אַ דאָקטאָראַט וועגן שוכבענדלעך

מישע שאַפּיראָ

אַן אַרבאָר אוניווערסיטעט, מישיגער

מיניאַטורן

M

לײַט אין אַן אַרבאָר־אוניווערסיטעט טראָגן אויף זײערע קלײדער אַ גרויסן בוכשאַב M. אפֿשר הײסט דאָס M-אולאַציע? אולריקס ביכער-קראָם האָט פֿאַרקויפֿט קנעפּלעך מיט גרויסע M־ס. די קנעפּלעך האָבן געהאַט אויף זיך אַנדערע קנעפּלעך, װאָס מ׳האָט געקענט אָנקװעטשן; און אַז מע האָט זײ אַ קװעטש געטאָן, האָבן זײ געשפּילט דעם אוניװערסיטעטס „פֿײַט‟־געזאַנג. איך פֿלעג ספּעציעל גײן אין דער קראָם און קװעטשן אײן קנעפּל נאָך אַן אַנדער קנעפּל, כּדי זײ זאָלן אַלע שפּילן אין איין צײַט. עס האָט געמאַכט אַ געפֿערלעכן זשום, און איך בין נאָך דעם גיך אין דרויסן אַרויס. אפֿשר בין איך נישט קײן װוילער, אָבער עס איז לײַכט מיך צו מאַכן געפֿעלן!

װאָס האָט מיך געבראַכט אין אַן אַרבאָר? איך בין געװען אין דער גראַדויִר־שול, שטודירט אויף אַ דאָקטאָראַט אין מאַטעמאַטיק. אַלע װייסן, אַז מאַטעמאַטיק איז דער אמת אַליין; אָבער נישט אַלע װײסן, אַז מאַטעמאַטיק געפֿינט זיך אינעװײניק. צוליב דעם איז זי מאָדנע פֿאַרטיפֿט אין דער מענטשלעכער פּסיכיק.

די זין און די פּשוטע צאָלן

דער טאַטע פֿון מײַנער אַ חבֿרטע האָט געהאַט אַן אַפּאָפּלעקסיע און האָט פֿאַרלוירן אַ סך פֿון זײַן װעלט. ער האָט זי געדאַרפֿט איבערבויען. האָט ער זיך דערמאָנט, אַז ער האָט זין, אָבער נישט געקענט זיך דערמאָנען זײערע נעמען. „װוּ זײַנען… װוּ זײַנען… די זין?‟ אײן מאָל איז מײַן חבֿרטע פֿאַרבײַגעגאַנגען דעם שלאָף-צימער און האָט געהערט, ווי איר טאַטע חזרט איבער די פּשוטע צאָלן: 5, 7, 11, 13, 17…

דער קלאַמער

איך האָב געװוינט אויף איסט דזשעפֿערסאָן, און זי האָט געװוינט אויף װעסט דזשעפֿערסאָן לעבן די אײַזנבאַן־רעלסן. די באַן פֿלעג פֿאַרבײַפֿאָרן און די שויבן האָבן געציטערט. אַ שפּין איז געקומען אונדז אָנקוקן. זי האָט די שפּין ליבלעך און שפּילעװדיק אָנגערירט. איך בין נתפּעל געװאָרן.

איך בין אויך נתפּעל געװאָרן פֿון איר טראַכט. אַז מ׳האָט אויף איר אַרויפֿגעלייגט אַ האַנט, האָט זי זיך געדריגעט װי אַ פֿערד.

װעקטאָר־פֿעלדן האָבן זײער אײגענע מולטיפּליקאַציע. אַז מע האָט אַ פּאָר װעקטאָר־פֿעלדן X און Y קען מען פֿרעגן, װי גיך און אין װאָסער ריכטונג בײַט זיך Y און אין וואָסערער — X. דאָס איז אויך אַ װעקטאָר־פֿעלד, XY. אָבער דאָ איז XY נישט גלײַך מיט YX, און מע קען פֿרעגן װעגן דעם אונטערשײד, YX-XY. מע רופֿט עס, דער קלאַמער און שרײַבן שרײַבט מען עס אַזוי — [Y,X].

אָבער איך האָב אָנגעהויבן װערן פֿרוסטרירט פֿון איר. האָב איך זי ליב געהאַט? בין איך געװען אין כּעס אויף איר? איך האָב עס אויך געװאָלט װיסן. יענע נאַכט האָט זיך מיר געחלומט, אַז איך האָב גענומען דעם קלאַמער פֿון די צװײ געפֿילן.

אַ שמוע אויפֿן טאָװל

איך בין געזעסן אויף דער לעקציע פֿון דיפֿערענציעלער געאָמעטריע. דאָס איז געװען אַן אמתער װאַרג. נאָך קנאַפּע צװײ מינוט בין איך געװען אין גאַנצן אַ פֿאַרלוירענער. נו, אַזוי טרעפֿט זיך צומאָל; אָבער איך האָב פֿאָרט עפּעס יאָ פֿאַרשטאַנען. עס איז געװען אַ דיאַגראַם אויפֿן טאָװל. איך האָב געװוּסט, אַז דאָס איז אַ שמוע…

דער רעדנער האָט געהאַלטן אין אײן פֿאָנפֿען. אָן שום ספֿק איז עס געװען פֿאַרכאַפּנדיק פֿאַר די, וואָס האָבן עס פֿאַרשטאַנען. סוף-כּל-סוף, האָט ער פֿאַרענדיקט. ער איז צוריק צוגעקומען צו דער דיאַגראַם און געזאָגט: „און עס איז אַלץ צוליב אָט דעם!‟ — און ער האָט מיט כּוח אַרײַנגעשטעקט זײַן פֿינגער אין מיטן דער דיאַגראַם.

מער דאַרף מען גאָרנישט זאָגן.

אַ דאָקטאָראַט וועגן שוכבענדלעך

איך האָב געאַרבעט בײַ דעם מאַטעמאַטיש־װיסנשאַפֿטלעכן פֿאָרש־אינסטיטוט אין בערקלי איבער מײַן דאָקטאָראַט. ווען איך האָב נאָר אָנגעהויבן צו גײן אין שול, האָט מען מיר געהײסן צו גיין תּמיד מיט פֿאַרבינדענע שנורעוואַדלעס אויף מײַנע שיך; אויב נישט, קאָן איך חלילה פֿאַלן. אָבער איך האָב נישט געפֿאָלגט דער עצה. איך האָב אין דעם נישט געגלײבט. איך האָב געטראָגן אַ פּאָר צעקראָכענע גומעשיך. איך האָב אַרײַנגעשטעקט מײַנע פֿיס אין זײ, צעטראָטן זײ אונטער מײַנע פּיאַטעס, און קיין מאָל נישט פֿאַרבינדן אויף זיי די שנורעוואַדלעס! אַזוי בין איך אַרומגעגאַנגען אַ גאַנץ יאָר און קײנמאָל נישט געפֿאַלן.

נאָך איין ליגן, װאָס מע האָט מיר דערצײלט!

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s