לאָמיר זײַן קליגער און נישט לאָזן זיך פֿאַרפֿירן!
אונדזער פֿאָלק שטייט איצט אינעם שמאָלן פּרוזדור פֿון פֿאָרכטיקע טעג צווישן ראָש־השנה און יום־כּיפּור. אַ קורצע ציטערדיקע רגע צווישן נעכטן און מאָרגן. נישט לײַכט און נישט יעדן איז באַשערט געווען אַריבעצוטרעטן די שוועל. די מגיפֿה האָט זיך צעגאַרטל און קאָן זיך נאָך אַלץ נישט אָפּשטעלן. די גאַנצע וועלט פֿילט עס. די געזעלשאַפֿטן זײַנען אָפּגעשוואַכט געוואָרן, און בפֿירוש אין אַזעלכע קאַלעמוטנע צײַטן קומען אַרויס אויף דער אויבערפֿלאַך כּל־מיני שוואַרצע רוחות.
מיר ווייסן עס פֿון דער געשיכטע. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן די מאָראַלישע געפֿאַלנקייט און דער טיפֿער עקאָנאָמישער קריזיס פֿון דער רוסלענדישער געקראַכטער אימפּעריע אויסגענוצט די באָלשעוויקעס, אײַנשטעלנדיק זייער רויטן טעראָר, וואָס האָט פֿאַרניכטעט צענדליקער מיליאָנען אומשולדיקע לעבנס.
כּמעט אין דער זעלבער תּקופֿה האָט אין דער נײַ־געשאַפֿענער אין דײַטשלאַנד ווײַמאַר־רעפּובליק, צוליב די זעלבע סיבות, אָנגעהויבן אויפֿהייבן דעם קאָפּ די נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטישע ברוינע פּעסט. און ווידער האָבן דערפֿון געליטן צענדליקער מיליאָנען אומשולדיקע נפֿשות, באַזונדערס מיר, ייִדן.
הײַנט, בשעת דער אומבאַהאָלפֿנקייט פֿון די מאַכטהאָבערס, קאָנען מיר זען, ווי האַלב־קרימינעלע און האַלב־פּאָליטיזירטע עלעמענטן, היצן אונטער דעם המון, כּדי איבערצונעמען די מאַכט. וואָס שרײַען זיי אין די פֿאָרכטיקע טעג? דעמאָנסטראַציע איז הייליק, און די תּפֿילות — נישט! איך בין אויך נישט קיין פֿרומאַק, אָבער ווי גרויס דאַרף זײַן דער ציניזם עס אַרויסצוברענגען אויף דער צונג און דערמיט שטעלן אין סכּנה טויזנטער פֿאַרפֿירטע יונגע־לײַט?!
ס׳איז דאָך באַוווּסט, אַז ווען דער מענטש ווערט אַ טייל פֿונעם המון, וואַרפֿט ער קודם־כּל אַראָפּ פֿון זיך אַלע מאָראַלישע פֿאַרפֿליכטונגען; ער הייבט זיך אָן פֿילן פֿראַנק־און־פֿרײַ; ער באַמערקט אַפֿילו נישט, אַז ער איז שוין צונויפֿגעפּענטעט געוואָרן מיט דער צעווילדעוועטער מאַסע און ווערט פֿאַרשלעפּט אין דעם צעיושעוועטן הפֿקרות אָן גרענעצן און אָן געזעצלעכקייט. צוזאַמען מיטן המון איז ער גרייט אָנצוטאָן אַזוי פֿיל צרות, וואָס אַליין, ווי אַ יחיד, וואָלט ער וועגן דעם אַפֿילו נישט געוואַגט צו טראַכטן.
לאָמיר פֿאַרבלײַבן יחידים, זיך נישט לאָזן פֿאַרשלעפּט צו ווערן פֿון קיין שום פּאָליטישן שטראָם, ווײַל מע קאָן אין דעם ברויזנדיקן פֿאַרסמטן וואַסער דערטרונקען ווערן.
אונדזער פֿאָלק האָט זיך אין אַלע צײַטן געקאָנט מונטערן און טרייסטן, און זײַן שטאַרק — ווען מיט אַ חכמה און ווען מיט אַ וויץ. דער ייִדישער פֿאָלקלאָר־אוצר טראָגט אין זיך סײַ אַ סך חכמה און סײַ הומאָר, זאָל זײַן אַפֿילו מיט אַ ביטערלעכן טעם. איין פּערל, צו דערקוויקן דאָס האַרץ פֿאַרן פֿאַסטן תּענית:
ר’ לוי־יצחק האָט אַמאָל פֿאַרשפּעטיקט צו סליחות. בדרך־הטבֿע האָט דער גאַנצער עולם געוואַרט אויף אים. ווען ער איז געקומען אין בית־מדרש, האָט שוין געטאָגט; אומעטום האָט מען שוין באַלד אָפּגעזאָגט סליחות. האָט ר’ לוי־יצחק זיך אַוועקגעשטעלט און געזאָגט:
„רבונו־של־עולם! איך בין דאָך ניט מער ווי אַ בשׂר־ודם, בין שוין אַלט און שוואַך; ניטאָ קיין כּוח אויפֿצושטיין פֿאַרטאָג און זאָגן גאַנץ סליחות. אָבער דו, רבונו־של־עולם, דו ביסט דאָך אַן אל חי־וקים, ביסט ניט אַלט, ביסט ניט שוואַך, דאַרפֿסטו ניט שלאָפֿן — טאָ זאָג דו פֿאַר אונדז סליחות, און דו דאַרפֿסט קיין סך ניט זאָגן. דײַנע סליחות איז נאָר איין וואָרט — סלחתי!‟
אַ גמר חתימה טובֿה!