יעווגעני קיסין
מערץ 25
געשלאָפֿן ערגער, װײַל כ׳האָב ניט געקאָנט װידער אײַנשלאָפֿן, נאָכן אױפֿכאַפּן זיך אין דער פֿרי…
הײַנט איז באַרטאָקס געבױרן־טאָג און דעביוסיס יאָרצײַט… באַרטאָק (װי אױך גריג) איז אַ גלענצנדיקער בײַשפּיל פֿון דעם, אַז מע קאָן ליב האָבן דאָס אייגענע פֿאָלק, אַנטװיקלען די אייגענע נאַציאָנאַלע קולטור און, אין דער זעלבער צײַט, זײַן אַ מענטש פֿון פּראָגרעסיװע אינטערנאַציאָנאַליסטישע אָנשױונגען. זײַענדיק אַן אונגאַרישער נאַציאָנאַלער קאָמפּאָזיטאָר (דער סאַמע בעסטער!), האָט ער געהאַט אַ ייִדישע פֿרױ און איז אַנטלאָפֿן מיט איר פֿון די אונגאַרישע פֿאַשיסטן קײן אַמעריקע, װוּ ער איז געשטאָרבן אין אָרעמקײט.
געלייענט אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל פֿון יובֿל הררי [1] אין „פֿײַנענשל טײַמס‟ װעגן מעגלעכע פּאָליטישע פֿאָלגונגען פֿון דער איצטיקער פּאַנדעמיע: דעם קאָנטראָל איבער דער באַפֿעלקערונג אאַז״װ.

װי באַלד כ׳בין זיך ניט אױסגעשלאָפֿן, איז מיר געװען שװערער צו שפּאַצירן, דעריבער האָב איך הײַנט געשפּאַנט װײניקער: אַ ביסל מער װי 12 קילאָמעטער. ס׳איז שױן געװאָרן מאָדנע צו זען אַ מענטש אָן אַ מאַסקע. געטראָפֿן אינעם פּאַרק אַ מענטשן, װאָס האָט מיך דערקענט, געפֿרעגט, צי איך אימפּראָװיזיר אַ מאָל אױף דער פּיאַנע, און געזאָגט, אַז ער װאָלט געװאָלט מיך אינטערװיויִרן, װען די פּאַנדעמיע װעט זיך פֿאַרענדיקן. כ׳האָב אים געגעבן מײַן עלעקטראָנישן אַדרעס. וועדליק זײַן אַקצענט, איז ער אַן ענגלענדער.
נעכטן האָט טראַמפּ געמאָלדן, אַז אפֿשר אין דרײַ װאָכן אַרום װעט ער אַנולירן די קאַראַנטין–מיטלען, װײַל זײ קאָנען אונטעררײַסן דעם לאַנדס עקאָנאָמיע. נו יאָ, די עקאָנאָמיע איז פֿאַר אים, פֿאַרשטײט זיך, װיכטיקער, װי די מענטשלעכע לעבנס… דערװײַל זײַנען אינעם שטאַט ניו–יאָרק פֿאַראַן 25 טױזנט אָנגעשטעקטע, און לױט די אָפּשאַצונגען פֿון די מאַכט–פֿאָרשטײערס, װעט די צאָל אָנגעשטעקטע זיך טאָפּלען יעדע דרײַ טעג. דער גובערנאַטאָר קואָמאָ האָט דערקלערט, אַז דער שטאַט ניו–יאָרק װעט דאַרפֿן אַם װײניקסטן 30000 אַפּאַראַטן פֿאַר לונגען–װענטילאַציע, נאָר איצט זײַנען אין די שפּיטאָלן פֿונעם שטאַט דאָ בלױז 7000 אַזעלכע אַפּאַראַטן.
אין איטאַליע גייט דער קאָשמאַר אָן ווײַטער…
שׂ. האָט מיר אָנגעשריבן: „ביבי פֿאַרנעמט זיך מיט דעם קריזיס צוזאַמען מיט די גורער רבנים, װאָס זאָגן, אַז דער משיח װעט קומען נאָך פּסח — ובא לציון גואל. דאָס איז װאָס דער מיניסטער פֿאַר געזונט–פֿאַרהיטונג האָט געזאָגט.‟ און נאָך װעגן נתּניהו: „יעדן טאָג בײַט ער די אינסטרוקציעס, און מענטשן פֿאַרלירן דעם בטחון אין זײער לעבן, װײַל זײ בלײַבן אָן אַרבעט. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דאָ אַ מאַנגל אין טעסטיר–מיטלען און רעספּיראַטאָרס. דער מאַנגל פֿון רעספּיראַטאָרס און דער אַלגעמײנער שרעקלעכער צושטאַנד פֿון דער געזונט–פֿאַרזיכערונג סיסטעם איז אַ רעזולטאַט פֿון דער לאַנג־יאָריקער פּאָליטיק מצד ביביס רעגירונג. דעם מלוכה–קאָנטראָליאָרס באַריכט פֿאַרן יאָר 2019, װאָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן די פֿאָריקע װאָך, האָט גאַנץ קלאָר געוויזן, אַז ישׂראל און זײַן געזונט–פֿאַרזיכערונג סיסטעם זײַנען ניט צוגעגרײט צו אַ פּאַנדעמיע, — װי נבֿיאיש! איבער די קאָנפֿליקטן מיט די לערערס, זײַנען ביזן הײַנטיקן טאָג ניט דורכגעפֿירט געוואָרן קײן אָנלײַן־לעקציעס. מײַנע בײדע טעכטער און מײַן אײדעם אַרבעטן אינעם איכילאָװ־שפּיטאָל אין תּל–אָבֿיבֿ, און ס׳איז כּמעט אוממעגלעך צו באַשרײַבן, װאָס עס קומט אין די שפּיטאָלן פֿאָר. װי לעכערלעך קלינגען ביביס רייד, ווען ער זאָגט, אַז דער מוסד האָט געקראָגן טעסטיר–מיטלען, אַ דאַנק זײַנע (ביביס) גרױסע פֿאַרבינדונגען, — נאָר זײ זײַנען ניט יענע טעסטיר–מיטלען, װאָס די שפּיטאָלן דאַרפֿן, דעריבער זײַנען זיי נוצלאָז. און דאָס איז בלױז אײן בײַשפּיל. ס׳איז אמת, אַז ביבי איז ניט פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר דער פּאַנדעמיע, נאָר לױט דער מײנונג פֿון עקספּערטן, ספּראַװעט ער זיך גאָר ניט גוט מיטן קריזיס.‟
אונדזערע רעכטע „רוסישע‟ ישׂראלים האַלטן אָבער אין אײן איבערשיקן מיר (און אײנער דעם אַנדערן) אַרטיקלען װעגן דעם, װי שרעקלעך איז דער אױבער–געריכט פֿון ישׂראל, און אַז ס׳איז דאָרטן אַ דיקטאַטור פֿונעם אױבער–געריכט…
מערץ 26
געשלאָפֿן גוט. אױפֿגעכאַפּט זיך פֿיל מאָל, נאָר באַלד װידער אײַנגעשלאָפֿן…
הײַנט זײַנען בעטהאָװענס און װיטמענס [2] יאָרצײַטן… ס׳איז פּשוט אומגלײבלעך, װאָס פֿאַר אַ ריזיקן װעג בעטהאָװען האָט דורכגעמאַכט אין זײַן שעפֿערישקײט! אין אָט דעם זינען קאָן מען מיט אים פֿאַרגלײַכן, מײן איך, בלױז סקריאַבינען. ס׳איז אינטערעסאַנט זיך פֿאָרשטעלן דעם ריזיקן אַנטװיקלונגס־װעג פֿונעם פֿאָרטעפּיאַן, וואָס דער אינסטרומענט האָט דורכגעמאַכט במשך פֿון בעטהאָװענס לעבן; װי אױך, אַז פֿאַר אים און זײַנע מיטצײַטלערס האָט דער פּראָצעס אױסגעזען אַבסאָלוט נאַטירלעך… יאָ, דאָס זײַנען געװען אַנדערע צײַטן.

שפּאַצירט אין לעטנאַ 3 שעה, געשפּאַנט העכער 13.5 קילאָמעטער. געזען, װי אַן אַסעניזאַטאָר האָט געטאָן זײַן אַרבעט — אויסגעפּאָמפּעט פֿון די ביִאָטואַלעטן מיט אַ שלאַנג, צוגעפֿעסטיקט צו אַ לאַסט–מאַשין.
מאַרטין האָט מיר געשיקט אַ בריװ: דער פֿעסטיװאַל אין װערביע הײַיאָר װערט אָפּגעשאַפֿן.
דער מענטש, װאָס כ׳האָב אים געטראָפֿן נעכטן, האָט צוגעשיקט זײַנע פֿראַגעס און אַ װידעאָ–רעקאָרדירונג, אױף װעלכער ער רעדט װעגן דער װיכטיקײט פֿון לערנען קינדער שפּילן/זינגען נאָכן געהער נאָך און אימפּראָװיזירן. ער הייסט דזשערעמי טשעפּמען. מיר דוכט זיך, אַז כ׳האָב געהערט דעם נאָמען פֿריִער…
זשעניע און קאַרינאָטשקע האָבן מיך רעקאָרדירט: שאָפּענס פּאָלאָנעז פֿאַר „דױטשע גראַמאָפֿאָן‟ און יאַקושענקאָס [3] „ערשטע באַקאַנטשאַפֿט‟ פֿאַר „סטײנװײ‟.
אַן–סאָפֿי מוטער [4] און אַקונין [5] זײַנען אָנגעשטעקט געװאָרן מיטן קאָראָנאַ־װירוס…
דערפֿירט שאָפּענס עטיוד ביזן ריכטיקן טעמפּ! נאָך ניט אױף 100% פֿולקום, נאָר שױן העכער 90%. װי מאָדנע ס׳זאָל ניט זײַן, איז אָט דעם עטיוד גרינגער צו שפּילן מיט בײדע הענט, װי מיט יעדערער האַנט באַזונדער.
מערץ 27
אָפּגעשלאָפֿן אַרום זיבן שעה, געװאָלט שלאָפֿן מער, נאָר ניט געקאָנט לאַנג אײַנשלאָפֿן. דערנאָך פֿאָרט אײַנגעשלאָפֿן. אין חלום האָב איך געהערט ווי כ׳זינג גריגס 3טע פֿידל־סאָנאַטע און פֿאַנטאַזירט: איך שפּיל עמעצן פֿראַגמענטן פֿון דער סאָנאַטע און זאָג: „נו, װער קאָן הײַנט אָנשרײַבן אַזױנס?!‟. אין דער פֿרי האָב איך צום ערשטן מאָל נאָך לאַנגע יאָרן געהערט קרײסלערס און ראַכמאַנינאָװס רעקאָרדירונג פֿון אָט דער סאָנאַטע. אַוודאי, שפּילן זײ געניאַל, נאָר לױט מײַן געשמאַק, װאָלט געװען בעסער צו שפּילן די צװײטע טעמע פֿונעם ערשטן טײל צערטלעכער. מיר האָט זיך געחלומט, אַז שפּילנדיק דעם סאַמע אָנהײב פֿונעם צװײטן טײל, זאָג איך, אַז די דאָזיקע מוזיק איז װי אַ בלום, װאָס עפֿנט זיך אונטער שנײ אין אַ פֿריִיִקן פֿרילינג (כ׳האָב וועגן דעם פֿריִער קײן מאָל ניט געטראַכט; דער געדאַנק איז מיר אײַנגעפֿאַלן צום ערשטן מאָל און גראַדע הײַנט אין חלום).
איך האָב אױספֿירלעך געענטפֿערט אױף טשעפּמענס פֿראַגעס.
אינטערעסאַנטע נײַעס: גאַנץ האָט זיך אַליִיִרט מיט נתּניהו. לפּיד זידלט אים דערפֿאַר און „כּחול לבֿן‟ איז צעשפּאָלטן געװאָרן. באָריס דזשאָנסאָן האָט זיך אָנגעשטעקט מיט קאָראָנאַ־װירוס.
אינעם פּראָגער זאָאָגאָרטן איז געבױרן געװאָרן אַ העלפֿאַנדל. כ׳האָב זיך באַלד דערמאָנט אינעם אַלטן אַנעקדאָט: „ חײם, האָסטו געהערט? אינעם זאָאָגאָרטן איז געבױרן געװאָרן אַ העלפֿאַנדל.‟ — „איז עס גוט פֿאַר ייִדן?‟
דער מייאָר פֿון פּראָג פֿאָדערט, מע זאָל אין 72 שעה באַפֿרײַען די געבײַדע פֿון אַ גרױס שאַנד–הױז, כּדי צו באַזעצן דאָרט די הײמלאָזע (דאָס איז אַ שײנער היסטאָרישער בנין, װאָס געהערט צו דער מלוכה). די באַלעבאַטים פֿונעם שאַנד־הױז פּראָטעסטירן, דערקלערנדיק, אַז אין אַזאַ פֿאַל װעלן די 600 פֿרױען, װאָס אַרבעטן דאָרט, בלײַבן אָן אַ דאַך איבערן קאָפּ.
שפּאַצירט איבער לעטנאַ, געשפּאַנט מער װי 9 קילאָמעטער. הײַנט איז געװען זוניק און װאַרעם. אין אָװנט האָב איך געאַרבעט איבער דער גאַנצער פּראָגראַם, (אַ חוץ דעם פּאָלאָנעז) און דעם 24סטן עטיוד.
געפּרוּװט שפּילן עלגאַרס „נימראָד‟ (כ׳האָב געװאָלט עס שפּילן, װי דעם לעצטן „ביס‟ אין מײַן נײַער פּראָגראַם) — נײן, ער קלינגט ניט גוט אױף דער פּיאַנע!

הײַנט איז ראָסטראָפּאָװיטשס געבױרן־טאָג, װי אױך דער זעקס–און–דרײַסיקסטער יאָרטאָג פֿון מײַן דעביוט מיט שאָפּענס צװײ קאָנצערטן אינעם גרױסן זאַל פֿון דער מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע. געװען איז עס אײנער פֿון די סאַמע װיכטיקסטע טעג אין מײַן לעבן, אָבער מער האָבן זיך מיר פֿאַרגעדענקט די פּרטים ניט פֿון יענעם, נאָר פֿונעם אַנדערן טאָג, װען ליאַליע, די טאָכטער פֿון אונדזער לערערין פֿון מאַטעמאַטיק, טאַטיאַנע איליניטשנאַ ראַס–סערעבריאַנאַיאַ, עליה–השלום, האָט מיר דערקלערט, אַז מיר לעבן אין אַן אַנטיסעמיטישער מלוכה און אַז ניט אַלץ, װאָס מע שרײַבט אין די צײַטונגען, איז אמת. געװען איז עס אין דער שטאָט זװעניגאָראָד, װוּהין מיר זײַנען געפֿאָרן אױף עטלעכע טעג, כּדי (װי מע האָט מיר דערקלערט מיט פֿיל יאָר שפּעטער) איך זאָל ניט זען דעם גאַנצן טאַראַראַם נאָך מײַן דעביוט. דעמאָלט האָט מען געקלונגען אַנע פּאַװלאָװנען פֿון עפּעס אַ הױכער אינסטאַנץ און „אײַנגעלאַדן‟ מיך שפּילן דעם צװײטן און דעם דריטן טײלן פֿון קאַבאַלעװסקיס 3טן („פּיאָנערישן‟) קאָנצערט אױף אַ גאַלאַ–קאָנצערט אינעם קרעמל לכּבֿוד לענינס געבױרן־טאָג. איך האָב קאַטעגאָריש געזאָגט, אַז כ׳װיל עס ניט שפּילן. אַלע האָבן גענומען מיר דערקלערן (אָן דערפֿאָלג), אַז מע טאָר זיך ניט אָפּזאָגן; און װען ליאַליע און איך זײַנען געבליבן אַלײן אין אַ צימער, האָט זי געזאָגט: „מע װעט אָפּנעמען בײַ דיר די בינע! דו ביסט אַ ייִד, אַ שׂעיר–לעזאָזל!‟ — און דערקלערט מיר, אין װאָס פֿאַר אַ לאַנד מיר לעבן.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך באַשריבן יענעם אינצידענט (נאָר, פֿאַרשטײט זיך, צוגעטראַכט אַנדערע אומשטאַנדן) אין מײַן דערצײלונג „אין דער לײַבלעכער פֿרעמד‟, װוּ אַלע פּערסאָנאַזשן, אָן אױסנאַם, האָבן רעאַלע פּראָטאָטיפּן. אַגבֿ, די מעשׂה מיט קאַבאַלעװסקיס קאָנצערט האָט געהאַט אַן אינטערעסאַנטן המשך. איך האָב דאָס ווערק אָנגעהױבן לערנען, נאָר מיט אַ 10 טעג שפּעטער האָט מען װידער אָנעגעקלונגען אַנע פּאַװלאָװנען פֿון דער זעלבער אינסטאַנץ און געזאָגט, אַז איך זאָל ניט שפּילן קאַבאַלעװסקין. „פֿאַר װאָס ניט?‟ — האָט אַנע פּאַװלאָװנאַ געפֿרעגט און דערהערט אַן ענטפֿער: „נו, אַנע פּאַװלאָװנע, ס׳איז דאָך אַ שלעכטע מוזיק!‟ — „און מיט צען טעג צוריק האָט איר ניט געװוּסט, אַז ס׳איז אַ שלעכטע מוזיק?‟ — „יאָ, נאָר מיר האָבן געטראַכט, אַז קאַבאַלעװסקי װעט דיריגירן, און עס װאָלט זײַן גוט: אַ געניטער מוזיקער און אַ יונגער טאַלאַנט! קאַבאַלעװסקי אָבער איז געװאָרן קראַנק און האָט זיך געלײגט אין שפּיטאָל. דעריבער, װי באַלד זשעניע האָט נאָר װאָס געשפּילט שאָפּענס קאָנצערטן, זאָל ער שפּילן דעם פֿינאַל פֿון שאָפּענס 1טן קאָנצערט!‟. מיט נאָך אַ פּאָר טעג שפּעטער האָט מען װידער אָנגעקלונגען צו אַנע פּאַװלאָװנען און געזאָגט, אַז דער פֿינאַל פֿון שאָפּענס 1טן קאָנצערט איז אױף אַ מינוט צו לאַנג, דעריבער זאָל איך שפּילן דעם פֿינאַל פֿון שאָפּענס 2טן קאָנצערט…
ניט לאַנג פֿאַר קאַבאַלעװסקיס טױט האָב איך זיך באַקענט מיט אים אינעם שאַפֿונג־הױז פֿאַר קאָמפּאָזיטאָרן „רוזאַ‟, און מיר האָבן זײער װױל קאָנטאַקטירט. איך האָב אים געװיזן אײניקע מײַנע װערק. מיר האָבן אָפּגעשפּילט צװײ פּאַרטיעס שאָך, ער האָט געװוּנען די ערשטע, איך — די צװײטע. אין מיטן דער ערשטער פּאַרטיע האָב איך אונטערגעשטעלט אַ טורעם, און װען די פּאַרטיע האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט דמיטרי באָריסאָװיטש געזאָגט: „מײַן זון, װאָס איז זײער אַ גוטער שאַכמאַטיסט, זאָגט, אַז נאָך אַזאַ פֿעלער דאַרף מען זיך באַלד אונטערגעבן, אַניט װעט דער קעגנער פֿאַרשטײן, אַז דו פֿאַרלאָזט זיך אױף זײַן פֿעלער.‟ כ׳היט אָפּ ביז הײַנט צו טאָג די העפֿט, װוּהין איך האָב פֿאַרשריבן די בײדע פּאַרטיעס, אונטער װעלכע ס׳שטײען קאַבאַלעװסקיס אונטערשריפֿטן.
דעמאָלט (סוף דעצעמבער 1986) איז געװען זײַן געבױרן־טאָג, איך האָב ספּעציעל אָנגעשריבן און געשאָנקען אים מײַנע דזשאַז–װאַריאַציעס אױף זײַן באַרימטן ליד „אָט אַ בעריאָזקעלע, אָט אַ ריאַבינע‟. די מאַמע האָט מורא געהאַט, אַז ער װעט עס אױפֿנעמען װי אַ פּאַראָדיע, נאָר אים זײַנען די װאַריאַציעס בפֿירוש געפֿעלן געװאָרן, און ער האָט מיך געבעטן זײ שפּילן און עס רעקאָרדירט אױף דער קאַסעט, װאָס אױף איר אַנדערער זײַט איז געװען ראָסטראָפּאָװיטשס רעקאָרדירונג פֿון זײַן, קאַבאַלעווסקיס, װיאָלאָנטשעל–סאָנאַטע.
מערץ 28
געשלאָפֿן גוט.
הײַנט איז װידער געװען װאַרעם און זוניק. געשפּאַנט אַרום 15 קילאָמעטער אין לעטנאַ. שפּאַצירנדיק דאָרטן, האָב איך זיך פּלוצעם דערמאָנט… אין אָנהײב פֿון „שװײק‟ [6] װערט דערמאָנט עפּעס אַ פֿערדינאַנד, װאָס האָט געקליבן הינטיש מיסט. שױן העכער הונדערט יאָר זײַנען פֿאַרבײַ — און אין פּראָג זעט מען נאָך אַלץ אומעטום הינטיש מיסט! און פֿון טאָג צו טאָג ליגט עס אױף די זעלבע ערטער… נו, ניט געקוקט אױף דעם, האָב איך סײַ־ווי ליב פּראָג דאָס חיות — װי אױך „שװײקן‟. אַ מאָל טראַכט איך: אינטערעסאַנט, װען איך װאָלט געלעבט אין דער זעלבער צײַט װי האַשעק, צי װאָלט איך אױך געװאָרן אַ קאָמוניסט?..
אָנגעשריבן די ערשטע 8 טאַקטן פֿון אַ נײַעם ליד אױף בלאָקס װערטער („אױף אַ פֿרילינגדיקן װעג אין אַ טורעמהײַזל…‟).
הײַנט איז רודאָלף סערקינס [7] געבױרן־טאָג, װי אױך מוסאָרגסקיס און ראַכמאַנינאָװס יאָרצײַטן…
ס׳קאָן זײַן, אַז װען איך װאָלט ניט געבױרן געװאָרן און ניט אױסגעװאָקסן אין רוסלאַנד, װאָלט די רוסישע מוזיק מיר ניט געװען אַזױ נאָענט. נאָך ליסטן זײַנען מײַנע סאַמע באַליבטע קאָמפּאָזיטאָרן טאַקע די רוסישע: מוסאָרגסקי, ראַכמאַנינאָװ, טשײַקאָװסקי, אַפֿילו באָראָדין זײַנען מיר נעענטער, װי װאַגנער און בראַמס, אַפּשיטא שױן ברוקנער און מאַלער. דאָס זעלבע איז מיט דער מוזיק פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט: פּראָקאָפֿיעװ און שאָסטאַקאָװיטש זײַנען מיר מער צום האַרצן, אײדער שאָנבערג, בערג, באַרטאָק און הינדעמיט. און װען איך װאָלט פֿאַרבראַכט מײַן קינדהײט און יוגנט אין איטאַליע, װאָלט איך מסתּמא זײער ליב געהאַט די איטאַליענישע אָפּערע, װאָס איז מיר אין אַלגעמײן פֿרעמד (אַ חוץ ראָסיני און „אָטעלאָ‟).

סערקין… אין 1985 האָב איך צום ערשטן מאָל געהערט זײַן שפּילן אויף דער רעקאָרדירונג פֿון שובערטס „פֿאָרעל‟–קװינטעט. אין יענער צײַט פֿלעג איך לערנען אָט דאָס װערק פֿאַר די קאָנצערטן מיט מוזיקער פֿון „די מאָסקװער װירטואָזן‟ [8], און ספּיװאַקאָװ [9] האָט געגעבן אַנע פּאַרלאָװנען אַן „אױסלענדישע‟ פּלאַטע מיט סערקינס רעקאָרדירונג. כ׳געדענק, אַז מיר איז דעמאָלט געפֿעלן געװאָרן, װי סערקין האָט געשפּילט די חנעװדיקע צװײטע טעמע פֿונעם ערשטן טײל. מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער, װען איך בין געװען אױפֿן שלעזװיג–האָלשטײנער פֿעסטיװאַל, האָט אײנער אַ דאָרטיקער מעלאָמאַן, מיט װעמען איך האָב זיך באַקענט (כ׳געדענק שױן ניט, װער ער איז געווען; ער האָט גערעדט אַ ביסל רוסיש), מיר געשאָנקען עטלעכע קאַסעטן, אױף װעלכע, אַ חוץ דעם אַלעם, זײַנען געװען סערקינס װוּנדערלעכע רעקאָרדירונגען פֿון מענדעלסאָנס קאָנצערטן. מיט נאָך אַ יאָר שפּעטער, װען האַנס–דיטער [10] האָט מיך געפֿירט מיט זײַן אױטאָ פֿון מינכן קײן ציריך און פֿון ציריך קײן זאַלצבורג, האָט ער די גאַנצע צײַט געדרייט פֿאַרשײדענע קאָמפּאַקטלעך, צװישן װעלכע ס׳איז געװען סערקינס רעקאָרדירונג פֿון שובערטס גרױסער סאָנאַטע אין ליאַ–מאַזשאָר, װאָס האָט געמאַכט אױף מיר אַ שטאַרקן אײַנדרוק. נאָך דעם האָב איך אָנגעהױבן קױפֿן סערקינס רעקאָרדירונגען בשעת מײַנע רײַזעס אין אױסלאַנד און װען כ׳האָב שױן אין גאַנצן פֿאַרלאָזט רוסלאַנד… גוט האָט כאַראַקטעריזירט סערקינס שפּילן האַראָלד שאָנבערג [11] אין זײַן בוך װעגן גרױסע פּיאַניסטן: „אָרנטלעכקײט, אידעאַליזם, זוכן דעם אמת‟. איך װאָלט ניט געקאָנט זאָגן בעסער; ס׳איז ניט פּשוט אַ מוזיק–פֿאָרשערישע, נאָר אַ פֿילאָסאָפֿישע כאַראַקטעריסטיק, װאָס באַשטימט פּינקטלעך דעם תּוך פֿון סערקינס קונסט.
עס זײַנען פֿאַראַן צװײ רעקאָרדירונגען, געמאַכט פֿון סערקינס קאָנצערטן, אױף װעלכע ער שפּילט שאָפּענס פּרעלודיעס (איך בין געװאָרן זײער פֿאַרחידושט, װען כ׳האָב זײ געפֿונען, װײַל איך האָב ניט געװוּסט, אַז סערקין האָט געהאַט געשפּילט שאָפּענען אינעם שפּעטן פּעריאָד פֿון זײַן לעבן): אײן רעקאָרדירונג פֿון 1969 אין „קאַרנעגי האָל‟, די אַנדערע — מיט אַ יאָרצענדליק שפּעטער אין טאָקיאָ. די ניו–יאָרקער רעקאָרדירונג — גאָרניט באַזונדערס: דער סאָליסט איז בפֿירוש ניט קײן שאָפּעניסט, ס׳איז ניט זײַן טיפּ מוזיק. די יאַפּאַנישע אױספֿילונג — ניט צו פֿאַרגלײַכן: ס׳איז קלאָר, אַז ער האָט געהאַט טאַקע „געזוכט דעם אמת‟, זיך פֿאַרטיפֿט אין אָט דער מוזיק. אַוודאי, איז ער במשך פֿון יענע צען יאָר ניט געװאָרן קײן שאָפּעניסט, נאָר כאָטש ס׳איז ניט קײן אמתדיקע ראָמאַנטישע אױספֿילונג (װי, למשל, בײַ קאָרטאָ [12], אַרגעריך [13] און אַזױ װײַטער), קאָן מען הערן, אַז סע שפּילט אַן עכטער, גרױסער מוזיקאַנט, פֿאַר (און בײַ) װעמען יעדע נאָטע רעדט און איז פֿול מיט באַטײַט, — װי אין זײַנע װוּנדערלעכע און באַרימטע רעקאָרדירונגען פֿון מאָצאַרטן, בעטהאָװענען, שובערטן, בראַמסן. יאָ, זײַן גאַנץ לעבן האָט סערקין געהאַלטן אין אײן זוכן — און געפֿינען. אַן אמתער, איבערגעגעבענער דינער פֿון מוזיק איז ער געװען…
עפּעס הוסט איך אַלץ מער און מער די לעצטע טעג. שױן זשע בין איך אױך אָנגעשטעקט געװאָרן מיט קאָראָנאַ־װירוס?..
[1] הררי, יובֿל־נח (1976־) — היסטאָריקער, שרײַבער, פּראָפֿעסאָר אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט (ירושלים)
[2] וויטמען, וואָלט (1819־1892) — אַמעריקאַנער פּאָעט און פּובליציסט
[3] יאַקושענקאָ, איגאָר (1932־1999) — סאָוועטישער קאָמפּאָזיטאָר, פּיאַניסט און פּעדאַגאָג
[4] מוטער, אַן־סאָפֿי (1963־) — דײַטשישע פֿידלערין
[5] אַקוניו, באָריס (1956־) — רוסישער שרײַבער, געלערנטער, איבערזעצער
[6] שווייק — דער הויפּט־העלד פֿון יאַראָסלאַוו האַשעקס (1883־1923) ראָמאַן „פּאַסירונגען פֿונעם בראַוון סאָלדאַט שווייק‟
[7] סערקין, רודאָלף (1903־1991) — פּיאַניסט און פּעדאַגאָג
[8] „מאָסקווער ווירטואָזן‟ — קאַמער־אָרקעסטער, געשאַפֿן פֿון וולאַדימיר ספּיוואַקאָוו אין יאָר 1979.
[9] ספּיוואַקאָוו, וולאַדימיר (1944־) — פֿידלער, פּעדאַגאָג, דיריגענט
[10] גיאָרע, האַנס־דיטער — קיסינס אימפּרעסאַר אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך
[11] שאָנבערג, האַראָלד (1915־2003) — אַמעריקאַנער מוזיק־קריטיקער און זשורנאַליסט
[12] קאָרטאָ, אַלפֿרעד (1877־1962) — שווײצאַרישער פּיאַניסט, פּעדאַגאָג, דיריגענט
[13] אַלגעריך, מאַרטאַ (1941—) —אַרגענטינער פּיאַניסטקע
המשך קומט