„ייִדיש־צענטער‟ — מײַן ליבע און מײַן ווייטיק

סערגאָ בענגעלסדאָרף

דאַכט זיך, עס איז געווען ערשט נעכטן. אין גיכן נאָכן גרינדן אין מאָלדאָווע די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט האָט געעפֿנט אירע טירן די ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען. איך געדענק גוט די פֿײַערלעכע עפֿענונג פֿונעם צענטער פֿון ייִדישן בוך אין קעשענעוו. עס איז פֿאַרבעטן געוואָרן דער הויפּט־רבֿ פֿון מאָלדאָווע זלמן־לייב אַבעלסקי, די שרײַבערס יחיאל שרײַבמאַן און באָריס סאַנדלער — דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט, דער פּאָעט משה לעמסטער, עטלעכע פֿונקציאָנערן פֿון דער שטאָטישער מוניציפּאַליטעט, פֿאַרשטייער פֿון דער ייִדישער און מאָלדאַווישער אינטעליגענץ. צו דער טיר פֿון דער ביבליאָטעק איז צוגעקלאַפּט געוואָרן אַ מזוזה און אַ שילד אויף ייִדיש און רומעניש, עס זײַנען געזאָגט געוואָרן שיינע רייד און דרשות.

אין דער קעשענעווער ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען

אָבער די יאָרן פֿליִען, און אָט פֿײַערן מיר שוין 30 יאָר, זינט די ייִדישע ביבליאָטעק האָט געעפֿנט אירע טירן. פֿאַר דער צײַט האָט די אינסטיטוציע זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ייִדישן קולטור־צענטער אין קעשענעוו, מיט אַ גרויסן ביכער־פֿאַרנעם פֿון פֿאַרשידענע קאַטעגאָריעס און מיט אַ ממשותדיקער צאָל לייענער. פֿונעם ערשטן טאָג אָן שטייט אין שפּיץ פֿון דער גרופּע קוואַליפֿיצירטע מיטאַרבעטער די דירעקטאָרין אַנאַ באַסמאַנאָוואַ. כ׳וויל אָבער אויך דערמאָנען יענע מענטשן, וואָס האָבן מיט איר אָנגעהויבן די וויכטיקע אַרבעט: שׂרה שפּיטאַלניק, נאַטאַשע פּאָטיאָמקין, גאַליע פֿינקעל און אַנדערע.

דעם אויבנאָן צווישן די אַקטיוויטעטן פֿון דער ביבליאָטעק האָט ביז אַהער פֿאַרנומען דער „ייִדיש־צענטער‟ — אַ קולטור־קלוב, וואָס האָט אַרום זיך צונויפֿגענומען די בעסטע שאַפֿערישע כּוחות פֿון דער שטאָט: שרײַבערס, מוזיקערס, אַקטיאָרן, מאָלערס… די הויפּט־אויפֿגאַבע פֿון דעם „צענטער‟ איז געווען צו פֿאַרהיטן די אוצרות, געשאַפֿן אין ייִדיש, די טאָג־טעגלעכע שפּראַך, אויף וועלכער עס האָבן זיך אויסגעלעבט ס׳רובֿ בעסאַראַבער ייִדן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. אָנגעפֿירט האָט מיטן ייִדיש־צענטער דער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן, וואָס האָט במשך פֿון לאַנגע יאָרן דורכגעפֿירט דאָ נישט איין אונטערנעמונג און אָפּגעהאַלטן נישט איין רעפֿעראַט, וווּ ער האָט דערציילט וועגן זײַנע מיטצײַטלער, ייִדישע שרײַבערס, ווי אויך פֿאָרגעלייענט זײַנע אייגענע דערציילונגען און מיניאַטורן צום ערשטן מאָל פֿאַר אַן עולם.

עס פֿלעגט זיך אָפֿטלעך טרעפֿן, אַז אויך פֿונעם עולם זײַנען אויף דער בינע אַרויסגעקומען מענטשן און געלייענט אויף אַ קול זייערע באַליבטע ייִדישע לידער.

אין די סוף 1990ער יאָרן פֿלעגן קיין קעשענעוו קומען נישט ווייניק אָנגעזעענע געסט פֿון ישׂראל. אויך זיי האָבן באַזוכט און געהאַלטן אַ וואָרט אין דער ביבליאָטעק. איך דערמאָן זיך די גלענצנדיקע אויפֿטרעטן פֿון די פּראָפֿעסאָרן דבֿ נוי און גרשון ווײַנער פֿון ירושלים; דעם שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, דער אַקטריסע לאה שלאַנגער…

ברייט איז געווען דער טעמאַטישער פֿאַרנעם פֿון די אויפֿטריטן, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם הויכן ניוואָ. ס׳האָבן זיך פֿאַרגעדענקט די אינטערעסאַנטע לעקציעס, געווידמעט די ייִדישע קלאַסיקער און די שרײַבערס פֿונעם „ליפּקאַנער אָלימפּ‟ — אליעזר שטיינבאַרג, יעקבֿ שטערנבערג און משה אַלטמאַן. אויב ציִען ווײַטער דעם פֿאָדעם פֿון בעסאַראַבער ייִדישע שרײַבערס, דאַרף מען דערמאָנען די רעפֿעראַטן וועגן יענטע מאַש און מאיר חרץ. אַ באַזונדער אָרט האָבן אין שרײַבמאַנס לעקציעס פֿאַרנומען די ייִדישע שרײַבערנס: ריווע באַליאַסנע, ליובע וואַסערמאַן, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן.

דער פֿידלער ניקאָלײַ טשיאָרני, בײַ דער פּיאַנע סערגאָ בענגעלסדאָרף

די צענטראַלע אונטערנעמונג פֿלעגט דורכגעפֿירט ווערן דעם 12טן אויגוטס, לזכּרון די אומגעבראַכטע ייִדישע שרײַבערס אין מאָסקווע. בעת אַזאַ יזכּור־פּראָגראַם האָט שרײַבמאַן געלייענט זײַן רעקוויעם, וואָס איז באַגלייט געוואָרן מיט לידער, געלייענט און געזונגען פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע אַרטיסטן; עס זײַנען אויך אויפֿגעטראָטן די מוזיקער פֿון דער מאָלדאַווישער מוזיק־אַקאַדעמיע: די פֿידלערס נחום כאָש און באָריס דובאָסאַרסקי, דער טשעליסט יאָן זשאָסאַן, די סאָליסטן פֿון דעם אָפּערע־טעאַטער — אַנזשעלאַ פּיכוט, אַלעקסיי דיגאָרע און אַנדערע.

אין דעצעמבער 2005 איז געשטאָרבן יחיאל שרײַבמאַן. מיט זײַן אַוועקגיין האָט זיך אָנגעהויבן די ירידה פֿונעם „ייִדיש־צענטער‟. אַוודאי, האָבן מיר, זײַנע נאָכפֿאָלגער, זיך באַמיט אונטערצוהאַלטן ווײַטער די אַרבעט אינעם קלוב. שׂרה שפּיטאַלניק, מאַרינע שרײַבמאַן, זײַן אַלמנה און מײַן ווייניקייט האָבן גענומען אויף זיך די עול צו אָרגאַניזירן און דורכפֿירן נײַע אונטערנעמונגען, מע פֿלעגט זיך פֿאָרט צונויפֿנעמען יעדן חודש, אָבער אָן יחיאלן האָט עס פֿאַרלוירן די שאַפֿערישע אַטמאָספֿער, די שׂימחהדיקייט. און דאָך האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרהיטן די הויפּט־טראַדיציע, דהײַנו, אָפּצומערקן דעם טאָג פֿון 12טן אויגוסט. אַפֿילו נאָך מײַן אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל אין 2013, פֿלעג איך זיך באַמיִען צו אָט דער דאַטע קומען קיין קעשענעוו און צוזאַמען מיט מײַנע קאָלעגן־מוזיקער, געשטיצט פֿון דער קעשענעווער קהילה, „דזשוינט‟ און דער ייִדישער ביבליאָטעק, דורכפֿירן די רעקוויעם־פּראָגראַם.

הײַנט איז שוין נישטאָ שׂרה שפּיטאַלניק, די ייִדישע נשמה פֿון דער ביבליאָטעק, פֿריצײַטיק איז געשטאָרבן מאַרינע שרײַבמאַן און דער „ייִדיש־צענטער‟ איז אויך אויסגעגאַנגען, ווי אַ יאָרצײַט־ליכט אין אָנדענק פֿון ייִדישער שאַפֿערישקייט אין מאָלדאָווע. פֿון דעסטוועגן, האָט דער „ייִדיש־צענטער‟ איבערגעלאָזט אַ בולטן שפּור אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען. לאָמיר האָפֿן, אַז מע וועט עס געדענקען.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s