דער פּראָזע־שרײַער אלי גאָרדאָן איז געבוירן געוואָרן אין אַן אַלטער ייִדישער קאָלאָניע מיאַדלער (זעליאָנאָפּאָל). פֿון קליינערהייט אָן געווען פֿאַרבונדן מיט ערדאַרבעט, וואָס האָט שפּעטער אַזוי בולט משפּיע געווען אויף זײַן שאַפֿונג. זיך געלערנט אין מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און אין דער אַספּיראַנטור. די ערשטע דערציילונג „ווילדגראָז‟ (1930) האָט זיך אויסגעטיילט מיט אַ נײַער פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור טעמע וועגן דעם לעבן פֿונעם ייִדישן פּויערטום ביז און נאָך דער רעוואָלוציע. דער מחבר פֿון אַ צאָל ראָמאַנען וועגן סאָוועטישן ייִדישן דאָרף.

לייענט אַן אויסצוג פֿון אלי גאָרדאָנס דערציילונג, אָפּגעדרוקט אינעם בוך „אין אייגענע קאַנטן‟, „סאָוועטסקי פּיסאַטעל‟, מאָסקווע, 1969
ראובֿנס כּבֿוד
אַבֿרהם ריוואַנעץ איז געווען צופֿרידן פֿון זרחס אַרײַנקומען, ווײַל אויסהערן פֿרישע נײַעס איז ער שטענדיק געווען אַ בעלן. אַ חקירה טאָן איבער אַוועלכער־ניט־איז פֿראַגע האָט ער זיך אויך קיין מאָל ניט אָפּגעזאָגט. פֿלעגן זיי זיך פֿאַרציִען מיט די געשמאַקע ציגאַרן מאַכאָרקע אין מויל, פּאַמעלעך אַרויסלאָזן דעם רויך און באַריידן די וועלט. וועגן וואָס צו שמועסן האָבן זיי געהאַט איבערגענוג! און וויפֿל זיי האָבן ניט גערעדט, האָבן זיי זיך ניט געקאָנט אָנריידן. געשמועסט האָבן זיי ניט געאײַלט, מיט גרויסע פּויזעס, איבערלאָזנדיק צײַט אי אויף אָפּצוטרייסלען דאָס אַש פֿון ציגאַר, צי אויף אַרויסלאָזן דעם רויך דורך דער נאָז און אויף ס׳נײַ צו פֿאַרציִען זיך.
אַבֿרהם ריוואַנעץ פֿלעגט זיך אַפֿילו באַמיִען אין די פּויזעס אַ פּאָר מאָל אַ וואָרף טאָן די ביינדלעך אויפֿן שטשאָט, פֿאַרשרײַבן אַ פּאָר ציפֿער אין דער ליסטע, און אַז ער פֿלעגט זיך שטאַרק אַרײַנטאָן אין די חשבונות, פֿלעגט זרח סאָראָקע באַווײַזן כאַפּן אַ דרעמל, אַ פּאָר מאָל אַ כראָפּע טאָן און, אויפֿכאַפּנדיק זיך, ווי ס׳וואָלט גאָרנישט ניט פֿאָרגעקומען, פֿאָרזעצן דעם שמועס.
געווען איז זרח סאָראָקע אַפֿילו אויסערלעך אַ ביסל ענלעך אויף אַ אַבֿרהם ריוואַנעצן. ביידע זײַנען זיי געווען דאַרינקע, נידעריטשקע, מיט שמאָל אײַנגעשרומפּענע פּנימער. ביידע פּליכעוואַטע מיט עטלעכע גרויע הערלעך אויפֿן קאָפּ. אַבֿרהם ריוואַנעצן האָט מען געקאָנט אונטערשיידן פֿון זרח סאָראָקען לויטן לאַנגן און דאַרן האַלדז, ווי אַ בײַ אַ גאָנער און לויטן אַרויסטאַרטשענדיקן גערגעלע, וואָס האָט זיך כּסדר באַוועגט בײַם ריידן. דערצו איז נאָך אַבֿרהם געווען אַ ביסל אַ טויבלעכער, און ווי אַלע טויבע מענטשן, האָט ער אַמאָל דערלייגט דאָס, וואָס ער האָט ניט געהערט.
זרח סאָראָקע האָט עס ניט געקאָנט אַריבערטראָגן און האָט זיך איין מאָל מיט אים איבער דעם אַפֿילו צעווערטלט.
— פּרוּוו צו דײַנעם אַ חשבון עפּעס איבעריקס צוגעבן, וואָס וועט זיך בײַ דיר באַקומען, און דו ווילסט אַ לונג־און־לעבן אויף דער נאָז אָנבינדן.
— היץ זיך ניט! — איז אַבֿרהם ריוואַנעץ געוואָרן אויפֿגעבראַכט, למאַי דער וועכטער האָט גאָר אַ חוצפּה אַזוי אָנפֿאַלן אויף אים, און האָט אים אַרײַנגעזאָגט אַ פּאָר צוגעפֿעפֿערטע ווערטלעך, וועלכע זײַנען יענעם דערגאַנגען אַזש ביז דער זיבעטער ריפּ.
פֿון דעסטוועגן, ווען עס האָט זיך אויף מאָרגן אין דער ראַיאָנער צײַטונג באַוויזן אַ נאָטיץ וועגן ראובֿן שקליאַרס רינג, איז זרח סאָראָקע אַ פֿאַרסאָפֿעטער געקומען צו לויפֿן אין קאָנטאָר און ראַפּטום אויסגעשריִען:
— סט׳געזען, וואָס מע שרײַבן וועגן אונדזער ראבֿון שקליאַרן?
— וווּ שרײַבט מען? וואָס שרײַבט מען? — האָט אַבֿרהם, וועלכער איז געווען פֿאַרטאָן אין זײַנע חשבונות אַ פֿרעג געטאָן.
— נאַ, גיב אַ קוק, סאַראַ זמירות מ׳האָט דאָ אָפּגעזונגען ראובֿנען, — האָט זרח, אַוועקלייגנדיק די צײַטונג אויפֿן טיש, אָנגעוויזן אויף איר.
ווי אַבֿרהם ריוואַנעץ איז ניט געווען נײַגעריק צו וויסן, וואָס מע שרײַבט אין דער צײַטונג וועגן ראובֿן שקליאָרס רינג, פֿון דעסטוועגן האָט ער צוערשט אַ וואָרף געטאָן אַ פּאָר ביינדלעך אויפֿן שטשאָט, פֿאַרשריבן דעם חשבון בײַ זיך אין פּאַפּיר און ערשט נאָך דעם אָנגעהויבן לייענען:
„אַ סך גוטע ווערטער האָט דער רינגלער ראובֿן שקליאַר אַרויסגעזאָגט אויף דער פֿאַרזאַמלונג פֿון קאָלווירט, ווען ער האָט גענומען אויף זיך די פֿאַרפֿליכטונג מוסטערהאַפֿט צו באַאַרבעטן זײַנע דורכאַקער־קולטורן. נאָר פֿון די גוטע ווערטער האָבן זיך אויסגעלאָזט שלעכטע מעשׂים. די סאָנעשניקעס אויפֿן קלין, וואָס אויפֿן פֿינפֿטן געלענק, זײַנען צווישן די רייען פֿאַרגראָזיקט, פֿאַרלאָזט…‟
— נו, — האָט זרח, אַרײַנקוקנדיק אַבֿרהמען אין פּנים אַרײַן, אַ פֿרעג געגעבן, — אַ שיינעם אויסזען וועלן מיר האָבן מיט אַזאַ אַרבעט.
— איז דעם אַ באַטרעף בײַ הײַנטיקער מעכאַניזאַציע דורכיעטן ניט קיין גרויסן קלין דורכאַקער־קולטור?
— מסתּמא האָט דער רעליעף ניט דערלויבט צו לאָזן אַ מאַשין, — האָט זרח זיך אָנגערופֿן.
ער האָט געשוויגן אַ ווײַלע, ווי ער וואָלט וואַרטן אויף אַבֿרהמס ענטפֿער. נאָך דעם האָט ער מיטן זעלבן טאָן פֿאָרגעזעצט:
— וואָסי, מע מיינט עס דען נאָר ראובֿן שקליאַרן? מע מיינט אי מיך, אי דיך און דעם גאַנצן קאָלווירט. אויב דו ווילסט, רירט ער אָן דעם גאַנצן ראַיאָן און אפֿשר נאָך העכער… ס׳אַ קלייניקייט עפּעס, סאָנעשניקעס? — דאָס איז אייל, מאַקוכע און וואָס דו ווילסט…
און כאָטש אַבֿרהם ריוואַנעץ האָט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, געגעבן צו וויסן, אַז ער איז מסכּים, פֿון דעסטוועגן איז זרח ניט אָפּגעטראָטן פֿונעם חשבון־פֿירער און אַלץ געטענהט:
— וואָסי, אַז איך בין אַ וועכטער, דאַרף מיך גאָרנישט אינטערעסירן. אויסער די קאָלווירטישע שײַערן… געדענקסט מסתּמא מײַן שלומקען, וואָס איז אומגעקומען אויף דער מלחמה… אַז מע פֿלעגט אים אין שול אַרויסרופֿן צום טאָוול און ער פֿלעגט שלעכט ענטפֿערן, אַז ס׳איז אים אַ חרפּה פֿאַרן גאַנצן קלאַס. ראובֿן דאַרף זיך שעמען פֿאַרן קאָלווירט. פֿאַרן ראַיאָן, פֿאַר אַלעמען, ווער ס׳וועט לייענען די צײַטונג. אונדז אַלעמען וועט מען זאָגן, אַז מיר באַאַרבעטן שלעכט די סאָנעשניקעס. פֿאַרשטייסטו שוין, אַז ס׳איז אַ חרפּה און אַ שאַנדע פֿאַר אונדז.
— אַוודאי, ביסט גערעכט, — האָט אַבֿרהם צוגעשטימט און פֿאָרגעזעצט עסקן זיך מיט זײַנע חשבונות.
— אַ גוטער מענטש אָט דער ראובֿן, אַ גאָלדענער אַרבעטער, ווי האָט עס אַזוינס גאָר געקאָנט בײַ אים פּאַסירן? — האָט זרח געהאַלטן אין איין טענהן. — נו, ס׳טרעפֿט, אַוודאי מע ספּראַוועט זיך ניט… וואָלט ער כאָטש געווען זאָגן, וואָלט מען אים אונטערגעהאָלפֿן… צי דען וואָלט מען דערלאָזט, מע זאָל אונדז אַזוי טאַדלען, וואָס איז אונדזער קאָלווירט — אַן אָפּגעשטאַנענער, צי וואָס?