טאָן וואָס כּמעט אַלע מענטשן טוען אין אַלע אומשטענדן און צײַטן: וואַרטן און האָפֿן אויף בעסערע צײַטן. איך האָב אויכעט געוואַרט, צוזאַמען מיט אַלעמען, אויף מער ליכטיקע טעג, אָבער זיי האָבן זיך פֿאַרזאַמט, נישט געלאָזט פֿון זיך וויסן. די קינדער בײַ די שכנים, וואָס זענען געווען פֿרײַנדלעך ביז אַהער, האָבן מיך שוין נישט גערופֿן בײַם נאָמען, נאָר „זשידאַן‟. די מער דערוואַגטע האָבן געהאַלטן פֿאַר נייטיק אַ שלײַדער טאָן אין מיר אַ שטיין. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב וועגן דעם דער מאַמען קיין וואָרט נישט געזאָגט, זי האָט געהאַט איבערגענוג אויף איר קאָפּ. נאָר איין מאָל האָט אַ שטיין געטראָפֿן מיר אין שטערן און דער רעזולטאַט איז געווען אַ גאָר מיאוסער בײַל. די איבערגעשראָקענע טאַטע-מאַמע האָבן באַשלאָסן, אַז מער זאָל איך נישט אַרויסשטעקן די נאָז אין דרויסן.
אַזוי איז דער ראַדיאָ, וואָס דער טאַטע האָט געקויפֿט, כּדי צו הערן „וואָס עס טוט זיך אויף דער וועלט‟, געוואָרן מײַן בעסטער און איינציקער חבֿר, וואָס האָט אויך נישט געזשאַלעוועט — געשיט שלעכטע נײַעס אָן אויפֿהער. עמעצער האָט געבילט דאָרט אויף דײַטש. מע האָט געזאָגט, אַז דער וואָס רעדט, איז נישט קיין אַנדערער ווי דער דײַטשישער קאַנצלער, הער אַדאָלף היטלער. מיר פֿלעגן זיצן לעבן דעם מכשיר און זיך ברעכן די פֿינגער: „ס׳נישט שטיל אויף דער וועלט, יונה, נישט שטיל!‟ — פֿלעגט די מאַמע שאָקלען מיטן קאָפּ. „ס׳וועט זײַן גוט! אונדזערע שׂונאים וועלן כאַפּן אַ וויסטע מפּלה‟, — האָט דער טאַטע געפּרוּווט צוגעבן כאָטש אַ ביסל פֿעסטקייט מיט זײַן קוויטשיקער שטים. „ס׳רוקן זיך אָן שלעכטע צײַטן און מיר זענען שטעקן געבליבן אין דער סאַמע מיטן‟ — „גיטל! האָב בטחון, ס׳וועט זײַן גוט!‟
עס איז נישט געוואָרן בעסער, נאָר ערגער: דער ווערמאַכט איז אַריבערגעגאַנגען די גרענעץ מיט פּוילן, עס האָט אויסגעבראָכן די צווייטע וועלט־מלחמה.
המשך קומט
[1] „גולאַן‟ (ען) — אַ גראָבער יונג
[2]אָקטאַוויאַן גאָגאַ און אַלעקסאַנדרו קוזאַ — צוויי מיניסטערס אין דער פֿאַשיסטישער רומענישער רעגירונג פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה