משה לעמסטער
פֿון יענער זײַט רעגן
פֿון יענער זײַט רעגנס,
שטורעמס, בייזע יאָר,
וואָלט געווען מײַן מאַמעס גורל
אַזוי ליכטיק, קלאָר.
פֿון יענער זײַט צרות,
ליידן און געוויין,
וואָלט געווען מײַן מאַמעס לעבן
אַזוי גליקלעך, שיין.
נאָר פֿאַר וואָס זשע,
פֿרעג איך מיט אַ טרער,
איז געווען מײַן מאַמע
פֿון דער זײַט,
פֿון דער,
פֿון דער?..
20 יולי, 2020
פּשוט ליב געהאַט
אין שענק פֿלעג קומען מײַן מאַמע צו לויפֿן
און מיך, דעם פֿריילעכן יאַט,
אַרויספֿירן פֿון דאָרט, וווּ איך האָב געכּוסעט
ווײַל זי האָט מיך ליב געהאַט.
זי פֿלעג קלאַפּן אין פֿענצטער אָן בייזקייט,
מיך וועקן פֿון אַ ליבע־טשאַד.
אַרויסציִען פֿון אַ בעט אַ הייסן
ווײַל זי האָט מיך ליב געהאַט…
זי פֿלעג מיך זוכן אין דאָרף און אין שטעטל,
בראָנפֿן און ליבע האָבן מיר ניט געשאַט,
ערגעץ געפֿינען און אַהיים מיך שלעפּן,
ווײַל זי האָט מיך ליב געהאַט.
זי איז מסתּמא איצט אין הימל אַ מלאך,
נאָר אַ מאָל, אויף זיכער איך ווייס —
אַרויסנעמען וועט מיך די געטרײַע מאַמע
פֿון שענק, וואָס לעבן הייסט…
21 יולי, 2020
טאַנגאָ מיט דער מאַמען
אויף אַ טאַנגאָ, דעם שענסטן סאַמע,
וואָס איז אין דער וועלט באַרימט
לײַד איך אײַן מײַן מאַמען
אין מײַן חלום, וואָס איז גרין.
און דעם טאַנגאָ היציק, פֿלאַמיק,
ווי מיט דער שענסטער פֿרוי,
טאַנץ איך מיט דער מאַמען,
אין מײַן חלום, וואָס איז רויט…
די חלומות מײַנע שוועבן,
ווי וואָלקנס זוניקע מיט גלאַנץ.
פֿאַר וואָס זשע בײַ דעם מאַמעס לעבן
האָב איך מיט איר אים ניט געטאַנצט?
נאָר איך זע אין אַ חלום בלויען,
וואָס איז מיט געטלעכקייט באַקראַנצט,
מיט דער מאַמען צווישן שטערן־טויען,
דעם שיינעם טאַנגאָ פֿלאַמיק איך טאַנץ…
יולי־אויגוסט, 2020